אפהאנדלונג איבער די עירליינס איבער די וועלט
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16680
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18071 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
אפהאנדלונג איבער די עירליינס איבער די וועלט
אמעריקאנער עירליינס זענען פון די ערגסטע אין די אינדוסטרי!
די לעצטע פאר יאר, ווען אימער כ'האב געזוכט רעוויואס פון די אמעריקאנע עירליינס, אויף מערערע סייטס, האב איך זיי כסדר געפינען כמעט-כולו שלעכט, יעדער מיט אנדערע סארט קאמפלעינטס. אפילו די געציילטע עירליינס וועלכע פלעגן זיין ברייט-בארימט מיט אויסגעצייכענטע און צוגענגליכע סערוויס (א שטייגער ווי דזשעט-בלו) גייען אויך צעביסלעך מטה מטה, אין מערערע הינזיכטן, צו די אנטוישונג פון די אפטע פליערס. עס איז מיר געווען א פלא, און כ'האב געטון אביסל ריסורטש אין די נושא.
די עיקר טענות וואס קאסטומערס באקלאגן זיך זענען: מען שפירט זיך בלויז ווי א נומבער, מען גיט כמעט נישט קיין נארמאלע סערוויס בשעת די פלייט, טראץ די געצווינגענע פאלשע שמייכל פון די סטוארדעס; אפילו אין ערשטע קלאס איז נישט עפעס אזוי איי איי איי; און בכלל די עראפלאנען (אסאך וועלכע זענען שוין עלטערע) האבן זייער שמאלע זיצן – און זיי פרובירן יעצט צו מאכן שמאלער; אווערבוקינג, ד.ה. אז צב"ש אויף אן עראפלאן מיט פלאץ פאר 400 פאסאזשירן וועט מען בוקן מיט א 10-20 מער מענטשן, און די עירליינס האפן אז אזוי אפילו אויב איינער וועט נישט אנקומען וועט דער פלייט זיין גענצליך פול און נישט פארלירן אפאר טאלער, וואס דאס האט גורם געווען פאר פילע פאסאזשירן צו בלייבן סטאק און זיין געצווינגען צו נעמען שפעטערדיגע פלייטס; אן אנדערע שטארקע קאמפלעינט איז ווי די עירליינס 'ניקל-ענד-דיים-יו', ד.ה. פאר יעדע פיצעלע שטות דארף מען צוצאלן גרויסע געלטער. ביז נישט לאנג צוריק זענען די אלע זאכן געווען אסאך גרינגער און ביליגער. צב"ש אינטערנאציאנאלע פלייטס האבן אמאל ערלויבט מיטצונעמען פאר יעדן רייזענדער 2 רענצלעך פון 70 פונט איטליכע, היינט צו טאגס איז בלויז ערלויבט 1 רענצל פון 50 פונט, אן איבעריגן רענצל וועט אייך קאסטן צווישן 150-200 טאלער. אזוי אויך אנדערע סערוויסעס וואס פלעגן אמאל קומען אינקלודעד, קאסט היינט עקסטער, טראץ וואס די פרייזן פון די טיקעטס זענען דראסטיש געשטיגן (ווער געדענקט נאך 15-20 יאר צוריק ווען מען האט געקענט טרעפן אינמיטן זומער פלייטס קיין א"י פאר 700-800 טאלער).
די אלע קאמפלעינטס זענען שוין אחוץ דעם שווערן גיהנם וואס דער פאסאזשיר גייט אדורך אין עירפארט, פון גאר לאנגע רייעס צו שטיין און ווארטן (צוליב שניטן אין פערסאנאל), זיך אויסטון די שיך און דעם פאסיק, אויספאקן אלע טאשן, מען טוט אדורכסקענען דעם גאנצן גוף מכף רגל ועד ראש, נעסטי סערוויס פון די TSA, מ'קען אויסשטיין שווערע קרייץ פארהערן פאר יעדע פארדעכטיגע קלייניגקייט אונטערן אויסרייד פון 'סעיפטי' אא"וו. אונטערשטע שורה, דאס פליען היינט איז געווארן א שרעקליכע אפקומעניש, אנשטאט וואס אמאל איז עס געווען א איינגענעמע איבערלעבעניש. (זעלבסטפארשטענדליך אז טעראר האט א חלק דערין, אבער מער איבער דעם בל"נ א צווייטע מאל). עכ"פ ווען מען טשעקט די רעוויאוס אנליין, זעהט מען דאס קלאר אז אונזערע אמעריקאנע עירליינס באקומען די נידריגסטע סאטיספאקציע ראטעס. מען וועט זיי קיינמאל נישט טרעפן אין די "טאפ 10" קאטעגאריע.
