שושנים #14: רכבת מעצבנת
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 197
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 7:07 pm
- האט שוין געלייקט: 73 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 422 מאל
שושנים #14: רכבת מעצבנת
אויפ'ן טרעין
געזען
מיט
די אויגן, ס'ציעט
עין חומד
כ'בין נישט עומד
א נסיון
קיין הגיון
הלב שליט
איבערגענומען
קאלירן טומלען
די מחשבה פרירט
וואס
איז שוין
מ'קען שוין
מיינען
יפת אלוקים
ס'קומט זיך אים
נישט תאווה
אהבה
נאר חכמה בגויים
נורא ואיום
אבער אן
תאמין
ער ליינט
ס'שיינט
כל באיה
כ'קוק אנה ואָנה
האלקים אִנה
חכמת יוונית
חיצונית
מערבית
דרומית
ס'איז נפרץ ימה
וקדמה
איך אויך
למה נגרע
שפוך
חמתך על
עצים ואבנים
א ברכה לבטלה
זאגן, שרייבן
ליינען, רעדן
איש הישר בעיניו
הרי טוב
חופש מחשבה
ודיבור והגה
אויפ'ן טרעין
איינגעזען
טוב לו
שלא
דא געבוירן
אפגעשריבן פון אויבן
געזען
מיט
די אויגן, ס'ציעט
עין חומד
כ'בין נישט עומד
א נסיון
קיין הגיון
הלב שליט
איבערגענומען
קאלירן טומלען
די מחשבה פרירט
וואס
איז שוין
מ'קען שוין
מיינען
יפת אלוקים
ס'קומט זיך אים
נישט תאווה
אהבה
נאר חכמה בגויים
נורא ואיום
אבער אן
תאמין
ער ליינט
ס'שיינט
כל באיה
כ'קוק אנה ואָנה
האלקים אִנה
חכמת יוונית
חיצונית
מערבית
דרומית
ס'איז נפרץ ימה
וקדמה
איך אויך
למה נגרע
שפוך
חמתך על
עצים ואבנים
א ברכה לבטלה
זאגן, שרייבן
ליינען, רעדן
איש הישר בעיניו
הרי טוב
חופש מחשבה
ודיבור והגה
אויפ'ן טרעין
איינגעזען
טוב לו
שלא
דא געבוירן
אפגעשריבן פון אויבן
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
דער שרייבער פון דעם פאעם איז כנראה א חרדי'שער איד. ער פארט אויפ'ן טרעין און קוקט זיך אים אויף די מענטשן וועלכע דרייען זיך ארום זארגלאז און טוען זיך אן און פירן זיך אויף ווי אזוי ס'שמעקט זיי. כנראה איז ער אן אינטעליגענטער איד, ווייל אויף די שיינקייט און תאוות איז ער מוחל. ס'קומט זיך דאך פאר יפת. אבער אויף די "חכמה בגויים" וואס זיי קענען עררייכן אומבאגרעניצט, אן זיין געבינדן צום "תאמין", דאס ברענט אים. גאט האט דאך דאס געשאנקען פאר'ן עם חכם ונבון. ווי קומט דאס אז א פארטריקאנער גוי זאל קענען לערנען מער חכמה ווי דער איד, שרייבן און ליינען וואס ער וויל. צום סוף קומט ער צו צו דער אור אלטער מסקנא אז טוב לו שלא נברא. דער גורל פון א מענטש וואס ווערט נישט ערלויבט צו עררייכן זיינע שטרעבונגען אין חכמה בלויז צוליב דעם וואס ער איז געבוירן ביי א געוויסע משפחה, מאכט אים רעאליזירן ווי ווייניג אונזער גורל רעכנט זיך מיט אונז.
א שטארקער מעסעזש און גאר גוט ארויסגעברענגט.
די כוכבים וועל איך הייסן פאר פישעלע טיילן.
א שטארקער מעסעזש און גאר גוט ארויסגעברענגט.
די כוכבים וועל איך הייסן פאר פישעלע טיילן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום יאיר, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
האדם לא נברא אלא להתענג
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1396
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
- האט שוין געלייקט: 3030 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
- קאנטאקט:
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1396
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
- האט שוין געלייקט: 3030 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
- קאנטאקט:
רעיטינג:
גערויש פון א הארץ: 5+ כוכבים
מיינט די גראז איז דארטן גרינער: 5+ כוכבים
אויסדרוק: 4 כוכבים
פאעטיש: 5 כוכבים
אטענטיש: זעהט אויס ווי 5 כוכבים
אוועראלל: ס'זעהט אויס ווי ס'הארץ האט עס געשריבן אן אפילו ברויכן אריינטראכטן, א מין ספאנטאנישע אויסשטארץ פון א וויי-געפיהל! מען שפירט מיט זיין "פארלוסט" פון דער פאטענציאל.

(- - -)
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1396
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
- האט שוין געלייקט: 3030 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
- קאנטאקט:
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
באקומט a+ פאר די קאמפאזיציע. שיינע שורות.
לגבי דער געדאנק וואס עס גיט ארויס, דארף איך מעיר זיין א משהו. עס איז א פיוט פון עין חומד, נו נישט אלץ וואס גליסט זיך דארף מען נאכגעבן.. עס איז דא גוטע חמדות, ווי לעכצן נאך חכמה, וואס לכאורה רעדט דער פאעם וועגן דעם. אבער בעווה''ר אינו כן. כתר תורה וחכמה פתוחה בפני כל אחד ואחד. יעדער איינער דא קען עכ''פ ליינען ענגליש אדער לשון קודש און פתחי גוגל וויקיפדיה און דער לייברערי זענען אפען פאר יעדער איינער צו לערנען וואס זיין הארץ באגערט. איז וואס פונקט איז ער מקנא אויפ'ן טריין, נישט די חכמות, נאר עפעס א געוויסע וועלטליכע הצלחה וואס ער דמיונט אז די חברה פון טריין האבען פון דורכגיין אן אנדערע סיסטעם פון חינוך וואס העלפט זיי צו אין געוויסע זאכען וואס מען רופט הצלחה , נו דאס איז נישט קיין אפגעפרעגט זאך, אוודאי איז גוט מצליח זיין אויך בעולם הזה, אבער מיט דער קנאה צו'ם גוי אויפ'ן טריין וואסארא חכם ער איז כלומר'שט האט עס גארנישט. כאפ נאר א שמועס מיט עם און זאג מיר אויב דער דורכשניטליכער גוי האט מער א שייכות מיט חכמה ארט שרייבען און די אלע מעלות טובות וואס ער רעדט פון ווי דער דורכשניטליכער איד. מיין טרעין עקספיריענס ווייזט נישט אזוי.

I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 539
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 22, 2014 10:27 pm
- האט שוין געלייקט: 875 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1045 מאל
אבטולמוס האט געשריבן:רכבת מעצבנת איז פון די שענסטע פאעמעס אין דעם פארמעסט. א שאד אז עס איז נישט צווישן די פיינעליסטן. חוץ די הערליכע גראמען, שורות צונויפשטעל און ווערטער-אויסוואל, איז דער מחבר מצליח איבערצוגעבן דעם פייערדיגן געפיל און ברענעדיגע חמדה פאר חכמה, וואס פאר א מענטש וואס האט זוכה געווען מציץ צו זיין איז דאס אויף אן ענליכן שטאפל ווי די אולטימאטיווע תאוות.
גם אני מצטרף אל הנ"ל. ס'איז געווען ביי מיר פון די העכסטע אויף דער רשימה. ס'קומט דעם מחבר א מעדאל!
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
Re: שושנים #14: רכבת מעצבנת
הציץ ונפגע האט געשריבן:אויפ'ן טרעין
איינגעזען
טוב לו
שלא
דא געבוירן
אפגעשריבן פון אויבן
מ׳קען אויף דעם צולייגן לפי וואס דער באקאנטער מהרש״א אין סוף מכות (כג ע״ב) וואס זאגט אז דאס אז נמנו וגמרו טוב לו שלא נברא יותר משנברא (עירובין יג ע״ב) איז ווייל מ׳איז מחשב די ל״ת וואס זענען מער [365] ווי די מצות עשה [248] און ממילא איז א מענטש קרוב להפסד ורחוק מן השכר ע״ש. דהיינו, (עטוואס) א מאטעמאטישן חשבון.
יעצט, דר. ענדרו העקער (א פאליטישע סייענטיסט), אין זיין בוך The Math Myth (אין זעקסטן פרק, pp. 87-88), נוצט די רעזולטאטן פונ׳ם 2013 מאטעמאטישן אלימפיאד אויפצוווייזען אז אפילו וואו ס׳איז דא [סאציאלע] מניעות צו חקירה און חכמה, כדוגמת דיקטאטארשיפס, קען חכמה בליען (עכ״פ די הארטערע סייענסעס כדוגמת מאטעמאטיקס).
קומט אויס, אז די ענין פון נמנו וגמרו טוב לו וכו׳ ווייזט דאך אויף נוצן חכמת החשבון, וואס דאס איז מונחת בקרן זויות אפילו אין א סאסייעטי וואס טוט (ווי נישט) רעפרעסן חכמה, וכהערת לעיקוואד.
(אגב, קען זיין דער מחבר [הציץ ונפגע] האט געסעט די פאום פון בקשת חכמה דייקא אויף א טרעין צווישן מענטשן, מרמז צו זיין אויף דעם אז א טרעין האט אינספירירט א איד [אלבערט איינשטיין פאר זיין טעאריע פון רעלאטיוויטעט] כידוע, וואס איז נישט געווען אין די רעפרעסיוו רעליגיעזע סאסייעטי קעגן חכמה (הגם ער האט יא געהאט רדיפות קעגן זיין טעאריע פון די דייטשע/נאצי וויסנשאפטלער כידוע).)