נס ההצלה של האדמו"ר מסאטמאר - דער חלום

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
וחלופיהן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 37 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 76 מאל

נס ההצלה של האדמו"ר מסאטמאר - דער חלום

שליחה דורך וחלופיהן »

אפשר קענען די ידענים איבערגעבן דער מקור פון דער סאטמארער לעגענדע איבער א חלום צו אן עסקן לטובת הצלת היהודים (מר פישער?) אז ער זאל מציל זיין ר' יואליש ז"ל און אים ארויפלייגן אויפן באן הידוע.

ווען האט מען דעם ערשטן מאל דערמאנט דער חלום, ווער האט עס דערציילט, צו וועם און וואו ווערט דער חלום צום ערשטן מאל געברענגט בכתב, זענען דא עטלעכע גרסאות דערפון און וואס זענען זיי?

איך האב א ביך 'דער סאמאערער רבי נר"ו, אן אפשאצונג' פון אהרן ראזמארין, געדריקט בחייו אין תשכ"ז. דארט איז דא גענוי איין איינציקן פאראגראף איבערן גאנצער נס הצלה און סך הכל שטייט אז 'ער איז ניצל געווארן דורך א נס'.

(איך בעט נישט פארפירן דער שמועס צו דער יו"ט איבער דער הצלה און צו די אנדערע קאנטראווערסיעס איבער דער באן מטוב ועד רע נאר פשוט אויף דער עלעמענט פון דער געשיכטע וכל המסתעף.)
בעל מחבר פון "דער סאמע ערגסטע, גרויליגסטע, און נידריגסטע תגובה וואס איז נאר אמאל געשריבן געווארן אין דער היסטאריע פון קאווע שטיבל" (על פי דברי @אליצפן)
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

איך וועל נאר מאכן איין קאמענט איבער דעם גאנצן ענין: די געשיכטע מיט'ן חלום איז לפי ידיעתי נישט דאקומענטירט. נאר ס'גייט ארום מפי השמועה. אלס ענטפער אויף די טענה פארוואס די סאטמאר'ער חסידים זענען נישט דאנקבאר צו דר. קאסטנער אז ער האט ארויפגעלייגט דעם סאטמער'ע רבי אויפ'ן טרעין. אויף דעם קומט די טענה אז קאסטנער'ס שווער, דר. פישער האט געחלומ'ט אז אויב מ'וועט נישט ארויפלייגן די סאטמאר'ע רבי אויף די טרעין וועט די גאנצע טרעין נישט פארן....!
וחלופיהן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 37 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 76 מאל

שליחה דורך וחלופיהן »

עס מוז זיין ערגעץ אראפגעשריבן. ווי איך האב עס געהערט איז עס אז מען האט פישער אנגעזאגט אין חלום אז ער מוז אויך מיטנעמען דער סאטמארער רב אבער אן דער סטראשע.

אז מען רעדט שוין פון דעם, ווען האט זיך אנגעהויבן דער גאנצער כ"א יו"ט? אין ראזמארין'ס ביך ווערט א דאטום בכלל נישט דערמאנט. איז עס א סברא צו זאגן אז דער נאנטקייט פון כ"א צו טאנקסגיבינג האט געהאט א השפעה? ביידע זענען איבער א נס פון אימיגראנטן פון אירופא קיין אמעריקא און סאטמארער זענען בדרך כלל די מערסטע פאטריאטיש ווי אנדערע חסידים.
בעל מחבר פון "דער סאמע ערגסטע, גרויליגסטע, און נידריגסטע תגובה וואס איז נאר אמאל געשריבן געווארן אין דער היסטאריע פון קאווע שטיבל" (על פי דברי @אליצפן)
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

וחלופיהן האט געשריבן:עס מוז זיין ערגעץ אראפגעשריבן. ווי איך האב עס געהערט איז עס אז מען האט פישער אנגעזאגט אין חלום אז ער מוז אויך מיטנעמען דער סאטמארער רב אבער אן דער סטראשע.

אז מען רעדט שוין פון דעם, ווען האט זיך אנגעהויבן דער גאנצער כ"א יו"ט? אין ראזמארין'ס ביך ווערט א דאטום בכלל נישט דערמאנט. איז עס א סברא צו זאגן אז דער נאנטקייט פון כ"א צו טאנקסגיבינג האט געהאט א השפעה? ביידע זענען איבער א נס פון אימיגראנטן פון אירופא קיין אמעריקא און סאטמארער זענען בדרך כלל די מערסטע פאטריאטיש ווי אנדערע חסידים.

וחילופיהן: איך וועל נאר אדרעסירן די שאלה ווען ס'האט זיך אנגעהויבן דאס פייערן דעם יום ההצלה פון סאטמאר'ער רב זי"ע. איינער פון די שרייבערס דא אויף קאווע שטיבל האט געשריבן אז ווען עטליכע תלמידים פון סאטמר'ע רב האבן איהם געבעטן אז ער זאל אפצייכנען זיין יום ההצלה, האט ער זיי געענטפערט אז דאס איז זייער תפקיד. און אזוי איז טאקע געווען, אז דער טאג כ"א כסלו האט גארנישט געהאט צו טון מיט די פאנדרעיזינג אקטיוויטעטן. נאר שפעטער, ווען דער סאטמאר'ער רב איז שוין געווארן שוואך האט מעןצוזאמען געשטעלט ביידע מסיבות צוזאמען, כדי ער זאלל נניישט דארפן קומען צוויי מאל...כך שמעתי/קראתי...!
נ.ב.: אנטשולדיגט אז דער שמועס איז א ביסל פארפארן. איך האב פשוט געוואלט פארענטפערן די שאלה פונ'ם שואל, וויאזוי און ווען ס'האט זיך אנגעהויבן די מסיבה פון כ"א כסלו...!
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

יידל האט געשריבן:http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=979677#p979677

יידל: ייש"כ פאר ברענגען דעם לינק. איך האב וואס צו זאגן איבער דעם עניין. אבער לפי בקשת פותח האשכול, אז מ'זאל נישט פארדרייען דעם שמועס אויף אנדערע עניינים פון די כ"א כסלו פייערונג, וועל איך מיך דערווייל צוריקהאלטן פון קאמענטירן איבער די נושא...!
וחלופיהן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 37 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 76 מאל

שליחה דורך וחלופיהן »

יידל און בערל ייש"כ

בערל, מיט פארפארן האב איך געמיינט די אויסגעדארשענע טענות, יא הצלה נישט הצלה, יא ציונים נישט ציונים אאז"וו.

אין דער יו"ט בין איך ענדערש אינטערסירט. אין וועלכע יאר האט מען עס צום ערשטן מאל געפייערט אויף א גרויסן פארנעם אדער ווען האט זיך עס אנגעהויבן. עס זענען דא קליפס ווען דער סאטמארער רב איז געווען קראנק און אויף איין בילד זעט מען אויך זיין רביצן! ווען ער איז נאך געווען געזונט האט מען עס אויך אזוי געפייערט? ער פלעגט אליין דערציילן דערפון? איך שטעל מיך פאר (נישט מוכרח) אז די מעשות ארום די נסים זענען נולד געווארן צוזאמען מיטן יו"ט.
בעל מחבר פון "דער סאמע ערגסטע, גרויליגסטע, און נידריגסטע תגובה וואס איז נאר אמאל געשריבן געווארן אין דער היסטאריע פון קאווע שטיבל" (על פי דברי @אליצפן)
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

אין מאפילה לאור גדול פון הערשל פרידמאן איז דא א שמועס וועגן דעם חלום.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

וחלופיהן האט געשריבן:יידל און בערל ייש"כ

בערל, מיט פארפארן האב איך געמיינט די אויסגעדארשענע טענות, יא הצלה נישט הצלה, יא ציונים נישט ציונים אאז"וו.

אין דער יו"ט בין איך ענדערש אינטערסירט. אין וועלכע יאר האט מען עס צום ערשטן מאל געפייערט אויף א גרויסן פארנעם אדער ווען האט זיך עס אנגעהויבן. עס זענען דא קליפס ווען דער סאטמארער רב איז געווען קראנק און אויף איין בילד זעט מען אויך זיין רביצן! ווען ער איז נאך געווען געזונט האט מען עס אויך אזוי געפייערט? ער פלעגט אליין דערציילן דערפון? איך שטעל מיך פאר (נישט מוכרח) אז די מעשות ארום די נסים זענען נולד געווארן צוזאמען מיטן יו"ט.

וחלופיהן: איך האב ערגעץ געליינט אז דע דיאלאג פון די סאטמאר'ע רבי מיט זיינע תלמידים/חסידים איז פארגעקומען ערגעץ אין אנהייב שנת תשי"ד 1953. אבער קיין דאקומענטירטע דאטום האביך נישט געזעהן...!
פארשפארט