א דאנק אייך, טייערע גבאים
- קעלנער
- מנהל תשע"ד-ע"ו
- הודעות: 589
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 02, 2014 2:30 pm
- האט שוין געלייקט: 73 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 669 מאל
א דאנק אייך, טייערע גבאים
דער חודש קומט שוין צו אן ענדע, און עס איז די צייט אויסצודרוקן א יישר כח פון טיפן הארצן פאר די צוויי טייערע גבאים פון חודש אב, [tag]כוכב[/tag] און [tag]ונבנתה העיר[/tag]. א גרויסן דאנק פאר'ן אנפאנגען די גבאות ראטאציע פראגראם מיט'ן רעכטן פוס, און זיין א וועגווייזער אויף ווייטער ווי אזוי זיך אומצוגיין מיט די פאזיציע לויט אונזערע פרינציפן, מיט חכמה ודעת, איידעלקייט, כבוד הבריות, און לרומם קרן השטיבל.
עס איז שווער זיך צו געזעגענען פון אייך אלס גבאים, און די הארץ זאגט אז מיר זאלן אייך פארבעטן צו בלייבן גבאים אויף פערמאנענט, אבער די שכל זאגט אז מיר זאלן נישט טשעפען מיט די פראגראם, און דווקא די פראוויזארישקייט פון די גבאות איז א וויכטיגע קאמפאנענט פאר איר הצלחה. האפענטליך וועלן מיר אייך צוריקזעהן אלס גבאים אין א צייט ארום.
א גרויסן דאנק נאכאמאל, און מיר האפן אז איר האט אויך געהאט א קורת רוח מיט האבן א חלק אין ארויסהעלפן אין די שווערע ארבייט.

- ונבנתה העיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3794
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
- האט שוין געלייקט: 7131 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8180 מאל
ונבנתה העיר האט געשריבן:איט וואז ען האנאר טו סערוו מיי קאנטרי.
איך האף אז קיינער האט זיך נישט באליידיגט.
באנטשעס פון הצלחה פאר די נייע גבאים.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?

-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2595
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
- האט שוין געלייקט: 5213 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7054 מאל
עםם, שווער צו גלייבן, דא בין איך מלך בגדוד און מארגן בין איך צוריק א ציווילע בירגער, אויפן זעלבן מעריב באנק ווי חנני זרח שטיגליץ און בערל פרוכטבייסער, ס'דערמאנט מיר פון דער ארטיקל אין דער שטערן ווי א מינוט נאך די וואלן האבן די סיקרעט סערוויס פארלאזט ראמני און זיין זון האט אים געדארפט אהיימדרייוון.
איז האט איינער אפשר דער נומער פון שמחה פעלדער, ס'קען זיין הענדי, ער האט געטוישט די טוירם לימיטס פאר בלומבערג, אפשר קען מען נאך עפעס ארלעדיגן...
ערנסט גערעדט איז עס געווען א געוואלדיגע עקספיריענס און א כבוד (דא ווער איך עמאשענעל), ענדליך געטראפן דעם לאנג געזוכטן הונטער די קוליסן, און יא, סאיז סופרייזירנד (יתחדש, נייע ווארט) וויפיל חכמה און מלאכה עס גייט אריין אנצוהאלטן דעם הויכן ניווא פון שטיבלנו.
טענק יו אלל פאר גיווינג מי דע אפארטוניטי ענד מעי גאד בלעס יו.
(כהאב גוט גערעדט? האלטסט איך בין אריינגעקומען שטארק?)
איז האט איינער אפשר דער נומער פון שמחה פעלדער, ס'קען זיין הענדי, ער האט געטוישט די טוירם לימיטס פאר בלומבערג, אפשר קען מען נאך עפעס ארלעדיגן...
ערנסט גערעדט איז עס געווען א געוואלדיגע עקספיריענס און א כבוד (דא ווער איך עמאשענעל), ענדליך געטראפן דעם לאנג געזוכטן הונטער די קוליסן, און יא, סאיז סופרייזירנד (יתחדש, נייע ווארט) וויפיל חכמה און מלאכה עס גייט אריין אנצוהאלטן דעם הויכן ניווא פון שטיבלנו.
טענק יו אלל פאר גיווינג מי דע אפארטוניטי ענד מעי גאד בלעס יו.
(כהאב גוט גערעדט? האלטסט איך בין אריינגעקומען שטארק?)
- קעלנער
- מנהל תשע"ד-ע"ו
- הודעות: 589
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 02, 2014 2:30 pm
- האט שוין געלייקט: 73 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 669 מאל
די צווייטע חודש פון דעם גבאים ראטאציע פראגראם איז דורך מיט גרויס הצלחה, א דאנק אונזערע חשוב'ע און איבערגעגעבענע גבאי חודש אלול [tag]אפטעמיסט[/tag] און [tag]רויטע וואנצעס[/tag], וואס האבן זיך איבערגעגעבן מיט מסירות און נאמנות לטובת אונזער שטיבל און אונזערע חברים.
א ריזיגן ישר כח, און מיר האפן אז איר האט אויך הנאה געהאט פון אייער ארבייט!

- אפטעמיסט
- חבר ותיק
- הודעות: 2352
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
- געפינט זיך: אין מאחורי
- האט שוין געלייקט: 2921 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3230 מאל
הנאה געהאט? ס'האט נישט געקענט זיין קיין גרעסערע זכיה!
כ'וועל ציטירן א שטיקל פון אן אשכול וואס כ'האב געשריבן אין חדר גבאים:
כ'האב נישט וואס צוצולייגן.

אפטעמיסט האט געשריבן:... אבער כ'האב אין וויסטן חלום נישט פאנטאזירט ווי סך קאפ, מח און ארבעט די מנהלים און אחראים לייגן אריין צו האלטן די סטאנדארט הויעך און ריין. כ'האב נישט געגלייבט וויפיל ישוב הדעת פאדערט זיך, און וויפיל צייט נערווען און געדולד מען לייגט אריין נאכצוקומען יעדענ'ס פארלאנגן און בקשות — ווי שטארק מען פרובירט נישט צו מעקן און רעדאגירן, און מיט וויפיל כבוד און רעסעפקט מען באציט זיך צו יעדער ניק — אן קוקן וואספארא אידילאגן און השקפות ער טראגט, און נישט קיין חילוק ווי גוט און לאנג יענער שרייבט דא...
כ'האב נישט וואס צוצולייגן.
- רויטע וואנצעס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4863
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
- געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
- האט שוין געלייקט: 9069 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8971 מאל
די גבאות איז געווען א Honor. ייש"כ פאר די געלעגנהייט. בעיקר ווייל ס'איז געווען א eye opener וויפל כוחות מ'לייגט דא אריין. זייענדיג גבאי האב איך מיר פיל געלערנט וועגן ישרות פון די מנהלים, און אויך ווי אזוי צו האנדלן מיט קרומקייט. קאווע שטיבל איז באמת א פארום וואס האט אן השפעה אויף מענטשנס לעבן, ס'איז נישט קיין שפיל, ס'בויעט אונזער געזעלשאפט, ס'העלפט אונזער שלום בית, און געבט אונז פראקטישע עצות אין חינוך, אחיעזר, ביזנעס און טעכנעלאגיע. דערפאר טוען די מנהלים און גבאים דא דן זיין בכובד ראש על כל דק ודק.
די ארבייט פאר זיך איז נישט אלעמאל געווען גרינג. קללות אין אישי, און טענות ברבים איז נישט עפעס וואס איך בין געוואוינט צו, אבער ס'האט מיר געמאכט וואקסן אין ווי אזוי צו פארשטיין אנדערע מענטשן, און האנדלן מיט זיי.
מי שבירך אבותינו הוא יברך את המנהלים, הגבאים, האחראים, והעקס גבאים, וכל הניקים הנאמנים. צוה לברכם.. נאך א מזל ס'איז בחינם.
איי לאוו יו אלל דעירלי. איך פיל באמת א קשר נפשי מיט אייך אלע. אפשר וועל מיר זיך נאך טרעפן איין טאג איבער א עכטע גלעזל קאווע, געמישט מיט ספלענדא אנשטאט צימעס.
איך וויל אויך נעמען די געלעגנהייט עקסטער צו ווינטשן ידידי היקר אפטעמיסט. אפטעמיסט, האסט געטוהן א מעסיוו זשאב! די מאחורי מפתח איז הערליך! דיין פלייסיגע גבאות סטייל איז צו באוואונדרען. ביסט געווען א אינספערעישן ווי אזוי אנצוגיין מיט'ן גבאות'שאפט.
א כתיבה וחתימה טובה!

אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
- קעלנער
- מנהל תשע"ד-ע"ו
- הודעות: 589
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 02, 2014 2:30 pm
- האט שוין געלייקט: 73 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 669 מאל
צום ענדע פון חודש תשרי ווילן מיר באדאנקען אונזערע חשוב'ע און איבערגעגעבענע גבאים [tag]מאטי[/tag] און [tag]ראש הישיבה[/tag], וואס טראץ דעם פארנומענעם חודש תשרי האבן זיי זיך איבערגעגעבן מיט מסירות און נאמנות לטובת אונזער שטיבל און אונזערע חברים.
א ריזיגן ישר כח, און מיר האפן אז איר האט אויך הנאה געהאט פון אייער ארבייט!
א ריזיגן ישר כח, און מיר האפן אז איר האט אויך הנאה געהאט פון אייער ארבייט!
- ישמעאל הכהן
- חבר ותיק
- הודעות: 2111
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
- האט שוין געלייקט: 1620 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2054 מאל
- קעלנער
- מנהל תשע"ד-ע"ו
- הודעות: 589
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 02, 2014 2:30 pm
- האט שוין געלייקט: 73 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 669 מאל
ביים ענדע פון חודש כסלו דארפן מיר אויסדרוקן שבח והודאה פאר די גבאי חודש, אונזערע חשוב'ע ידידים [tag]יואב[/tag] און [tag]פישל'ע העררינג[/tag] וואס האבן אריינגעארבייט טאג און נאכט לטובת אונזער שטיבל, און מיט זייער שכל הישר האבן זיי ארויסגעהאלפען אנצוגיין מיט די הייליגע ארבייט.
א ריזיגן ישר כח, און מיר האפן אז איר האט הנאה געהאט פון דעם ארבייט פונקט ווי כל קהלא קדישא הדין האט הנאה געהאט פון אייך.
א ריזיגן ישר כח, און מיר האפן אז איר האט הנאה געהאט פון דעם ארבייט פונקט ווי כל קהלא קדישא הדין האט הנאה געהאט פון אייך.
- רויטע וואנצעס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4863
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
- געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
- האט שוין געלייקט: 9069 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8971 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1675
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
- געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
- האט שוין געלייקט: 6188 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6312 מאל
חודש הולך וחודש בא, מיין קאדענץ בעולם הגבאות איז געקומען צו אן ענדע בשעה טובה ומוצלחת. קודם וויל איך זאגן א שכח פאר ר' פישעלע, ענק ווייסן נישט וויפיל דער האט אריינגעארבעט דא. איך קען נישט זאגן איך בין ממש געזיצן מיטן פוס אויף ארויף, אבער צו זאגן אז איך בין געווען א מיטארבעטער מיט עמען איז פשוט נישט יושר. כ'האב נישט אריינגעלייגט האלב פון די כוחות וואס דער האט, זיכער נישט אויף דעם טעכנישן פראנט. איך גיי נישט יעצט שפילן דעם דל-גאה געים; כ'האף אז פישל וועט נישט יעצט קומען פראווען עניוות אויף מיין חשבון, ס'וועט אים במילא קנאפ העלפן כי כל מעשיו בספר נכתבים. (אקעי, פאר סאום-פריקען-ריזען מוזן גבאים זיך טרעפן אריינוואנדערן אין דער קארני זאנע בשעת'ן גיין און קומען. שוין, איר זאלט נישט געפרואווט ווערן. נישט יעדער מ'שטיינס ווייסט וויאזוי אפצוטראגן פון דאנען אזוי בשתיקה.)
באזונדער וויל איך באדאנקען די געטרייע הנהלה פאר'ן מיך געבן די געלעגנהייט צו כאפן א בליק אויף דעם באליבטן שטיבל פון הינטער די קוליסן. די ארבעט וואס ווערט דא אריינגעלייגט איז צו שטוינען. די הנהלה לייגט אריין דמים אחד משמע צו פארזיכערן אז דער דאזיגער פלאץ זאל זיין א בית ועד לחכמים, דאס שטיבל זאל ליטערלי ראקן און ווייטער בלייבן א רואיגער ווינקל פאר דעם היימישן איד צו קענען פארברענגען בחכמה ומדע.
קומט א ניקל, איז נוטה אצבעו אויף דעם באריכט קנעפל בעת ווען אן א צווייטן קלער און חתן דינן איז שוין לאנג אויף זיין טעגליכן מארשרוט איבער א א טוץ זייטלעך ממינים שונים. אויבן אבער אין די העכערע חדרים ווערט א רעש און א טומל. ס'טייטש דאנען שרייט א איד אפיקורסות, אן אנדערער טיילט צימעס, א דריטער זעט סאבאטאזש, א פערטער איז סתם אזוי נישט צופרידן און א פיפטער און זעקסטער וועלכע זענען פארמישט אין א קינדישן שטרייט ווארטן אומגעדולדיג אויפ'ן לעבע ער זאל קומען שליכטן דעם קריזיס. מ'רופט צונויף שרים און משרתים פון אלע ראנגען אויף א דרינגנדער זיצונג שוקל צו זיין די דברים נחוצים העומדים ברומו של עולם – און דאס אלץ ווייל א תגובה'לע דארט אונטן איז מיטאמאל רויט געווארן.( איך רעד יעצט די שפראך פון די מלאכים.)
יא, די זעלבע גרינע און אראנדשע חברה אויף וועמען יחידים גלייכן צו גיסן א קיתון של מים רותחים ווען מ'טוט נישט קארמען זייערע אגענדעס אויף דעם זעלבן פארנעם ס'גלוסט זיי, כאילו עמיצער קומט זיי א פלייאינג שפיץ נעגל פון דעם לינקן פינקי-פינגער. מ'איז דן בכובד ראש מי בניקו ומי בניקותיו, מי בחניקה ומי בהתראה; איזו תגובה לחיים ואיזו למוות, מי באשכול זה ומי בפורום אחר.
הפנים, צו מרבה זיין מיט שבחים אויף דער הנהלה איז נא, וויאזוי גייט נאר יענע פראזע, נו? עפעס יכול, אה, יכלה הזמן והם לא יכלו.
אחרון חביב איז מיר געווען א כבוד צו סערווירן דעם חשוב'ן ציבור, כ'האף אז כ'האב קיינעם נישט פאראורזאכט צער, כ'האב געטאן מיין דזשאב. א כתיבה וחתימה טובה, א פרייליכן חנוכה, א געזונטן חודש און א לעכטיגן תמיד. (נאך עפעס? וואו זענען די ווינטשערס ווען איך ברויך זיי?)
גלייכצייטיג וויל איך באגריסן די נייע גבאים, יהא בואכם לברכה. אם [tag]אבטולמוס[/tag] כאן, הכל כאן.

ביים ענדע פון חודש טבת דארפן מיר אויסדרוקן שבח והודאה פאר די גבאי חודש, אונזערע חשוב'ע ידידים [tag]נח בער[/tag] און [tag]אבטולמוס[/tag] וואס האבן ארויסגעהאלפען לטובת אונזער שטיבל, און מיט זייער שכל הישר האבן זיי ארויסגעהאלפען אנצוגיין מיט די הייליגע ארבייט.
א גרויסן ישר כח, און מיר האפן אז איר האט הנאה געהאט פון דעם ארבייט פונקט ווי כל קהלא קדישא הדין האט הנאה געהאט פון אייך.

- גראדעמעכעלע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1840
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 08, 2014 9:16 pm
- האט שוין געלייקט: 6098 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2319 מאל