מזל טוב

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

מזל טוב

שליחה דורך פליקער »

מזל טוב!!

ווי שוין באוויסט קימט מיר א מזל טוב, ווייל מיר האבן געשלאסן א שידוך מיט אינזער טאכטער מיט א בחור כהלכה דער זין פון מיין חשובה מחותן זז"ג, און דעריבער גייען מיר מאכן מארגען אי"ה דעים מסיבת תנאים, על כן וויל איך אז איר זאלט קימען אנטייל נעמען אינעם גרויסארטיגן שמחה, עס וועט מיר זיין גאר איינגענעים זיך צי וואונטשען מזל טוב.

ווען איר גייט בעזר השם מיר וואונטשען, זאלט איר מיר זאגן מזל טוב גאר הויעך, איר וועט אוודאי מיר געיבן א ברכה אז איך זאל זעין א סאך אידיש נחת, אבער אויב ווילסטו מיר מרמז זיין אז פון היינט און ווייטער וועל איך ברויכן גיין שאפינג יעדען טאג דאן גיבט מיר א דריק אין די האנט, מיט דעים דריק וועל איך פארשטיין אז איך ברויך אנגרייטן כאטשיג א מאה אלף, איך וועל ברויכן אויפגעיבן אויף אלע מיינע פערזעענליכע רעכטן, זיך אריין לייגן ראשו וריבו אין אלע דיטאלן פינעם חתונה, אז אלעס זאל קלאפן ככל הראוי, איך וועל פארשטיין אז איר מיינט מיר צי זאגן אז איך וועל זיין דאָבּל פארקט ביי יעדע גאס פין גאנץ ניו יארק און משך פון די נעקסטע עלעף חדשים פילע מאל, אויך וועל איך פארשטיין בשעת מיינע בּיינדלעך ווערן צידריקט, אז איך מאך זיכער אז איר זענט אויף מיין ליסטע פון איינלאדענינג בריוו, מאכן זיכער אז די אדרעס איז נאך די זעלבע.

אויב ווילט איר אז איך זאל אויך פארשטיין אז איך ברויך זיך משתתף זיין און פארשידענע וואוילטעיטיגע צוועקן, דאן גיבזשע מיר אויך א שאקל מיט די האנט, נעמט אייך שאקלען מיין האנט ביז ווי לאנג די עלענבויגן קען כמעט ארויס קימען פון פלאץ, איך וועל דאן פארשטיין אז איר זענט א גרויסע עסקן, איך וועל פארשטיין אז כאטש איר האט נאך נישט די צוועק גרייט איצט ביים תנאים, אבער איך זאל זיין ריאיג, די וויכטיגע צוועק וועט זיכער אינטערקימען, איך וועל פארשטיין אז איר מיינט נאר מיין זכות, אלעס כדי איך זאל זוכה זיין אז די זיווג זאל עולה יפה זיין.

אויב זענט איר אליין חלילה דער נצרך, דהיינו אז איר האט שוין דער צוועק גרייט, צי ווייל איר זענט זעלבסט א עסקן פאר א גאר חשובה מוסד, צי ווייל איר האט אלע מאל א וויכטיגע ניצרך וואס באגלייט אייך ווען אימער איר קימט צין א שמחה, דאן זאלט איר חוץ מיר שאקלען די האנט, מיר אויך מסביר זיין וואס פאר א גיטע שידוך איך האב געטיען, און ווי שיין די תנאים איז, און אזוי מיר אינמיטן מסביר'ן, מיר געיבן אזא קנייטש מיט ווייטסטע חלק פינעם אויג, א שטייגער ווי איר זאלט וועין מיר מרמז זיין געב אהער די געלט איידער איך מקיל דיך אן בפני כל, איך וועל גלייך כאפן אז ווילאנג איך וועל אייך נישט אריין שמירן עפעס א שענערע סכום וועט איר נישט אויפהערן שאקלען מיין האנט, און אויב וויל איך נישט זוכה זיין צו איוב'ס יסורים, דאן זאל איך אייך ווי אמשנעלסטן עפעס אריין ריקן אינעם מזל טוב האנט פלאך, און איר וועט תיקף ומיד נאך א קליינע אימצופרידענע מינע, ווייל אולי וועל איך מוסף זיין עפעס, אבער כאטש זיך אינטערנעמען געיבן א הוספה ביז צי די חתונה, אלע יודעי חן ווייסן אז פנים זועפות איז די סגילה דערצו, און ערשט דאן וועט איר נאך לאזן פינעם שטארקן תפיסה דריק, איר וועט מיר דאן געיבן א לאז אפ די האנט אז מיין היט זאל שיעור פליען, און איך וועל אייך דאנקבאר זיין ווען איך וועל קענען רירן מיין האנט אויף אלע וועיגן אן קיין באזינדערע יסורים.

