"ספארטס" און דער אידישער מאמענט...!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

"ספארטס" און דער אידישער מאמענט...!

שליחה דורך berlbalaguleh »

אין דעם אשכול וויל איך א ביסל אויסשמועסן דעם מאמענט ווען בארימטע אידישע ספארט שפילער האבן דורך זייערע מעשים און החלטות באוויזן צו מאכן א קידוש השם...!
נאר קודם מוזן מיר מאכן א שטיקל הקדמה און א ביסל מסביר זיין וואס ספארטס איז בכלל, און וואס פארא וויכטיג ארט ס'פארנעמט אין די אמעריקאנער (גוי'אישע) געזעלשאפט...

אין אמעריקע (אריינגערעכנט קענעדע) שפיעלט מען פארשידענע ספארט שפיעלן. נאר פיהר פון זיי זענען די הויפט וויכטיגסטע, וועלכע ווערן געשפיעלט אין פארשידענע סעזאנען פונ'ם יאר.
בעיסבאלל: ווערט געשפיעלט אין ספרינג און זומער. ביז אקטאבער.
פוטבאלל ביז אנהייב ווינטער .ווערט געשפיעלט פון סעפטמעבער
בעסקעטבאלל ווערט געשפיעלט רוב חדשים פון יאר. חוץ אינמיטן זומער. דזשוליי און אוגוסט.
האקי ווערט געשפיעלט געוויינליך פון אקטאבער ביז אפריל.

לאמיר אנהייבן מיט בעיסבאלל. און געבן א שטיקל הסבר אויפ'ן שפיץ גאפל. והנה... ס'איז דא דריי הויפט שפילערס. א "פיטשער". איינער וואס ווארפט די באלל.
א "קעטשער". איינער וואס כאפט עס.
א "בעטטער" אדער א "היטטער". דער וועלכער האט דעם שטעקן אין די האנט. זיין תפקיד איז אוועק צו קלאפן דעם באלל בשעת ס'פליהט. אז ס'זאלל נישט אנקומען צום "קעטשער". אין דעם איז אויך דא א סאך זייטיגע פרטים. אבער אינז וועלן מיר נישט אריינגיין אים דעם אלעם. די חכמה פונ'ם "פיטשער". דער ווארפער, איז אז די באלל זאל אנקומען צו דעם וואס דארף עס כאפן. אנדעם וואס דער "בעטטער" זאל עס קענען קלאפן. דער ווארפער, אדער פיטשער, האט איינס פון די וויגטיגסטע תפקידים, וואס אין דעם ווענדט זיך א סאך מאל די הצלחה פון זיין טיעם.
יעצט עמיר מסביר זיין נאך א חלק פון דעם געים.: ביים סוף פון דעם שפילן סעזאן, בערך ארום ראש השנה צייט, וועלט מען אויס די בעסטע שפילערס פון אלע גרופעס אדער טיעמס. און זיי פארמעסטן זיך אין נאך א קליינע צאל געימס (בערך זיבן). און ווער ס'קומט ארויס דער געווינער. ער און זיין גרופע הייסן די וועלט'ס בעסטע שפילערס. ווייל פאקטיש חוץ אמעריקע, און א ביסל, יאפאן שפילט קיינער נישט דעם מאדנע געים. דער לעצטער חלק פון די שפילן הייסט די "פלעי-אפפ'ס". און דער סאמע לעצטער חלק, הייסט די "ווארלד סיעריעס". אדער וועלט'ס סעריע. פארשטייצעך אז ווער ס'געווינט די אלע שפיל פארמעסטן גייט ארויס (מיט זיין גאנצן טיעם) מיט גרויס כבוד און געלט...! )ע"כ ההקדמה.(

האטציך געמאכט איין יאר אז איינס פון די בארימטע טיעמס פון בעיסבאלל, די "דאדזשערס" וועלכע זענען שוכן כבוד אין לאס אנדזשעלעס, קאליפארניע, אבער קומען אריגינאל פון ברוקלין, זענען אנגעקומען צום שפיץ, און זיי האבן זיך געקענט באטייליגן אין די "ווארלד סיעריעס" געימס. אבער דער טאג וואס דער ערשטער פון די וויכטיגע געימס האט געדארפט געשפיעלט ווערן איז אויסגעפאלן אום יום כיפור. און זייער וויכטיגסטער שפילער, דער לינק-האנטיגער פיטשער איז געווען א אידישער בחור מיט'ן נאמען סענדי קאופאקס. האט דער בחור , וועלכער איז נישט געווען רעליגיעז, זיך שטארק געישוב'ט צו ער זאל גיין שפילן דעם געים. אדער גיין אין ביהמ"ד. צום סוף האט ער מחליט געווען אז ער גייט נישט שפילן אום יו"כ. נאר ער גייט אין ביהמ"ד דאווענען. טראץ דעם גרויסן דרוק וואס זיינע חברים האבן ארויפגעלייגט אויף איהם.
דאס האט גורם געווען א גרויסן קידוש השם. ווייל די צייטונגען אין די גאנצע וועלט האבן געשריבן אז א איד האט מוותר געווען אויף געלט און כבוד און געטון די ריכטיגע זאך לויט ווי זיין רעליגיע פאדערט...!
ע"כ חלק א'. ווייל ס'איז צו א לאנגער שמועס. המשך יבוא אי"ה.(
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

דריטע אשכול.
# עבר ושנה.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

כוכב האט געשריבן:דריטע אשכול.
# עבר ושנה.

דאס אלעס?. כ'האב געווארט צו ליינען עפעס א קיצל'דיגע תגובה...לדוגמא. אריינזאגן... חוזק מאכן.... זיך פרייליך מאכן אויף יענעמ'ס חשבון... וכו'. וכו'...!... :lol: עניוועי. יישר כח...!
באניצער אוואטאר
נקודת החבדית
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 70
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 30, 2014 12:16 pm
האט שוין באקומען לייקס: 54 מאל

שליחה דורך נקודת החבדית »

"בכל דרכיך דעהו" "ליכא מידי דלא רמיזא באורייתא"
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

אז דו רעדסט שוין פון שפילען אום יום כיפור און אזוי אויך פון די דאדזשערס, קען מען אויך דערמאנען שאן גרין, וואס האט אויך נישט געשפילט אין 2001 טאקע דארטן ביי די דאדזשערס אום יום כיפור און ס'איז געווען א קידוש ה', נאכדעם וואס ער האט ס'ערשטע מאל פארפאסט א געים נאכן שפילן 415 געימס.

נאך מער אין 2004 איז געווען צוויי קריטישע געימס ביי די דאדזשערס, נאכדעם וואס זיי זענען געווען אינגאנצן א האלבע געים (דאס מיינט זיי האבן געשפילט איין געים מער אדער ווייניגער ווי דער נעקסט פון זיי - און זיי האבן איין מער געווינס אדער פארלוירן) אריבער פון די ג'ייענטס אנצוהאלטן די ליעד אינעם נאציענאלע ליגע מערבית... און די דאדזשערס האבן געשפילט צוויי געימס יענעם יום כיפור, איינס ביינאכט און איינס אינמיטן טאג, גרין האט אויסגעוועלט נישט צו שפילן בייטאג. (און ביינאכט האט ער טאקע געהאט די געים געווינס היט, און געקומען אינטער קריטיק פון רבנים פארן פרובירן צו האבן ביידע וועלטן...)
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

הייסטעס אז ווען עס איז עדווערטייזט אינעם איד א פלאץ ביי מערבית צו פארדינגן אויף יום כיפור קען עס מיינען צו וואטשן די דאדזשערס ?
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
פארשפארט