כלל ישראל איז דורך געגאנגען פארשידענע שווערע תקיפות ווי די רשעים האבן זיך געוואלט פארמעסטן אויסצורייסן כל הקודש לנו ולא יזכר שם ישראל עוד ח"ו. געווען אזעלכע וואס האבן געהרג'ט און גערצח'ט במלא מובן המלה און אנדערע וואס האבן געוואלט עוקר זיין את הכל בבחינת מיתת נשמה והגוף קיים.
והיא שעמדה לאבותינו וכו' והקב"ה מצילנו מידם. די הבטחה פון כי לא תשכח מפי זרעו - חס ושלום שתשתכח תורה מישראל, איז אלץ אנגעגאנגען און טראץ אלע שטערונגען מבית ומבחוץ איז די באן געפארן לשם ולתפארת.
ביז ס'איז געקומען אותו רשע הצורר הגרמני ימ"ש, און מיט א סיסטעמאטישע רציחה אויסגעהארגעט גאנצטע קהילות מיט זייערע מנהיגים פון מערערע מדינות אשר כמוהו לא נהיתה מאז היתה ישראל לגוי. מיליאנע קדושים מסלתה ומשמנה פון וואס כלל ישראל האט פארמאגט, זענען אומגעקומען על קידוש השם.
געבליבן זענען א קליין הייפעלע צאמגעבראכענע אידעלעך, אחד מעיר ושנים ממשפחה. שווארץ קוקער האבן פארגעזאגט אז די חרדישע לעבן שטייגער איז א פארגאנגענהייט - איטס אווער! מיט גרויס שוועריקייט און אסאך סיעתא דשמיא איז אבער מקיום געווארן דעם ואחריתך ישגה מאד ווען פון די פאר צעבראכענע אידן איז אויסגעוואקסן א לגיון של מלך פון שווערע טויזענטער וואס שטרעבן ווייטער אנצוהאלטן דעם גלאררייכן אמאל.
כלפי מה דברים אמורים? חרדישע מידיא קוועלער זענען אנגעפילט מיט בילדער, ווידיאס און לייוו הוקאפס ווי מ'זעט און מ'הערט ווי גדולי רבנים ואדמורים זענען מקיים מצוות השם מדי שבת בשבתו ומדי מועד במועדו. מי פלל ומי מלל אז זיבעציג יאר נאך די ביטערע אושוויץ וועלן נאך זיין רבישע אייניקלעך וואס מאכן הבדלה? איך מיז אייך זאגן אז טרערן זענען גרינען פון מיינע אויגעליך הערענדיג אדמו"ר מ'שאראשפאטיק ליינט די מגילה בעצם יום הפורים.
ס'האט זיך אקוראשט אנגעהויבן די ימי החנוכה און שוין קומען צו פליען קליפס פון אלע זייטן ווי יעדעס צווייטער בנשקל איז מדליק את הנרות!
א נקמה אין היטלער!
ברוך המקדש שמו ברבים
- שמעון וואלף
- חבר ותיק
- הודעות: 3547
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
- געפינט זיך: אין דרום
- האט שוין געלייקט: 5476 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1677
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
- געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
- האט שוין געלייקט: 5634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל
פונקט געוואלט שרייבן איבער דעם. יעצט זע איך ס'איז ממש זה נהנה וזה בענענע. יעדער טרואמפירט מיט זיין נקמה, והכל על מקומו יבא בשלום.
זאגן זיי, די איפכא מסתברא'ניקעס אזוי: כאטש ס'איז פאר דעם היטלער'ן נישט געלונגען אויסצופירן אלע זיינע פלענער, האט ער פארט א נקמה אין מיר פשוטי עם, חוטבי קוגל ושואבי ח"י ראטל.
זיין נקמה פלאן איז געווען זייער פשוט: לאז לעבן אחד מעיר, און גיב אים נאר אהין שנים במשפחה. וכך הווה.
זאגן זיי, די איפכא מסתברא'ניקעס אזוי: כאטש ס'איז פאר דעם היטלער'ן נישט געלונגען אויסצופירן אלע זיינע פלענער, האט ער פארט א נקמה אין מיר פשוטי עם, חוטבי קוגל ושואבי ח"י ראטל.
זיין נקמה פלאן איז געווען זייער פשוט: לאז לעבן אחד מעיר, און גיב אים נאר אהין שנים במשפחה. וכך הווה.
- דריידל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1146
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
- געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
- האט שוין געלייקט: 1132 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1247 מאל
ווען מ'האט איבערגעדרייט א וועלט מיט די כינוס כלל ישראל מיט אזעלכע לאזונגען אז דאס אידישקייט גייט אינטער וכדומה, האט מיר איינער געזאגט אז ער איז נישט באזארגט ווייל אויב אידישקייט איז נישט אינטערגעגאנגען נאך די צווייטענ וועלט מלחמה, וועט די אינטערנעט עס זיכער נישט אינטערברענגן.
פארדריי די דיר דיין קאפ
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 565
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 11:20 am
- האט שוין געלייקט: 91 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 160 מאל
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1393
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
- האט שוין געלייקט: 3030 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
- קאנטאקט: