היסטאריש, קובא, אמעריקע באנייען דיפלאמאטישע פארבינדונגען!

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1547 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2299 מאל

היסטאריש, קובא, אמעריקע באנייען דיפלאמאטישע פארבינדונגען!

שליחה דורך ישראל קאפקע »

אין גאר היסטארישע נייעס, וועט קובא און אמעריקע אנפאנגען געשפרעכן צו באנייען און נארמאליזירן דיפלאמאטישע באציאונגען מיט אמעריקע.

נאך פערציג יאר פון גענצליך אומסוקסעפולע אמעריקאנער פינאנציעלע און פאליטישע עמבארגא קעגן די קליינע ארימע אינזל לאנד דרום פון די פלארידע האלבאינזל, וועט אבאמא אנפאנגען די פראצעדור גענצליך אראפצונעמען דעם עמבארגא.

אמעריקע און קובא וועלן אנהויבן געשפרעכן צו עפענען אמבעסאדעס אינעם צווייטן לאנד.
אמעריקע זוכט צו עפענען אן אמבאסאדע אין האוואנא אין די קומענדע חדשים, לויט ווי אמעריקאנער דיפלאמאטן געבן איבער פאר די צייטונגען.

די גאר ווייטגרייכענדע טויש אין אמעריקאנער אויסערן פאליטיק איבער קובא איז א טייל פון א דיעל וואס וועט באפרייען דעם אמעריקאנער איד אלען גראס פון א קובאנער טורמע וואו ער שמאכטעט שוין איבער פינף יאר, און דריי קובאנער וואס זיצן אין אמעריקע אויף שפיאנאזש וועלן ארויסגעלאזט ווערן אין אויסטויש.

פרעזידענט אבאמא גייט אדרעסירן די נייעס פונעם ווייסן הויז אין עטליכע שעה.
ראעל קאסטרא, דער אינגערן ברודער פון די לאנגיעריגן קובאנער 'פרעזידענט' פידעל, און די פאקטישער פירער פונעם רעגירונג די לעצטע עטליכע יאר, גייט אפהאלטן א פרעסע קאנפערענץ אביסל שפעטער.

דער אמעריקאנער איד אלען גראס, 65 יאר, וואס איז געווען אין קובאנער טורמע פאר פינף יאר, פארן ארבייטן צו צושטעלן אינטערנעט פארבינדונג פאר די אידישע געמיינדע אין לאנד.
בייגעלייגטע פיילס
gross_released.jpg
gross_released.jpg (44.94 KiB) געזען געווארן 1114 מאל
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 4 אום ישראל קאפקע, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 14 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר