שואל כענין - קושיות ותמיהות

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
פארשפארט
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

גראדעמעכעלע האט געשריבן:
רויטע וואנצעס האט געשריבן:
גראדעמעכעלע האט געשריבן:רש''י אויפן פסוק לו ב'
אהליבמה, היא יהודית, והוא כינה שמה יהודית לומר שהיא כופרת בע''ז
כפי ידיעתי איז דאס וואס אידן ווערן געריפן יהודים איז ע''ש יהודה אז זיי קימן פין לאנד יהודה, סאו וואס פאסט אז עשיו זאל ריפן יהודית?
אזוי ווי א אידישע פרוי ווערט גערופן ישראלית.


איר האט נישט פארשטאנען מיין שאלה לויט ווי איך ווייס איז די נאמען יהודי יהודים יהודית, מקורו פון די נאמען יהודה, אין ע''ש די אידן בני ישראל האבן געוויונט אין ארץ יהודה ווערן זיי געריפן יהודים, אין ממילא איז דאס א שם הנרדף פאר כופרי בע''ז ווייל די אידן זענען כופרים בע''ז, אבער פאר יהודה איז געבוירן וואס פאסט צי ריפן א כופר בע''ז יהודית? ע''ש וואס?

איז אפשר מעגליך אז ארץ יהודה האט אזוי געהייסט נאך פאר יהודה איז געבוירן געווארן?
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

ירח בן יומו האט געשריבן:היינט אין דף היומי זעהן מיר אין תוס' א חידוש אז רבקה איז געווען דרייצן יאר אלט ביי די חתונה


אונז געדענקן אלע מגירסא דינקותא די רש"י עה"ת אז רבקה איז געווען דריי יאר אלט ביי די חתונה
ווי רש"י שמועסט אויס אז די המתין לה עשר שנים שתהא ראוי' להוליד וכו'
מיר איז שווער געווען פארוואס האט ער געדארפט ווארטן 10 יאר, די גמרא אין יבמות יב ברענגט דאך אז א גדולה בת יב שנים איז שוין ראוי לילד
וואלט ער נאר געדארפט ווארטן 9 יאר, וצע"ג.

אפשר איז עם געווען אומבאקוועם חתונה צו האבן מיט א בעיבי?
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל

שליחה דורך יין שרף »

לאמיר עס פארשטעלן אזוי. אלץ עלטערע בחור האב איך געדארף ל״ע דורך גיין א מיינער סורדשערי. הארט פארן אריינפירן אין אפערעיטינג רום (ווען מען פילט אטאמאטיש שוין אז אט אט שלאפט מען איין) האט מיר די הויפט נורס/שיקסע געבעטן מיינע פיילס וואס איך האב געהאלטן. איך האב געמיינט אז זי געבט מיר די הענט אזוי העפליך (ניין! בכלל נישט העפליך געווען יענע רשענטע דארט. און וויסן זאל זי אז ביהיינד היר בעק האבן איר אלע דאקטוירים צאם-געשאלטן...) און איך האב איר נישט געוואלט צוריקווייזן, ספעציעל ווען איך ווייס אז באלד בין איך ביי איר אינטערן מעסער... דארף איך א תשובה טוהן דעראויף אדער נישט??
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

רמב"ם פרק כ"ד באיסורי ביאה: "כל הבא על ערוה מן העריות דרך איברים או שחבק ונשק דרך תאוה ונהנה בקרוב בשר הרי זה לוקה מן התורה", אויב איז דאס געווען דרך תאוה והנאת קירוב בשר האסטו עובר געווען לויטן רמב"ם, טאמער נישט, נישט. ווי אויך זעט מען מערערע מאל אין חז"ל ווי תנאין ואמוראים האבן נוגע געווען און מ'זעט נישט אז מ'זאל פרעגן וויאזוי זיי האבן געמעגט.

