וואס איז דער נס חנוכה
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
וואס איז דער נס חנוכה
מ'האלט מיר שוין נעילת החג פון אסרו חג... אבער די קשיא איז נאך אלץ קיימא וקאי, איך וויל הערן ווער עס קען מיר פארענטפערן.
בימים ההם האבן די אידן שרעקליך געליטן פון די רוימער, ברוחניות און בגשמיות. א הארץ קען צוגיין ווען מען לייענט זיך אן די צרות און רדיפות וואס כלל ישראל איז דאן אדורכגעגאנגען. יוסף משיתא, חנה ושבעה בניה, וויפיל אידן האט מען גע'הרג'עט אן קיין רחמנות מיט כל מיני מיתות משונות בלויז פארן וועלן זיך פירן ע"פ תורה, און די רשעים האבן מטמא געווען דעם ביהמ"ק מיט אירע הייליגע כלים,
ביז די חשמונאים האבן זיך גענומען אין די האנט אריין, געגאנגען אין מלחמה און אנגעהויבן באזיגן די שונאים די רשעים, וועלכע האבן געליטן איין מפלה נאכן צווייטן, ביז, ביז... מ'איז אריין אין ביהמ"ק און מען האט געטראפן א קריגעלע טהור'ע אויל... און לזכר דעם פייערט מען דעם נס!! ווייל מיט דעם ווייזט זיך ארויס די אהבה פון הקב"ה צו כלל ישראל.
זאגט מיר, מאכט עס סענס? האט איינער געבעטן די אויל? אויף ענגליש רופט זיך אזא זאך "יו ענסערד עי קוועסטשון נאו-וואן עסקד"! (You answered a question no one asked), אויל האט אונז געפעלט? עס האט געפעלט טויזענטער אידן, צובראכענע משפחות רצוצים ושבורים, און איה"נ מען דערמאנט טאקע די גרויסע נסים "ועל הנסים... ועל המלחמות.." אבער דאס איז נאר אזא נכתב בצדו, מען מאכט פונעם עיקר א טפל און פונעם טפל אן עיקר, אלעס איז פארנומען מיט דאס ביסעלע אויל, כאילו דאס גליק האט אונז באטראפן מיט די אויל...
מה הפשט?

וירח ה' את ריח הניחוח
דער מהר''ל איז מסביר (איך ווייס נישט ווי פשוט עס איז, אבל זה מה שאני יודע) אז היות דער עיקר מלחמה האבן די יוונים געפירט אויפן רעליגיעזן פראנט (איך האב נישט נאכגעטשעקט היסטאריש ביי יוסיפון וכדו' אבער אזוי איז משמע בדברי חז''ל) אין די אלע צרות זענען געווען תוצאות פין דעם, וכמבואר אז זיי האבן גוזר געווען גזירות אין אויך האבן זיי געלייגט א דגוש אויף מטמא זיין דעם מקדש, איז ווען די חשמונאים האבן געזיגט אין נישט נאר איז געשען א נס אז זיי האבן געזיגט נאר אויך איז געשען א נס זיי זאלן קענען מקיים זיין עבודת ביהמ''ק בהידור איז דאס געווען דער שפיץ געווינס, ועיי''ש עוד אז מען האט נישט געוואלט קובע זיין אויף'ן נס נצחון המלחמה ווייל דאס קען מען תולה זיין בדרכי הטבע האט מען עס קובע געווען אויפ'ן נס פך שמן וואס דאס ברענגט אויך ארויס דער נצחון כנ''ל,
מען דארף אנמערקן אז די גאנצע קשיא איז נאר אויף דאס וואס איז משמע בפשטות פין די גמרא מס' שבת אז דער יו''ט איז נתקן געווארן אויף.דער נס פך שמן אבער פין אנדערע מקורות איז טאקע משמע אנדערש וכבר נתבאר במקום אחר

-
- היימישער באניצער
- הודעות: 539
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 22, 2014 10:27 pm
- האט שוין געלייקט: 875 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1045 מאל
@שמעקעדיג: אין אלע אלטע מקורות איז דער געווינס אין מלחמה נישט נאר געווען דער עיקר, נאר דער נס מיט'ן שמן איז ניטאמאל דערמאנט געווארן. אזוי איז עס אין די ספרים פון יוספוס פלאוויוס (!..), און אזוי איז עס אפילו אין אונזערע תפילות. די "ועל הנסים ועל המלחמות" זענען נישט קיין נכתב בצידו, נאר דאס איז די איינציגע זאך וואס מ'דערמאנט ביים דאווענען (טרעף מיר ערגעץ דעם פך השמן אין די ועל הנסים). ובכן, כאטש מ'צינדט טאקע ליכט אלס זכר צום פך השמן, איז עס לויט אלע סימנים נישט געווען קיין עיקר פונעם יום-טוב ביז צו א שפעטערער צייט. אזוי דאכט זיך מיר ווייניגסטנס.
די סברא זאגט אז הערשט אין גלות, ווען דער מאטיוו פון מלחמה האט פארלוירן דעם גלאנץ ביי אידן, איז דער פאקוס אריבער צום פך השמן.
די סברא זאגט אז הערשט אין גלות, ווען דער מאטיוו פון מלחמה האט פארלוירן דעם גלאנץ ביי אידן, איז דער פאקוס אריבער צום פך השמן.
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
פלאוויוס האט געשריבן:די "ועל הנסים ועל המלחמות" זענען נישט קיין נכתב בצידו, נאר דאס איז די איינציגע זאך וואס מ'דערמאנט ביים דאווענען (טרעף מיר ערגעץ דעם פך השמן אין די ועל הנסים)
ועל הנסים קוקט מיר אויס צו זיין א סטענדערד נוסח, א הקדמה צום נס חנוכה און נס פורים, און דאן גייט מען אריין בפרטיות, מען דערמאנט די מלחמה, די נצחונות, אבער די צווייטע האלב פאוקעסט מער אויף ואח"כ באו בניך לדביר ביתך, ופינו, והדליקו, וקבעו וכו', און בעיקר ווי דו דערמאנסט שוין, די גאנצע רמז פון די ליכט איז אויף די נס פון די אויל, און לויט טייל לצים, אויכעט די ענין פון די פאנקען/לאטקעס/דאונאטס... אלע קושיות פון ב"י און ר' תנחום, אלעס דרייט זיך ארום דאס ביסעלע אויל........
וירח ה' את ריח הניחוח
- יין שרף
- חבר ותיק
- הודעות: 2570
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
- געפינט זיך: ביים שוויגער...
- האט שוין געלייקט: 4803 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל
די ערשטע ספר צו געשריבן ווערן שלא תשכח התורה מישראל, איז געווען מגילת תענית. וואס איז פארשריבן געווארן דורך די חכמים נאך פאר די משניות.
ער פאנגט טאקע אן מיט די נס פון די פך שמן, אבער דאס איז נישט די סיבה פארן יו"ט.
פון די פשטות וויאזוי עס ווערט געפרעגט די קשיא מוז זיין אז די יו"ט האט גארנישט צו טוהן מיט די קריגל, נאר וועגן די חנוכת המזבח. נאר וויבאלד טעכניש האט גענומען 8 טעג צו מתקן זיין די מזבח, האט מען מתקן געווען 8 טעג יו"ט.
מען צינדט די מנורה צו מאכן א זכר וויאזוי מען האט געצינדן די מנורה אין ביהמ"ק דאן, נישט וועגן די נס מיט די פך של שמן. נאר וויבאלד למעשה איז דא 8 טעג יו"ט, צינדט מען 8 טעג די מנורה.
בעשרין וחמשה ביה יום חנוכה תמניא יומין, דלא למספד בהון שכשנכנסו יונים להיכל טמאו כל השמנים שבהיכל, וכשגברה יד בית חשמונאי ונצחום, בדקו ולא מצאו אלא פך אחד שהיה מונח בחותמו של כהן הגדול שלא נטמא, ולא היה בו להדליק אלא יום אחד. ונעשה בו נס והדליקו שמונה ימים. לשנה אחרת קבעום שמונה ימים טובים.
ער פאנגט טאקע אן מיט די נס פון די פך שמן, אבער דאס איז נישט די סיבה פארן יו"ט.
ומה ראו לעשות חנוכה שמונה ימים, והלא חנוכה שעשה משה במדבר לא עשה אלא שבעה ימים, שנאמר (ויקרא ח, לג): "וּמִפֶּתַח אֹהֶל מוֹעֵד לֹא תֵצְאוּ שִׁבְעַת יָמִים וְגוֹ'", ואומר (במדבר ז, יב): "וַיְהִי הַמַּקְרִיב בַּיּוֹם הָרִאשׁוֹן אֶת קָרְבָּנוֹ וְגוֹ'", ובשביעי הקריב אפרים. וכן מצינו בחנוכה שעשה שלמה, שלא עשה אלא שבעת ימים, שנאמר (דה"ב ז, ט): "כִּי חֲנֻכַּת הַמִּזְבֵּחַ עָשׂוּ שִׁבְעַת יָמִים, וְהֶחָג שִׁבְעַת יָמִים". מה ראו לעשות חנוכה זו שמנה ימים, אלא בימי מלכות יון נכנסו בני חשמונאי להיכל, ובנו את המזבח, ושדוהו בשיד ותקנו בו כלי שרת והיו מתעסקין בו שמונה ימים.
פון די פשטות וויאזוי עס ווערט געפרעגט די קשיא מוז זיין אז די יו"ט האט גארנישט צו טוהן מיט די קריגל, נאר וועגן די חנוכת המזבח. נאר וויבאלד טעכניש האט גענומען 8 טעג צו מתקן זיין די מזבח, האט מען מתקן געווען 8 טעג יו"ט.
ומה ראו להדליק את הנרות, אלא בימי מלכות יון שנכנסו בית חשמונאי להיכל, שבעה שפודין של ברזל בידם, וחפום בַּעַץ והדליקו בהם את המנורה
מען צינדט די מנורה צו מאכן א זכר וויאזוי מען האט געצינדן די מנורה אין ביהמ"ק דאן, נישט וועגן די נס מיט די פך של שמן. נאר וויבאלד למעשה איז דא 8 טעג יו"ט, צינדט מען 8 טעג די מנורה.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1717
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 1778 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
די קשיא קענסטו פרעגן אויף יעדע יום טוב. פארוואס מאכט מען פסח אזא גדולה פון די מצה, די עיקר איז אז מען איז באפרייט געווארן.
דער ענטפער איז אז מצה און ליכט זענען פשוט די סימבאלן וויאזוי מען פראוועט יום טוב. שפעטער זענען די סימבאלן געווארן די עיקר, פונקט ווי טוירקי איז געווארן די עיקר פון טענקסגיווינג.
ובזה מיושב קושית הבית יוסף, כמו שביאר החכם לייקוואוד.

האדם לא נברא אלא להתענג
- געוואלדיג
- חבר ותיק
- הודעות: 3930
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
- געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
- האט שוין געלייקט: 6582 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל
די קשיא איז אלט און איך בין געווען זיכער אז איינער האט שוין גענטפערט, נו מקום הניחו לי להתגדר, (אויב די קשיא באדערט נאך) די יו"ט איז אויף די הצלה ווי מען זעהט אין די נוסח פון על הניסים, נאר דעם אופן פון טוהן די פעולה פונעם יו"ט איז לזכר די נס פון די אויל, וואס איז גארנישט אזוי זייטיג נאר האט געהויבן די מאראל פון די צוקלאפטע אידן נאך יארן פון חילול הביהמ"ק און ירידת קרן ישראל צו זעהן אזא גילוי פון חביבות פון השי"ת צו די אידן.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...
