"ספארטס" און דער אידישער מאמענט...! חלק ב

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

"ספארטס" און דער אידישער מאמענט...! חלק ב

שליחה דורך berlbalaguleh »

ואם ישאל השואל: און אויב דער פרעגער וועט פרעגן. "פון וואו נעמט זיך דער נאמען "דאדזשערס" Dodgers? וואס דאס איז טייטש "ארויסדרייערס/אדורכשווערצערס"?
איז דער תירוץ. אז ארום דעם פארק (עבבעט'ס פיעלד. און פאר דעם, אן אנדער פארק אין די געגנט אין ברוקלין.) איז דא די גרויסע גאס, עמפייער בולעווארד. וואס איז אמאל (מיט בערך 100 יאר צוריק) געווען א הויפט אדורכפאהר פאר די "טראללי קארס" וועלכע זענען געלאפן איבער גאנץ ברוקלין. און די יוגנטליכע וועלכע זענען געקומען שפילן אין פארק האבן זיך געדארפט אדורכגליטשן די טראללי קארס כדי אנצוקומען צום סטעדיום. אין אנהייב האט מען זיי גערופן "טראללי דאדזשערס". Trolley Dodgers. שפעטער האט מען עס פארקירצט אויף "דאדזשערס"...!

דער בעה"ב פון די "דאדזשערס" שפיל טיעם איז געווען אן איירישער ריעל עסטעיט מאגנאט. ער האט געהייסן "ראבערט או'מאללי" (ווער דען האט געלט אויפצו בויען און אנהאלטן א ספארטס טיעם?!). ער האט געזוכט א גרעסערן שטח וואו אויפצובויען א נייעם ספארטס סטעדיום. און אויף דעם פלאץ בויען הייזער. איז ער געגאנגען רעדן צו ראבערט מאזעס. אן אפיציעלער טייל פון גאווערנמענט. ער איז געווען א פלאנירער פון שטאטישע פראיעקטן. און ער איז אויך געווען דער הויפט פון עטליכע רעגירונגס אגענטורן, וועלכע האבן אנגעפיהרט מיט גרויסע בוי פראיעקטן אין ניו יארק סיטי און די געגנט ארום. ער האט געוואלט אז "מאזעס זאלל אוועקנעמען די הונדערטער הייזער אין די דאונטאון ברוקלין געגנט פון אטלאנטיק עוועניו, און אוועקגעבן עס פאר איהם חצי בחינם. מאזעס האט געהאט דעם כח דאס צו טון. אבער ער האט נישט געוואלט. ער האט געזאגט צו או'מאללי. "אויב דו ווילסט אפקויפן דעם שטח זאלסטו עס קויפן פאר'ן פולן פרייז. האט ער זיך אויפגערעגט, און האט איינגעפאקט זיין גאנצן טיעם און אריבערגעגאנגען קיין לאס אנדזשעלעס, קאליפארניע, וואו דער ארטיגער מעיאר האט איהם אויפגענומען מיט אפענע ארעמס. און געגעבן א גרויסן ליידיגן שטח פאר כמעט אומזיסט...!המשך יבוא אי"ה.. !
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

יישר כח ר' בערל פאר די אינטערעסאנטע אינפארמאציע.
אפשר וואלט געווען כדאי אריינצושטעלן ביידע חלקים אין איין אשכול.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

יאיר האט געשריבן:יישר כח ר' בערל פאר די אינטערעסאנטע אינפארמאציע.
אפשר וואלט געווען כדאי אריינצושטעלן ביידע חלקים אין איין אשכול.

יאיר: ייש"כ פאר די הערה. איך האב אויך געטראכט פון דעם מתחילה. נאר איך מיין אז ס'וועט זיין צו לאנג. און דער ליינער וועט פארלירן אינטרעסע. נישט האבנדיג געדולד אדורכצוליינען די גאנצע מגילה...!
פארשפארט