אוי חנוכה
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 586
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 03, 2013 11:40 am
- האט שוין געלייקט: 247 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1015 מאל
אוי חנוכה
עס איז שוין חודש כסליו, איך גיי אין גראסעריי און מען זעיט שוין דעים חנוכה אויסלאגע, יעדעס מאל ווען עס באווייזן זיך דו דאנאטן אויפ דו פאליצעס, גיבט עס מיר א ציפ, ווער ווייסט און ווער פארשטייט אז איך ברויך עס האבן, פאר וואס אזוי פרי, ווער האט נישט וואס צו טיען מיט דו צייט אזש אז איין טאג און חודש און מען פארקויפט שוין דאנאטן פאר ביליג, עס איז נישט נארמאל ווי אזוי ראבאטיש מיר זענען, צו ווייסן זיי נישט אז עס איז נאך דא עטליכע געהויבענע חגאים פאר חנוכה, קודם איז נאך דא י"ט כסליו, דעיס איז דאך ראש השנה פאר חסידות לעבאוויטש, דאן כ"א כסליו, דאן איז דאך געלייגט געווארן דער גרינדשטיין פאר דו גרעסטע חסידות און דו וועלט, און מען פארקויפט מיר שוין אויל פאר מיין מנורה.
בכלל אז מען רעדט שוין פון אויל פאר מיין מנורה, פארוואס אויב איך האב פיר אינגלעך און פיר מיידלעך מיז איך קויפן ביי יעדעס קינד אויל וואס זאל קלעקן פאר מיין גאנצע משפחה, פאר אכט טעיג יום טוב, פאר וואס מיז מיין קינד פון פינף יאר ווערן א אויל סעילעסמאן פארן חדר, אויך א זאמלער, און אוועק געיבן זיין גאנצע חנוכה געלט וואס ער זעקלט, פארן מוסד כדי ער זאל אריין גיין און א גורל אויף א פארקער פען, דעיס איז דאך נישט אויסגעהאלן מיט דו לעיבער דעפארטמענט,
איך האלט אז דעיס וואס מען ברעינגט מיר א צעטל פינם מלמד אז דו מוסד האט זיך אריין געלאזט און דו אויל מארקעט, און איך זאל זיי צו העלפן און זייער געשעפט, איז נאר א שפיצעל אז איך זאל זיך דערמאנען, אז היות ער לערנט אויס מיין זין פין פינף יאר דו קשיא פון בית יוסף על כן זאל איך אים אריין ריקן עפעס אפאר גילדן, אקעי איך נאב געכאפט דעים רמז, אבער וואס זאל איך טיען אז כ"א כסליו לקח את הכל, זיי לאזן מיר נישט איבער קיין פעני.
אויך איז דא נאך עטליכע צוועקן וואס רויבן אויס כל אשר לי, נעמלעך אז תולדות אהרן'ער רבי מאכט חתונה און עס זענען געוועין פילע פליגערס מיט ישראלים, און אז זיי זענען שוין יא דא ממילא, פארוואס נישט מאכן עטליכע רינגלעך אויך איינעמען פאר שפעיזן, עס איז דאך ממש א שאד איבער לאזען עפעס פאר דו אמעריקאנער אנגעפאשעטע בירגער, און א צייט וואס מיר ישראלים זענען דאך דו וואס זענען זיך מוסר נפש, מיר זענען נישט כורע לבעל, מיר נעמען נישט קיין געלט פון דו מדינה חתונה צו מאכן דו צאצאים.
עפעס א חזקה האבן דו מוסדות געמאכט, אז זיי לאזן ארויס דו קינדער אויפן יארכה, זיי קימען יעדער מיטן קרן מרבה חכמה ביך, קען מיר איינער זאגן ווי דאס געלט גייט, זיי זאמלען שוין יארן פארן קרן, אלע קינדער אויב וויל מען גיין אויף א טריפ, מיטן שעיפער שיף אריבער דעים איסט ריווער, דאן מיז מען ברעינגען געלט, און דו חדר וואס ברעינגט אריין דאס מערסטע, דו חדר גייט פארן מיטן שיף, אלזא ווי איז דאס געלט, וואס טיען זיי דערמיט, א מלמד זאגט מיר אז דעיס גייט פאר מתנות פארן קינד, וועלכע מתנה רעדן זיי פון, אה אפשר פינעם ספר רחמי האב וואס מיין זין ברעינגט אהיים וואס ער געווינט אויף א גורל אויב ער גייט זיך פארהערן גאנץ ש"ס מיט תוספות, איך זעי נישט קיין שום שפע מיט מתנות, ווען מיר גייען צי אבות ובנים יעדן מוצש"ק געווינען מיר כסדר, עס איז דא א אויסלייג פון צוואנציג דרייסיג מתנות יעדע וואך, און זיי האבן נישט קיין קרן, זיי האבן לייטזעיליגע נדבנים אן קיין פראבלעים, איך קלער אז דו קרן גייט אריין אלס באנוס אינעם באדזעט, אדער אין אנדערע ביזעם קעשענעס, אבי עס קימט אן אין אידישע הענט, איך האף אז כאטש מיין זינ'ס מלמד, נעמט אראף א חומש, איידער ער גיבט עס איבער פארן מנהל,
צים ענין, חנוכה איז מיר עפעס נישט אזוי צים הארצען, עס איז מיר נאר א עקספענס, און עס גיבט מיר נישט קיין שום הנאה גשמי, און עס איז נישט יושר, הלל מיז איך זאגן דו גאנצע, ווייל דו זאמלער זאלן האבן געניג און נאך צייט, נישט אויסלאזן קיינעם נישט, איך מיז גיין ארבייטן געהעריג, איך מיז מיך ציבינדען צים מנורה פאר א האלבע שעה, איך מעיג נישט אפילו אראפ נעמען קיין אויג, ווייל מיין זין האט מען אויסגעלערנט אז עס איז דארט באהאלטן דו ליכטיקייט פון ששת ימי המעשה, איך בין אלע מאל הינגעריג, עס שמעקן מיר אריין דו לאטקעס און מיין נאז, אבער איך מעיג נאר עסען א סעודות עראי, מיינע קינדער האבן געקויפט א טיימר וואס נר מצוה האט ציגעשטעלט, און איך מיז בלייבן ביים מנורה ביז עס פייפט, און זיי שטעלן עס ערשט אן ביי מעוז ציר, יושב בסתר פלעיג איך איבער היפן, פשוט ווייל איך פלעיג זיך פארמישן ביים זעקסטען מאל, און מיין געוויסן האט מיר געזאגט אז אויב זאגט מען עס אכט מאל שאדט עס, אבער מיין זין האט באשטעלט ביי נר מצוה א יושב בסתר ציילער, מיז איך שוין זאגן.
ני שנעלער, באבי מאכט א פארטי, הייבט זיך אן א מלחמה מיט דו מיידלעך, אבער דו אינגלעך לאזן נישט נאך, איך קיק בכלל נישט ארויס אויפן פארטי, איך זעקל נישט ממילא, אלע מיינע נעפיוס און ניסעס ברויך איך געיבן חנוכה געלט, און דעיס איז שוין חוץ וואס איך מיז זיך משתתף זיין מיט זייערע צוועקן, דארט העלפט נישט קיין אין לי, אויך אז איך האב שוין געקויפט דעים ראפעל העלפט אויך נישט, יעדעס יאר שפילט זיך איבער דו זעלבע געים, פינקט אינמיטן דו פארטי, און פליצלינג באווייזט זיך א פרייז וואס מען האט געקויפט פאר דו שוויגער, זי האט זיך בכלל נישט געראכטן דערויף, זי פארגעסט אז שוין פיפצן צוואנציג יאר שפילט מען דו זעלבע שפיל, אבער אלע מאל פרייט זו זיך, און באדאנקט זיך ווי זי איז נאך און שאק פונעם פרעזענט, ווי אזוי האט מען אזוי געקענט אויסבאהאלטן פון איר, אלע מאל בלייבט יעדער מיר שילדיג דאס געלט, יעדער פארגעסט מיר צי צאלן, אפילו איך נעם זיך פאר עס מער נישט אויסצולייגן, קען זיך מיין ווייב נישט גובר זיין, און מען קויפט איר אינטער מיט א חניפה'לע, אז זי האט א זעלטענע טעיסט.
