א גוי האט מסירת נפש??? אייסיס והמסעתף

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
באניצער אוואטאר
לא להנאת גופי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 136
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 6:10 pm
געפינט זיך: ווענד זיך ווען
האט שוין געלייקט: 46 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 80 מאל

א גוי האט מסירת נפש??? אייסיס והמסעתף

שליחה דורך לא להנאת גופי »

לעצטענס קומט ארויס א מעשה וועגען 4 יונגע קריסטין [אין די בחור'שע יארען], וועם אייסיס האט געפאנגען און זיי האבען זיי געסטראשעט זיך צו טויפען אויף איסלאם, ווען די קינדער האבן זיך אנטזאגט האבן די רוצחים זיי געבעטען כאטש צו זאגען אז זיי גלייבען אין מהמוד, און דערביי האבען די רוצחים קלאר ארויסגעברענגט וואס גייט פאסירען טאמיר זיי אנטזאגען זיך. די קינדער האבען אבער געענפערט מוט שטאלץ 'מיר גלייבען אין ישו, ער איז אייביג געווען מוט אינס, מיר וועלן עם נישט אפלאזען'. ווי נאר זיי האבען זיך אנטזאגט איז איבריג צו זאגען אז א ''ביהעדינג'' האט נאכגעפאלגט..
[די מעשה איז דערציילט געווארען דורך א רייע מידיע נעצען. אבער די מקור איז א גלח, ממילא ווייס איך נישט צי ס'האט ממש סמכות]
עכ''פ וויל איך וויסען וויאזוי מיר דאפען אנקוקען אזאי סיפור. א אמתע מוסטע פון ריינע מסירת נפש, אבער ליידער ביי א פרעמדע פאלשע רעליגיע. מיר ווייסען אז מיר האבען גע'ירש'עט דעם כח פון מסירת נפש פון די אבות. לכאורה דא זעהט מען ווי די קריסטין להבדיל האבען אויך אזאי כח פון מסירת נפש?? וואס פשט?? אפשר איז דאס א יוצא מן הכלל? אבער ס'איז שווער צו וויסען ווייל אין היסטאריע האט מען כמעט נישט געצווינגען די קריסטין זיך צו טויפען. מן יימר וואס וואלט געווען טאמיר יא? אפשר איז דאס די טבע פון אלע רעליגיעס אז מענטשען זענען גרייט צו שטארבען פאר זייערע רעליגיע?
און אז מ'רעדט שוין פון אייסיס וואלט איך געוואלט פרעגן נאך א שאלה, וואס איז די בלוק וואס מיר דארפן האבען אויף זיי.
אין דער ווידיא ווי אל-באגדאדי ערקלערט זיך אלס נייע קאליף ווי ער געבט זיין 'הכתרה דרשה' -להבדיל פארשטייט זיך- זעהט ער אויס ממש ווי איינער וואס מיינט ריין און ערענסט זיין רעליגיע. ער זאגט נאך מוט א פשטות אז 'טאמיר איינער האלט אז איך טו עפעס וואס גייט אקעגן דעם רצון פון [דער אזוי גערופענע:] גאט ['אלאה' לפי שפתם] זאל ער מיר גלייך מאכען אויפמערקזאם און איך וועל מיך זאפארט פארעכטען וכו'. ער מאכט א מורידיגע ערענסטע אימפרעשן.
וואס דארפען מיר האלטען וועגען דעם. און אזוי אויך פרעג איך, צו מעגן מיר רחמנות האבען אויף די גע'הרגעטע קריסטין, צו דארפען מיר ארויפקוקען אויף אייסיס ווייל זיי גייען אין פייער פאר זייער [א''ג:] רעליגיע און א כופר מיז מען דאך הרגענען, אלזא זענען זיי בעצם גערעכט? אדער אפשר ביידע נישט?
הרינו עושה זאת לא להנאת גופי כלל וכלל!! אין לי שום שמץ של הנאת עצמי כלל!!
כ'ווינדער מיך אלעמאל פארוואס מענטשען גייען אזוי פאר גשמיות. נאכדערצו 'לייקס', כאפ איך בכלל נישט די הנאה דערפון.
די אלע זאכען רעדן עפעס נישט צו מיר.
באניצער אוואטאר
פידלער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 442
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 29, 2013 12:55 am
האט שוין געלייקט: 372 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל

שליחה דורך פידלער »

Wow. א שאד ס'איז נאר 4 בחורים, נישט 7. דאס איז דאך ממש די מעשה פון חנה מיט די 7 זין.

פליז לינק צו ארטיקל.
באניצער אוואטאר
סאשי פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2776
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
געפינט זיך: אינמיטען עסן
האט שוין געלייקט: 3022 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2287 מאל

שליחה דורך סאשי פיש »

איך האב געזען בילדער פון די פיר צוגעבינדען און פון די מעשה רציחה.
באניצער אוואטאר
לא להנאת גופי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 136
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 6:10 pm
געפינט זיך: ווענד זיך ווען
האט שוין געלייקט: 46 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 80 מאל

שליחה דורך לא להנאת גופי »

זאגסט אבער נישט צו ס'איז אויסגעהאלטען. און אין פאקט האבען מיר טאקע אזוי געטון בימי בית המקדש
הרינו עושה זאת לא להנאת גופי כלל וכלל!! אין לי שום שמץ של הנאת עצמי כלל!!
כ'ווינדער מיך אלעמאל פארוואס מענטשען גייען אזוי פאר גשמיות. נאכדערצו 'לייקס', כאפ איך בכלל נישט די הנאה דערפון.
די אלע זאכען רעדן עפעס נישט צו מיר.
באניצער אוואטאר
נקודת החבדית
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 70
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 30, 2014 12:16 pm
האט שוין באקומען לייקס: 54 מאל

שליחה דורך נקודת החבדית »

"בכל דרכיך דעהו" "ליכא מידי דלא רמיזא באורייתא"
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

המלוכה והממשלה האט געשריבן:אין די ערשטע 300 יאהר פון קריסטיעניטי האט מען זייער שטארק גערודף'ט די קריסטען אין רוים. אסאך האט מען אריינגעווארפען אין א לייבן גריב אויב זיי האבן נישט געוואלט לייקענען אין זייער רעלידזשען. שפעטער האט רןים אנגענומען די קריסטליכע רעלידזשען און די קריסטען אליין האבן זיך גענומען פייניגן די מענטשן פון אנדערע רעלידזשענס.

אין יעדע רעלידזשען האט מען מסירת נפש. און יעדע רעלידזשען , אויב זיי האבן פאוער, צווינגען זיי אנדערע צו האבן מסירת נפש. מ'קען זיך נאר פארשטעלען ווי אזוי א חרדישע מדינה מיט אמת'ע פאוער וואלט זיך אויפגעהערט.

המלוכה והממשלה: איך האב פונקט דאס געוואלט דא זאגן. אז נאך א מזל די ציונים זענען נישט קיין חרדים. אנישט וואלטן זיי אויכעט אזוי געטון ווי אייסיס. (להבדיל(.
אבער ערנסט גערעדט. די אידישע רעליגיע איז נישט איינגעשטעלט אויף איינצונעמען און באצווינגען אנדערע רעליגיעס. אפילו ווען די אידן האבן פאוער דאס צו טון.
ישו (יאשקע) איז נאר פארמשפט' געווארן ווייל ער איז געווען א מסית ומדיח. אויף וועם ס'שטייט בפירוש אין די תורה אז בית דין דארף איהם פארמשפט'ן און הרג'נען. אבער, מעגליך ווען איינער, ספעציעל א גוי, דינט עבודה זרה. אדער עבודה זרה בשיתוף, איז עס זיכער נישט אונדער תפקיד צו טוישן דעם מצב. און אוודאי נישט עם צו הרג'נען...!
באניצער אוואטאר
לא להנאת גופי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 136
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 6:10 pm
געפינט זיך: ווענד זיך ווען
האט שוין געלייקט: 46 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 80 מאל

שליחה דורך לא להנאת גופי »