ווער איז בעסער?
געציילטע אייראפעישע עירליינס קומען ע"פ רוב ארויס אביסעלע העכער, בפרט די "בעסערע" עירליינס, ווי לופטהאנזא (ר' בערל, ביטע האלט זיך איין...), סוויס עיר, הגם אנדערע זענען נישט צו גוט, ווי אליטאליע. ווי אויך געוויסע אזיאנישע עירליינס זענען אויף א העכערן ראנג, ווי צב"ש סינגאפאר, יאפאן עירליינס, אד"ג.
דער חידוש איז אבער מיט עטליכע אראבישע עירליינס, באזונדערס פון די רייכע לענדער וועלכע זענען לאקירט ביים פערסישן גאלף. בעיקר די דריי: עמירעטס, און קאטאר, און עטיהעד, וועלכע צייכענען זיך אויס מיט אויסערגעווענליכע גוטע סערוויס. פאסאזשירן וועלכע זענען שוין געפלויגן מיט יענע עירליינס, זאגן אז די אמעריקאנע (און ניטאמאל די אייראפעאישע) קומען נישט נאנט צו די פינף-שטערנדיגע סערוויס וועלכע די אראבישע שטעלן צו. די פרייזן זענען לכתחילה ביליגער, נישט יעדע זאך קאסט עקסטער, ומצד שני סערווירט מען יעדן ווי א מלך, מיט א אמת'ע פריינטליכקייט און געטריישאפט, זיי פארמאגן נייערע און באקוועמערע פליגערס, זיי האבן די מערסט-פארגעשריטענע אינטערטעינטמענט סיסטעמ'ס וואס איז שייך, סערווירן פיל בעסערע קוואליטעט עסן און פולערע מאלצייטן, אפגערעדט אין פירסט/ביזנעס קלאס באקומען צוגעשטעלט אלעס אויף גאר א הויכן פארנעם, ווי שאוער'ס אין ערשטע קלאס, און געשמאקע בארס אין ביזנעס קלאס. די קינדער וועלכע פליען דארט באקומען צוגעשטעלט קינדערישע געימ'ס און אינטרעסאנטע אקטיוויטעטן, מיט א "נעני" וועלכע נעמט קעיר פון זיי.. פאסאזשירן וועלכע זענען שוין געפלויגן מיט יענע עירליינס ווילן שוין מער נישט וויסן פון די אמעריקאנע עירליינס. (אגב, אויב עס אינטרעסירט אייך, איר קענט זעהן יוטוב קליפס פון זייערע ערשטע קלאסן פלייטס, די שפייעכץ וועט אייך רינען פאר קנאה....)
"איך בין געפלויגן אויף אן אמעריקאנע עירליין אין ביזנעס-קלאס פון רוים צו באסטאן" – פארציילט א פאסאזשיר – "איך האב זיך נישט געקענט אויסציען געהעריג די פוס; די זיצן האבן זיך נישט פולשטענדיג רעקליינד; איין פאסאזשיר איז געווען נאנט און כמעט צושטופט צום צווייטן; און באקומען האב איך א פשוט'ע מאלצייט. ווידעראום פליענדיג פון ניו יארק צו אבו-דובאי, איז געווען דער חילוק הימל און ערד. די שיינע לעקטערלעך העכער מיר האבן אויסגעקוקט ווי שטערן פון הימל; באקוועמע זיצן בין יושבין ובין מסובין, כ'האב אויסגעצויגן מיין זיץ ווי א קעניג, פולקאם אויסגעלייגט; די עסן איז געווען עפעס שלא מעלמא הדין; ווען מיין פאספארט איז ארויסגעפאלן פון מיין טאש שלאפענדיג ערגעצוואו אינעם פלושענעם זיץ האט דער סטוארדס געטון אלעס אין זיין יכולת מיט א געוואלדיגע איבערגעגעבנקייט, געעפנט יעדן שפאלט אינעם זיץ, זוכנדיג בחורין ובסדקין, ביז ער האט עס סוקסעספול אפגעפינען", ענדיגט ער מיט התפעלות.
און זייערע לוקסוריעזע עירפארטס זענען גארנישט אינטערשטעליג. זיי שטעלן צו באקוועמליכקייטן און לוקסוס וואס אמעריקאנער קענען נאר חלומ'ען דערפון. ווי סווימונג פול'ס, וכדומה.
יגעת ומצאת תאמין, זייער הצלחה שפעטיגט נישט צו קומען. זייער קאנסומער באזע וואקסט אויף גאר א שנעלן פארנעם, און זיי זענען די גרעסטע קאסטומערס פון ביידע עראפלאן מאנופעקטשורערס, באואינג און עירבאס, בפרט פון די גרויסע דזשאמבא דזשעטס, ועוד ידם נטויה, זיי האבן א געוואלד עראפלאנען אויף ארדער. וואל סטריט דזשורנאל שרייבט אז אין נאוועמבער האט עמירעיטס געגעבן א ארדער פון 150 777 פליגערס פון באואינג, פאר 76 ביליאן דאלער! (די גרעסטע ארדער אין אוויאציע היסטאריע), און קאטאר, אן ארדער פאר 50 שטיק, פאר די סומע פון 19 ביליאן, בשעת עטיהעד האט געקויפט 25. ווי אויך האבן זיי שוין געארדעט א ריזיגן מספר פון די גאר נייע באואינג 777x וועלכע אנטשפרעכט צו זיין איינע די בעסטע פליגער ווען עס וועט ערשיינען, ערגעץ צווישן 2017-2020, אזוי וועט אויסקומען אז אין די קומענדיגע יארן וועלן זיי פארמאגן די אויבערהאנט אין די הימלען. קאטאר האט גאנץ לעצטנס באקריגן איר ערשטן באקוועמען דריעמליינער 787 עראפלאן, די ערשטע פון א ארדער אויף 30 שטיק וואס וועט נאכפאלגן. קאטאר האט געפייערט דעם אינצידענט מיט אפענע פרייד און פאמפע, און געמאכט א ברכת שהחיינו מיט גרויס כוונה..
א בליק אין זייערע ערשטע און ביזנעס קלאסן
די אמעריקאנער עירליינס ציטערן
דער פענאמען לייגט אריין די אמעריקאנער עירליינס אין א ערנסטע קלעם, און זיי שלאפן נישט רואיג ביינאכט איבער דעם מצב. הגם די אראבישע פליען נאך נישט איבעראל ווי די אמעריקאנער עירליינס פליען, זייער ווייניג דעסטינאציעס פון/צו אמעריקע, פארט גייען זיי צוביסלעך אבער זיכער, און נעמען איין איין מארקעט נאכן צווייטן. זיי האבן זיך לכתחילה שטארק אויסגעשפרייט אין די אזיאנער, אפריקאנע און אייראפעאישע קאנטינענטן, אבער זיי שפרייטן זיך אויס אויך אין אמעריקע. וואל סטריט דזשורנאל שרייבט אז די לעצטע יאר זענען זיי געוואקסן אין די יונייטעד סטעיטס ביי א 47% וואוקס ראטע, און סערווירן 11 סיטי'ס, און האבן שוין פלענער פאר 15 סיטיס'ס. על בעיקער, א ווארטזאגער פון קאטאר, זאגט פאר יו.עס.עי. טודעי, אז די נעקסטע גרויסע ציל איז שיקאגא, און בקרוב וועט נאכפאלגן אטלאנטא, דעטרויט און באסטאן.
