אנקעטע: האט דעבלאזיא דא גוט געהאנדעלט איבער די פאליציי?

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט

האט דער מעיאר גוט געהאנדעלט?

הסקר נגמר בתאריך דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 3:39 pm

1) זייער גוט געהאנדעלט!
12
32%
2) נישט גוט געהאנדעלט, אבער דארף נישט רעזעגנירן
18
47%
3) גאר שלעכט געהאנדעלט און זאל שוין רעזעגנירן!
8
21%
 
וויילער בסך הכל: 38

באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

אנקעטע: האט דעבלאזיא דא גוט געהאנדעלט איבער די פאליציי?

שליחה דורך שעפטל »

אין די לעצטע פאר טאג, זינט צוויי ווייסע פאליציי אפיצירן זענען ברוטאל דערשאסן געווארן דורך א שווארצן, הערן זיך מערערע געשרייען פון אסאך קוועלער (על פי רוב געוועזענע קנאקערס...) אז די שיסעריי איז א תוצאה וויאזוי אונזער הויעכגעשעצטע מעיאר ביל דיבלאזיא האט געהאנדעלט די ארויסקום פון די דזשורי אין די עריק גארנער קעיס און אזוי אויך די פריערדיגע פורגעסאן-מייקל בראון קעיס, און דאס לאזן פראטעסטירן.

די עיקר אויף וואס מ'האט געהאט טענות איבער די פראטעסטירן איז געווען אז מ'האט דארט געשריגן What do we want? Dead cops! When do we want it? Now! ווי מ'קען דא הערן אויפן ווידיאו, וואס מ'באשילדיגט מיט דעם אז דאס וואס דער מעיאר האט זיך אויסגעדריקט פאר די פראטעסטן אנהייב אין ברוקלין איבער גארנער, "מיר האנדלן שוין אזוי מיט ראסיזעם שוין פאר יארן, און דאס האט אונז געברענגט צו דעם טאג ווי היינט!" און אויך האט ער צוגעלייגט (אייגענטליך נאכגעזאגט וואס זיין קאמישענאר ברעטאן האט געזאגט ביי א מיטונג מיט די העכסטע אפיצירן) "אז די וואס לעבן נישט די וועג וואס איינער וואס גייט מיט די מונדירן, איינער וואס איז ברוטאל, קארופטירט, אדער ראסיסטיש וועט נישט קענען דינען אין די פאליציי דיפארטמענט!" און אזוי אויך האט ער געזאגט אז ער האט גערעדט מיט זיין טינקעלע זון וויאזוי זיך אויפצופירן נישט צו ווערן ארעסטירט, וואס האט קלאר געוויזן אז דער מעיאר האלט אז רוב פאליציי אפיצירן זענען פאלנע ראסיסטן! אפגערעדט זיין וויזיע איבער סטאפ-און-פריסק. דאס איז זיכער אז דער מעיאר האט בכלל נישט סופארטעט די פאליציי, און מיט א געוויסע זון געגעבן אסאך רעכט צו פראטעסטירן קעגן זייער ברוטאליטי.

נאך דעמאלטס האט דער פרעזידענט פונעם Patrolmen's Benevolent Association (דאס איז די גרעסטע לעיבאר יוניאן, וואס רעפרעזענט די פאליציי אפעצירן) פעטריק לינטש ביי זיין אפיציעלע פרעסע קאנפרענץ געשריגן אז דער מעיאר האט "געווארפן די פאליציי אונטערן באס!"
חלק א' PBA Press Conference: Cops "thrown under the bus" by Mayor Part 1
חלק ב' PBA Press Conference: Cops "thrown under the bus" by Mayor Part 2

אסאך האבן באשולדיגט דעם מעיאר אז ער האט אן אלטע שנאה קעגן די פאליציי, נאך פון ווען ער איז ארעסטירט געווארן ביי די ליטש שפיטאל פראטעסט....

