טעלעפאן האט געשריבן:It just works. דאס איז עס.
ווען איך טוה שנעל עטליכע זאכן אויף מיין איי-פאון, ווערט אלעס געפאלגט, די טאטש איז פונקטליך ווי א זייגער, ווען איך סקראל אדער זום גייט עס ממש ווי איך וויל, משא״כ ביי אלע אנדרוידס וואס איך האב פרובירט האבן זייער פיינע מעלות, אבער עס פעהלט דער ״פיינעל טאטש״. און פארדעם בין איך גרייט צו פארגעבן widgets וכדו׳
גערעכט, אין אלגעמיין איז אייפאון מער סטעיבל ווי ענדרויד, ענדרויד איז טאקע זייער א פארגעשריטענע סיסטעם, אבער וויבאלד עס איז open source, דאס מיינט אז יעדער קען נעמען דעם סאפטוועיר חלק און טהון דערמיט וואס ער וויל, נעמען עס די מאניופעקטורער'ס (מאטאראלא, סעמסאנג וכדו') און דערנאך די סעל פראוויידער'ס (ווערייזאן. ספרינט וכדו') און זיי טוען עס ארומטוישן, זיי לייגן צו און נעמען אראפ לויט ווי עס לוינט זיך זיי, דעריבער ווערט דער ענדרויד laggy און פארלירט פון איר ווערד אויפן לאנגן וועג ביז צום קאסטומער אין די הענט, ווי שטארק גוגל האט זיך פראבירט פון באווארענען פון אלע מעגליכע פראבלעמען שפעטער, איז אבער אלס אפירגעקומען נייערע פראבלעמען, א געווענליכער ענדרויד וואס איר קויפט היינט איז אנגעפאקט מיט דזשאנק, כוואלט געזאגט אז 80 פראצענט פון די בעטערי באנוץ גייט אוועק פאר זאכן וואס דער מענטש נוצט באמת נישט.
אנדערש איז עפל-אייפאון וואס נאר זיי אליינס מאכן סיי די סאפטוועיר חלק און סיי די הארדוועיר חלק, אויך געבן זיי ארויס נישט מער ווי איין פאון יעדעס יאר, ממילא קענען זיי זיך קאנצעטרירן אויף סטאביליטעיט, און אזוי איז עס טאקע, דער אייפאון איז סטאביל, סימפל, it just works... (קרעדיט טעלעפאן)
דאס איז אלעס לגבי די חילוק אין קוואליטעיט פון זיי ביידע, ווען ס'קומט צו געפיל איז יעדער מענטש אנדערש, ענדרויד צייכנט זיך אויס אין געבן קאנטראל פאר'ן באנוצער, ווען איינער ווערט נמאס פון דעם דיפאלט אינטערפעיס האט ער די מעגליכקייט עס ארומצוטוישן לויט וויזוי ער וויל, די מארקעט איז פול מיט אלע מינע קיעבאורד'ס, טעקסט מעסידשינג עפפ'ס א.ד.ג. און בעיקר איז היינט זענען דא פארשידענע קאסטום ראם'ס ווי
Cyanogenmod אדער
Miui , א קאסטום ראם מיינט אז די העקער'ס נעמען דעם ענדרויד סיסטעם און קאסטומייזן עס צו מאכן זייער שיין און סטאביל, פארשטייט זיך אז די אלע דזשאנק און אומנוצבארע עפפס וואס די אלע ווי מאטאראלא, ווערייזאן, ספרינט לייגן געווענליך ארויף נעמען זיי אראפ, די Miui ראם'ס קוקן געווענליך אויס גענוי ווי דער עפל אייפאון, בקיצור ס'איז אפן פאר'ן פאבליק און יעדער קען טהון דערמיט ככל העולה על רוחו.
עפל'ס אינטערפעיס איז טאקע זייער שיין, אבער מיט דעם בלייבט עס, על פי רוב קען מען נישט טוישן דאס אינערליכע אויסזעהן אנדערש ווי עס איז געקומען, אויב ווערט מען נמאס איז טו בעד.
דערווייל יעצט אין זומער תשע"ב אויב וויל איינער האבן אן עכטע סטאבילע ענדרויד, אנע אפטע force close און אהן דארפן ריסטארטן יעדן טאג, ברויך ער צו זיין אדער אביסל טעקי אדער קויפן נאר דעם גוגל פאון (
nexus) און קויפן פון גוגל דירעקט.
און צום שאלה "מיט וואס זאל איך גיין עפל אדער ענדרויד? די שאלה באקום איך יעדע שטיק צייט, און געווענליך האלט איך מיך צוריק פון ענטפערן בכלל, ווייל איך וויל נישט זיין רעספאנסיבל פאר יעדע מיסד קאל וואס יענער גייט האבן פאר די נעקסטע צוויי יאר, אבער אויב איינער וויל באמת וויסן זאג איך אים דאס "אויב ביזטו זייער א ביזי מענטש גיי מיט'ן אייפאון, אויב ביסטו נישט אזוי ביזי און אפגערעדט אויב ביסטו אביסל טעקי קענסטו אויסטרייען דעם ענדרויד.
(די זאכן קענען זיך טוישן זייער שנעל אבער דאס איז עס לעת עתה לענ"ד)