שושנים #6: אוי חנוכה אוי חנוכה

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
רעאגיר
באניצער אוואטאר
גנדי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1181
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 05, 2013 11:21 pm
האט שוין געלייקט: 2305 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1353 מאל

שושנים #6: אוי חנוכה אוי חנוכה

שליחה דורך גנדי »


געמיינט איך האב חנוכה ליב,
ווייל מ'גייט יעדע נאכט ארויס פון שטוב.
איך דארף באלד אויפנעמען א סעקרעטאר,
צו האלטן חשבון פון מיין פארטי-קאלענדאר.

צום סוף בין איך אזוי פיסט-אף,
די גאנצע צייט ביזי קויפן נאך א סקרעטש אוף.
מיין ווייב קויפט פאר איר מאמע אלעמאל די מתנה,
איך בין אבער שעמעדיג, און איך טו קיינעם נישט מאנען.

מיין כולל שוואגער זאגט קוויטלעך טאר מען נישט שפילן,
וישכחהו – וועלכער איד שפילט קוויטלעך וועט היסן און זיך פארקילן.
די לעדיס מאכן מאדנע סעלעדס מיט עגפלענט-פאמאזשאן,
איך בלייב הונגעריג, נישטא וואס אין מויל צו נעמען אריין.

אביסל דאס הארץ צו דערקוויקן,
אויף מיין אייפאון איך נעם זיך טוויטן.
מיין זון איז מוחה, ער האט א געברעינוואשט קעפל,
זיין רבי האט געזאגט, די היינטיגע יוונים זענען עפל.
מיין שווער'ס פליפ-פאון איז די פך השמן,
ווייל מען קען אויף דעם נישט "קענדי-קראש" געימען.
פארוואס שפילן די הייליגע רבי'ס דריידלעך,
און איך טאר נישט ווארפן ברויגז'דיגע פייגלעך.
גיי זיי מסביר אז די מכבי"ם זענען געווען ווי צה"ל,
נישט ווי די קליינע הייפעלע אידן אשר לא כרעו לבעל.

צו די רביס לעכט צינדן מוז איך לויפן,
און זיין חדר'ס ראפל מוז איך קויפן.
ווייל ס'איז געווארן א מצב ליידער,
ווער ס'שטעלט זיך נישט צו, פליען זיינע קינדער פון חדר.

ווען איך פאר ארום אין די גאסן, קוק איך אריין אין פענסטער,
צו זען וועמענס דיינונג רום, איז די שענסטער.
איך אבער עפן נישט די פירהאנג, איך האב מורא וואס די שכנים וועלן זאגן,
"זיי זענען זייער יאנטשי! לויט די מאגערע טשענדעלעיר וואס זיי פארמאגן".
אמאל האט די "טעלזע ישיבה" מיט קאלירפולע ליכט אונז באזארגט,
יעצט האמיר נאך רויטע פון די שכן געבארגט.

מיין טאכטער קוקט אויף די ליכט כסדר,
אויסהייליגן אירע אויגן פון בארבי'ס אומ'צניעות'דיגע קליידער.
מיין ווייב ביי די ליכט א גאנצע צייט שטייט,
זי האט די עקסטינגווישער פאר א פייער גרייט.

מיין קליינע ראָצער'טע הערט אויף נישט האקן אין קאפ,
לאטקעלע לאטקעלע האפ האפ האפ.
איך דארף אזוי א האלבע שעה זיצן.
אין די בעקיטשע און שטריימעל שוויצן.

צו נאך א פארטי זיך איילן מ'דארף,
ווייל מ'האט אנגעזאגט די פראגראם פאנגט זיך אן שארף.
די אפגעפארענע קאזינטע איז געקומען פון דערווייטנס צו גאסט,
אוי איז איר קליידל שמאָל און געפאסט.

נאכדעם איז נישט קיין וואונדער,
אז מנשה פילאפ ווארנט מען דארף פראווען מענער און פרויען באזונדער.
איך פריי מיך ווען די פארטי אין ניטל נאכט געפאלט אויס,
אזוי מיין שווער לאזט מיר פון די פלפול אויסגאבע ארויס.

ביינאכט קום איך אהיים אינגאנצען אנגעהוצט,
פון אלע וואס זענען געווען אזוי אויסגעפוצט.
איך הער א "ניין" מיט א פנים א שטרענגען,
זי וויל נישט נאך א יוזל אויף דער וועלט ברענגען.

אזוי גיי איך איינזאם אריין אין בעט,
ווען אין קאפ טראכט איך פון א גט.

אוי חנוכה פארטיס, אוי חנוכה פארטיס, אזויפיל שיינע,
ליסטיגע און פרייליכע זיי זענען נישט דיינע.
אלע נאכט מיט דמיונות שפילן מיר,
הייסע פאנטאזיעס וועבן זיך אין מיר.

אוי חנוכה, א יום טוב א געמיינע,
ווייל אפילו מיין אייגן ווייב איז נישט מיינע.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום כוכב, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
You must be the change you want to see in the world

דער אשכול פארמאגט 28 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר