דער איבערוואגיגער, קאקאש-קעיק קולטור

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

דער איבערוואגיגער, קאקאש-קעיק קולטור

שליחה דורך אפטעמיסט »

[justify]די וואס זענען געווען ביים שלום זכר ווייסן, און די וואס נישט — געפונען איצט אויס, אז כ'האב ב"ה זוכה געווען צו מיין דרייצענטע קינד קעניינעהארע. פאריגע וואך איז עס געווען ווען כ'האב געמאכט מיין יערליכע טריפ צום שפיטאל און געזאגט ברוך הבא צו מיין נייע שעפעלע — איינס אין צאל נאך מיין קליין פעסעמיסטל ני"ו (וואס כ'האב אצינד, אז מ'רעדט שוין, שוועריקייטן ביים אריינלייגן אין פלעי-גרופ, אמער, זיין טאטע גייט נישט קיין רבינו תמ'ס -- נו, לאמיר נישט פארדרייען דעם שמועס).

מיין חשוב'ע רעביצין האב איך מיט א שווער הארץ (סאראקאזם) אפגעשיקט צום ערוואקסענע ווערסיע פון בית רחל, בעסער באקאנט אלס "אשת חיל" אינעם עיר ואם בישמעאל קרית יואל — זי זאל דארט קליגער ווערן, שעפן חכמה און נאשן אינפא פון די נשים צדקניות וואס האבן שוין געלייגט צוויי דאזן אייער. מיין באליבטע (סארקאזם) פרוי איז דארט אויפגענומען געווארן דורך איר אחות לדעה בשעת איך בין געבליבן אין שטאט מיט מיינע אחים לצרה. גאר שווער איז געווען די וואך אליינס אן די בעסערע האלב (סארקאזם). גריל אן לי'ס עסן, מוז איך מודה זיין, איז נישט געקומען נאנט צו מיין ווייב'ס רויע בשר

כ'בין געגאנגען שלאפן שפעט און אויפגעשטאנען חצות, און רבותי כ'מוז זאגן כ'האב נישט געהאט קיין שום סיפוק, גארנישט. וואס האט מען פון אזא לעבן? כ'האב מיך געפילט ווי אן ע-כ-ט-ע גוי. פוי. כ'האב געקענט רייכערן אויפן טאראסע, וואס כ'דארף נישט זאגן איז ערענסט נישט געזונט און איז לויט טייל פוסקים בבחינת ביהרג ועל יעבור (ערגער ווי די בחירות לויט טייל, אבער לאמיר נישט מישן). אין אנדערע ווערטער, וואס האב איך געהאט פון מיין לעבן? מער וויניגער גארנישט.

א לעבן אן קיין ווייב איז קיין לעבן. (סארקאזם? טראכט אליינס.)

יעדע פאר שעה האב זיך די פאבליק טלעפאון נעבן מיין זיץ אין כולל (כ'האב ריטייערד לעצטענס) צעקלינגען, ווען אויפ'ן אנדערע זייט טרייבל הער איך דאס זיס (סארקאזם) קול פון מיין אשת חבר כחבר. נישט לייכט איז געווען דאס אויפכאפן איר קאטשקערייען פון צווישן די גרידער פון דאס נאכנאנדע קייען און שלינגען קאקאש און כרעמזלעך, אבער מיט די הילף פון מיינע הערינג-עידס האב איך מער ווייניגער פארשטאנען. כ'וועל נישט אריינגיין אין די פרטים פון די שמועס, נישט ווייל כ'שעם מיך נאר פשוט ווייל מ'וועט דאס אריינפירן אין שמייכל (אן א חלק און מאחורי, אבער נאר א גאר קליין חלק, בכ"א לא תחמוד).

עכ"פ, ווי כ'האב פריער ערווענט, האב איך ביים רעדן מיט מיין פרוי געהערט מאדנע און מיסטעריעזע גערידער, עפעס וואס דייט אן אז ציינער קלאפן זיך צוזאם. א שנעלע גוגל זוך האט מיך צוגעפירט צו א וועבזייטל פון א בארימטער פראפעסאר וואס האט ערקלערט אז די קולות איז א תוצאה פון א פעלה וואס רופט זיך "פרעסען", אדער "בריקעווען" און אנגאריש-אידיש אויסשפראך. "ווייבער אין די חסידי'שער קולטור", טענה'ט דער פראפעסאר, "געבן זיך אויס און געבן זיך נאך, דורך אנפילן זייערע געדערים מיט אכילה שתיה".
"אין דער אלגעמיינער וועלט", איז דער פראפעסאר ממשיך, "זיצט מען אין קאווע הייזער, מ'קוקט פילמען און מ'הוליעט אין ווערץ-הייזער. וואס איז אבער דא צוטון אין דער חסידי'שער קולטור? מער ווייניגער עסן און פרעסען און זיך בויען א בייכל".

וועל איך צוקומען צום פונקט. נישט אומזיסט האבן די פרויען קינדער יעדער שני וחמישי. נישט די אינטערגעקלערקייט אויפ'ן געביט פון מניעת הריון איז די פראבלעם, נישט די קרומע שיטות און דעות כוזבות פון די כלה-טיטשערס איז דער גורם, "אשת חיל" איז שולדיג. די פרויען ווערן פארקויפט פאר נזיד עדשים און וועלן שוואנגערן 9 פיינליכע חדשים צו קענען נהנה זיין פון די סעודות לוויתן וואס די מפתים שטעלן צו. סמארט-פאונס איז מען לוחם מיט מוסדות און מניעת הריון מיט אן "אשת חיל". נו, איז א וואונדער אז מיר הייסן די עם חכם ונבון?!

אי לאו האי קאקאש, כמה פראבלעמען לא איכא בשוקא.[/justify]
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
האט שוין געלייקט: 5973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

שליחה דורך לית דין בר נש »

מיין ראש ישיבה פרעגט מיר וואס קאכסטו אזוי?
איך זאג דיר צו איך האב נישט געוויסט וואס צו ענטפערן איך האב זיך אזוי געקאטשעט עס האט געגאסן טרערן פון די אויגן און פון ווי נישט
צוקער זיס
איך וואוט פאר דער פאעזיע עס זעהט מיר אויס ווי די הייסט דא אריינגעלייגט אגמים פון מחשבה און נהרות פון הארץ און ימים הומאר
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

שכויח, בר נש לית דין. האסט געמאכט מיין טאג!
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
האט שוין געלייקט: 5973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

שליחה דורך לית דין בר נש »

יישר מיסטאפטע
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

לית דין בר נש האט געשריבן:איך האב זיך אזוי געקאטשעט עס האט געגאסן טרערן פון די אויגן
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

שוין אן אלטער פראבלעם מיינער אויף ק"ש אז דער עולם לאכט פון מיינע צרות. וואו איז נח בער ווען מ'דארף אים?
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

שליחה דורך פליקער »

ציקער זיס, מיט אזא טיפע אפטעמיזם איז שווער צי כאפן וואס עס איז די באדייט פון פעסעמיזם.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
האט שוין געלייקט: 3030 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך פישלע העררינג »

לייק! (סארקאזם? קלער אליינס...)
(- - -)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

נעקסטיים געב נישט ארויס די נאמען פון דיין פריש צוגעקומענער צום דאזען ווייל מוועט אים פארכאפן דאס נאמען אויף ק"ש.
איך האב שוין אריינגעגעבן א פארלאנג צום הנהלה אויפן נאמען "פעסעמיסטל" און איך האף עס צו פארקויפן פאר דיין קליינעם ווי נאר ער באקומט צוטריט צום געוועב פאר גוט געלט.
זיי גערישט אז לפי מצב הדור קען דאס שוין פאסירען און 11 יאר פון יעצט, במילא אז די דארפסט א לייק פון דיין זון זעה איינצוקלאפן מיט אים.
פארשפארט