המחותן,
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ר' פליקער: קודם וויל איך דיר ווינטשן א הארציגן מזל טוב. און דער זיווג זאלל טאקע עולה יפה זייו. נאכדעם וויל איך די פרעגן אויב דו האסט פארהערט דיין איידעם איידער דו האסט געשלאסן דעם שידוך.
אני הקטן, האב שוין געשיקט די בעקישע צום קלינערס און איך הייב שוין אן מיך ביהעיוון אדעתא דהכי אז מ'וועט מיך אי"ה בקרוב רופן צו די תנאים פון מיין אייניקל שתחי'. האביך פונקט געטראכט אז איך וועל בלי"נ פאר מ'שרייבט אונטער די תנאים פארהערן דעם חתן אויב ער איז א תלמיד חכם. די ערשטע שאלה גייט זיין אויב ער האט געהערט פון קאווע שטיבל. נאכדעם וועלן מיר זעהן וואספארא בקיאות ער באווייזט אין ווער די חכמי השטיבל זענען. און ווער זענען די יושבי ראשונה במלכות. און אזוי ווייטער. איך מיין אז דו זאלסט אויכעט פארהערן דיין צוקונפטיגן איידעם אויב ער איז בקי אין די אלע הוויות דאביי ורבא פונ'ם קאווע שטיבל... :lol:
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

מזל טוב פליקער, און דאנקע פאר די שמייכל בעפאר די פרייליכע חנוכה טעג.
איז פאראן א מעגליכקייט כ'זאל דיר שאקלען דיין האנט דא אין שטיבל? כאפסט וואס כ'מיין? (כ'בלינק מיטן אויג)

דער פליקער האט אזא אינטרעסאנטן מנהג, ער מאכט אזא אומשולדיגע קעפל, "מזל טוב"... מען קען מיינען אז אינעם אשכול וועט מען ליינען "מז"ט פאר פלוני בן פלוני", אבער אריינגקומענדיג אינעם אשכול ערווארט אן איבערראשונג און געשמאקע אויספלאצן.
וכן המנהג ביי זיינע איבריגע אשכולות, א שטייגער ווי "אוי חנוכה"....
קיעפ איט אפ. כה לחי!!
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

שליחה דורך פליקער »

הייליגע שמעקעדיג, גאר שטארק וואלט איך געוואלט שאקלען דיין היינט, אזוי שטארק ווי איך האס די אימגעווינטשענע טשאקלעריי, וויל איך דיין האנט שאקלען, לכאורה ווען משיח העט קומען.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

פליקער איז א מעשין פון אויסדריקן. יעדע ארטיקעל איז א חידוש, ניין, יעדע פערעגרעף איז א חידוש.. ניין, יעדע שורה איז א חידוש!!

וועגן די ענין אליין, ווען איך האב חתונה געמאכט די ערשטע מאל בין איך הערסט געוואר געווארן וויפיל משוגעים ס'דא אויף די וועלט. יעדער מיט זיינע משוגעתן וכו' אן קיין טראפ פארשטענדעניש פאר א בעל שמחה
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

שליחה דורך פליקער »

א ציפ זאגט מיר אז איך חלום נישט, ראשעקאל, שמעקעדיג, אזעלכע קאמפלימענטן, עס שפירט זייער גיט, פונקט בעסער ווי א לייק
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
היסטאריקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1029
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2012 1:00 pm
האט שוין געלייקט: 1704 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 310 מאל

שליחה דורך היסטאריקער »

אוי חנוכה איז פון פרישער
אדר אפשר איז עס היינו הך.
היסטאריע קען מען נישט פארדרייען..
פארשפארט