ספארטס" און דער אידישער מאמענט חלק ג' וד'

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

ספארטס" און דער אידישער מאמענט חלק ג' וד'

שליחה דורך berlbalaguleh »

אין די פריערדיגע חלקים האבן מיר באשריבן אין א כלליות'דיגן אופן די פאפולערע ספארטס שפילן אין אמעריקע. און אויך א ביסל מער בפרטיות דעם בעיסבאלל שפיעל, און די מענטשן ארום דעם. ווייל מיר האבן געוואלט צוקומען צום תכלית פון ארויסהייבן דעם גרויסן קידוש השם וואס דער אידישער שפילער סענדי קאופאקס האט געמאכט מיט זיך אפזאגן צו שפיעלן דעם שטארק וויכטיגן געים אום יום כיפר.

אבער ביי די אנדערע צוויי שפיעלן, ווי פוטבאלל און בעסקעטבאלל איז לויט די ביז איצטיגע אינפארמאציע נישט דא קיין ספעציעלע אידישע מאמענטן ווייל ס'זענען דא זייער ווייניג אידישע שפילער. און אויך, זיי זענען נישט בולט מיט זייער אידישע אידענטיטעט און זייערע מעשים. וועלן מיר נישט אריינגיין אין קיין פרטים און סטאטיסטיקס. נאר מיר וועלן א ביסל מרחיב את הדיבור זיין איבער דעם פערטן געים. האקי. ווייל דארט איז דא א אידישער בחור. איינער פון די שפילערס, וועלכער האט אויך געמאכט א גרויסן קידוש השם מיט אפזאגן זיך פון זייער א וויכטיגע פאזיציע וואס דער טיעם האט איהם גע'אפפערט, צוליעב שמירת שבת...!

מיט בערך צוויי יאר צוריק האט "וואס איז נייעס", און אנדערע נייעס קוועלער באריכטעט איבער א אידישן בחור, וועמענס משפחה נאמען איז...מעלניק. (ערשטן נאמען וויייס איך נישט.(...ער איז געווען אין זיין היי סקול א "האקי" שפילער. ער האט געשפיעלט אויף אזא שטארקן פארנעם אז ער האט זיך זיייער שנעל פאראויס געריקט אין די לאקאלע פארמעסטן. אזוי ווייט אז די גרויסע האקי שפיעל גרופע "דע מאנטריאל קענעדיענס" האט איהם געאפפערט א פלאץ אויף זייער טיעם. אבער ס'איז געווען איין פראבלעם. זייערע פרעקטיס צייטן זענען אויך צומאל אויסגעקומען אום שבת. דער בחור --וועלכער קומט פון א מאדערן,שוואך, ארטאדאקסישע משפחה-- איז געווען אין א דילעמא. זאלל ער אננעמען דעם אפפער, וועט ער א סאך מאל מוזן גיין צו פרעקטיס אום שבת. פון די אנדערע זייט איז זייער שווער געווען אויפצוגעבן א געלגענהייט פאר א סאך כבוד און געלט...!
דער בחור האט צום סוף באשלאסן, אז ער וועט ענדערש פארלירן דעם טשענס צו פארדינען א סאך געלט און כבוד. און ער וועט זיך האלטן צו שמירת שבת....אט דאס איז א גרויסער קידוש השם...!
BAL TSHIVA
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 371
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
האט שוין געלייקט: 149 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 133 מאל

שליחה דורך BAL TSHIVA »

מי כעמך ישראל
פארשפארט