קודם כל וואס איז מוט אלע כופרים, לויט די גמ' און רמב''ם זענען מיר מחיוב צו הרג'ענען יעדער איד וואס גלייבט נישט, און טעקניקלי ווען משיח וועט קומען וועלען מיר לכאורה דארפן אויסשעכטען א האלב לאנד. [וואס גראדע איז דא א חזו''א וואס זאגט אז היינטיגע צייטן זענען מיר פטור פון דאס טון, אבער בעצם נישט].
שנית ביי א גוי איז דא א הלכה אין מעלין ואין מורידין, דהיינו אויב א גוי ריפט די משטרה אז איינער וויל עם הרג'ענען, טארען מיר נישט קומען עם ראטעווען!!
שלישית, וואס איז מוט עמלק? זיי האבען אפ' נישט א וועג ארויס, דאכטזיך אז מ'איז נישט מקבל גרים פון עמלק, [ס'קען אבער זיין אז כ'האב נארוואס אויפגעמאכט א זאך]. מפרעגט זיי נישט קיין שאלות, מ'דארף צו גיין און זיי אפהאקען די קאפ.
די מיזט פארשטיין אז ס'איז דא פיל מוט אראבער וואס האלטען אויך נישט פונעם אייסיס מהלך, הגם וואס בעצם לויט זייערע רעליגיע זענען זיי גערעכט, אבער זיי פארשטייען אויך אזאי סארט 'עת לעשות - הפרי תורתך' להבדיל, אבער דאס מאכט זיי נישט גערעכט.
איך זאג סך הכל אז די סאטמער רבי איז לכאורה גערעכט - רעליגיע איז א סתירה מוט דעמאקראטיע. און מיר דארפן שעצן וואס אייסיס טוט פונקט אזוי ווי מיר שעצן -להבדיל- וואס די אידען האבען געטון צו די ז' עממים.
הרינו עושה זאת לא להנאת גופי כלל וכלל!! אין לי שום שמץ של הנאת עצמי כלל!!
כ'ווינדער מיך אלעמאל פארוואס מענטשען גייען אזוי פאר גשמיות. נאכדערצו 'לייקס', כאפ איך בכלל נישט די הנאה דערפון.
די אלע זאכען רעדן עפעס נישט צו מיר.
באניצער אוואטאר
לא להנאת גופי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 136
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 6:10 pm
געפינט זיך: ווענד זיך ווען
האט שוין געלייקט: 46 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 80 מאל

שליחה דורך לא להנאת גופי »

[youtube]https://www.youtube.com/watch?v=ACf4eHht-a4&list=UU1yBKRuGpC1tSM73A0ZjYjQ#t=98[/youtube]
וואס האלט דער עולם וועגן דעם?
הרינו עושה זאת לא להנאת גופי כלל וכלל!! אין לי שום שמץ של הנאת עצמי כלל!!
כ'ווינדער מיך אלעמאל פארוואס מענטשען גייען אזוי פאר גשמיות. נאכדערצו 'לייקס', כאפ איך בכלל נישט די הנאה דערפון.
די אלע זאכען רעדן עפעס נישט צו מיר.
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

לא להנאת גופי האט געשריבן:קודם כל וואס איז מוט אלע כופרים, לויט די גמ' און רמב''ם זענען מיר מחיוב צו הרג'ענען יעדער איד וואס גלייבט נישט, און טעקניקלי ווען משיח וועט קומען וועלען מיר לכאורה דארפן אויסשעכטען א האלב לאנד. [וואס גראדע איז דא א חזו''א וואס זאגט אז היינטיגע צייטן זענען מיר פטור פון דאס טון, אבער בעצם נישט].

ווען משיח וועט קומען וועלן אלע אידן תשובה טון, וועט נישט זיין וועמען אויסצושעכטן. סארי.
לא להנאת גופי האט געשריבן:שנית ביי א גוי איז דא א הלכה אין מעלין ואין מורידין, דהיינו אויב א גוי ריפט די משטרה אז איינער וויל עם הרג'ענען, טארען מיר נישט קומען עם ראטעווען!!

