ווען איז די חלות פון די הנאה?

מחשבה, השקפה ועיון
chusid
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 878
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:40 pm
האט שוין געלייקט: 1386 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 432 מאל

ווען איז די חלות פון די הנאה?

שליחה דורך chusid »

א מח קען לכאורה נישט טראכטן פון 2 זאכן, איז זוצט א ראובן אין א פשוטע קאר און א שמעון אין א פענסי קאר ביידע פארן פין וויליאמסבורג קיין מאנסי און הערן אן אינטערעסאנטן סידי - אדער פארקערט אז ביידע רעגן זיך צאם אויפן טעלעפאן... איז וועלעכע מינוטן פונעם רייזע האט שמעון אינזשויט זיין-אויבערהאנט איבער ראובן- דאס הייסט די אינוועסטמענט פונעם שיינעם קאר? בשעת'ן לאכן פונעם ווערטל פון ר' אלימלך בידערמאן? בשעתן זיך בייזערן אויפן רביצון? בשעתן דימיונען פון א געשמאקע מאמענט?

דאס זעלבע איז מיין פראגע ביי יעדען דיטעיל אין לעבן אויב איז דאס נישט גענוג שטארק צו מאכן א מענטש דעפרעסט אדער בגילופין, האסט אכט קינדער כא"ה און דיין 5טן זונ'ס מלמד האט דיר געגעבן א גיטן גרוס אויף דיין יונגעל, ווען אינזשויסטו דעם גרוס? בשעתן צוהערן צום קופקע אין שול? בשעתן מסדר זיין דיינע בילס?
.זיך צו פארבינדן chusid03@Gmail. Com
באניצער אוואטאר
ביבער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 839 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1026 מאל

שליחה דורך ביבער »

א מח קען גראדע יא טראכטן פון מער ווי איין זאך אויפאמאל, אפשר נישט זיך מצמצם זיין, אבער חוץ מזה איז געפילן א זאך פאר זיך, יעדער געפיל האט א עקסטערע פלאץ אין מח, בשעת ווען דו זיצט אין א באקוועמע קאר טוט עס סטימולעיטן געוויסע חלקים אין מח וואס איז געמאכט נאר פאר דעם, עס האט גארנישט קיין שייכות מיט חלק אין מח וואס טראכט.
I may not agree with what you say, but I will defend to the death your right to say it. - Voltaire
chusid
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 878
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:40 pm
האט שוין געלייקט: 1386 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 432 מאל

שליחה דורך chusid »

ביבער האט געשריבן:א מח קען גראדע יא טראכטן פון מער ווי איין זאך אויפאמאל, אפשר נישט זיך מצמצם זיין, אבער חוץ מזה איז געפילן א זאך פאר זיך, יעדער געפיל האט א עקסטערע פלאץ אין מח, בשעת ווען דו זיצט אין א באקוועמע קאר טוט עס סטימולעיטן געוויסע חלקים אין מח וואס איז געמאכט נאר פאר דעם, עס האט גארנישט קיין שייכות מיט חלק אין מח וואס טראכט.

למשל בשעת'ן שרייבן דיין תגובה האסטו אינזשויט די דיטעילס אין דיין לעבן?
.זיך צו פארבינדן chusid03@Gmail. Com
מנחם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 109
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 12:08 am
האט שוין געלייקט: 266 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 175 מאל

שליחה דורך מנחם »

א גוטער געפיל לאזט א רושם אויפ'ן מענטש בכללות, עס באגלייט אים אין אלע זיינע זייטיגע זאכן אפילו עס האט נישט קיין שייכות מיט דעם ספעציפישן תענוג, נעם לדוגמא א טאג וואס דיין גוסטע איז בעסער אין מאך א ס"ה פון דיין פראדאקטיוועטי, עס איז קלאר מער ווי א דורכשניטליכער טאג, ופשוט הוא.
chusid
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 878
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:40 pm
האט שוין געלייקט: 1386 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 432 מאל

שליחה דורך chusid »

וועגן דעם האביך ארויסגעשריבן אז איך רעד נישט פון זאכן וואס ממש אפעקטירט די מענטש'ס מוט
.זיך צו פארבינדן chusid03@Gmail. Com
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

די חלות איז ווען מען גיי אריין אין די לעקסעס, און דער שכן או שכנה זעהן ווען מען קליקט דער רימאט, און עס מאכט א אייגענארטיגע קול, דאס איז ווערט כל חללי דעלמא.