קאסטומערס זענען פארשטענדליך ענטוזיאסטיש פאר די קאמפעטישאן, און דאס לייגט אריין די אמעריקאנע עירליינס אין א סכנה. ווי א א ווארטזאגער גיבט איבער, פרובירן שוין געוויסע אמעריקאנע עירליינס צוצושטעלן געוויסע בעסערע סערוויס, לכה"פ פאר די ערשטע קלאס פאסאזשירן. יאפ, קאמפעטישאן איז גוט פארן קאסטומער. כאטש מאנכע קרומען נאך מיט די נאז און טענה'ן אז בנוגע סעיפטי זענען אמעריקאנער טאפ-אף-די-ליין, און ווי איינער קאמענטירט אז "ער וואלט געציטערט זיך ארויפצוזעצן אויף אן אראבישן פליגער", מאכט אבער קאטאר אוועק די זארג. "איך פארשטיי אז מאנכע אמעריקאנער זענען שוין צוגעוואוינט צו זייער אייגענע עירליינס, האבן שוין דארטן אויפגעבויעט א טראסט, און וועלן שווער פועל'ן ביי זיך צו טוישן, ארויסצוגיין פון זייער קאמפאורט זאון און פרובירן פרעמדע עירליינס" – טענה'ט דער אויבנדערמאנטער על בעיקער פון קאטאר עירליינס – "אבער איך קען זיי פארזיכערן, אז טעמו וראו כי טוב, איינמאל איר וועט אונז פרובירן וועט איר נישט חרטה האבן און מער נישט צוריקקוקן".
כדי צו אריבערגעווינען מער אמעריקאנער צו זייערע עירליינס, פרובירן זיי פארשידענע טריקס. ווי למשל צו מאכן שותפות פאר מיילעדזש מיט געוויסע אמעריקאנע עירליינס. צב"ש עמירעיטס האט זיך צוזאמענגעשטעלט מיט אלאסקא עירליינס און דזשעט-בלו אויף זייער "פריקווענט-פלייער" פראגראם.
די סיבות דערצו
וואס זענען די סיבות אז זיי טויגן בעסער ווי די אמעריקאנע קאמפאניס? נאך דערצו פאר ביליגערע פרייזן?? עס זענען פאראן מערערע. דער עיקר סיבה גיבט מען אן ווייל יענע עירליינס באלאנגען צו די רעגירונג וועלכע טוען סובסידירן די עירליינס און גיסט אריין גרויסע געלטער זיי צו האלטן אויפן בעסטן פארנעם, אנדערש ווי די אמעריקאנער עירליינס וועלכע זענען פריוואטע קאמפאניס. יונייטעד עירליינס האט פרובירט צו שתדל'ען ביי די אבאמא אדמיניסטראציע פרובירן צו ענג מאכן יענע עירליינס און פארקלענערן זייער איינפלוס, מיט די טענה אז עס פארלעצט די ביזנעס רעגולאציעס און עס איז נישט 'פעיר קאמפעטישען'. עס איז דערווייל נישט געקומען קיין שום אנטווארט פונעם ווייסן הויז. עמירעיטס לייקנט די באשולדיגונגען אז די גאווערמענט העלפט זיי ארויס פינאנציעל.
די צווייטע פארשטענדליכע סיבה איז, אז אויל/גאז איז פיל ביליגער אין יענעם ראיאן, ממילא קענען זייערע עירליינס זיך ערלויבן צו טיילן ביליגערע טיקעטס.