אויף דעם איז דא די באקאנטע היתר אז כדי דער גוי זאל ראטעווען א איד בעת צרה דארף מען אים אויך ראטעווען.
לא להנאת גופי האט געשריבן:שלישית, וואס איז מוט עמלק? זיי האבען אפ' נישט א וועג ארויס, דאכטזיך אז מ'איז נישט מקבל גרים פון עמלק, [ס'קען אבער זיין אז כ'האב נארוואס אויפגעמאכט א זאך]. מפרעגט זיי נישט קיין שאלות, מ'דארף צו גיין און זיי אפהאקען די קאפ.
[/i]
עמלק עקזיסטירט שוין לאנג נישט. בא סנחריב וכו'.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

לא להנאת גופי האט געשריבן:קודם כל וואס איז מוט אלע כופרים, לויט די גמ' און רמב''ם זענען מיר מחיוב צו הרג'ענען יעדער איד וואס גלייבט נישט, און טעקניקלי ווען משיח וועט קומען וועלען מיר לכאורה דארפן אויסשעכטען א האלב לאנד. [וואס גראדע איז דא א חזו''א וואס זאגט אז היינטיגע צייטן זענען מיר פטור פון דאס טון, אבער בעצם נישט].
שנית ביי א גוי איז דא א הלכה אין מעלין ואין מורידין, דהיינו אויב א גוי ריפט די משטרה אז איינער וויל עם הרג'ענען, טארען מיר נישט קומען עם ראטעווען!!
שלישית, וואס איז מוט עמלק? זיי האבען אפ' נישט א וועג ארויס, דאכטזיך אז מ'איז נישט מקבל גרים פון עמלק, [ס'קען אבער זיין אז כ'האב נארוואס אויפגעמאכט א זאך]. מפרעגט זיי נישט קיין שאלות, מ'דארף צו גיין און זיי אפהאקען די קאפ.
די מיזט פארשטיין אז ס'איז דא פיל מוט אראבער וואס האלטען אויך נישט פונעם אייסיס מהלך, הגם וואס בעצם לויט זייערע רעליגיע זענען זיי גערעכט, אבער זיי פארשטייען אויך אזאי סארט 'עת לעשות - הפרי תורתך' להבדיל, אבער דאס מאכט זיי נישט גערעכט.
איך זאג סך הכל אז די סאטמער רבי איז לכאורה גערעכט - רעליגיע איז א סתירה מוט דעמאקראטיע. און מיר דארפן שעצן וואס אייסיס טוט פונקט אזוי ווי מיר שעצן -להבדיל- וואס די אידען האבען געטון צו די ז' עממים.

לא להנאת גופי: הרב יאיר האט שוין פארענטפערט רוב פון דיינע קשיות. אבער די ביסל וואס איז נאך געבליבן, איז אזוי. ווען משיח וועט אי"ה קומען און אונז חרדים וועלן האבן אן אייגענע מדינה, און ס'וועט אריינקומען א קאלל צו די משטרה אויף 911 אדער אויף מוקד 100, וועט דער אפערעיטאר (מסתמא נישט קיין נשים. נאר היימישע יונגעלייט.) דארפן קובע זיין אויב דער אריינרופער שטאמט פון עמלק. אויב יא, וועט ער נישט שיקן קיין פאליס קאר צו העלפן. וועגן איסור פון לא תחיה כל נשמה. אויב אבער די עאריינרופער איז נישט מזרע עמלק, אפילו מספק, וועט ער יא שיקן א יוניט...!
ביז דערווייל דאנקען מיר דעם הייליגן באשעפער אז די חילונים פיהרן די מדינה. ווייל אנישט וואלט געווען גרויסע צרות. דו קענסט זיך פארשטעלן ווען די סיקריקים פון מאה שערים אדער בית שמש פיהרן די מדינה. ה' ישמרנו. אייסיס וואלט שוין בעסער געווען...! ... :lol:
באניצער אוואטאר
לא להנאת גופי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 136
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 6:10 pm
געפינט זיך: ווענד זיך ווען
האט שוין געלייקט: 46 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 80 מאל

שליחה דורך לא להנאת גופי »

יאיר. כ'זעה דו האסט אביסל ארויס דער נושא. קענסט אפשר קלאר ארויסברענגען די חילוק צווישען וואס אייסיס טוט יעצט מוט די יאזידי מיידלעך, וואס די גאנצע וועלט שרייט אזויווי א כרוכיא, געוואלד וויאזוי קען מען דאס ציקוקען, און להבדיל די דין פון פאנגען א יפת תואר אין א אידישע מלחמה, וואס לכאורה מיינט דאס אפ' על אפם וחמתם פון די געפאנגענע, און מ'מעג טון מוט זיי .. וויאזוי ציטיילט מען אט די ביידע?

פארשפארט