-יין שרף-
-יין שרף-
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1650
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
- האט שוין געלייקט: 1407 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1048 מאל
Re: וואס איז דער נס חנוכה
די קשיא קען מען פארענטפערן מיט די קשיא אז עס זענען דאך געוועין אנדערע ניסים פאר כלל ישראל ווי סנחרב ועוד וואס מען האט נישט געמאכט קיין שום זכר דעראויף איז מיט וואס איז אנדערש די נס חנוכה וואס אויף דעים מאכט מען יא א זכר? די קדושת לוי אנטפערט אז עס זענען דא אסאך מאל הצלה זמנית וואס מען ווערט געראטעוועט פון א צרה אבער עס לאזט נישט קיין השפעה אויף שפעיטער מה שאין כן חנוכה און פורים האבן די חכמים געזעין די קומענדיגע יאר אז די השפעות קומען נאכאמאל אראפ האבן זיי עס קובע געוועין לדורות כמאמר הגמרא "לשנה אחרת" קבעו ווייל ערשט די קומענדיגע יאר האט מען געזעין אז עס האט א השפעה לדורות אויב אזוי קען מען זאגן פשוט אז די השפעה איז געוועין בנוגע די הארות הנרות אבער לגבי די חלק הנצחון פון די מלחמה איז עס געוועין א הצלה זמנית אזוי ווי די מלחמת סיסרא וסנחרב איז אויף דעים האט מען נישט געמאכט קיין זכר.
- ירא שמים
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1757
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל
ז"ל הרמב"ם הל' חנוכה:
א. בבית שני כשמלכי יון גזרו גזרות על ישראל ובטלו דתם ולא הניחו אותם לעסוק בתורה ובמצות. ופשטו ידם בממונם ובבנותיהם ונכנסו להיכל ופרצו בו פרצות וטמאו הטהרות. וצר להם לישראל מאד מפניהם ולחצום לחץ גדול עד שריחם עליהם אלהי אבותינו והושיעם מידם והצילם וגברו בני חשמונאי הכהנים הגדולים והרגום והושיעו ישראל מידם והעמידו מלך מן הכהנים וחזרה מלכות לישראל יתר על מאתים שנים עד החורבן השני:
ב. וכשגברו ישראל על אויביהם ואבדום בכ''ה בחדש כסליו היה ונכנסו להיכל ולא מצאו שמן טהור במקדש אלא פך אחד ולא היה בו להדליק אלא יום אחד בלבד והדליקו ממנו נרות המערכה שמונה ימים עד שכתשו זיתים והוציאו שמן טהור:
ג. ומפני זה התקינו חכמים שבאותו הדור שיהיו שמונת ימים האלו שתחלתן כ''ה בכסליו ימי שמחה והלל ומדליקין בהן הנרות בערב על פתחי הבתים בכל לילה ולילה משמונת הלילות להראות ולגלות הנס. וימים אלו הן הנקראין חנוכה והן אסורין בהספד ותענית כימי הפורים. והדלקת הנרות בהן מצוה מדברי סופרים כקריאת המגילה:

כ'ווייס נישט צו מקען מדייק זיין פון רמב"ם דא וועלכע איז די עיקר די הצלה אדער די שמן, אבער אין אנהייב געפינט ער פאר וויכטיג צו שרייבן דעם ענין אז חזרה מלכות לישראל, אולי כוונתו איז דאס אויך א חלק פונ'ם נס די אידישע זעלבסטשטענדיגקייט/עצמאות. על אף שכידוע אז די חשמונאי'שע מלוכה איז נישט געווען אזא גליקליכע מלוכה, דאך די עצם זאך אז אידן זענען נישט געווען אונטער די אומות איז א שמחה.