נאך א שטארקע סיבה זענען די אמעריקאנע געזעצן כלפי ביזנעסער און ארבעטערס און, ווי געווענליך, די ארבייטער יוניאן, וועלכע פארלאנגען גדולות ונצורות (טיפיקל אמעריקע). אין פארגלייך צו די דארטיגע געזעצן. דארט קען מען באצאלן ביליגער, און פארלאנגען מער פון זייערע ארבייטערס, בשעת דער אמעריקאנער געזעץ טוט פארבאטן צו פארלאנגען צופיל שעות וכדו'. ווי אויך געוויסע טייערע טעקס וואס אמעריקע טשארדזשד, עקזיסטירן נישט ביי די אראבישע. ביי אמעריקאנער עירליינס, ארום 20% פון דעם טיקעט פרייז גייט אראפ פאר 17 סארט טעקסעס, א זאך וואס מען טרעפט נישט ערגעץ אנדערש.
לי מאועק, דער פרעזידענט פון "וואשינגטאן די.סי. עירליינס/פילאטן אסאסיאציע", טענה'ט אז ביי די אראבישע לענדער קוקט אויס ווי מען טוט פראקלאמירן און שטיצן צו פליען, בעת אין אמעריקע טוט מען כלומר'שט באשטראפן די פאסאזשירן מיט גאר הויכע טעקס ראטעס. אויך זאגט ער: "איך גלייב אז די יו.עס. עירליינס קענען קאמפיטן מיט די אראבישע, אבער מאמענטאל איז עס זייער נישט "איווען" (נישט קיין פארגלייך) און די יו.עס. עירליינס שטייען אויס צו פארלירן דעם געים".
אלענפאלס, ווי עס קוקט אויס לויט רוב שאצונגען וועט פארקומען א שיינע רעוואלוציע אין די הימלען די קומענדיגע פאר יאר, און דער וועג פון פליען וועט זיך האפענטליך פארבעסערן, צו יעדנ'ס צופרידנהייט (אפשר אחוץ פון די עירליינס...).
ימים ידברו.

וירח ה' את ריח הניחוח
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
שמעקעדיג: יישר כח פאר דעם היקיפ'דיגן באריכט איבער די עירליינס. איך האב מיך אנגעשטרענגט כדי צו ערפילן דיין פערזענליכע בקשה צו מיר.
אעפ"כ, האב איך א שטיקל באמערקןנג צו מאכן דא. אויב איך מעג. ברשותכם....והנה: דער פאקט אז די דייטשע עירליין לופטהאנזא איז אריינגעקומען אלס איינע פון די העפליכסטע עירליינס, איז א גוטע בשורה פאר די משפחת התמרים, וועלכע זענען מקיים ביידע מצוות בהעלם אחד. סיי דעם סור מרע. און סיי דעם עשה טוב. זיי פארן נישט מיט די ציוניסטישע עירליין שבדו הציונים מליבם הטמא, אל-על: (איך וואלט אויך נישט געפארן מיט זיי. נאכדעם וואס איך האב אמאל צו געזעהן ווי די קראא מאכן חוזק און שפעטן אפ פון ערליכע אידן וועלכע זענען געפארן מיט זיי.) . און זיי זענען מקיים דעם עשה טוב. זיי פארן יא, מיט די דייטשע עירליין לופטהאנזא.
נאר דאס אז די אראבישע עירליינס זענען אויסערגעווינליך גוט איז אויכעט א שטיקל בשורה טובה, סיי פאר די נטורי קרתא און סיי פאר געוויסע יחידים וועלכע האבן דא א ניק, און זיי זענען גרויסע אוהבי ישמעאלים.
נ.ב.: כל האמור למעלה איז געשריבן מיט א הומאריסטישן בליק. אויב ס'איז דא געוויסע יחידים וועלכע פילן זיך געטראפן פון די מיינונגען וועלכע זענען געווארן אויסגעדריקט דא, זאל מען מיר מודיע זיין. און איך וועל בלי"נ פארמעקן די תגובה. ייש"כ למפרע...!

-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1396
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
- האט שוין געלייקט: 3030 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
- קאנטאקט:
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 975
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 5:48 pm
- האט שוין געלייקט: 49 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל
זייער שיין שמעקעדיג!!
איך בין אפאר וואכן צוריק געפלויגן ביזנעס מיט אמעריקען עירליינס פון אנטווערפען צו נ''י און איך בין געוועהן זייער סערפרייזד פון די פיינע סערוויס. די עראפלעין איז געוועהן, שיין און ניי. די עסן איז געוועהן בעסער פון אנדערע עירליינס. די איינציגסטע זאך איז געוועהן אז איין stuard איז געוועהן א גרויסע בהמה

- הודעות: 1512
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
- האט שוין געלייקט: 5973 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל
- פרייוויליג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1778
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1168 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל
- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
פרייוויליג האט געשריבן:האט עמיצער עקספיריענס מיט Transaero עירליין?
איך בין איינמאל געפארן מיט זיי ,א עירליין פונקט ווי אלע עירליינס.
מאך נאר זיכער אז ביידע פלייטס פארן פון די זעלבע ערפורט אין מאסקווא ,איך האב עס געהאט פארזעהן און אזוי ווי איך האב שטייטזעך נישט געהאט געמאכט א וויזע פאר די פאר שעה סטאפאווער האט מען געדארפט מעידשער פראטעקציע דארט אין מאסקווע מיך צו טוישן אויף א אנדערע פלייט.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
הערליך און ניצבארע אשכול.
איך פלי אסאך, און ספיריט עירליינס האט רוב מאל די ביליגסטע פרייז, איך בין אבער קיינמאל נישט געפלויגען מיט זיי ווייל ס'ליגט מיר און קאפ אז זיי זענען נישט גוט, איך ווייס נישט פארוואס, וועם איך פרעג זאגט מיר די זעלבע און קיינער ווייסט נישט א סיבה. איינער האט מיר געזאגט אז זיי האבן אסאך דילעיס, אבער איך קען עס אראפשלינגען ווייל סוף כל סוף זענען זייער פרייזען סך ביליגער ווי אנדערע.
אויב איינער האט מער אינפא ביטע צולייגען צום אשכול. שכוח

- גיבור
- ידיד השטיבל
- הודעות: 298
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 14, 2013 4:07 pm
- האט שוין געלייקט: 206 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 231 מאל
ראשעקאל האט געשריבן:זייער שיין שמעקעדיג!!
איך בין אפאר וואכן צוריק געפלויגן ביזנעס מיט אמעריקען עירליינס פון אנטווערפען צו נ''י און איך בין געוועהן זייער סערפרייזד פון די פיינע סערוויס. די עראפלעין איז געוועהן, שיין און ניי. די עסן איז געוועהן בעסער פון אנדערע עירליינס. די איינציגסטע זאך איז געוועהן אז איין stuard איז געוועהן א גרויסע בהמה
עפעס מאכט נישט קיין סענס ווייל אמעריקען עירליינס פארט שוין נישט 3 יאר קיין בראסעלס פון ניו יארק,
אפשר ביסטי געפארן פון אמסטערדאם אדער אפשר מיט א סטאפ ?
איזהו גיבור ?
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 31
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 22, 2014 9:22 am
- האט שוין געלייקט: 1 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 503
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 1:16 am
- האט שוין געלייקט: 501 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 460 מאל
עזריאל האט געשריבן:הערליך און ניצבארע אשכול.
איך פלי אסאך, און ספיריט עירליינס האט רוב מאל די ביליגסטע פרייז, איך בין אבער קיינמאל נישט געפלויגען מיט זיי ווייל ס'ליגט מיר און קאפ אז זיי זענען נישט גוט, איך ווייס נישט פארוואס, וועם איך פרעג זאגט מיר די זעלבע און קיינער ווייסט נישט א סיבה. איינער האט מיר געזאגט אז זיי האבן אסאך דילעיס, אבער איך קען עס אראפשלינגען ווייל סוף כל סוף זענען זייער פרייזען סך ביליגער ווי אנדערע.
אויב איינער האט מער אינפא ביטע צולייגען צום אשכול. שכוח
יעדע זאך קאסט ביי זיי עקסטערע געלט. א רענצל, הענד לאגעדזש, א קישן - אלעס קאסט געלט. נאך אלע הוצאות קומט עס נישט אויס צופיל ביליגער, און ס'איז נישט באקוועם און שלעכטע סערוויס.