אינטערסאנטע מנהגי ישראל

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
פארשפארט
באניצער אוואטאר
ירח בן יומו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 11:15 pm
האט שוין געלייקט: 834 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 700 מאל

אינטערסאנטע מנהגי ישראל

שליחה דורך ירח בן יומו »

במשך טויזנטע יאר אין גלות און יודן האבן זיך פארשפרייט אין אסאך פלעצער און צאמגענומען פון איבעראל געדאנקען ווי אויך איז פארגעסן געווארן פרטים עד כדי כך אז היינט אז מ'קוקוט זיך אים איז אסאך מאל שווער צו דערקענען אז אלעס שטאמט פון איין רעלגיע, כולם מרועה אחד ניתנו, אז מ'וועט אנהייהן קוקן די חילוקים אין קיום המצוות פון אחינו בני ישראל יושבי ארצות המזרח ביז די אייראפיעשיע אפשטאמיגער איז צו מאל ממש נישט צום דערקענען.
אויף די זעלבע אופן איז אויך שייך צו טרעפען חילוקים ציווישן קריזן און חסידות, אדער בני ישיבה, אז מ'וועט זיך נאכפרעגן וועט מען געפונען אסאך חילוקים וואס מ'האט קיינמאל נישט גע'חלומ'ט אז עס זענען דא יודען וואס טועהן אנדערש ווי איך בין געוואוינט, למשל א חסידישע יוד וועט זעהן איינעם זיצן ביי קידוש אדער הבדלה, וועט ער גלייך טראכטן אז דא האנדלט זיך פון א חולה מסוכן (אדער בגוף-און ער קען ממש נישט שטיין אויף די פוס, אדער בנפש-און ער ווייסט נישט וואס טוט זיך מיט זיך), אבער ווען מפרעגט זיך נאך אדער מ'קוקט אריין אין שו"ע זעהט מען אז דאס איז א אנגענומענע שיטה, און טאקע ביי די ליטווישע פירט מען זיך אזוי לכתחילה. ווידער אמאל ווען א ליטוואק וועט זען אז ביי חסידים אז מ'לייגט נישט קיין תפילין חול המועד וועט ער אנהייבען צו טראכטן אז דא האנדלט זיך פון א קרקפתא דלא מנח תפילין, (ווי האט יענער געזאגט, די משנה ברורה מאכט א טעות אין דעם הלכה, איך האב דאך קיינמאל נישט אזוי געטוהן).
לאמיר פריוויען צאם נעמען אינטערסאנטע מנהגים וואס זענען דא ציווישן יודן, אבער לאמיר אנהייבען מיט מנהגים וואס האט א מקור אין הלכה אדער מ'טוט פארקערט פון די הלכה (אויף די מנהגים אויב מ'עסט ציבעלע קוגל פאר יום זה מכובד אדער נאכדעם פאדערט זיך א באזונדערע אשכול):

אין אמשינוב טרונקנט מען א פינפטע כוס ביים סדר.
אין צאנז מאכט מען א שהכל אויף קארטאפל.
אין חב"ד שלאפט מען נישט אין סוכה.
אין די ליטווישע פלעצער גייט די בעל תפילה א טלית ביי מנחה-מעריב.
אין גער לייגט מען תפילין ש"י בנוסח אשכנז (מ'דרייט די רצועות אריין צו זיך).
אין באבוב דאווענט מען א טאג פאר ערב פסח א קורצע מנחה (הויכע שמו"ע ביז קדושה) אנגעטוהן מיט א טיליפ.
אין טשרנובל מאכט מען א ברכה ביים איך די הלל ביים באקן די מצות ערב פסח.
אין בעלזא עסט מען פאר מ'דאווענט שחרית.
אין ליובאוויטש גייט מען א גארטל אינטער די העמד.
אין צאנז נוצט מען נאר גלעזערנע כלים ביים סדר.
נאך שבת וועל איך ברענגען נאך, אויף דערווייל לאמיר זעהן וואס די עולם קען צושטעלן.
באניצער אוואטאר
חסיד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 401
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 24, 2014 5:13 pm
האט שוין געלייקט: 30 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 99 מאל

שליחה דורך חסיד »

זעהר שיין באשריבן כ'וועל נאר מסביר זיין עטליכע און דער עולם קען ברענגן נאך טעמי המנהגים,