כאטש ביי מיין שווער איז דו תורה געזאגעכץ נישט קיין גרויס ארטיקל, קיינעם שטערט נישט דארט דעיס וואס ר' תנחים האט אנגעמאכט מיט וואס ער האט פינקט גענעינט צוויי מאמרים, אבער דאך רעיגט ער זיך אלע מאל, פארוואס מיר זיצען אלע צינעזאם, יעדער איינער מיט זיין סעלפאן, דא דארט לאכט איינער פון א וויץ, דא איז איינער פארטיפט און א שמיעס אוין טאן צעין, וועיגן וואס מען מיז עסן אריזאנע ווייץ, איינער איז נאך אויפגערעיגט וועיגן דעים ארמארי, איין איידעם וואס גלייכט פאליטיק, האקט נאך אויף בּאָש, ער קען אים נאך נישט מוחל זיין פארוואס ער האט אריין געשלעפט אמעריקע אין דו מלחמה מיט סאדאם, קיין נארמאל ווארט אינטערעסאנט איז דארט נישט דא, נאר לאטקעס מאכט מיין שוויגער מורה'דיג, דאנאטען אירע ברויך נאך א תיקון, ווייל איך גלייך נאר דו ראציגע, נישט מיט פערזשעך.
א טאג דערוף איז דא א פארטי ביין מיין טאטע, קודם מאכט מיך מיין ווייב גליקלעך אז זו קימט בכלל, מיר זיצען שוין דארט, האב איך כאטש גיטע פאטעיטא קיגל, אבער דארטן איז מען געפערלעך פארפלאגט מיטן קשיא פון דו בית יוסף, דו קשיא פרעסט פון מיין טאטען שטיקער, פארוואס האט מען געמאכט אכט טעיג יום טוב, איך פראביר מסביר זיין, אז דעיס איז ספעציעל וואס שנארערס האבן מוסף געוועין מדעתם, און א בת קול האט אזוי געפאסקענט להלכה, מיין טאטע שיסט מיר שיער נישט אויס דו ציין, ווען איך זאג אים אז איך וואלט געמאכט 9 טעיג יום טוב, ווייל איך זעקל עפעס אויסער געוועינטלעך, מיין ברידער האט א גאנצע פשעטל פארוואס דו מחלוקה פון בית שמאי און בית הילל וויפיל ליכט מען צינט אן דעים ערשטן טאג, ווענט זיך און דו מחלוקה פון יוסף הצדיק מיט דו שבטים, צו זיי זענען בני נח אדער בני ישראל, איך פראביר אים צו פארשטיין, איך בין מוסף אז מיט זיין פשעטל איז אויך פארענטפערט, קשית בית יוסף, ער הרג'ט מיך ווייל דעיס איז געוועין זיין שפיץ, און איך האב עס ארויסגשווינדעלט אזוי ווי יעקב מיט דו בכורה.
יעדע אייניקל וואס איז שוין ארויס מכלל נפל, זינגט אוי חנוכה אוי חנוכה, יעדער מיז זאגן ווי זיס זיי זענען, איינע א גראטענע קען אפילו אוי לאטקעלע האפ, אבער נאר אויב מען זאגט איר אינטער, עס זעיט אויס ווי מיין בעל קורא, יעדער שרייט אריין, און מיין שוועסטער שעלט אז קיינער זאל נישט אינטערזאגן ווייל זי קען עס, איך וויל אריין זינגען, אבער זי זאגט אז דעיס איז א חנוכה פארטי, נישט דו בת מצוה, פאר א גיט יאר קען נישט קיינער אויפקימען מיט א נארמאלען קינדישן זמר, וואס איז דאס מיטן לאטקעלע וואס טאנצט אין טעפ, פאר וואס ברויכען מיר לערנען אינזערע קינדער אז מיר שמיסן מיט לאטקעס, מיר ווארענען דו לאטקע בשעתן פרעיגלען אז עס זאך זיך אפ פרעיגלען זייער זייער שיין, שרייט דו לאטקע מיט דו לעצטע כוחות פאר וואס, ווייל איך וויל דו זאלסט זיין שיין איבעת אימא פיין ואידך גיסא מיין, אה זאגט דו לאטקע, פארוואס זאגסטע נישט, איצט קען איך בריען מיט א ריאיגען געוויסן.

אַבִּי מְ'לֵייקט
פארוואס זאג איך עס אייך ?
ווייל איך וויל איר זאלט וויסן.
פארוואס זאג איך עס אייך ?
ווייל איך וויל איר זאלט וויסן.
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
פרישער האט געשריבן:פאר א גיט יאר קען נישט קיינער אויפקימען מיט א נארמאלען קינדישן זמר, וואס איז דאס מיטן לאטקעלע וואס טאנצט אין טעפ, פאר וואס ברויכען מיר לערנען אינזערע קינדער אז מיר שמיסן מיט לאטקעס, מיר ווארענען דו לאטקע בשעתן פרעיגלען אז עס זאך זיך אפ פרעיגלען זייער זייער שיין, שרייט דו לאטקע מיט דו לעצטע כוחות פאר וואס, ווייל איך וויל דו זאלסט זיין שיין איבעת אימא פיין ואידך גיסא מיין, אה זאגט דו לאטקע, פארוואס זאגסטע נישט, איצט קען איך בריען מיט א ריאיגען געוויסן.
איך רייס זיך און לאך שוין 10 מינוט און איך קען נישט סטאפען, איינער קען מיר קומען צו הילף??
וירח ה' את ריח הניחוח
- smartinof
- ידיד השטיבל
- הודעות: 283
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 4:21 pm
- האט שוין געלייקט: 35 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 163 מאל
אלס אח לצרה קען איך דיר העלפען... איך האב שוין לאנג און פלאן צו סועין דעם[tag]פרישער[/tag] ער רייסט מיר אויס די געדערים... מיין ווייב מיינט אז איך בין אינגאנצען אראפ אראפ פון זינען... איך שאשקע מיר פון געלעכטער 24/7, סארי, 24/6,
אז [tag]אחד העם[/tag] האט שוין ערווענט דעם ניגון וועל איך עס צו ענדיגען למיטיב זכרוני;
שלג על ההרים, קר מאוד בחוץ.
חנוכה הלילה, אל הבית רץ.
ובבית חם מאוד, נירות יפים דולקים.
משחקים בסביבון, וליבבות אוכלים.
פרישער אז האסט א פראבלעם מיט עברית וועל איך דיר עס איבערטייטשען אויף דעם הייליג יידישען שפראך;
שניי איז אויף די בערג, אינדערויסען איז זייער קאלט.
חנוכה אויפדערנאכט, קומט און שטוב צו לויפען באלד.
און דעם שטוב איז ווארעם זייער, און עס ברענען ליכטעליך שיינע.
און מיט'ן דריידעל מען שפילט, און מען עסט לאטקעס פיינע.
ס'שטימט מיט'ן טאן אויך, בדרך אגב, און ב''פ לערנט מען עס און אלע שולעס פארשטייט זיך אחוץ סאטמר
אז [tag]אחד העם[/tag] האט שוין ערווענט דעם ניגון וועל איך עס צו ענדיגען למיטיב זכרוני;
שלג על ההרים, קר מאוד בחוץ.
חנוכה הלילה, אל הבית רץ.
ובבית חם מאוד, נירות יפים דולקים.
משחקים בסביבון, וליבבות אוכלים.
פרישער אז האסט א פראבלעם מיט עברית וועל איך דיר עס איבערטייטשען אויף דעם הייליג יידישען שפראך;
שניי איז אויף די בערג, אינדערויסען איז זייער קאלט.
חנוכה אויפדערנאכט, קומט און שטוב צו לויפען באלד.
און דעם שטוב איז ווארעם זייער, און עס ברענען ליכטעליך שיינע.
און מיט'ן דריידעל מען שפילט, און מען עסט לאטקעס פיינע.
ס'שטימט מיט'ן טאן אויך, בדרך אגב, און ב''פ לערנט מען עס און אלע שולעס פארשטייט זיך אחוץ סאטמר
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 586
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 03, 2013 11:40 am
- האט שוין געלייקט: 247 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1015 מאל
עס גענעינט זיך שוין דער יום טוב חנוכה, מיין שיהל איז שוין זייער יום טובדיג עס איז שוין נישט דא קיין פלאץ צו דאווענען, נר מצוה מיט די רשות פון מיין שמש האט שוין אויסגעלייגט א פול ליין פון פרודקטן פאר חנוכה, וואס מיר זעיען נישט אפילו און א יריד, קנויטן, אלע ערליי אויל, גלעיזלעך אלע סייזעס אפילו א איינס וואס איז גרעסער ווי מיין כוס של אליהו, זיי האבן אלע סייזעס דריידלעך, דריידלעך פון פימסן האלץ, וואס האט דעים שיעור כדי להמית, דריידלעך מיט א השגחה אז עס איז נישט ערלה, שיינע רעבישע דריידלעך מיט סטראקעס, שרייעם דריידלעך וואס איז אנגיפילט מיט נאש, מען קען דערין אויך אריינלייגן פערוול, און צוויבל קיגל, אלע ערליי זאגערלעך, עס איז אפירגעקימען פאר חנוכה מער תפילות ווי אין די קינות, מען וועט שוין באלד מיזן נעמען א טאג אראף פין די ארבייט, באלד גייט מען שוין אנהויבן טעקסטן ביי דו חנוכה ליכט ווייל עס איז שוין דא אזויפיל תפילות מיט סגילות אזוי ווי ביי קינות, און מען וועט בקרוב זיכן א בעל תפילה, אזוי ווי הושענה רבה ביי משנה תורה.
אין די גראסערי איז שוין מער נישט דא קיין חמץ, אלעס איז שוין חנוכהדיג געמאכט, עס זענען דא רעדזיסערס ספעציעל פאר אלע ערליי חנוכה'דיגע פראדאקטן, אלעס איז געפעקלט שמירה משעת קצירה מיט א שטרעינע השגחה, עס האבן זיך אפילו פארמירט ספעציעלע ארגענעזאציאס ארויסצוהעלפן אלע נויט באדערפיגטע מיט משפחה געבענטשטע שטיבער, וואס קענען נישט אויסקימען פאר אלע צרכי חנוכה, זיי קענען נישט עפארדן אלע שיעורים דאנאט'ס און לאטקעלעך אדער אלע מתנות פאר די קינדערלעך, און מיר מיזן דאך מקיים זיין דו מצוה פון חנוכה געלט, מיז מען אריין ריקן בדרך כבוד פאר אלע אזעלכע, מעות שמן למנורה, איז דא א חיוב, און ווי דער רב האט ערוועינט ביי די דרשה וועט מען ציזאם נעמען יעדע שיל פאר די עניים פין אינזער שיל וועלכע ברויכן איילבירט אויל פינעם אויבישטן פינעם שטייסל.
דער שמש זאגט אז די אלע וואס ווילן גיין אין מקוה נאך מעריב וועט נישט העלפן די מקוה קארטל וואס מען צאלט אויפן חודש, דעיס האט א עקסטרע פאנד וואס מיט דעים דעקט מען די הוצאת חנוכה וואס עס קאסט עקסטער פארן שיל, ער זאגט אז גיין און מקוה פאר חנוכה ליכט טאר מען נישט נעמען א שויער, ווייל אויב נעמט מען א שויער, איז עס שוין נישט געדרינגען אז עס איז לכבוד חנוכה, אויך האלט ער אז כדי לפרסם הנס, טאר מען נישט אפווישן דו פיאות, מען מיז לאזן ס'וואסער גיסן אז מען זאל קוים קענען אנצינדן די ליכט, און אזוי פארענטפערן בית יוסף'ס קשיא, אז עס איז געוועין א נס אז מען האט געקענט אנצינדן די מנורה, אפילו עס האט געגאסן פון די פיאות ווי א שלאך.
צים טיש, דער רבי פירט טיש חנוכה, ער זאגט שיין תורה, אבער למעשה איז עס זייער מאדנע, איך ווייס נישט וואס פאר א סארט איד גייט צים רבין הערן דברי תורה, אדער גייט מען הערן די שיינע מעוז ציר, עס איז דאך דא א האק אפ פון די תורה, אגב די מעוז ציר זינגעריי ברויך א מעידזשער אפדעיט ווייל עס קריכט שוין ארויס פין אויער, איך ווייס שוין גענוי פון פראנאויס וועלכע פאל גייט נידריג, הויעך, מער חזניש, אפילו ווי עס קימט א סאלא, אזש ביזן אינטישטן שטיקל חתוף, דארט קימט דער הויעך פונקט, א גאסט חזן, יעדע נאכט א צווייטע, ווייל אויב נישט וועט דער רבי בלייבן א מלך בלא עם, און אויך אלע קינדער וואס זאמלען זיך צאם שפילן א ניקל פערסט לעסט שאט, און אינטן זענען די שקצים וואס היסן ווינטער ווייל זיי שפילן קוויטלעך בשעת דער רבי זאגט תורה, די גאר פיפיגע שרייען כסדר עוועלווע רָן, די פרימערע קינדער גייען נאך געלט, יעדער מיט זיין צוועק, אבער וועלכע סארט טאטע לאזט איבער זיין הויז געזינט און גייט צים רבין ווייס איך נישט.
