געוואלדיגער קידוש ה' מיט הרב זיגלמאנ'ס ארעסט

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל

Re: געוואלדיגער קידוש ה׳ מיט הרב זיגלמאנ׳ס ארעסט

שליחה דורך ידען »

נאך דא א ערליכער איד אויף דער וועלט.

ווען ווערט מען א Rabbi אין די צייטונגען? נאר ווען מען ווערט ארעסטירט אדער יעדער חסיד איז אטאמאטיק א Rabbi?
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל

Re: געוואלדיגער קידוש ה׳ מיט הרב זיגלמאנ׳ס ארעסט

שליחה דורך ידען »

ווייל מר. לעבאוויטשס לויער האט עס פונקט מסביר געווען פארן טיימס, אנדערש וואלט מסתם דער טיימס אים אויך גערופן Rabbi אזוי ווי אין אנדערע פעלער.
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
דעינעש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 377
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 38 מאל

שליחה דורך דעינעש »

ידען האט געשריבן:נאך דא א ערליכער איד אויף דער וועלט.

ווען ווערט מען א Rabbi אין די צייטונגען? נאר ווען מען ווערט ארעסטירט אדער יעדער חסיד איז אטאמאטיק א Rabbi?

זייער פשוט
אז מען איז גרייט צו ליידן פאר א אידןס וועגן איז מען אטאמאטיש און מיט רעכט א רבי
קען מען קומען נעמען א ברכה פון אזא איד
פאדעם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 26
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 8:32 pm
האט שוין געלייקט: 35 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל

Re: געוואלדיגער קידוש ה׳ מיט הרב זיגלמאנ׳ס ארעסט

שליחה דורך פאדעם »

חיים נחום הלוי פריעד האט געשריבן:א געוואלדיגער קידוש ה׳ שפילט זיך אפ די טעג, ווען הרב החסיד הנפלא, צדיק ואיש תמים, מוה״ר משה אליעזר זיגלמאן שליט״א וועט נעבעך גיין זיצן אין טורמע מעגליך אזוי לאנג ווי 18 חדשים וויבאלד ער וויל נישט מסר׳ן אויף אנדערע אידן.
מיר קענען נאר זאגן: אשריך גיבור חיל!! וואויל איז אייער חלק אז איר זענט א קרבן פון כלל ישראל, און איר זענט גרייט צו ליידן פאר אנדערע אידן.
http://latimesblogs.latimes.com/lanow/2 ... ailed.html

ליידער לויט די קאמענטס וואס די מענטשען שרייבן דארטן, איז עס ווייט פון א קידוש השם
באניצער אוואטאר
chasid
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 244
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 1:02 am
האט שוין געלייקט: 146 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 73 מאל

Re: געוואלדיגער קידוש ה׳ מיט הרב זיגלמאנ׳ס ארעסט

שליחה דורך chasid »

He is not in prison, he is in hospital, not feeling well the last week
אנאנים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 54
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 11:32 am
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 20 מאל

Re: געוואלדיגער קידוש ה׳ מיט הרב זיגלמאנ׳ס ארעסט

שליחה דורך אנאנים »

עס רייסט און ווייטאגט ביים הארץ די ביטערע לאגע זיינע, און ווי איינער האט דא געזאגט איז הרב זיגלמאן ראוי צו נעמען קוויטלעך.

דער טייערער און הייליגער איד איז מסכים צו גיין זיצן אין תפיסה פאר אכצן חדשים און נישט מסר'ען. דער איד איז נעבעך נישט געזונט און ער ליידט ביטערע יסורים. איין באשעפער ווייסט וויאזוי ער וועט אויסהאלטן אין תפיסה. דאך האט ער נישט גענומען קיין שום היתר און נישט גע'מסר'ט אנדערע.

ס'איז דא ווייניג אזעלכע אידן היינט, ליידער.
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל

Re:

שליחה דורך ידען »

דעינעש האט געשריבן:
ידען האט געשריבן:נאך דא א ערליכער איד אויף דער וועלט.

ווען ווערט מען א Rabbi אין די צייטונגען? נאר ווען מען ווערט ארעסטירט אדער יעדער חסיד איז אטאמאטיק א Rabbi?

זייער פשוט
אז מען איז גרייט צו ליידן פאר א אידןס וועגן איז מען אטאמאטיש און מיט רעכט א רבי
קען מען קומען נעמען א ברכה פון אזא איד

שווער צו זאגן אז דער L A Times טראכט אויך אזוי...
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

Re: געוואלדיגער קידוש ה׳ מיט הרב זיגלמאנ׳ס ארעסט

שליחה דורך קאווע טרינקער »

בד"וו
האט זיך עפעס געמאכט אין ספינקא אין די לעצטע חדשים.
כלומר, זענען צוגעקומען חסידים? זענען מענטשען מחשיב א איד וואס האט געהיטן די מויל נישט צו מסר'ן. און אויך פארדעם געלעבט גאר א איינזאם פריוואטען לעבען?
Under influence
קרעקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1108
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 9:54 am
האט שוין געלייקט: 110 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 470 מאל

Re: געוואלדיגער קידוש ה׳ מיט הרב זיגלמאנ׳ס ארעסט

שליחה דורך קרעקער »

למען האמת מוז געזאגט ווערן אז אפילו בגשמיות לוינט זיך פאר הרב זיגלמאן נישט צו מסר'ן. איז נישט גרינגער צו זיצן 18 חדשים אין תפיסה און דערנאך ארויסגיין א העלד, ווי מסר'ן און דערנאך ווערן דערנידערט און באשייגעצט דורך דער געזעלשאפט פאר זיין גאנצן לעבן?

דאס איז נישט גערעט צום זאך
אין יעדע חסידות איז דא שיינע מכובעדיגע מענטשען אפענע מוסרים וואס האבען איינגעזעצט אנדערע אידען פאר לאנגע יארען אין דזשעיל און באקימען כבוד מלכים
סאו קאט דע קרעפ
טאמבס אפ פאר "ראביי" זיגעלמאן
"וואויל איז צו די אויגען וואס האבען געזעהן אויגן וואס האבען געזעהן קאווע שטיבל..." (רביה"ק פר' נשא ת"ש-כ"ח)
קול גדול
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 267
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 3:06 pm
האט שוין געלייקט: 77 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 63 מאל

Re: געוואלדיגער קידוש ה׳ מיט הרב זיגלמאנ׳ס ארעסט

שליחה דורך קול גדול »

קידוש השם אהער קידוש השם אהין, למעשה ברענגט דאס אנטיסעמיטיזם, אז גוים טראכטן אז די אידן קענען זיך ארויסדרייען פון גערעכטיקייט און באגיין סיי וואס פאר א פארברעכן אן דארפן מורא האבן אז זיי וועלן געברענגט ווערן צו משפט דורך ארויסגעבן אינפארמאציע פאר די אטאריטעטן. יעדער דארף זיין אייגענטליך ווערד פארן געזעץ אן קיין אויסנאם. טאמער וואלט עס געווען א גוי וואלט ער אויך נישט אויסגעזאגט? איז פארוואס מבדיל זיין בין דם לדם?
באניצער אוואטאר
Starbucks
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 261
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 9:59 pm
האט שוין געלייקט: 190 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 227 מאל

Re: געוואלדיגער קידוש ה׳ מיט הרב זיגלמאנ׳ס ארעסט

שליחה דורך Starbucks »

די איינציגסטע ביי וועם דער שם שמים ווערט דא נתקדש זענען די מאפיאנערישע גענגסטערס וואס ביי זיי שעצט מען שטארק איינער וואס איז גרייט צו יושבן ווי איידער צו פארמאסרן די הויפט גענגסטערס.
באניצער אוואטאר
דבילה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:17 pm
האט שוין געלייקט: 1091 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל

Re: געוואלדיגער קידוש ה׳ מיט הרב זיגלמאנ׳ס ארעסט

שליחה דורך דבילה »

מיט וואס איז דאס א קידוש ה'? אז דער יוד איז גרייט צי זיצן נישט ארויסציגעבן זיין ברודער? דאס איז נישט אן עטישער גורם. יעדער גוי אדער גוי'טע ווייסט אן דיינע הסברים אז ווען די רעדע איז צי מסר'ן אנדערע גוים וואלט ער שוין לאנג גע'מסר'ט. לאידך גיסא - ווען די רעדע איז צי מסר'ן אנדערע יודן וואס האבן בא'עולה'ט יודן וואלט אויך קוים א שאלה געווען. די סיבה פארוואס ער מסר'ט נישט איז ווייל די נפגעים פון די חטא פון מר זיגלמאן זענען נאר גוים אדער די ממשלה וואס פאר זייערע וואויל זיין 'עמיר זיך נישט אויף אזויפיל אומבאקוועם מאכן ווי גיין עדות זאגן פאר א גרענד ז'ורי.

דאס איז קיין קידוש ה'. מר זיגלמאן איז סייווי א שטארקע מענטש וואס איז גרייט צו גיין מיט מסירת נפש צו מקיים זיין די הלכה וואס זיין דיין ערקלערט עם. א צדיק אפשר אויך. און אולי בלית ברירה א מחלל שם שמים באונס אויך!
באניצער אוואטאר
אברעמעל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 496
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 26 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 100 מאל

Re: געוואלדיגער קידוש ה' מיט הרב זיגלמאנ'ס ארעסט

שליחה דורך אברעמעל »

טיהן וואס שטייט אין די תורה הייסט מחלל זיין שם שמים?
מ'מעג זאגן עפרא לפימך?
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל

Re: געוואלדיגער קידוש ה' מיט הרב זיגלמאנ'ס ארעסט

שליחה דורך הדד בן בדד »

איך בין מסכים מיט אברעמל, צו זאגן אז א איד וואס האט פלעין געטוהן וואס די תורה הייסט איז מחלל שם שמים, דאס אליינס איז דער גרעסטער חילול ה'.

חילול ה' ווערט נישט גערעכנט וויזוי יעדער איז ביי זיך מחליט. אמאל האט מען דא אין אמעריקא געשריגן חילול ה' אויף א א בארד, פיאות איז געווען גאר א גרויסער חילול ה'. ס'ארבעט נישט אזוי, אז מען טוט וואס די תורה הייסט איז מען מקדש שם שמים, און ווען אנדערע זעען דאס איז מען מקדש שם שמים ברבים, און ווען עס איז דערצו אויף א זאך וואס קומט אן גאר שווער און כמעט קיינער טוט דאס נישט היינט, מיט פופציג (אדער גאר ק"ן) טעמים און סיבות, דאס איז דאר גאר גאר א גרויסער קידוש שם שמים, און דא ביי דעם פאל ווי מען רעדט דערפון אין די גאנצע אידישע וועלט האט דער איד מקדש געווען שם שמים מסוף העולם ועד סופו.

שרייט אלע, הרב משה אליעזר זיגעלמאן שליט"א, מקדש שם שמים ברבים מסוף העולם ועד סופו.
באניצער אוואטאר
chasid
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 244
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 1:02 am
האט שוין געלייקט: 146 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 73 מאל

Re: געוואלדיגער קידוש ה' מיט הרב זיגלמאנ'ס ארעסט

שליחה דורך chasid »

הדד בן בדד האט געשריבן:איך בין מסכים מיט אברעמל, צו זאגן אז א איד וואס האט פלעין געטוהן וואס די תורה הייסט איז מחלל שם שמים, דאס אליינס איז דער גרעסטער חילול ה'.