רמ"פ האט אויך מתיר געווען בכגון דא ווען זי איז מושיט איר האנט, מ'סתמא איז די זעלבע ווען דו מיינסט אז זי האט מושיט געווען, די תורה פאדערט דאך נישט צו זיין א יודע מחשבות.
chusid
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 878
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:40 pm
האט שוין געלייקט: 1386 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 432 מאל

מחלוקת יש מזל בישראל או אין מזל בישראל

שליחה דורך chusid »

אין מסכת שבת איז דא א מחלוקה צו יש מזל בישראל אדער נישט, נאכן דורך לערנען תוס' ע"פ המהרם קומט אויס אז כו"ע מודו אז בעצם איז אלעס מזל נאר די מחלוקה איז צו דורך אסאך תפלה קען מען פארקירווען די מזל. לכאורה קוקט אויס אז ס'איז דא א מוסג אז נאטורליך פירט זיך עפעס די וועלט דורך מזל, און איך האב געזען נאכברענגען פון ספר מנחת ערב פונעם בעל שמן רוקח אז אין די פעלער (הסרת השגחה) איז דאס אפילו נישט נחשב פאר נכיון עווונות, וואו אזוי פארשטייט מען דאס?
.זיך צו פארבינדן chusid03@Gmail. Com
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

chusid האט געשריבן:אין מסכת שבת איז דא א מחלוקה צו יש מזל בישראל אדער נישט, נאכן דורך לערנען תוס' ע"פ המהרם קומט אויס אז כו"ע מודו אז בעצם איז אלעס מזל נאר די מחלוקה איז צו דורך אסאך תפלה קען מען פארקירווען די מזל. לכאורה קוקט אויס אז ס'איז דא א מוסג אז נאטורליך פירט זיך עפעס די וועלט דורך מזל, און איך האב געזען נאכברענגען פון ספר מנחת ערב פונעם בעל שמן רוקח אז אין די פעלער (הסרת השגחה) איז דאס אפילו נישט נחשב פאר נכיון עווונות, וואו אזוי פארשטייט מען דאס?

לפענ"ד: איז עס אזוי ווי די גמ' זאגט אין מס' בבא מציעא (און נאך אנדערע פלעצער) "הכל בידי שמים, חוץ מצינים, פחים. שנאמר. צנים פחים בדרך עקש". איז אויב א מענטש לייגט זיך בידיים אריין אין א פח, אין א צייט וואס ער וואלט עס געקענט אויסמיידן, אויך מצד ההגיון, איז ער זיך אליין שולדיג...!
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

יעדעס יאר חנוכה דאס זעלבע זאך.
מיינע קינדער זעצען זוך ארום קוקען אויף לעכט צי באקומען הייליגע אויגן.
האט דאס א מקור?
וואס מיינט הייליגע אויגן, וואס זענען די מעלות דערפון?
וואס איז דו מעלה פון קוקן אויף לעכט?
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

דו האסט שוין אן אלטע שוואכקייט (....) צו וועלן וויסן מקורות, קוק נאר אין דיין הודעות היסטארי,
וואס איז אייגענטליך אזוי שווער צו פארשטיין?
אז מען קוקט אויף הייליכע זאכן ווערן די אויגן - ווי אויך דער גאנצער גוף - נתקדש, וכן להיפך ח"ו. מקורות אויף דעם זענען צאללאז.
בכלל שטייט דאך אז קוקן אויף א דבר שבקדושה איז מושך אן אור קדוש אויפן מענטש. פוק חזי וויפיל אידן זענען מקפיד אריינצוקוקן אין ס"ת ווען מען גייט הגבה.

הנרות הללו קודש הם. זיי זענען הייליג! עניטיים אזוי הייליג ווי א גרויסע רבי.
ואין לנו רשות להשתמש בהם, אלא 'לראותם' בלבד. קוקן, און נאכאמאל קוקן. דער אור הקודש, אדער אור הגנוז ווערט נמשך און איז משפיע אויף דיר.
דו שפירסט עס נישט? איך אויך נישט. מיר האבן א פארגרעבטן גוף. אבער די נשמה האט זיכער א נוצן דערפון.
וירח ה' את ריח הניחוח
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
האט שוין געלייקט: 5973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

שליחה דורך לית דין בר נש »

שמעקעדיג האט געשריבן:דו שפירסט עס נישט? איך אויך נישט. מיר האבן א פארגרעבטן גוף. אבער די נשמה האט זיכער א נוצן דערפון.

ג"א מצרף זייער גוט געזאגט
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

תורה און מצות איז פאר מיר איז א שכלדיגע זאך.
וויל איך וויסען אויב דאס פיט אריין אין מיין תורה.
כווייס סאיז דא א מהלך אין אידשקייט ענדליך צי תהילים כולל.
לויט יענע מהלך איז יתכן אז קוקן אויף רעטעך האט אויך א השפעה אויף די נשמה.
באניצער אוואטאר
לא להנאת גופי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 136
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 6:10 pm
געפינט זיך: ווענד זיך ווען
האט שוין געלייקט: 46 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 80 מאל

שליחה דורך לא להנאת גופי »

גמ' זאגט [דאכטזעך שבת כ''ג:] 'הרגיל בנר' הוויין ליה בנין תלמידי חכמים. וואס מיינט הרגיל? סתם צינדען? ווער צינד נישט [און מיר האבן דען ת''ח?]? אויך וואלט געדאפט שטיין 'המדליק נר', אלא מאי הרגיל מיינט נישט סתם צינדען. וואס דען?? מ'מיינט זיכער מער ווי צינדען און גיין -נוסח ליטא\אליאשיב- נו, וואס נאך קען מען טון מוט די לעכט מער ווי צינדען? כ'זאל עס קושען? אדער אפשר אנטאפען? אתמהה.
אלא מאי, פשוט פשט, ע''כ מיינט מען קוקען. הרגיל בנר הייסט אריין קוקען טיף אינעם נר. ס'מיז דאך זיין פשט.
וכן צ''ל בהא דאיתא כל האומר אשרי וכו' יש לו תלק לעוה''ב, שע''כ אינו כפשוטו, אלא ש'אומר' היינו 'אמירה אמיתית' אמירה כדבעיה...
הרינו עושה זאת לא להנאת גופי כלל וכלל!! אין לי שום שמץ של הנאת עצמי כלל!!
כ'ווינדער מיך אלעמאל פארוואס מענטשען גייען אזוי פאר גשמיות. נאכדערצו 'לייקס', כאפ איך בכלל נישט די הנאה דערפון.
די אלע זאכען רעדן עפעס נישט צו מיר.
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
האט שוין געלייקט: 5973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

שליחה דורך לית דין בר נש »

דאס איז סתם געהאקט א טשייניק עס מיינט זיכער נישט קוקן אויף די לעכט.
אויב עפעס מיינט עס הויכע לעכט גוטע קוואליטעט שמן זית גוטע קוואליטעט קנויטן דברים גשמיים!
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

שמעקעדיג האט געשריבן:דו האסט שוין אן אלטע שוואכקייט (....) צו וועלן וויסן מקורות, קוק נאר אין דיין הודעות היסטארי,
וואס איז אייגענטליך אזוי שווער צו פארשטיין?
אז מען קוקט אויף הייליכע זאכן ווערן די אויגן - ווי אויך דער גאנצער גוף - נתקדש, וכן להיפך ח"ו. מקורות אויף דעם זענען צאללאז.
בכלל שטייט דאך אז קוקן אויף א דבר שבקדושה איז מושך אן אור קדוש אויפן מענטש. פוק חזי וויפיל אידן זענען מקפיד אריינצוקוקן אין ס"ת ווען מען גייט הגבה.

הנרות הללו קודש הם. זיי זענען הייליג! עניטיים אזוי הייליג ווי א גרויסע רבי.
ואין לנו רשות להשתמש בהם, אלא 'לראותם' בלבד. קוקן, און נאכאמאל קוקן. דער אור הקודש, אדער אור הגנוז ווערט נמשך און איז משפיע אויף דיר.
דו שפירסט עס נישט? איך אויך נישט. מיר האבן א פארגרעבטן גוף. אבער די נשמה האט זיכער א נוצן דערפון.

איך וויל אבער וויסן אויב בעפאר חסידות איז אראפגעקומען אויף דעם וועלט, ווען חנוכה איז נאך געווען א יום טוב פאר אן אמאליגע נס אנשטאט א זמן ווען אורות קומען אראפ למטה מעשרה און ס'ווערט די גמר חתימה טובה, אויב דעמאלס איז אויך געווען אן ענין צו קוקן אויף די לעכט.
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

צדקת ר' מאיר בעל הנס

שליחה דורך גאלד »

ווער איז מחליט און וואס זענען די פארשריפטן אז א געוויסער צדקה זאל באקומען די טיטול אלס "צדקת רמבעה"נ" מיט אירע אלע סגולות?
וואס איז די פראצעדור,
ברויך עס זיין דורך א בי"ד של ע'?
איז דא א waiting period
מעג נאר זיין א באגרעניצטע צאל,
וויזוי ארבעט דאס
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

קודם וועסטו אודאי מסביר זיין וואס פאר א גוט יאהר מיינט דאס בכלל צדקת ר"מ בעל הנס, אנטיגנוס איש סוכו איז עפעס א קטלא קניא?
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

ווייס איך אויך נישט,
מאנכע טענה'ן אז ס'א טעות גמור מתחלה,
זיי טענה'ן אז ס'שטאמט פון דעם אז כידוע איז דער רמב"ן ארויפגעפארן קיין ארץ ישראל, האט ער מייסד געווען א צדקה קופה, וואס מ'האט שפעטער גערופן קופת רמב"ן,
האבן טייל געמאכט א פארדריסליכע טעות און עס אויסגעטייטשן ר'בי מ'איר ב'על נ'ס,

אבער לאמיר אנעמען אז ס'האט יא א מקור,
ווי נישט ווי די חסידים און ספרדים זענען שוין דורי דורות זייער פארגלייבט דערין,
כ'געליינט לעצטענס אז ר' איציקל מפשעווארסק,
פלעגט אין צייטן וואס ער האט נישט געהאט ממש קיין לחם לאכול לפרנס ביתו,
איז אבער דער רמבעה"נ פושקע געווען געשוואלן פון געלט,

בקיצור וויזוי ווערט א קופה געקרוינט אלס "צדקת רמבעה"נ"
באניצער אוואטאר
ראש הישיבה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:35 pm
האט שוין געלייקט: 914 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1109 מאל

שליחה דורך ראש הישיבה »

יעדער צדקה פון ארץ הקודש איז צדקה פון רבי מאיר בעל הנס.

אין מדינות רוסיא פרייסין ליטא וואהלן פוילן גאליציע אונגערין זיבענבערגן אמעריקא ועוד, האט מען זייער געוואלט פראמאטען די אידן זאלן זיך באזעצן אין ארץ ישראל, האבן זיי געמאכט קאמפיין'ס אז מען זאל שטיצן די אידישע יישוב אין ארץ ישראל.

כדי צו ציען סאפארט פון די חסידים האבן די רבי'ס געוועלטיגט אויף די קופות. ממילא איז עס געטיילט געווארן די חלוקות לויט די יוצאי פון יענע מדינה. איז געווארן אלץ קריגערייען פון צוויי פראנטן, מצד די נותנים מי בראש, און מצד די מקבלים איז געווען וויאזוי מען טיילט, פאר וועם יא אין וועם נישט, וויפיל זאל יעדער באקומען. לכן איז יעדער געגנט ווען זיי האבן איינגעזען אז זייער לאנד ווערט נישט ריכטיג רעפרעזענטירט האבן זיי געמאכט אן אייגענע ר' מאיר פושקע.
chusid
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 878
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:40 pm
האט שוין געלייקט: 1386 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 432 מאל

נח צדיק לפי דורו

שליחה דורך chusid »

איך האב פונקט יעצט אריינגעבלאנזשעט אין פרשת נח איז מיר שווער געווארען וואס איז פשט (לויט איין פשט אין רש"י) אז נח איז געווין א צדיק לפי דורו אבל בדורו של אברהם לא היה נחשב לכלום?האט ער געטוען די בעסטע לפי כחו-איז ער א צדיק אפילו יארן פריער האט מען געקענט מער.... האט ער נישט גוט גיטוען- איז דאס אז די גאנצע דור איז אויכט שלעכט מאכט דיר נישט צדיק,, 2 ראנגס דאזענט מעיק 1 רייט.
.זיך צו פארבינדן chusid03@Gmail. Com
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

"לא יבוא עמוני ומואבי בקהל ה', גם דור עשירי לא יבוא להם בקהל ה' עד עולם; על דבר אשר לא קידמו אתכם בלחם ובמים בדרך בצאתכם ...

עמוני ומואבי ולא עמונית ומואבית דרכו של איש לקדם אין דרכה של אשה לקדם (יבמות ע"ו).

שטעלט זיך די קושיא אזוי: מילא דאס ערשטע דור זענען נקיבות נישט באשטראפט געווארן ווייל ס'איז נישט די סדר לקדם, אבער די קומענדיגע ניין דורות פלאס, איז אזוי; אויב שטראפט מען א קינד פאר די עלטערנ'ס עבירות, וואלט א טאכטער פון אן עמוני פונקט אזוי געדארפט זיין אין כלל, ווי אזוי איז דער אין דרכה לקדם איר פוטר? זי איז בכלל נישט געווען דארט ס'זאל מאכן א נפק"מ, זי ליידט פאר איר טאטנ'ס זינד פונקט ווי די זכרים אייניקלעך.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מאטי, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

קען זיין אזוי. באמת איז שווער פארוואס די קינדער ווערן בכלל באשטראפט, לא ימתו אבות על בנים ובנים לא ימתו על אבות? מוז זיין אז דאס איז נישט קיין שטראף פאר די קינדער נאר וויבאלד זיי האבן שלעכטע מידות באלאנגן זיי נישט אין כלל ישראל. וויבאלד די שלעכטע מדות האט זיך נאר ארויסגעוויזן ביי מענער, קענען פרויען זיך יא מגייר זיין
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

chusid האט געשריבן:איך האב פונקט יעצט אריינגעבלאנזשעט אין פרשת נח איז מיר שווער געווארען וואס איז פשט (לויט איין פשט אין רש"י) אז נח איז געווין א צדיק לפי דורו אבל בדורו של אברהם לא היה נחשב לכלום?האט ער געטוען די בעסטע לפי כחו-איז ער א צדיק אפילו יארן פריער האט מען געקענט מער.... האט ער נישט גוט גיטוען- איז דאס אז די גאנצע דור איז אויכט שלעכט מאכט דיר נישט צדיק,, 2 ראנגס דאזענט מעיק 1 רייט.


יתכן אז - לויט דער דורשין לגנאי - אז נח האט טאקע נישט געדינט דעם אייבישטן בכל יכלתו, נאר היות דער אייבישטער האט דאך געוואלט אז די וועלט זאל האבן א קיום, און נח איז קעגן בני דורו געווען דער בעסטער, האט ער בע"כ איהם געמוזט פארעכענען אלס דער צדיק לגבי דעם אז ער העט ניצול ווערן און ווייטער ממשיך זיין דער קיום העולם, אבער אויב וואלט דער מבול געווען בדורו של אברהם וואלט אברהם ניצל געווארן אין נח וואלט אויך נאבד געווארן,
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

מאטי האט געשריבן:"לא יבוא עמוני ומואבי בקהל ה', גם דור עשירי לא יבוא להם בקהל ה' עד עולם; על דבר אשר לא קידמו אתכם בלחם ובמים בדרך בצאתכם ...

עמוני ומואבי ולא עמונית ומואבית דרכו של איש לקדם אין דרכה של אשה לקדם (יבמות ע"ו).

שטעלט זיך די קושיא אזוי: מילא דאס ערשטע דור זענען נקיבות נישט באשטראפט געווארן ווייל ס'איז נישט די סדר לקדם, אבער די קומענדיגע ניין דורות פלאס, איז אזוי; אויב שטראפט מען א קינד פאר די עלטערנ'ס עבירות, וואלט א טאכטער פון אן עמוני פונקט אזוי געדארפט זיין אין כלל, ווי אזוי איז דער אין דרכה לקדם איר פוטר? זי איז בכלל נישט געווען דארט ס'זאל מאכן א נפק"מ, זי ליידט פאר איר טאטנ'ס זינד פונקט ווי די זכרים אייניקלעך.

די גמרא פרעגט דאך שוין די סתירה צווישן פוקד עוון אבות על בנים און ובנים לא יומתו על אבות, איש בחטאו יומתו, און פארענטפערט אז התם כשאוחזין מעשה אבותיהן בידיהן. קומט דאך אויס אז אויב איז דאס קינד נישט קיין רשע ווערט ער נישט נענש, טא וואס איז מען מעניש צען דורות פון עמונים ומואבים?
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

גייט נישט די גמרא ארויף בלויז אויף אידן?
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
פארשפארט