יעצט נאך די שיסעריי פון צוויי פאליציאנטן גייט עס אזוי ווייט אז דער געוועזענער מעיאר רודי דזשוליאני איז אויך ארויסגעקומען קעגן דעם איצטיגן מעיאר, נישט אזוי ווייט באשילדיגט אין ממש די מארד, נאר האלט אז ער, פרעזידענט באראק כוסעין אבאמא, און אטורני דזשענעראל עריק האלדער זענען שילדיג און אויפרייצן און צוטיילן דאס פאלק צווישן די אלגעמיינער עולם ספעציעל די שווארצע, און די פאליציי.
Fmr. Mayor Rudy Giuliani: Comments by Obama & Holder helps create anti-police hatred

ווידעראום דער פרעזידענט פונעם PBA פעט לינטש האט קלאר געשריגן אז די בלוט פון די פאליציי זענען אויף די הענט פון אפאר מענטשן, אריינגערעכענט די מעיאר!

אזוי אויך האט עד מולין, דער פרעזידענט פון די Sergeants Benevolent Association אויך קלאר געשריגן "מעיאר דיבלאזיא, די בלוט פון די צוויי געשאסענע זענען אויף דיינע הענט!

דער געוועזענער פאליציי קאמישינאר בערני קעריק (געדינט 16 חדשים - פון אוגוסט 21, 2000 ביז דעצעמבער 31 2001) איז געווען אויף די דזשאדזש דזשענין פירא שאו אויף פאקס ניוס צוזאמען מיט א געוועזענעם דיטעקטעוו באו דייטל און זיי האבן נישט מער און נישט ווייניגער גערופן דעם מעיאר צו רעזעגנירן...
דריי קליפס דא:
Bo Dietl ➠ Bill de Blasio Should RESIGN Tomorrow!
קעריק מיט דייטל איינמאל
קעריק מיט דייטל נאכאמאל

געוועזענער גאווערנער דזשאורדזש פאטאקי האט געטוויט: Sickened by these barbaric acts, which sadly are a predictable outcome of divisive anti-cop rhetoric of #ericholder & #mayordeblasio. #NYPD

נאך א קליינע פאקט איז געווען, אז ווען דער מעיאר איז אריינגעקומען צום פרעס קאנפרענץ מיטן פאליציי קאמישינאר ביל ברעטאן, אינעם ברוקלין שפיטאל, האבן זיך אלע (צו כמעט אלע) אפיצירן אויסגעדרייט דעם ריקן צום מעיאר, ווי איינער זאגט, ביזסט נישט וועלקאום
NYPD cops furious with Bill de Blasio turn their backs on the mayor as he enters hospital where officers died

פון די אנדערע זייט, שרייען אנדערע אז דער מעיאר האט געהאנדעלט די בעסטע וואס ער האט נאר געקענט, ער האט פאקטיש צוגעלאזט אז די פארביטערטע זאלן זיך אויסגארגלן זייער וויי געשריי, ווען נישט וואלט ווען געווען שרעקליכע ראיאטן אין די גאסן... יא ס'האט נעבעך געקאסט צוויי נפשות פון די בעסטע (כלשונם..) פון ניו יארק סיטי, אבער ס'איז אבסורד צו זאגן אז דער מערדער האט דען געהערט צו אפילו געזעהן וויאזוי דער מעיאר רעדט און האנדעלט... און דער מעיאר איז גענצליך אומשולדיג! פארקערט ער האט געמאכט א מעכטיגע דזשאב.

דער מעיאר האט נעכטן איבעראשט ריפארטערס מיט גאר זיי באשולדיגן מיטן צוטיילן דאס לאנד... ווי באריכטעט אויף דזשעי פי אפדעיטס האט דער מעיאר זיי געפרעגט "וואס טוהט עטס? גייטס עטס ווייטער אנהאלטן מיטן צוטיילן דעם פאלק??" ארויסברענגענדיג אז מיטן ווייזן נאר די טראבל ווידיאו'ס פון די פראטעסטן, ווי די רופן צו הרג'ענען אפיצירן, צו גאר שלאגן, אבער נישט ארויפלייגן ווי 25 טויזענט פרידליכע מוחים שפאצירן, דאס ווייזט אז די שווארצע זענען ארויס אין א קאמף קעגן די פאליציי...

גראדע דער רעפאבליקאנער קריס קריסטי, דער גאווערנער פון ניו דזשערסי, האט שטארק פארדאמט היינט די גאנצע פינגער געווייזאכטס... קריסטי שרייט אז מ'וויל דא סתם אויסניצן די שיסעריי פאר פאליטישע מאטיוון און אייגענע אינטערעסן... (קוקטס ווער ס'רעדט פליצלינג...)

נא... לאמיר הערן וואס דער עולם זאגט...
האט דער מעיאר גוט געהאנדעלט? דארף ער רעזעגנירן???


1) זייער גוט געהאנדעלט!
2) נישט גוט געהאנדעלט, אבער דארף נישט רעזעגנירן
3) גאר שלעכט געהאנדעלט און זאל שוין רעזעגנירן!

ווי עס פארשטייט זיך אליינס, וועט די אנקעטע רעזולטאטן וועט געשיקט ווערן איבעראל, ספעציעל צום סיטי האל, נעמט דאס נישט פאר לייכט... און איך בין זיכער אז דער מעיאר וועט זיך רעכענען מיט די רעזולטאטן, אפילו דאס מיינט אז ס'וועט אים קאסטן דעם בענקל....
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

איך העל מוזן בויקאטירן דעם אנקעטע, מחמת כמה סיבות. :cry:
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

ווען ס'וואלט געווען א פערטע אפציע: ברויך סתם אזוי רעזעגנירן אן די פאליציי קאנטראווערסיע. וואלט איך געשטימט.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

שליחה דורך איש את רעהו »

אן אנקעטע אויף די פאליציי פעלט אויך אויס

האבן זיי גוט באהאנדעלט די אנגעצויגענע לאגע

זענען זיי טאקע פאלנע רוצחים?

זיי זענען בארעכטיגט צו טון וואס זיי שמעקט כל זמן זיי האבן אן די מונדירען.
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

הערליכע און רייכע ארטיקל.
לגופו של ענין בין איך נישט אזוי אויסגעקאכט צו נעמען א שטעלונג, אבער לויט ווי דו לייקסט עס אראפ האט ער נישט גוט געהאנדלט. איך בין ווייט נישט איבערצייגט אז ראסע האט געשפילט א ראלע ביי די צוויי טויט פעלער.
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

איש את רעהו האט געשריבן:אן אנקעטע אויף די פאליציי פעלט אויך אויס

האבן זיי גוט באהאנדעלט די אנגעצויגענע לאגע

זענען זיי טאקע פאלנע רוצחים?

זיי זענען בארעכטיגט צו טון וואס זיי שמעקט כל זמן זיי האבן אן די מונדירען.

נישט דאס, איטס ביסיידס דע פוינט.

עס איז א פענאמענאלער חוצפה צו באשולדיגן דעם מעיאר אינעם מארד.
און אז עטליכע פאליציאנטן האבן ברוטאליזירט און געממיתט אן איינצעלנע-אומבאשטייערטע-ציגארעטלען-פארקויפער א טאטע פון זעקס מוז דער ערליכן מעיאר פארטיידיגן די חיות?
(דער פארשטונקענער באשולדיגונג מאכט מיין בלוט זידן, סאו ליין מיט פארשטענדעניש)

דו פערד וואס דו ביסט, זיי ברויזן אויף דיר! דו האסט געממיתט א אומשולדיג מאן! נישט דער מעיאר! דו!
זיי וויינען שוין יארן אז מען פייניגט זיי צוליב זייער קאליר, און עס גייט קיינמאל נישט צו א פראצעס, עס שטערט זיי מער אז די יוסטיץ סיסטעם מאכט זיך עפעס נישט וויסנדיג אין דיע פעלער, ווי דעם עצם פאקט פון דעם מארד, ווייל עס איז אייביג דא איינצעלנע ראסיסטן און אכזרים, אבער ווען די יוסטיץ סיסטעם מאכט זיך נישט וויסנדיג ווייזט עס אז זייער לעבן איז גארנישט ווערד אין די אויגן פון געזעץ, און דאס קען מוראדיג ווייטאן.
טראכט א מינוט, די אלע פראטעסטן אומרוען און געוואלדטאטן ברעכן אויס ווען די דזשורי טוט פריישפרעכן דעם מערדער, ווייל דאס ווילן זיי, שטעלט דעם פארברעכער צום פראצעס, אונזער בלוט איז נישט הפקר!!

פארוואס די מארד איז געשען? פארוואס?? אפשר ווייל די פאליציי יוניאנס האבן פארטיידיגט למחצה לשליש ולרביע די מערדער??
אפשר ווייל דער מערדער איז נישט געשטעלט געווארן פאר א פראצעס??
ניין! ¡דאס אז דער מעיאר האט אויסגעדרוקט מיטלייד און שטיצע פארן אומשולדיגן הרג דאס האט גורם געווען דעם מארד!
האט דער מעיאר געהעצט צו מארד? געוואלדטהאטן? בלוט, נקמה??
ניין ניין, בסך הכל אויסגעדרוקט סופארט פארן הרג וואס 'דו' האסט געהרגט, און וועמענ'ס מערדער 'דו' שטיצט, און וועמען 'דיין' געריכט סיסטעם וויל ניטאמאל שטעלן צו א פראצעס!
דאס אז א ליבעראלער מעיאר נעמט זיך יא אן פאר זיי קען נאר בארואיגן די אנגעווייטיגטע פראטעסטירער, אז כאטש איינער איז מיט זיי, זיי זענען נישט אינגאנצן הפקר, און דאס איז די חילוק ציווישן די פראטעסטן אין נ.י. און די אומרוען און מיזורי.

נ.ב. דאס אלס איז לויט זייער פערספעקטיוו, איך האלט אז מען קען קיינעם נישט באשולדיגן אינעם מארד דורכגעפירט דורך א צעהיצטן פארברעכער, חוץ אויב איינער האט אים ממש געהעצט צו געוואלדטאטן, אבער דאס אז מען האט די חוצפה צו באשולדיגן דעם מעיאר פארן נישט אויסדרוקן שטיצע פארן פאליציאנט דער מערדער? דאס איז דאך א געוואלדיגן חוצפה און קאפ פארדרייעניש און דארף ווערן אויפגעוויזן פארן אבסורדאליטעט וואס זי איז!

#דו מעגסט מארדן אנע קאנסעקווענצן, אבער אויב ער דרוקט נישט אויס שטיצע פארן רציחה איז ער גאר שולדיג פארן נקמה!?!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום ישראל קאפקע, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

געשטימט אויף נישט גיט געהאנדעלט אבער דארף נישט רעזעגנירן

וואס קאפקא שרייבט איז פיין אין וואויל אבער דעבלאזיא האט נאך אלץ נישט געטארט זאגן ווערטער וואס טייטשן אז ס'איז דא ראסיזם ביי די פאליס.
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

שליחה דורך איש את רעהו »

אויב איז עס אמת אז ס'דא ראסיזעם און די שווארצע דארפן אז איינער זאל זיי בארואיגען האט ער עס געמיזט זאגען און גוט האט ער געטון אז ער האט עס געזאגט

אויב איז עס נישט אמת (קוקט נישט אויס אזוי) קומט זיך אים טאקע מנה אחת... פארן מוציא שם רע זיין אויף די וואוילטעטיגע ען וויי פי די.
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

איש את רעהו האט געשריבן:אויב איז עס אמת אז ס'דא ראסיזעם און די שווארצע דארפן אז איינער זאל זיי בארואיגען האט ער עס געמיזט זאגען און גוט האט ער געטון אז ער האט עס געזאגט

אויב איז עס נישט אמת (קוקט נישט אויס אזוי) קומט זיך אים טאקע מנה אחת... פארן מוציא שם רע זיין אויף די וואוילטעטיגע ען וויי פי די.

איך האלט גראדע אז עס איז יא פאראן, אבער נישט קיין חילוק וואס מיר האלטן, הפנים די שווארצע וואס פראטעסטירן האלטן דאך קלאר אזוי, און זיי זענען די אנגעווייטיגטע מאסע וואס קען אין אין מינוט ארויסגיין פון קאנטראל, און זיי איז וויכטיג צו בארואיגן אז זייער בלוט איז נישט הפקר, און דאס האט אונזער מעיאר געטון.

ער האט ח''ו נישט געהעצט און געשומפט, אדער גערופן פאר נקמה און בלוט.
קוקנדיג דעם מעיאר'ס פרעסע-קאנפערענץ איז די איינציגסטע געפיל וואס מען קען ארויסנעמען, אז עס גייט אים באמת אן זייער ווייטאג, ער רעדט מיט הארץ, און קוקט אויס באמת צעבראכן און רעדט מיט מיטגעפיל צו די שווארצע געמיינדע.
ער קען דאך נישט טוישן דעם דזשוריס באשלוס, (און ניטאמאל טוט ער עס קריטיקירן!) ער מאכט נאר א פלעדזש פון טיעפן הארצן אז ער און פאליציי קאמישינער ברעטאן גייען ארבעטן אז קיין איין ראסיסטישער פאליציאנט זאל נישט פארבלייבן אינעם נ.י.פ.ד., דאס הייסט איך האב נישט קיין ווארט אויפן דזשורי/יוסטיץ סיסטעם, אבער איך פון מיין זייט גיי זיכער מאכן אז אזא זאך גייט זיך נישט איבערשפילן.
און זייער יתכן אז טאקע זיין אמת'ע מיטגעפיל מיטן שווארצן געמיינדע האט באוויזן צו האלטן די פראטעסטן גאר שטארק אין די ראמען.
באניצער אוואטאר
בשבילי!
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 5:57 pm
האט שוין געלייקט: 462 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל

שליחה דורך בשבילי! »

די וואס זאגן אז דער מעיאר איז מעגליך גערעגט אויף פאליסיי ווייל מ'האט אים ארעסטירט מוזן זיין גוט פארטעמפט. ווייסן זיי דען נישט אז דאס האט ער געוואלט? ער איז דאן געלאפן פאר מעיאר און זיך דירעקט געלאזט ארעסטירן צו געפעלן פאר וויילער פון יענע געגעגט!!!!
^*^*^*^
איך האס לייק'ס. אויב ווילסטו מיר אפטוהן. אויב ווילסטו מיר וויי טאן. געמיר א לייק.
Kool man
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 476
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 09, 2014 4:43 pm
האט שוין געלייקט: 747 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 564 מאל

שליחה דורך Kool man »

מעיאר דינקינס, דעבלאזיא און ישראל קאפקע האלטען אייניג, אופס, איין מינוט, שיעור פארגעסען שארפטאן איז אויך מיט זיי
נ.ב. התנצלות: פאראקאן'ס מיינונג האב איך נישט געהערט אין דעם פאל
:shock:
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל

שליחה דורך שמערל »

איך האלט מיט פולי מיט די שווארצע, אז די פאליציי באגייט זיך מיט זיי זייער אומיושר'דיג, און דעם מאעיאר'ס זיך אננעמען פאר די באקריוודעטע דארף באגריסט ווערן.
אבער, דער בלאף פון פאליטיק איז, אז עס איז נישט סתם א שיטה זאך, יעדע מאוו אין פאליטיק דארף געלונגען ווי אין א שאך שפיל, במילא וויבאלד די שיסעריי פון די צוויי פאליציי "קען" ווערן אויסגעטייטשט אלס א רעזולטאט פונעם מאעיאר'ס רעדע, איז די גאנצע זאך אומגינסטיג פארן מאעיאר'ס פאליטיק, און מען קען שוין נישט זאגן אז דער מעאיאר האט גוט געהאנדעלט.
אלזא וואס זאל איך שטימען?
באניצער אוואטאר
למדן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 507
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 128 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 206 מאל

שליחה דורך למדן »

מיר באדערט איין זאך. די פאליציי דארף טאקע האבן א תיקון, און ביום מן הימים גייט עס האפענטליך מתוקן ווערן (הגם ער אדרעסירט נישט די פראבלעם וואס איז פאליציי ברוטאליטעט און נישט ראסיזם אזוי ווייט לענ''ד), און ווען ס' וועט קומען דערצו וועט ער נאך קומען נעמען קרעדיט.
באניצער אוואטאר
אויסגערוט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 206
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 11:38 pm
האט שוין געלייקט: 343 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 113 מאל

שליחה דורך אויסגערוט »

היינט ביי דער לויה ווען דער מעיאר האט גערעדט האבן זיך די פאליס אויסגעדרייט מיטן רוקען צו אים.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

לאמיר דא זאגן מיין חוות דעת. כ'וויל מקדים זיין, מעגליך אז פאליטיש אדער דיפלאמאטיש בין איך נישט גענצליך אויסגעהאלטן, אבער איך גיי זאגן לפענ"ד ביושר ובצדק,

והנה, איך האלט אז דער מעיאר האט גארנישט געטון ראנג, מיר אלע ווייסן גוט אז די פאליציי זענען א באנדע מאפיאנערן, רשעים רוצחים, הגם טאקע ווייט נישט אלע, זיכער זענען פאראן אסאך בעסערע וואס מיינען באמת בלויז די וואוילזיין פונעם פאלק און צו העלפן די באקריוודעטע להציל עשוק מיד עשקו, אבער דאס איז א מינדערהייט פון זיי, ס'רוב פון זיי מיינען כבוד און פאוער.

אן אריינגיין אין די לעצטיגע אומשולדיגע שיסערייען – וואס איז דאך געווען דער עיקר גורם פאר די מערדערישע רציחה פון די פאליציאנטן – זאל יעדער טראכטן פאר זיך ווי אזוי די פאליציי זענען זיך אומגעגאנגען מיט אים אפילו בלויז ביים אפשטעלן פאר א מאווינג ווייאלעישאן, אדער די פארקינג פאליציי אן א טראפ רחמנות אין זייער הארץ, און אודאי ביי סיי וועלכע ארעסט אדער מער ערנסטע פארברעך, עס איז פאראן גענוג און נאך מעשיות און קליפס פון פאליציי ברוטאליטעט, ווי זיי באנעמען זיך מיט אנדערע מענטשן ערגער ווי בהמות. זיי זענען געווארן א שטאלצע פאלק בפני עצמן, די נ.י. פאליציי רופט זיך גאר א "קליינע מיליטער", און זייערע שונאים זענען? יא, מיר די פשוט'ע בירגער וועלכע דארפן זייער הילף, ווען מען רופט זיי פאר א פשוט'ע גניבה אדער אנדערע פארברעכן נעמט א האלבע שעה ביז זיי טוען א טובה און קומען אן און האבן גאנץ קנאפ חשק צו מאכן א רעפארט, זיי האבן טיקעט קוואטעס יעדן חודש, זיי קענען פארטושן נומערן פון פארברעכן כדי צו מאכן זייער פרצוף אויסקוקן שענער, א.א.וו. אבער ווען ס'דאכט זיך זיי אז מען טשעפעט זיי טוען זיי ככל העושה על לבם, מיט א הארצלאזע רשעות.

אלמלא די קליפ וואס מען האט געכאפט פון דעם אומשולדיגן שווארצן וואס די פאליציי האט אראפגעהאלטן ביזן טויט טראץ וואס יענער האט געליארעמט אז ער קען נישט אטעמען, וואלט מען זיך קיינמאל נישט דערוואוסט פון די אמת'ע רציחה. א דאנק דעם געזעץ אז מען מעג רעקארדירן די פאליציי איז שוין אסאך אמת ארויפגעשווימען ווי אויל אויפן וואסער. ווער געדענקט דען נישט דעם סורוועילענס ווידיאו בערך א יאר צוריק ווי די פאליציי האט באקלאפט רציחה'דיג אן אומשולדיג בחור'ל וועלכער איז געשלאפן, ווען נישט יענעם ווידיאו וואלט מען אויך קיינמאל נישט געוואוסט דעם אמת, ווי ווייט זיי באגייען זיך מיט רשעות ווען (זיי מיינען אז) קיינער באמערקט נישט, און אזוי זענען פאראן אן א שיעור קליפס און עפיזאדן פון זיי.

בקיצור, זיי טוען וואס זיי ווילן, ברענגען ארויס דאס צארן פון יעדן נארמאלן, רעגן אויף דאס מענטשהייט, און שפירן זיך ווי בעה"ב אויף דער וועלט אן דארפן אפגעבן א דין וחשבון פאר סיי וועמען – און אויב יא, פטר'ט מען זיי פון יעדן עונש – און דער צארן פון פאלק וואקסט כסדר, בפרט פון די שווארצע געמיינדע וואס שפירן דעם יד החזקה פיל שטערקער, צי דורך סטאפ און פריסק מעטאדן אדער סתם אזוי אז מ'פירט זיך אויף מיט זיי אן ס'מינדעסטע רעספעקט פאר יעדן חשד. און די פאליציי אפיצירן זעלבסט? זיי קערן גאנץ ווייניג אז מען האט זיי פיינט, זיי באשיצן זיך אונטערן געזעץ, און האבן פארגעסן אז סוף גנב לתלי'..

און יעצט איז די איינגעווארצעלטע שנאה זיי געקומען בייסן. עס זאל נישט אויסגעטייטשט ווערן פאר איין רגע אז איך בארעכטיג ח"ו דעם זינלאזן מארד אויף 2 אומשולדיגע פאליציי, אדרבה איך בין שטארק דערקעגן און איך טוה עס פארדאמען נאך שטארקער ווי אבאמא; אבער וואס מיך באדערט שרעקליך איז, אז אנשטאט זיך צו עפענען די אויגן, מאכן א חשבון הנפש, איינזעהן ווער איז דער גורם צו די שרעקליכע שנאה וועלכע בויעט זיך שוין יארן אין די הערצער, אפשר זיך קלאפן על חטא, חרטה על העבר וקבלה על העתיד, האט מען די גענומען א שעיר לעזאזל, א עקלהאפטיגע שריט פון פוינטן פינגערס צום מעיאר, דעבלאזיא איז גאר שולדיג, ווייל ער האט זיך נישט אנגענומען פאר זייערע געמיינע רציחות, נאר האט ארויסגעוויזן סימפאטיע צו די שווארצע געשאסענע און דערווארגענע, איר הערט? יעדער איז שולדיג נאר נישט זיי, זיי זענען די וואוילע שעפעלעך וועלכע טשעפען נישט קיינעם, ווען נישט דעם מעיאר'ס סימפאטיע פאר די שווארצע וואלט די רציחה קיינמאל נישט פארגעקומען... נישטא ווער סז'אל לאכן.

עכ"פ דאס איז מיין בליק אויף די זאך, איך בין נישט קיין גרויסע סימפאטיקער פארן מעיאר, אבער דא האלט איך אז יושר'דיג האט ער געטון די ריכטיגע זאך, ער איז נישט נאר מעיאר פאר די פאליציי, ער איז דא פאר די גאנצע שטאט, און ער האט א רעכט צו ווייטאגן אויף די מארד פון א שווארצן בירגער גארנישט ווייניגער ווי אויף א פאליציאנט, און קיינער קען אים נישט צווינגען צו טוישן זיינע הרגשים, ער האט געטון א ריכטיגע זאך צו ווייזן פארשטענדעניש און פרובירן בארואיגן די שווארצע מינאריטעט, און אים צו באשולדיגן אויף די מעשה רציחה פון א וואנזיניגן מערדער אדער זיך אוועקדרייען פון אים און אים ווייזן דעם רוקן ווען ער קומט זיי טרייסטן איז נאר נאך א רינגעלע אין די גרויליגע מעשים און חוצפה און אראגאנץ פון די פאליציי.

אודאי דארפן מיר יעצט נישט ארויסווייזן אונזער ווייטאג אקעגן די פאליציי, מיר דארפן אנקומען צו זיי, און מיר דארפן ארויסווייזן סימפאטיע צו די פאליציי און מיטטרויערן מיטן מצב, טראגן בלומען וכדו' און מאכן א קידוש ה', עס איז באמת א טרויעריגער און שרעקעדיגער מאמענט; אבער נישט פאר קיין רגע זיך לאזן איינרעדן אז דער מעיאר טראגט די מינימום שולד דערויף.
וירח ה' את ריח הניחוח
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

שליחה דורך איש את רעהו »

[tag]שמעקעדיג[/tag] A-1
:like
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

ייש"כ.
איבערקוקענדיג די תגובות ביז אהער זעה איך אז ידידינו ישראל קאפקע שרייבט אויבן ממש די זעלבע. ברוך שכוונתי.
ישראל, A-1

:like :like
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

כאטש ארויסגעקומען עפעס א טובה פון דעם!!

.
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
בשבילי!
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 5:57 pm
האט שוין געלייקט: 462 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל

שליחה דורך בשבילי! »

דאס לעצטע בריוו האב איך אריינגעשיקט. ליסין, א סטעמפ איז ביליגער ווי א טיקעט
^*^*^*^
איך האס לייק'ס. אויב ווילסטו מיר אפטוהן. אויב ווילסטו מיר וויי טאן. געמיר א לייק.
פארשפארט