שרייט אלע, הרב משה אליעזר זיגעלמאן שליט"א, מקדש שם שמים ברבים מסוף העולם ועד סופו.
[NAMELESS]

Re: געוואלדיגער קידוש ה' מיט הרב זיגלמאנ'ס ארעסט

שליחה דורך [NAMELESS] »

קידוש ה' וואס ווערט געברענגט אין הלכה מיינט נישט וואס די קאמענטס וועלן זיין אויף נייעס סייטס, עס מיינט אז א איד עקש'נט זיך ברבים צו צאלן א טייערע פרייז פאר א מצוה און איז גרייט אויף מסירות נפש.
רבי משה אליעזר זיגלמאן איז א טייערער איד וואס מיינט עס ערנסט, ער איז געווען א גבאי פון א רבי און אזוי געהאט צוטריט צו פינאנציעלע מיסברויכן, ער איז נישט געווארן רייך פון שווינדל און נישט געטון מי יודע, אבער ער האלט די אינפארמאציע ביי זיך... אשרי חלקו.
די קושיא איז אויף זיינע געוועזענע אויבערהארן, איפה הם??
באניצער אוואטאר
chasid
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 244
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 1:02 am
האט שוין געלייקט: 146 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 73 מאל

Re: געוואלדיגער קידוש ה' מיט הרב זיגלמאנ'ס ארעסט

שליחה דורך chasid »

קופערניקוס האט געשריבן:קידוש ה' וואס ווערט געברענגט אין הלכה מיינט נישט וואס די קאמענטס וועלן זיין אויף נייעס סייטס, עס מיינט אז א איד עקש'נט זיך ברבים צו צאלן א טייערע פרייז פאר א מצוה און איז גרייט אויף מסירות נפש.
רבי משה אליעזר זיגלמאן איז א טייערער איד וואס מיינט עס ערנסט, ער איז געווען א גבאי פון א רבי און אזוי געהאט צוטריט צו פינאנציעלע מיסברויכן, ער איז נישט געווארן רייך פון שווינדל און נישט געטון מי יודע, אבער ער האלט די אינפארמאציע ביי זיך... אשרי חלקו.
די קושיא איז אויף זיינע געוועזענע אויבערהארן, איפה הם??

אויף אים איז דא אסאך רעקארדירטע געשפרעכן, סא זיי ווייסן קלאר אז ער ווייסט נעמען, משא"כ ביי די אנדערע
[NAMELESS]

Re: געוואלדיגער קידוש ה' מיט הרב זיגלמאנ'ס ארעסט

שליחה דורך [NAMELESS] »

א קידוש השם עפ"י תורה הייסט אז מ'האנדעלט ערליך, אן קיין 'גראבע' שווינדלערייען, מיט גאר קליינעקייטען פאלט אפשר 'יעדער' דורך, אבער צו זיין פאר יארן לאנג אן אדרעס פאר א האלבע וועלט, יודן ווי נישט צוגלייך, אויף צו כשר'ן כלים איז אויפן בעסטן פאל ווייט נישט 'קידוש השם.

יעדער איז ביזי מיט די "געוואלדיגע קידוש השם" און מ'פארגעסט אז דער רמב"ם מיט חז"ל האבן עפעס נישט געוויסט פון אזא סארט קידוש

ואהבת את ה' אלהיך - שיהא שם שמים מתאהב על ידך, שיהא אדם קורא ושונה ודבורו בנחת עם הבריות ומקחו ומשאו נאה.
כשרואין שנושא ונותן באמונה, מה הבריות אומרים עליו?
אשרי פלוני שלמד תורה, אשרי אביו שלמדו תורה, אשרי רבו שלמדו תורה, אוי להם לבני אדם שלא למדו תורה, ראו פלוני שלמד תורה כמה נאים ויפים מעשיו, כמה מתוקנין דרכיו, עליו הכתוב אומר: ויאמר לי עבדי אתה ישראל אשר בך אתפאר.
ובזמן שאדם קורא ושונה ואין מקחו ומשאו נאה ואין מקחו ומתנו באמונה, מה הבריות אמרים עליו?
אוי לו לפלוני שלמד תורה, אוי לו לאביו שלמדו תורה, אוי לו לרבו שלמדו תורה, אשריהם בני אדם שלא למדו תורה.
ראו פלוני זה שלמד תורה, כמה מעשיו מכוערים, כמה דרכיו מכוערים ומקולקלים, עליו הכתוב אומר: באמור להם עם ה' אלה ומארצו יצאו.

נישט אזוי פאפולער און אזא צייט ווען די נייעס איז נאך פריש און ס'איז נאכנישט אונטערגעקומען א נייער הירוא, כל הכבוד פאר ר' (הרב) משה אליעזר, אבער מיט קידוש השם האט עס נישט קיין שייכות.

מיט אנטשולדיגונג פאר אלע פריערדיגע מגיבים, איר מיינט נאר גוטס, ווי אויך מסתמא ר' מ"א, אבער האמת אהוב מן הכל.
[NAMELESS]

Re: געוואלדיגער קידוש ה' מיט הרב זיגלמאנ'ס ארעסט

שליחה דורך [NAMELESS] »

"אלעס איז נאר געטון געווארן מרבה צו זיין כבוד שמים, אז תשב"ר און יונגעלייט זאלן קענען זיצן און לערנען"

Come on, give me a break.

פארן גוי וואלט איך אויך אזוי געזאגט (טאמער וואלט איך נישט געהאט בעסערס וואס צו זאגן) אבער ביני ובינך.....

דו פרעגסט עפ"י תורה ? די רעדע דא איז נישט דיני תורה נאר וועגן חילול השם (גראדע אויך עפעס א חלק אין די תורה).

די עדיטאריעלס גראדע איז זייער א גוטע זאך אז מענטשן זאלן וויסען די חומר פון מסירה און די גרויסקייט פון האבן מסירות נפש דערפאר ווי ר' מ"א, אבער מיט די סוגיא פון חילול וקידוש האט עס נישט קיין שילוב.
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל

Re: געוואלדיגער קידוש ה' מיט הרב זיגלמאנ'ס ארעסט

שליחה דורך הדד בן בדד »

כעלמער מגיד, איך זייטיג מיט ר' חיים נחומ'ען, און איך וויל אפאר ווערטער צולייגן, דו ברענגסט א רמב"ם איבער משא ומתן באמונה, דו ווילסט מיר זאגן אז ר' משה אליעזר האט געפירט "ביזנעס" און עס נישט געפירט באמונה? ער האט בא'גנב'עט מענטשן? בא'ראבעוועט מענטשן, אונטערגעברענגט זייערע פרנסות? וכדומה. וואס ווי ווען. ער האט גע'כשר'ט געלט, און דורך דעם געהאלפן מענטשן זיך ארויסדרייען פון צאלן שטייערן.

אויב ווילסטו זאגן אז דאס הייסט משא ומתן שלא באמונה, ביסטו בארעכטיגט, אין אמעריקא איז יעדער ענטייטלד צו זיין (ראנג) אפיניאן, אבער דאס מיינט נאך נישט אז דאס איז די הלכה. ע"פ תורה (און גראדע אויך לויט די אמעריקאנער קאנסטיטוציע, דערפאר האט מען געמוזט מאכן אן אמענדמענט ואכמ"ל), איז די סארט שטייערן וואס די אמעריקאנער רעגירונג טוט איינקאסירן, פאלנע גניבה. ווען א רעגירונג טוט לעגאליזירן פאר זיך געוויסע סארט גניבות איז עס נאך נישט געווארן אויס גניבה, עס איז פשוט לעגאלע גניבה, אבער גניבה בלייבט גניבה צו עס איז לעגאל צו נישט.

איי די אמעריקאנער גאס קוקט עס אזוי אן (ביים איד פארשטייט זיך, זיי מעגן, עטליעסט ביז מען כאפט זיי) פיין, עס איז א טענה, אבער הלכה ווערט עס נאך נישט צוליב דעם. די אמעריקאנער גאס קוקט אויך זייער אראפ דאס וואס מיר געבן נישט הענט פאר נשים, און דאס וואס מיר טאנצן נישט מיט זיי באנעזאם, און דאס וואס מיר שיקן נשים אינבעק פון די באס און אז זיי גייען אנגעטאן בצניעות. נו עסטו מיר יעצט זאגן אז דאס איז אויך חילול ה' ווייל עס שטייט שיהא דיבורו בנחת עם הבריות? (עפעס וואס ר' משה אליעזר האט דוקא זייער שיין אויסגעפירט).

ווידער מסירה קעגן א איד איז גאר א הארבער עבירה, אפילו ווען ביי די אמעריקאנער קוקט עס אויס ווי א מצוה, און נישט מסר'ן איז גאר א געהויבענע זאך, אפילו עס רעגט אויף די אמעריקאנער שופט אדער שופט'קע, די תורה טשעידשט זיך נישט ווייל אזוי קוקט עס דער גוי אן.

ר' משה אליעזר איז דא דייקא יא א גרויסער מקדש שם שמים, אפילו לויט די קריטעריעס וואס דו האסט געברענגט, וועל איך אלזא אויספירן נאכאמאל:

שרייט אלע, הרב משה אליעזר זיגעלמאן שליט"א, מקדש שם שמים ברבים מסוף העולם ועד סופו.

----

האסט אריינגעהאקט

וואס הייסט די רעדע איז נישט ע"פ תורה, דער גדר פון חילול ה' ווערט נקבע ע"פ תורה, נישט אזוי? אויב נישט אויף וואס ארויף האסטו געברענגט דעם ואהבת את ה' אלוקיך שטיקל. יא, חילול ה' האט טאקע מיט די תורה, די תורה איז קובע וואס דאס איז, און דו אליינס האסט דא געברענגט איין זייער שיינעם שטיקל איבער דעם, און דאס זאג איך דיר דא. ער קומט נאך אלע תנאים אין דעם שטיקל. און עס איז נישט קיין נפק"מ ווי שטארק ער האט געמיינט לשם שמים צו נייציג פראצענט אדער נאר זעכציג. דער מציאות איז אז ער איז נישט רייך געווארן דורך דעם (אזוי ווי פילע אנדערע) און ער האט געטון מיט דעם אסאך מצוות.

איי ער האט באשווינדלט די רעגירונג, וואס לויט די הייליגע אמעריקאנער מוחות איז דאס "די ערגסטע" עבירה אין די וועלט? האב איך דאך א רעכט מחולק צו זיין מיט פעטרא, פיטער און גאנזאלעז און זאגן אז עס זענען דא ערגערע עבירות פון דאס, ווי למשל מסירה.

ווידער גיין זיצן אין תפיסה פאר נישט וועלן מסר'ן איז א גרויסער קידוש ה'. א איד איז מקיים דעם שולחן ערוך אפילו עס קאסט אים תפיסה. דאס הייסט מקדש שם שמים בגופו ובממונו.

שרייט אלע, הרב משה אליעזר זיגעלמאן שליט"א, מקדש שם שמים ברבים מסוף העולם ועד סופו.
[NAMELESS]

Re: געוואלדיגער קידוש ה' מיט הרב זיגלמאנ'ס ארעסט

שליחה דורך [NAMELESS] »

נו ! גייט זייט עס מסביר פארן גוי, אפשר וועט ער אייך פארשטיין.
(די צוויי פסוקים וואס דער ילקוט ברענגט רעדט זיך פון גוים, דוק ועיין ותשכח)
פארשפארט