אין צאנז מאכט מען א שהכל אויף קארטאפל.
. כידוע איז דאס א ראפשיצער מנהג, מטעם ווייל ס'וואקסט נישט פון דער ערד מיט א בלעטל פון אויבן ווי אנדערע ירקות נאר מ'דארף זיכן אין דער ערד צו טרעפן, איז עס ווי שוואמען (מאשראמ''ס בלע''ז)
אין חב"ד שלאפט מען נישט אין סוכה.
. באקאנט שעל דא יצא קצף פון הגרא''מ ש''ך זצ''ל, אבער מ'דארף אין אכט נעמען אז אין בעלז איז מען אויך נישט געשלאפן, און בכלל און אסאך מקומות אין איירופה געוועהן סוכות שוין גוט קאלט
אין די ליטווישע פלעצער גייט די בעל תפילה א טלית ביי מנחה-מעריב.
. די קשיא איז אויף אונז חסידים נישט אויף זיי
אין גער לייגט מען תפילין ש"י בנוסח אשכנז (מ'דרייט די רצועות אריין צו זיך).
אין באבוב דאווענט מען א טאג פאר ערב פסח א קורצע מנחה (הויכע שמו"ע ביז קדושה) אנגעטוהן מיט א טיליפ.
. דער טיליפ איז צו שוויצן ביי א מצוה און אויף די מנחה איז דא כמה טעמים
אין טשרנובל מאכט מען א ברכה ביים איך די הלל ביים באקן די מצות ערב פסח.
אין בעלזא עסט מען פאר מ'דאווענט שחרית.
אין ליובאוויטש גייט מען א גארטל אינטער די העמד.
אין צאנז נוצט מען נאר גלעזערנע כלים ביים סדר.
. דאס איז פשוט וויבאלד דער הייליגער צאנזער רב האט פארזעצט (משכון'ט) אלע זילבערנע כלים צו פארטיילן פאר צדקה .
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום חסיד, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל

שליחה דורך יין שרף »

דאכט זיך אז די גארטל אויפן ציצית אין חב״ד איז נישט אלס גארטל נאר די ציצית זאל זך האלטן גראד אן קנייטשן, כמו שפסק הרב ז״ל ששיעור ציצית. היא שיכסה רוב הגוף, ממילא קען מען נישט רעכענען די קנייטשן.
אבטולמוס האט געשריבן:כ'זע נישט אז רוב פון די מנהגים זאלן זיין קעגן דער הלכה.
א פיפטע כוס איז אקעגן די הלכה אז נאכן פערטע כוס מעג מען נאר טרינקן וואסער.
עסן פארן דאווענען איז מדינא דגמרא לא תאכלו על הדם.
מאכן א ברכה סתם אזוי ביי א הלל זכר לקרבן פסח. וויבאלד עס ווערט נישט געברענגט אין שו״ע איז עס א ברכה לבטלה (זיי האבן דעם קבלה פון אליהו הנביא)
שלאפן אין די סוכה איז א הלכה מפורשת, אפילו א שינת עראי איז אסור.
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל

שליחה דורך יין שרף »

@חסיד אוודאי האט יעדע קהילה טעמים ע״פ חסידות וכדו׳. נאר ע״פ הלכה פשוטה דהיינו אן קיין דריידלעך קומט אויס פארקערט.
אמאל געהערט פון לויבאוויטשע רבי שליט״א א לאנגע הסבר ביי א פארברענגן פארוואס נישט צו שלאפן אין די סוכה, אור המקיף מיט נוגה וכד׳, נאר ע״פ שו״ע איז עס נישט אזוי גלייך.
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
באניצער אוואטאר
חסיד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 401
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 24, 2014 5:13 pm
האט שוין געלייקט: 30 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 99 מאל

שליחה דורך חסיד »

יין שרף האט געשריבן:@חסיד אוודאי האט יעדע קהילה טעמים ע״פ חסידות וכדו׳. נאר ע״פ הלכה פשוטה דהיינו אן קיין דריידלעך קומט אויס פארקערט.
אמאל געהערט פון לויבאוויטשע רבי שליט״א א לאנגע הסבר ביי א פארברענגן פארוואס נישט צו שלאפן אין די סוכה, אור המקיף מיט נוגה וכד׳, נאר ע״פ שו״ע איז עס נישט אזוי גלייך.

כידוע האט דער גר"א און דער בעש"ט ביידע געטון זאכן אנדערע ווי דער שו"ע, נאר דער גר"א האט געשריבן טעמים פארוואס.
באניצער אוואטאר
נקודת החבדית
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 70
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 30, 2014 12:16 pm
האט שוין באקומען לייקס: 54 מאל

שליחה דורך נקודת החבדית »

יין שרף האט געשריבן:דאכט זיך אז די גארטל אויפן ציצית אין חב״ד איז נישט אלס גארטל נאר די ציצית זאל זך האלטן גראד אן קנייטשן, כמו שפסק הרב ז״ל ששיעור ציצית. היא שיכסה רוב הגוף, ממילא קען מען נישט רעכענען די קנייטשן.

ליתר דיוק. פסקי הסידור הלכות ציצית:
ואורך הטלית קטן צריך להיות כולו מופשט ומלביש את האדם בכל השיעור הזה כולו כמ"ש אשר תכסה בה דייקא ולא יתקפל ולא יתקמט כלום משיעור הזה כי מקום הנקפל או הנקמט אינו עולה מן המדה וצריך להשגיח על זה תמיד כל הנזהרים לקיים מצות ציצית כל היום


.

