פארוואס איז נאכנישט דא קיין טשעט רום אויף אידיש?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
וועפערייזער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 65
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 9:23 pm
האט שוין געלייקט: 13 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל

פארוואס איז נאכנישט דא קיין טשעט רום אויף אידיש?

שליחה דורך וועפערייזער »

איך קלעטער ארום אויפן נעט דא דארט, און געפין נישט קיין ארט ווי צו שמועסן מיט חבירים אויף אידיש. אלע זענען אויף ענגליש, און פארשטייט זיך פול מיט אלע סארט חברה, שמוציאנען, און בייזע אנשיקענישן וואס זענען נישט געקומען דארט "סתם" צו שמועסן.
די מעלה פון א טשעט רום מער ווי למשל אונזער סייט איז אז די רגע מטייפט, שיקט זיך עס אויפן ספאט, און ס'פארט צען מאל שנעלער ווי הודעות. דאס דארף איך ענק נישט מסביר זיין יעדער דא ווייסט וואס א טשעט רום הייסט.

נאך א מעלה איז אז קענסט יעדע מאל אריינקומען מיט א אנדערע ניק.
קענסט טשעטן פריוואט מיט אפאר מענטשן אויפאמאל.
מ'זעט אגאנצן צייט וויפיל מענטשן זענען דא.
אין איין מעין רום פון אלע נושאים. און אזוי נאך פולע מעלות.
איך קען מיך נישט אויס וויאזוי עס צומאכן. די טעכנישע חלקים, אבער איך וואלט אפילו גרייט געווען צו צאלן געלט פאר איינעם זאל עס טון. איך וויל מזכה זיין אנדערע זאלן האבן א כשר פלאץ ווי צו קענען פארברענגען.
און דערשרעקטס ענק נישט, אונזער פלאץ וועט נישט ווערן קלענער. נאר אויף אזויפיל אז די חסידישע פאליטיקאנטן וועלן זיכער אהינגיין וואס דאס וועט נאך מאכן אונזער קרעמל מער געאייגנט און בא'טעם'טער.

דער אשכול פארמאגט 4 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר