א ליכטיגע קאווע שטיבל

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
shem-tov
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 840
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
האט שוין געלייקט: 379 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 799 מאל

א ליכטיגע קאווע שטיבל

שליחה דורך shem-tov »

אזוי ווי סאיז חנוכה וועל איך אנהייבן מיט א שטיקל בירור אויפן ב"י קשיא. היות כבין נישט קיין שרייבער, קוים א רעדנער וועל איך מקצר זיין. קודם דארף מען פארשטיין וואס איז די פשט פון די גאנצע קשיא. אוודאי איז דא עפעס גרויסע סודות דערינען. א קשיא מיט א מיליאן תירוצים און דער עולם איז נאך אלץ נישט צופרידן. נאר באמת איז שווער אן אנדערע קשיא פארוואס האט מען קובע געווען אכט טאג חנוכה. פיין די נס איז געווען אכט טאג זאל מען צינדן דעם ערשטן טאג אכט לעכטלעך און שוין אזוי ווי פורים איז אויך איין טאג. נאר דער תירוץ קען זיין. ווייל כידוע חנוכה האט מען נישט פארשריבן אזוי ווי פורים ( והטעם משום שלא עשו ישראל תשובה) איז וויבאלד מען ליינט נישט קיין מגילה קען מען דאך ח"ו פארגעסן די תוכן הנס. האבן חז"ל אונז געגעבן אכט טאג צו רעדן איבער די ענינים און דערציילן יעדע נאכט מער און מער און מיט דעם ווערט שוין אויך פארענטפערט פארוואס צדיקים האבן אין אונז אריינגעפלאנצט די בית יוסף קשיא ווייל דערמיט וועלן מיר זיך האלטן געשפאנט און מיט דעם ווערט שוין זעלבסט פארענטפערט די קשיא אז דאס קען אפשר אויך זיין די אכטע נס אז מיר האבן באקומן די קשיא צו קענען רעדן דערפון ומוסיפין והולך מיט עפעס א רוחניותדיגע זאך א חוץ די דאונאטס.

עמער צוקומען צום ענין. איך זעה א שיקל דערשלאגענקייט ביי אסאך ערענסטע חברה אז צומאל איז דא אין שטיבל פוחת והולך אין יוצאת ואין בא אין קול ואין עונה. כאפט מען זיך אריבער במחתרת צום אנדערן פארעם און סווערט נאך מער ביטער פארוואס דארטן איז יא לעבעדיג. איי גיי אהין שרייב דארטן. דארף איך נישט מסביר זיין אז דאס קומט נישט אין באטראכט פאר אנ"ש וואס זוכען א ערליכע אויסגעהאלטענע פלאץ ריין פון צביעות און שטעכערייען. מיר האבן זיך אונזער אייגנארטיקייט ואכמ"ל. בקיצור וואס טוט מען מתקן צו זיין. סלייגט זיך נישט אויפן שכל אז יודן וואס קומען שעפן חיזוק און נייעס אויפן אינטערנעט זאלן נישט האבן א גוט פלאץ.

בינגא. כהאב געמאכט אביסל ריסערטש און כבין דערגאנגן די זאך. די חברה דארטן טוען מוראדיג ענקארעדשען זייערע שרייבער נישט צו פראווען קיין עניוות נאר צוצולייגן א ווארט אויף יעדע תגובה ממש אזוי אויטאמאטיש מאכט זיך שוין א שיינער שמועס אויף יעדע זאך. משא"כ דא האמיר די לייקס. איינער ליינט א שיינע זאך און האט הנאה גיבט ער יענעם א לייק און דערמיט האט ער שוין יוצא געווען. זייער גוט אבער דאס בויט נישט דעם שטיבל. דאס ברענגט א ליידיגקייט.

איך וואלט פארגעשלאגן אז מהיום והלאה זאל יעדער וואס געפעלט אים עפעס זיך נעמן די מי און צולייגן זיינע צוויי ווערטער זיך צו באדאנקן יענעם אין א תגובה. א לייק מהיכי תיתי אבער לייג עפעס צו זיי מחזק דעם שרייבער. אדרבה איבערצייגט אייך אליינס לאמיר זעהן וויאזוי סוועט זיך אויסארבעטן.

נאך א מעלה האט עס אז סקען אויך דינען ווי א דיסלייק קנעפל. מען זאגט אהער מען זאגט אהין. בקיצור כהאף מען פארשטייט.

בקיצור דער אייבערשטער זאל העלפן סזאל ארויסקומען פון אונזערע הענט נאר גוטע ארבייט אן קיין לשה"ר ורכילות און הלבנת פנים ח"ו וחפץ ה בידינו תצליח און דער שטיבל זאל לייכטן עד כי יבא שילה
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

א דאנק.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
בשבילי!
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 5:57 pm
האט שוין געלייקט: 462 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל

שליחה דורך בשבילי! »

חחחח פאר דיין לעצטע שורה
און א גרינע פאר איינס פאר די לעצטע שורה אינעם צווייטן פאראגרעף!
שרייב אפטער!
^*^*^*^
איך האס לייק'ס. אויב ווילסטו מיר אפטוהן. אויב ווילסטו מיר וויי טאן. געמיר א לייק.
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

פונקט פארקערט.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

טוב שם משמן טוב
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
הויזן טראגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 117
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 09, 2014 4:33 pm
האט שוין געלייקט: 144 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 63 מאל

שליחה דורך הויזן טראגער »

קוטשי פייא נעקי
באניצער אוואטאר
shem-tov
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 840
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
האט שוין געלייקט: 379 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 799 מאל

שליחה דורך shem-tov »

אה א גרויסער שכח חברה לאמיר טאקע ממשיך זיין מיט די צוויי ווערטער... רעדנדיג פון א ליכטיגע קאווע שטיבל בין איך ממש נתפעל געווארן היינט צופרי ווען כהאב געפרעגט אויף צוויי באזונדערע פלעצער עפעס א מראה מקום פון א חז"ל און ביז איין שעה האבן מיר פינעף חברה געענטפערט פונקטלעך ווי סשטייט. דאס מיינט מיר האבן דא חברה יודע ספר דאס איז זייער א שיינע זאך. תלמידי חכמים מרבים שלום בעולם
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים
פארשפארט