מען קימט שוין אן צי צינדען, איז מען דאך זייער ביזי, איז דא א עצה פון נר מצוה, אז מען קויפט זיך דעים פריפילד גלעיזל, אבער דעיס איז נישט אויסגעהאלטן, מיין שמש גלייך'ט נישט ווען מען קויפט עס, ער האט נאך די וואטע וואס קימט מיט פעיפר, וואס מען ברויך זיך קודם אויליג מאכן די הענט, אדער שפייען אויפ די ידים, ביז מען שפינט ציזאם א קנויט, וואס די שכינה קען דערפין הנאה האבן, וואס דער אור הגנוז קען דערפין דערזעין ווערן, פארוואס איז נאך נישט דא פון נר מצוה, קנויטן טָווִי בְּיַד, ווייס איך נישט, זיי קענען דאך מאכן א מיאנטיק, עס וועלן זיין בית רחל קנויטן אדער קנויטן בני תורה, אדער פלעינע קנויטן וואס איז געשפינט דורך רוסישע שפין פרויען, זעיט אויס אז דער עולם וועט נישט פאלן דערפאר, ביי די קנויטן זענען מיר מער מחמיר ווי ביי די מצה וואס מיר מישען זיך נישט, ווייל קנויטן קען מען דאך דערגיין דעים ווייבל די יארן ווען מען שפינט, און מען איז שטארק מקפיד אז דאס אויל זאל גיסן ווי ביי די הבדלה.
די גרויסע פארדינסען וואס דער משמש פארדינט, גייט נישט אריבער אן קיין פיפס, מיר ברויכן אפווייעכן זיין עין הרע, ער האט דאך נישט קיין קאנקערענט, ער פארקויפן א פעקל שוועיבלעך פאר א פינעווער, איין קנויט פאר א דאלער, אויל איין שאכטעל וואס קלעקט פאר די ערשטע דריי נעכט, נאר פאר א נייע הינדערטער, וואס האט נישט געהאט א יאך, און אלע וואס ווילן אים אינטערהאקן ביי די פיס, זענען מכובד צו ווארפן האנטיכער אויפן משמש, בשעת ער צינט אן די מנורה פאר מעריב, קען יעדער וואס זיין הארץ קרעינקט אים אויפ זיינע ריזיגע פארדינסן, שיסן האניכער ביז מען איז זיכער אז די ברכה איז געוועין לבטלה, אויב בלייבט נאך איבער אפילו א זכר פון די מנורה ווען ער האט געמאכט דעים ברכה, דאן איז לא יצא, אבער אויב איז מען זיכער אז עס איז געבליבן אויפן שמש פערמענאנטע שאדן, דאן קען מען אהיים גיין צינדען די מנורה, און מען איז באוויליגט פארן אייבישטן.

- שטילע אינגערמאן
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1009
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
- האט שוין געלייקט: 603 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1999 מאל
- רויטע וואנצעס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4863
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
- געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
- האט שוין געלייקט: 8315 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל
אוי חנוכה אוי חנוכה א יו"ט מיט אויל,
קאסטערד אדער דזשעלי ווענסט זיך די מויל,
אלע נעכט מיט רופלאקס מוטשנען זיך מיר,
הייסע פרישע הארט בירנס ברענט אן א שיעור,
קומטס קינדער, געשווינדער,
די מאגן מיט פעטנס אנצינדען,
מ'וויינט און מ'שרייט,
מ'נעמט טאמס אלל נייט,
לאמיר אלע טאנצן פון ווייטאג,
מ'וויינט און מ'שרייט,
מ'נעמט טאמס אלל נייט,
לאמיר אלע טאנצן פון ווייטאג.

אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 586
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 03, 2013 11:40 am
- האט שוין געלייקט: 247 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1015 מאל
הנירות מיט באם באם
שיינע רעבישע ניגון
אַבִּי מְ'לֵייקט
פארוואס זאג איך עס אייך ?
ווייל איך וויל איר זאלט וויסן.
פארוואס זאג איך עס אייך ?
ווייל איך וויל איר זאלט וויסן.
- ברסלבער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2048
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
- האט שוין געלייקט: 3570 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל
פרישער האט געשריבן:שיינע רעבישע ניגון
אינטערעסאנט. וועלכע רבי?
ווער ווייסט וויפיל באמס דער רבי האט אנגעמאכט מיט זינגען דעם באם באם ניגון...
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1396
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
- האט שוין געלייקט: 3030 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
- קאנטאקט:
- פליקער
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1692
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
- האט שוין געלייקט: 1056 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל
Re: אוי חנוכה
בן אדם זאגט צים פינטל
Stay away from negative people
they have a problem for every solution
they have a problem for every solution
קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: אוי חנוכה
הערליכע רייד! ממש קטלא קניא אויף סטערויד"ס!
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא