שמעו נא רבותיי דיינים מומחים... היות איך האב לעצטנס אויפגעמאכט עטליכע, זייער אינטרעסאנטע אשכולות. (At least, in my opinion.)...אבער זיי זענען ליידער איינגעשלאפן אדער פארחלש'ט געווארן. פאר איין סיבה אדער א צווייטע. און ווען איך קוק אויפ'ן סקרין און זעה אז מיינע חידושים און בויך קוועטשענישן רוקן זיך אראפ מטה, מטה. און ווייטער צו שרייבן איבער א נושא וואס דער עולם ווייזט נישט ארויס קיין אינטערעס, האט נישט קיין פשט. אשר על כן בין איך דא מוסר מודעה בפני כל הקהל הקודש הזה. הם ונשיהם וכו'. חוץ די גרושים, צווישן אונז,ל"ע...אז אין סיי וועלכע צייט , אויסער שבת ויו"ט, ווען דער עולם וועט ארויסווייזן באנייטע אינטערעסע, נעם איך מיר די רעכט, נאכאמאל צו שרייבן און דעבאטירן די אלע אויבנדערמאנטע סובדזשעקטס. און איך זאלל נישט קענען אנגעשריגן ווערן אז איך בין מיך מטפל מיט אלטע סובדזשעקטס....
ולהשומעים יונעם ותבוא עליהם ברכת טוב. (קרעדיט: איצא שייגעץ, בשם התאחדות הרבנים דארה"ב, קאנאדא וטשיינע...!(.
הק' בערל בעל עגלה. בן אחר בן מצד אמו מ'בערל בעל עגלה הראשון מ'שאראש פאטאק יצ"ו...!
נ.ב.: ווער ס'האט סיי וועלכע דעקלאראציע, מסירת מודעה אדער דעפיניציע, קען עס דא שרייבן אין דעם אשכול...הנ"ל...