און מיט דעם ווערט אויך פארענטפערט ע״ד הפשט די קשיא וואס גר תושב האט ערווענט ווייל דא איז נישט א נס וואס מאיז ניצל געווארן פון א צרה נאר די ענין כנ״ל.
און מיט דעם ווערט אויך פארענטפערט ע״ד הפשט די קשיא וואס גר תושב האט ערווענט ווייל דא איז נישט א נס וואס מאיז ניצל געווארן פון א צרה נאר די ענין כנ״ל.
- ירא שמים
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1757
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל
Re: וואס איז דער נס חנוכה
געוואלדיג האט געשריבן:די קשיא איז אלט און איך בין געווען זיכער אז איינער האט שוין גענטפערט, נו מקום הניחו לי להתגדר, (אויב די קשיא באדערט נאך) די יו"ט איז אויף די הצלה ווי מען זעהט אין די נוסח פון על הניסים, נאר דעם אופן פון טוהן די פעולה פונעם יו"ט איז לזכר די נס פון די אויל, וואס איז גארנישט אזוי זייטיג נאר האט געהויבן די מאראל פון די צוקלאפטע אידן נאך יארן פון חילול הביהמ"ק און ירידת קרן ישראל צו זעהן אזא גילוי פון חביבות פון השי"ת צו די אידן.
אין ועל הניסים ווערט דערמאנט די נרות נאר נישט די נישט די נס הנרות.
די קשיות און דיונים פון דא זענען שוין אויסגעשמועסט אין אן אנדערען אשכול
די קשר פון חנוכה מיט סוכות און א תירוץ אויף די בית יוסף קשיא
די קשר פון חנוכה מיט סוכות און א תירוץ אויף די בית יוסף קשיא
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1650
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
- האט שוין געלייקט: 1407 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1048 מאל
Re: וואס איז דער נס חנוכה
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:די קשיות און דיונים פון דא זענען שוין אויסגעשמועסט אין אן אנדערען אשכול
די קשר פון חנוכה מיט סוכות און א תירוץ אויף די בית יוסף קשיא
תורה מונחת בקרן זוית כל הרוצה ......
- יב הלוי סאלאווייטשיק
- ידיד השטיבל
- הודעות: 194
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 04, 2015 6:10 pm
- האט שוין געלייקט: 362 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 191 מאל
Re: וואס איז דער נס חנוכה
ליינענדיג קדמוניות היהודים
(באמצע ספר י״ב ואילך נוגע לחנוכה..) אז די מלחמות החשמונאים איז אנגעגאנגן איבער 25 יאר נאכן נס חנוכה, ווי אויך אז אלע 5 בני חשמונאים זענען געהארגט געווארן אין די מלחמות,
אין בכלל איז די מצב הכלל אין ארץ ישראל נישט ציפיל בעסער געווארן אפי׳ נאך די מלכות החשמונאים האט זיך אוועקגעשטעלט ..
(מה גם אז אין א קורצע תקופה שפעטער איז די הנהגה אריבער צי די צדוקים..)
א״כ איז פשוט וואס חז״ל האבן נישט מיחס געווען חנוכה צי דו נס המלחמה,
אין האבן דאס דייקי מיחס געווען צי דו נס פון די פח שמן,
וואס דאס איז דאך עדות הוא לכל באי עולם שהשכינה שורה בישראל..

!..A Lonely Man of Faith
אין דעם אויבן אנגעצייכענטע אשכול האבן מיר שוין מבאר געווען אז אפילו די מקורות וואס שטעלן אוועק דעם יום טוב חנוכה (און זאגאר די מצות הדלקת נר חנוכה) אלס'ן נס נצחון המלחמה (מקבים, יוספוס און רוב ברייתות אויף חנוכה) און דערמאנען בכלל נישט פונעם נס השמן, גייען זיי אויך אלע מיטן מהלך אז דער שמחה איז געווען דער חלק הרוחני פונעם נצחון, דהיינו חידוש המקדש והקרבת קרבנות. נישט דעם גשמיות'דיגע נצחון פון בית חשמונאי אויף די יוונים וכדומה. עיין שם
- ירא שמים
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1757
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל
Re: וואס איז דער נס חנוכה
הערה, וואס איז די עיקר פונ׳ם יו״ט, נישט די עיקר הנס שעל זה קבעוה נאר עיקר פון די תקנה, אויף וואס איז די יו״ט געשטעלט, אין די גמ׳ פון די מציאת פך השמן איז די אויספיר ״לשנה אחרת קבעום ועשאום ימים טובים בהלל והודאה
רש"י: ה"ג ועשאום ימים טובים בהלל והודאה - לא שאסורין במלאכה שלא נקבעו אלא לקרות הלל ולומר על הנסים בהודאה:
דהיינו די עיקר קביעות און די ענין פונ׳ם יו״ט איז די הלל און על הניסים (וואס מיט דעם איז עס דומה צו די אנדערע ימים טובים מיט מקרא קדש) וכ״ה בנוסח ועל הניסים.

- ציבעלע-קיגל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1120
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 29, 2012 8:24 am
- האט שוין געלייקט: 539 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 899 מאל
- ברסלבער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2048
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
- האט שוין געלייקט: 3570 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל
ווי דערמאנט, איז דער עיקר ציל פון א יום טוב, זיך נאכאמאל צו באהעפטן צום דעמאלטסדיגן מצב, און עס איבערשפילן אויפ'ן היינט.
יעדער מענטש האט אסאך שוועריקייטן אין דורכפעלער אין זיין לעבן. אויב וועט ער ווארטן צו זיין פרייליך נאר ווען אלעס וועט אים גיין גוט, וועט ער בלייבן ביים ווארטן. אל תאמר לכאפנה אשמח שמא לא תפנה. און אז דער מוט איז געפאלן, קען מען זיך נישט אויפהויבן העכער די פראבלעמען און טרעפן א לעזונג, וכן חוזר חלילה.
האבן די חשמנואים אונז געלערנט אז אפילו ווען כלל ישראל איז צעשמעטערט און צעבראכן ברוחניות ובגשמיות, לאמיר זיך פרייען מיט דעם קליינעם נס אז מיר האבן געטראפן אביסל אויל. איינמאל מיר וועלן האבן אביסל שמחה אין זיך, וועלן מיר מיט דעם קענען איבערקומען אלע אנדערע שוועריקייטן.
איך האב גענוג און נאך תירוצים פארוואס צו זיין אנגעזעצט, לאמיך אבער זיך קאנצעטרירן אויף די פריטלעך וועלכע זענען גאר גוט געלונגען. אויב דאס וועט הויבן מיין מוט, וועל איך אלעס איבערקומען.

די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
- יב הלוי סאלאווייטשיק
- ידיד השטיבל
- הודעות: 194
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 04, 2015 6:10 pm
- האט שוין געלייקט: 362 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 191 מאל
וואס איז דער נס חנוכה
שטייענדיג אין די מיטלע דרייסיגער יארן, בין איך אריין, אין היי יעריגען חנוכה
מוט א געוואלדיגע יבשות ...
נאכן א דורך טיהן איו די פארגאנגענע יארן רוב סוגיות פון חנוכה, גאנצעטע בלעטער אויף די סוגיות פון אכסנאי.. הדלקה והנחה עושה מצוה... חובת בית או גברא וכוי׳ וגוי׳ אין
בכלל דו עניני nנוכה באגדה (וחסידות).
האב איך זוך געטראפן אין א מצב, נישט וויסענדיג און וועלעכע סוגיה זוך אריין צולאזן בהאי שעתא..
אויף דעים האמיר שוין א ווארט, אין אויף יענץ האמיר שוין געזאגט א לומדישן שיעור, און אויפן דריטן האמיר שוין געשריבן אלאנגן מאמר.....
תמצית היוצא אז מיר האבן זיך געטראפן מיובש אריינגייענדיג אינעם חנוכה בלי שום התחדשות אדער פרישער דערהער כימי עולם וכשנים קדמוניות....
טרייכטנדיג אזוי אז נניח מיר וועלן געפינן עפעס פאר דאס יאהר אין אויך פארן קומנדיגן, אבער וואס וועט זיין בימי שנותינו שהם שבעים שנה ובגבורות שמונים שנה...
וואס איז דו עצה והמהלך אז מיזאל קענען אנגיין מיט א התחדשות אין א פרושקייט לאורך ימים ושנים טובים ארוכים
זיין א מגיד שיעור איז נישט קיין גרוסע ישועה.. וביודעי ומכירו קאמינא .
מוט א געוואלדיגע יבשות ...
נאכן א דורך טיהן איו די פארגאנגענע יארן רוב סוגיות פון חנוכה, גאנצעטע בלעטער אויף די סוגיות פון אכסנאי.. הדלקה והנחה עושה מצוה... חובת בית או גברא וכוי׳ וגוי׳ אין
בכלל דו עניני nנוכה באגדה (וחסידות).
האב איך זוך געטראפן אין א מצב, נישט וויסענדיג און וועלעכע סוגיה זוך אריין צולאזן בהאי שעתא..
אויף דעים האמיר שוין א ווארט, אין אויף יענץ האמיר שוין געזאגט א לומדישן שיעור, און אויפן דריטן האמיר שוין געשריבן אלאנגן מאמר.....
תמצית היוצא אז מיר האבן זיך געטראפן מיובש אריינגייענדיג אינעם חנוכה בלי שום התחדשות אדער פרישער דערהער כימי עולם וכשנים קדמוניות....
טרייכטנדיג אזוי אז נניח מיר וועלן געפינן עפעס פאר דאס יאהר אין אויך פארן קומנדיגן, אבער וואס וועט זיין בימי שנותינו שהם שבעים שנה ובגבורות שמונים שנה...
וואס איז דו עצה והמהלך אז מיזאל קענען אנגיין מיט א התחדשות אין א פרושקייט לאורך ימים ושנים טובים ארוכים
זיין א מגיד שיעור איז נישט קיין גרוסע ישועה.. וביודעי ומכירו קאמינא .
!..A Lonely Man of Faith
- ברסלבער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2048
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
- האט שוין געלייקט: 3570 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל
א שווערער פראבלעם. איך גיי אריין אינ'ם חנוכה מיט תפלה אז אזוי ווי דער אייבערשטער האט געהאלפן די אידן בימים ההם, זאל ער מיר אויך העלפן בזמן הזה. יעדעס יאר האב איך פרישע נסים וואס איך ברויך האבן פונ'ם אייבערשטן, ברוחניות צי בגשמיות, און דעריבער האב איך שטענדיג א פרישע התחדשות.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
- געוואלדיג
- חבר ותיק
- הודעות: 3930
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
- געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
- האט שוין געלייקט: 6582 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל
[tag]יב הלוי סאלאווייטשיק[/tag], איך ווייס נישט צו דאס איז א מציאה פאר א סאלאווייטשיק אבער דא האסטו פון בית אהרן
רק המחשבה יהי' לפי העשי' כ"א לפי בחינתו, ודיבר בתוכחת מוסר בענין נר חנוכת שיוכל לתקן את כל הדברים ולהמשיך כל ההשפעות והברכות וההמתקות אך לא לזה צריך להיות כונתינו רק לתקן כ"א את עצמו כי כל אחד יש לו מקום השייך לו ויוכל לתפוס בו אפילו הגרוע והשפל ביותר והראי' מבעל תשובה כי במקום שבע"ת עומדים כו'
..
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...
-יין שרף-
-יין שרף-