ווער רעדט נאך אויב דיין קאר איז שענער פין רעבינס, און דער רעביצין זעהט דיך אריינגיין, דאן ווייסטו אז דער נעקסטע דרשה גייט זיין וועגען לוקסוס.....
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
Kool man
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 476
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 09, 2014 4:43 pm
האט שוין געלייקט: 747 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 564 מאל

שליחה דורך Kool man »

קודם ווען דער מענטש זעצט זיך אריין און גייט ארויס פון זיין אויטא גיבט אים עס געוואלדיגע הנאה, ווען ער שפילט זיך מיט די באקוועמע אפציעס ווי אנשטעלען די סי די אויף זיין סטירינג וויהל, אזוי אז ער דארף נישט אויפהייבען די האנט, צי ווען ער זוכט א דעסטינאציע און ער האט דעם גי פי עס אויפען פלאץ, און די אנדערע באקוועמע שפילצייגען וואס דער טייערער אויטא סערווירט אים, און ווען מ'פארט איז עס פשוט געשמאק און באקוועם, אפילו ווען ער הערט רבי בידערמאן אדער רבי זאבערמאן, אדער ווען ער הערט די נייע קומזיץ סידי ענזשויט ער דעם קאר מיט די געשמאקע לעדערנע זיצען און די אנדערע פיטשיפקעס

ווער רעט נאך פון איינער וואס גייט פאר וואס אנדער זאגען אדער טראכטען, איז ער כסדר ביזי צו שאו אפען וואו ער פארט און קומט, פון די פארקינג בים שוהל ביזען פעסען אנדערע אויף די היי-וועי, און דאס שוין גאהר א גוטע געפיהל [פאר ווער ס'פארשטייט צו די זאכען] ;)
באניצער אוואטאר
ביבער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 839 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1026 מאל

שליחה דורך ביבער »

chusid האט געשריבן:
ביבער האט געשריבן:א מח קען גראדע יא טראכטן פון מער ווי איין זאך אויפאמאל, אפשר נישט זיך מצמצם זיין, אבער חוץ מזה איז געפילן א זאך פאר זיך, יעדער געפיל האט א עקסטערע פלאץ אין מח, בשעת ווען דו זיצט אין א באקוועמע קאר טוט עס סטימולעיטן געוויסע חלקים אין מח וואס איז געמאכט נאר פאר דעם, עס האט גארנישט קיין שייכות מיט חלק אין מח וואס טראכט.

למשל בשעת'ן שרייבן דיין תגובה האסטו אינזשויט די דיטעילס אין דיין לעבן?

יא אוודאי אזוי, נישט אז איך טראכט יעצט פון זיי אבער יעצט ארבעטן געוויסע חלקים אין מיין מח וואס ארבעט נאר ווען איך ענדזשוי עפעס.
I may not agree with what you say, but I will defend to the death your right to say it. - Voltaire
באניצער אוואטאר
לא להנאת גופי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 136
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 6:10 pm
געפינט זיך: ווענד זיך ווען
האט שוין געלייקט: 46 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 80 מאל

שליחה דורך לא להנאת גופי »

אינטריסאנט, איך מוטשע מיך אייביג מוט אט דער פראבלעם. איך בין אייביג חוקר וויאזוי מפילט הנאה פון עוה''ז. [למשל ווען דו עסט, ווען פילסטו דער טעם, ווען דו לייגסט עס אריין, צי ווען דו שלינגסט אראפ?]. כ'וואלט דיך אבער נישט גע'ראטען זיך ציפיל אריין צו לייגען אין אזעלעכע סארט חקירות, העסט נאך איינטאג אויסזעהן ווי מיר. און its not a life, ווייל אלס מער מפילט נישט קיין טעם אין עוה''ז - אלס מער מ'וויל עס, און די תאווה וואקסט מער און מער.
הרינו עושה זאת לא להנאת גופי כלל וכלל!! אין לי שום שמץ של הנאת עצמי כלל!!
כ'ווינדער מיך אלעמאל פארוואס מענטשען גייען אזוי פאר גשמיות. נאכדערצו 'לייקס', כאפ איך בכלל נישט די הנאה דערפון.
די אלע זאכען רעדן עפעס נישט צו מיר.
chusid
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 878
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:40 pm
האט שוין געלייקט: 1386 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 432 מאל

שליחה דורך chusid »

לא להנאת גופי האט געשריבן:אינטריסאנט, איך מוטשע מיך אייביג מוט אט דער פראבלעם. איך בין אייביג חוקר וויאזוי מפילט הנאה פון עוה''ז. [למשל ווען דו עסט, ווען פילסטו דער טעם, ווען דו לייגסט עס אריין, צי ווען דו שלינגסט אראפ?]. כ'וואלט דיך אבער נישט גע'ראטען זיך ציפיל אריין צו לייגען אין אזעלעכע סארט חקירות, העסט נאך איינטאג אויסזעהן ווי מיר. און its not a life, ווייל אלס מער מפילט נישט קיין טעם אין עוה''ז - אלס מער מ'וויל עס, און די תאווה וואקסט מער און מער.

אפשר קענסטו מער מסביר זיין וויאזוי די מענעזשט, וואס מאטאווירט דיך אין דיין פלעסטיק פאבריק?
.זיך צו פארבינדן chusid03@Gmail. Com
באניצער אוואטאר
חסיד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 401
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 24, 2014 5:13 pm
האט שוין געלייקט: 30 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 99 מאל

שליחה דורך חסיד »

מענין לענין באותו ענין, כ'האב שוין געזען מענטשן לויפן הנאה האבן פון א זאפטיגן מאכל, אדער א געשמאקן משקה וכדו' אבער איין הנאה וואס יעדער האט זעהר ליב איז יאניק דהיינו שלאפן! כ'האב עד היום נאך נישט געזען עמיצן זיך יאגן צום חלום, איידער מ'גייט שלאפן איז דאך גארנישט, ווען מ'שלאפט, שלאפט מען דאך, ווען מ'שטייט אויף איז מען דאך שוין נאכן שלאף, טא ווען איז דער הנאה הגדולה!
בדיעבד יש לתרץ בדוחק דהיינו כשעושים הקוועטש על כפתור סנא"ז!
באניצער אוואטאר
לא להנאת גופי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 136
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 6:10 pm
געפינט זיך: ווענד זיך ווען
האט שוין געלייקט: 46 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 80 מאל

שליחה דורך לא להנאת גופי »

chusid האט געשריבן:
לא להנאת גופי האט געשריבן:אינטריסאנט, איך מוטשע מיך אייביג מוט אט דער פראבלעם. איך בין אייביג חוקר וויאזוי מפילט הנאה פון עוה''ז. [למשל ווען דו עסט, ווען פילסטו דער טעם, ווען דו לייגסט עס אריין, צי ווען דו שלינגסט אראפ?]. כ'וואלט דיך אבער נישט גע'ראטען זיך ציפיל אריין צו לייגען אין אזעלעכע סארט חקירות, העסט נאך איינטאג אויסזעהן ווי מיר. און its not a life, ווייל אלס מער מפילט נישט קיין טעם אין עוה''ז - אלס מער מ'וויל עס, און די תאווה וואקסט מער און מער.

אפשר קענסטו מער מסביר זיין וויאזוי די מענעזשט, וואס מאטאווירט דיך אין דיין פלעסטיק פאבריק?

אזוי ווי איך האדיר געזאגט, היות די תאווה ברענט אין מיר וויל איך שאפען גרויסע סכומים פארן טאג ווען כ'העב מיך געבן א רייס אויס פון דער פראבלעם, און דעמאלטס העב איך גיין fullforce... נאר לעת עתה טו איך טאקע גארנישט מוטן געלט. למשל א חבר האט מיר געבעטן tרויס צו גיין מוט עם אויף א רייכע 'סטעיק-האוז', בקיצור מ'האט צאם גע'ארדעט 300$'דיגע פלייש, ס'הא גערינען פעטנס, ס'געווען רויט אינעווענדיג אבער אזוי קראנטשי פון אינדרויסען, די souse איז געווען הייסע נייעס. :like :like אבער כ'האב עס קוים געקענט אראפשלינגען, יענער האר זיך געפילט ווי א תלוש, האט ער מיר גענומען צו א גוטע בעיקערי טראכטענדיג אז איך גיי מער פאר קעיק, למעשה האב איך נישט געקענט מאכען א דיסיזשען וואס צו נעמען, כ'בין ארויס מוט גארנישט. אפשר מוט אביסל בישות. שפעטער ווען כ'בין ארויף צו מיין אפיס האט מיר זיך דעמאנט פונעם סטעיק, כ'האב געהאט מורא'דיגע עגמ''נ פארוואס איך קען נישט פילען דעם טעם אין א שטיקעל סטעיק וכו', כ'בין געווארען איסל נמאת פון ארבעטן, 'וואס האב איך פון דער געלט?', אבער כ'האב מיר געמיזט שטארקען אז איין טאג העב איך נאך פילען א טעם.
כ'מיז דיר זאגען אז האסט טאקע אנגעריט א softspot :cry: :cry: :evil:
הרינו עושה זאת לא להנאת גופי כלל וכלל!! אין לי שום שמץ של הנאת עצמי כלל!!
כ'ווינדער מיך אלעמאל פארוואס מענטשען גייען אזוי פאר גשמיות. נאכדערצו 'לייקס', כאפ איך בכלל נישט די הנאה דערפון.
די אלע זאכען רעדן עפעס נישט צו מיר.
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
האט שוין געלייקט: 5973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

שליחה דורך לית דין בר נש »

חסיד האט געשריבן:כ'האב עד היום נאך נישט געזען עמיצן זיך יאגן צום חלום

חסיד די ביסט דאך יא א באבובע די ווייסט נישט אז די ערשטע נאכט סוכות יאגט מען זיך צום חלום?
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
פארשפארט