די ניכטערע מענטשן זענען אויך אינעם ארוני-זאלי געפעכט....
איך וואלט איבערגעגאנגן אינעם ביה"ח און געוויזן פלאץ נאך פלאץ ווי מ'האט זיך פארעכענט... נאכאמזל הכל תלוי במזל. אזא ר' בערל און ר' שמואל האבן געהאט אן עקסטערע זכי' (לויט די אויבנדערמאנטן געפעכט...) אז זיי ליגן דארט.
איך גלייב שווער אז איך גיי ארויפגיין דעם בארג און פלוצלונג זעהן ער ליגט נישט דארט ווייל ס'קומט זיך אים נישט.. ס'דא וואס ליגן טאקע אביסל ווייטער ווי אים און וואלטן ווען געדארפט ליגן ממש מאחורי הגדר....
עניוועיס, וועלן מיר פרובירן צוצולייגן נאך אפאר אינטערסאנטע זיכן פונכם חשוב'ן נפטר, איך האב מיט אים שיין פארברענגט
איך וואלט איבערגעגאנגן אינעם ביה"ח און געוויזן פלאץ נאך פלאץ ווי מ'האט זיך פארעכענט... נאכאמזל הכל תלוי במזל. אזא ר' בערל און ר' שמואל האבן געהאט אן עקסטערע זכי' (לויט די אויבנדערמאנטן געפעכט...) אז זיי ליגן דארט.
איך גלייב שווער אז איך גיי ארויפגיין דעם בארג און פלוצלונג זעהן ער ליגט נישט דארט ווייל ס'קומט זיך אים נישט.. ס'דא וואס ליגן טאקע אביסל ווייטער ווי אים און וואלטן ווען געדארפט ליגן ממש מאחורי הגדר....
עניוועיס, וועלן מיר פרובירן צוצולייגן נאך אפאר אינטערסאנטע זיכן פונכם חשוב'ן נפטר, איך האב מיט אים שיין פארברענגט
פילייכט זיינט איר א געזונטער נוגע בדבר. זאל ער זיין פאר אייך, פאר אייערער באליעבטע און פאר גאנץ כלל ישרא׳ א מליץ יושר און העלפן פועל׳ן די גאולה שלימה בקרוב ממש ובלע המות לנצח ומחה ה׳ דמעה מעל כל פנים ונאמר אמן.
[tag]שעפטל[/tag] איך שעץ זייער דער נפטר. אבער זיינע שטריכן קומען נישט אריין דא, ווייל איך וועל אנהייבען מיט שטריכן פון ישראל זופניק אין ר' יודל (מיט שלום לויפער) דערמאן דיך אויך אז די האסט אנגעהויבן די שמועס אז ס'איז נישט דא קיין פלאץ משמע אז ווען יא ביזטו מודה אז ער קומט נישט דארט. אין הכי נמי מ'האט זיך אסאך פארעכענט אבער אויף אזוי ווייט נישט. נאכאמאל לאמיר נישט פארקריכן. קומט ר' שמואל לעבן ר' יוסעל?
chusid האט געשריבן:ר' שמואל האט לכאורה מער אויפגעטוען אין סאטמאר מהר"א ווי ר' לייביש בחייו. דו ווייסט דאס נישט ווייל ער האט אלעס געטוען בשתיקה לשם שמים
פרעגסט מיך איך האב עס אויך אנגעקוקט אביסל מאדנע דאס לייגן איהם אויפן סאמען מכובדיגסטער מקום, פיין אין וואויל ער איז זיכער געווען א איש חשוב ומכובד אין אסאך געלייסטעט פאר סאטמאר כל ימי חייו, מסכים אבער ער איז נישט געווען קיין icon, אני הצעיר האב נישט געהערט פון דעם נאמען ביז בערך 12 יאר צוריק, ר' לייביש לעפקאוויטש, ר' בערל פר"מ צו ר' עזריא' גליק זענען געווען household נעמען וואס איך האב אלס געוויסט מעודי נאר וואס דען, נישט קשה, א וואוילער איד איז ער זיכער געווען, זאל זיין, אויף יענע וועלט איז ממילא עליונים למטה ותחתונים, נאך מער איך האלט אז דאס אז ר' עזריא' ליגט אין יענעם ביה"ח איז 1000 מאל מער קריאז און פאריקט און דאס אז ר' אביגדור יאקאבאוויטש ליגט דארט ווי ער ליגט מאכט עפעס יא סענס? נו אז ס'שוין פורים זאל זיין פורים אינגאנצן,
און דער ריינער אמת דור הולך ודור בא מ'האלט מיר שוין 35 זייטן רבינס פטירה, ס'שוין כמעט נישט געבליבן קיין סאטמארע פיאנערן פונעם אלטען דור, די זאליס אין בני יואל ווילן דאך דארט נישט ליגן, איז פארוועם זאל מען אנהאלטן די פלעצער? פאר יצחק ראזענבערג? צו לאנגע יארן, סיריעסלי
chusid האט געשריבן:ר' שמואל האט לכאורה מער אויפגעטוען אין סאטמאר מהר"א ווי ר' לייביש בחייו. דו ווייסט דאס נישט ווייל ער האט אלעס געטוען בשתיקה לשם שמים
איינער האלט אז מ'דארף זיך אפגעבן מיט אזא טיפשות?
אבסעלוטלי נישט!
דער שכן - שכן טוב - נעיבער - Neighbor בדרך שאדם רוצה לילך ([בה]) מוליכין אותו. אזוי איז עס, און אזוי גייט עס..אבער נישט: אזוי ווילעך און אזוי וועט עס זיין.. ראָהּהנג!
דעם רבינס חסידים ווילן דאך דארט נישט ליגן זיי שרייען דאך אז די ביה"ח איז גארנישט ווערט אפגעזען אז די רבי ליגט דארט אי הכי וואס איז שייך דעם רבינ'ס כבוד דא ?
און ווי געזאגט פריער אז א איד וואס האט זיך ארויסגעשטעלט קעגן רבינ'ס הייליגע מוסדות אין א"י וואס איז געליגן על לב רבינו יומם ולילה. קען ליגן אין די ערשטע שורה הארט פאר'ן רבי'ן דעמאלט האסטו נישט קיין פראבלעים מיט'ן רבינ'ס כבוד דו האסט אן אנדערע פראבלעים כנ"ל
די רבי ז"ל איז מיר דער נאכט געקומען אין חלום און געזאגט ער האט זייער הנאה אז ר' שמואל ליגט לעבן אים אלץ הכרת הטוב וואס ר' שמואל האט געטוהן פאר סאטמאר די לעצטע פופצן יאר ווען איך בין איינגעשלאפן א צווייטע מאל איז די רבי נאכאמאל געקומען און גיבעטן איך זאל דאס איבערגעבן בשמו פאר @דער שכן און @עזריאל און @פלעין אידיש
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
אוי פליז שכן טייערע, צימעס מיר נישט, קודם להוי ידוע, מ'האט איהם נישט געלייגט ביי די חלקת הרבנים, מ'האט איהם גלייגט ביי א חלקת בעלי-בתים, ווי ר' לייבוש לעפקאוויטש, ר' סנדר דייטש און ר' בערל פר"מ, וכדומה, דאס איז די חלקת הסאטמארע היי פראפייל פיאנערן, שנית, די וואס פארפיגן אויפן ביה"ח, ה"ה הארונים, האלטן דאך בשיטה אז די קארט פעולות זענען העראישע אקטן, ממילא פון א ארונישע פרעספעקטעוו קענסטו נישט האבן קיין שום טענה, עס-ע-מעטער-אוו-פעקט, פרעגסט מיך, איך אלס א ארוני האלט בשיטה אז די אלע וואס האבן געהאט סיי וועלכער יד און העצן דעם ברך משה און נישט לאזן איהם קומען צו משפחה שמחות קומט זיך קיין שום קבורה אין א סאטמארע ביה"ח, אזש אז די אלע קארט אקטיוויטעטן זענען א מצוה מן המובחר קעגן די אלע מעשים, איך טרייב נישט איבער, קען זיין איך בין משוגע לאותו דבר, אבער איך בין אזוי קאנווינסט, אבער אזויפיל פארשטיי איך, אז די זאליס האלטן פונקט קאפויער, און איך ערווארט נישט אז זיי זאלן טוהן פעולת ע"פ שיטת הארונים,
ממילא, דאס איז זיכער לכו"ע, אז נעם אוועק די פאליטיק, איז ר' שמואל געווען א חשובער טעטיגער איד, א ת"ח, מיט אסאך לייסטונגען פאר סאטמאר, און קען טאקע זיין אז אויף פאפיר קען זיין אז ר' שמואל קען זיך פארמעסטן מיט די אנדערע פיאנערן, אויב מ'זאל צאמרעכענען די געלט און צייט ער האט אוועקגעגעבן כל ימי חייו נאר וואס דען ער האט געהאט איין פראבלעם, ער איז נישט געווען אזוי מפורסם, נו האב איך דאך געטענה'ט אז פיאנערן מפורסמים פונעם אלטן דור זענען שוין ממילא נישט געבליבן וועם צו לייגן
לית דין בר נש האט געשריבן:די רבי ז"ל איז מיר דער נאכט געקומען אין חלום און געזאגט ער האט זייער הנאה אז ר' שמואל ליגט לעבן אים אלץ הכרת הטוב וואס ר' שמואל האט געטוהן פאר סאטמאר די לעצטע פופצן יאר ווען איך בין איינגעשלאפן א צווייטע מאל איז די רבי נאכאמאל געקומען און גיבעטן איך זאל דאס איבערגעבן בשמו פאר @דער שכן און @עזריאל און @פלעין אידיש
איך טרעף דעם רבין בהקיץ טאג טעגליך און ער האט מיר גארנישט געזאגט. אלא מאי דו חלומסט נאר, איי די האסט געחלומט א' צווייט מאל? נישט קשה האסט נאר געחלומט איין מאל אין א חלק פון די חלום איז געווען אז דו האסט שוין געחלומט אין זיך אויפגעוועקט. איי פאר וואס שרייב איך דאס? ווי קומט דאס דא אריין? הוא מותיב ומפרק, אז איך בין פארנימען מיט אזעלעכע שטותים ווי שמואל אבערלענדער ליגט (וואס זאל מיך דאס אנגיין, מיין פלאץ האט ער מילא נישט צוגענימען) קען איך שוין דאס אויך שרייבען
גאלד האט געשריבן:אוי פליז שכן טייערע, צימעס מיר נישט, קודם להוי ידוע, מ'האט איהם נישט געלייגט ביי די חלקת הרבנים, מ'האט איהם גלייגט ביי א חלקת בעלי-בתים, ווי ר' לייבוש לעפקאוויטש, ר' סנדר דייטש און ר' בערל פר"מ, וכדומה, דאס איז די חלקת הסאטמארע היי פראפייל פיאנערן, שנית, די וואס פארפיגן אויפן ביה"ח, ה"ה הארונים, האלטן דאך בשיטה אז די קארט פעולות זענען העראישע אקטן, ממילא פון א ארונישע פרעספעקטעוו קענסטו נישט האבן קיין שום טענה, עס-ע-מעטער-אוו-פעקט, פרעגסט מיך, איך אלס א ארוני האלט בשיטה אז די אלע וואס האבן געהאט סיי וועלכער יד און העצן דעם ברך משה און נישט לאזן איהם קומען צו משפחה שמחות קומט זיך קיין שום קבורה אין א סאטמארע ביה"ח, אזש אז די אלע קארט אקטיוויטעטן זענען א מצוה מן המובחר קעגן די אלע מעשים, איך טרייב נישט איבער, קען זיין איך בין משוגע לאותו דבר, אבער איך בין אזוי קאנווינסט, אבער אזויפיל פארשטיי איך, אז די זאליס האלטן פונקט קאפויער, און איך ערווארט נישט אז זיי זאלן טוהן פעולת ע"פ שיטת הארונים,
ממילא, דאס איז זיכער לכו"ע, אז נעם אוועק די פאליטיק, איז ר' שמואל געווען א חשובער טעטיגער איד, א ת"ח, מיט אסאך לייסטונגען פאר סאטמאר, און קען טאקע זיין אז אויף פאפיר קען זיין אז ר' שמואל קען זיך פארמעסטן מיט די אנדערע פיאנערן, אויב מ'זאל צאמרעכענען די געלט און צייט ער האט אוועקגעגעבן כל ימי חייו נאר וואס דען ער האט געהאט איין פראבלעם, ער איז נישט געווען אזוי מפורסם, נו האב איך דאך געטענה'ט אז פיאנערן מפורסמים פונעם אלטן דור זענען שוין ממילא נישט געבליבן וועם צו לייגן
ימים ידברו. יש דין ויש דיין. עס איז נישט קיין הפקר וועלט.
דער שכן - שכן טוב - נעיבער - Neighbor בדרך שאדם רוצה לילך ([בה]) מוליכין אותו. אזוי איז עס, און אזוי גייט עס..אבער נישט: אזוי ווילעך און אזוי וועט עס זיין.. ראָהּהנג!
רבי שמואל איז געווען גאר א טייערע איד, ווען מען האט געוואלט פארשפארן דעם כולל אין זופניק, האט ער ממש געארבייט אין דער לענג און אין די ברייט אז דער הערליכע מקום תורה זאל חלילה נישט פארמאכט ווערן, ער האט זיך פארדעם געלאזט קאסטן שווערע געלטער... אזוי אויך האט ער אריין געכאפט א היפשע פארציע מכות כדי להמית, און שווערע ביזיונות פארן זיין געטריי צו כ'''ק אדמו''ר מסאטמאר שליט''א.
עכ''ז איז אביסל מאדנע אז מען האט אים געלייגט ממש הארט ביים הייליגן אוהל.
אין סיגוט ליגט נאר ר' אשר גבאי לעבן אוהל, און אויך הרה''ח רבי משה אריה פריינד ז''ל דער ראש הקהל, ווייל דער הייליגער קדושת יו''ט האט אים דאס צוגעזאגט, צילוב די מעשה אז ער האט געזעהן דעם היילגן ייטב לב זי''ע נאך זיין פטירה, ביי די ערשטע הקפות פינעם קדישת יו''ט זי''ע.
און קרית יואל ליגט רבי יאסל לעבן אוהל אזוי ווי ר' אשר גבאי ליגט לעבן אוהל פון רבותינו הק', אזוי אויך רבי לייביש צילוב די הבטחה פון רבינו הקוה''ט זי''ע אז רבי לייביש וועט זיין לעבן אים אין ג''ע צילוב וואס ער האט געהאט די זכיה לעשות רצון צדיק, און אויפשטעלן דעם הייליגן שטעטל קרית יואל.
און ווער עס געדענקט אז נאך וואס ר' ליפא פריעדמאן איז נפטר געווארן בשנת תשל''ב, האט רבינו הק' אויפגענומען אויף זיין פלאטץ ר' לייביש לעפקאוויטש מיט ר' סענדר דייטש, און טראץ דעם וואס זיי זענען געווען אינגאנצן פון א אנדערע טייג געקענעטען, ר' לייביש איז געווען א ערליכער בעל הבית און א עושר, און רבי סענדער איז געווען א שרייבער און א דענקר און א ידען עצום און גאר א קליגער מאן, און זיי האבן טאקע געהאט ערענסע חליקי דיעות בהנהנגת הקהלה ומוסדותיה, דאך האט מען זיי ביידע די זעלבע רעספעקטירט, און מען האט אלעמאהל אבאכט געגבן נישט צומאכן קיין חילוק צווישן זיי, דעריבער איז טאקע פארשטענדליך פארוואס מען האט געלייגט רבי סענדר לעבן ר' לייביש, צו סימבאלאזירן דעם "הנעימים והנאהבים בחייהם ובמותם לא נפרדו".
אבער רבי שמואל? ווי קומט ער דארט אריין? פארוואס האט אים טאקע נישט געלייגט לעבן ר' יודל ראזענבערג, ר' אהרן טייטעלבוים, ר' אברהמ'לע ווערצבערג, ר' חיים הערש יאקאבאווטש און אלע אנדער ראשי קהלה?
עס איז באקאנט אז די סדר פון די חברה קדישה און סדר פון די חלקות, און די תקנות אד''ג, איז געמאכט געווארן דירך ר' חיים הערש יאקאבאוויטש, וואס האט איבערגעלאזט פינקליכע אנווייזינגען פאר די היינטיגע חברה קדישא לייט ווי אזוי זיך צו פירן, זעהט אויס אז לויט דעם סדר האבן די חברה קדישה געהאלטן אז ר' שמואל דארף ליגן לעבן אוהל..
אדער ווי גאלד זאגט.... אז עס איז שוין פורים... (מיטן לייגן צוויי פיגורען אין די ערשטע רייען, וואס באלאנגען בכלל נישט אין דעם בית החיים, ניטאמאהל אונטען אויך נישט...) זאל שוין זיין פורים אינגאנצען.....
אמאל איז רבי עזריאל ע''ה געווען די מחליט ביים בית החיים ווי צו לייגען, זעט אויס עס איז נאכנישט אריבער צו ספעציעלע מחליטים נאר יעדער איינער קען שתדלן ווי ער וויל, די משפחה האט אלע רעכטן צו וועלן לייגען זייער טאטע/זיידע אויף די שענסטע ארט אינעם בית החיים.