יין שרף האט געשריבן:שלאפן אין די סוכה איז א הלכה מפורשת, אפילו א שינת עראי איז אסור.

והדברים ידועים
"בכל דרכיך דעהו" "ליכא מידי דלא רמיזא באורייתא"
באניצער אוואטאר
ירח בן יומו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 11:15 pm
האט שוין געלייקט: 834 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 700 מאל

שליחה דורך ירח בן יומו »

אין וויזניץ איז די רבי עולה כהן, אפי' ער איז נישט קיין כהן, (אזוי ווי אלע מנהגים וואס זענען דא דערמאנט געווארן קען מען דאס פארענטפערן להלכה, אבער דאך איז עס א מילתא דתמיהה, און עס פאסט אין דער אשכול פון אינטערסאנטע מנהגים).
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

א נייער מנהג?
איך פלעג אסאך דאווענען אין וויזניץ אין מאנסי שבת צופריה פאר בערך דרייצן יאר צוריק, איך געדענק דעם גבאי רעגלמעסיג אויסשרייען נאך שחרית יעדע וואך מיט א זיסע אמעריקאנע אקצענט "צען טויזענט כהן".
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אבטולמוס האט געשריבן:כ'זע נישט אז רוב פון די מנהגים זאלן זיין קעגן דער הלכה.

ראובן: עסן פאר'ן דאווענען. אויף דעם איז שוין דא די הלכה אז אויב איינער פילט שוואך מעג ער עסן פאר'ן דאווענען. איך גלייב אבער נישט אז אין בעלזא איז דא א שיטה אז מ'זאל לכתחילה עסן פאר'ן דאוונען. מ'האט נאר א ביסל מקיל געווען ווייל ס'איז דא א סאך מענטשן וועלכע זענען פיזיש שוואך...!
באניצער אוואטאר
אויסגערוט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 206
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 11:38 pm
האט שוין געלייקט: 343 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 113 מאל

שליחה דורך אויסגערוט »

איך ווייס נישט וועגן בעלז אבער סלאנים דאכציך איז מען מקפיד דייקא יא צו עסן פארן דאווענען
באניצער אוואטאר
ציבעלע-קיגל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1120
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 29, 2012 8:24 am
האט שוין געלייקט: 539 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 899 מאל

שליחה דורך ציבעלע-קיגל »

ירח בן יומו האט געשריבן:
אין ליובאוויטש גייט מען א גארטל אינטער די העמד.


דאס איז נישט אמת. זיי גייען יא אויפן רעקל אדער ווי זיי רופען עס קאפאטע.
אויב דו ווילסט אז מען זאהל אלעמאהל זאגען אז דו ביזט א ליגנער...
זאלסטו אלעמאהל זאגען נאר דער אמת...

דער אמת שטעכט!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אויסגערוט האט געשריבן:איך ווייס נישט וועגן בעלז אבער סלאנים דאכציך איז מען מקפיד דייקא יא צו עסן פארן דאווענען

אויב יא. איז כאטש דא דארט א גוטע ברעקפעסט פון בייגל און לאקס מיט א הייסע קאפי, אנגעגרייט פאר'ן דאווענען. איך גיי שוין אהין. מ'קען מיך שוין מצרף זיין צו מנין.
איך האלט אז אין מיין ביהמ"ד וואלט מען געמעגט איינפיהרן דעם טייערן מנהג פון מאכן קידוש פאר'ן דאווענען. אזוי וועט דער עולם לכה"פ נישט זיין נערוועז, און די בעלי תפילה וועלן קענען ציען ביים דאווענען, און די רבי וועט קענען רואיג אדורכשמועסן בין גברא לגברא מיט'ן גבאי פאר וועם מ'דארף נעקסט געבן אן עליה... :lol:
באניצער אוואטאר
נקודת החבדית
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 70
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 30, 2014 12:16 pm
האט שוין באקומען לייקס: 54 מאל

שליחה דורך נקודת החבדית »

אויסגערוט האט געשריבן:איך ווייס נישט וועגן בעלז אבער סלאנים דאכציך איז מען מקפיד דייקא יא צו עסן פארן דאווענען

היום יום י' שבט
אמי זקנתי (הרבנית מרת רבקה נ"ע) בהיותה כבת שמונה עשרה שנה - בשנת תרי"א - חלתה, וציוה הרופא אשר תאכל תיכף בקומה משנתה, אמנם היא לא חפצה לטעום קודם התפלה, והיתה מתפללת בהשכמה ואחר התפלה היתה אוכלת פת שחרית. כשנודע הדבר לחותנה אדמו"ר הצ"צ, אמר לה: א איד דארף זיין געזונד און א בעל כח. אויף מצות שטייט וחי בהם, איז דער טייטש וחי בהם, מען דארף אריינבריינגען א חיות אין מצות. בכדי אז מען זאל קענען אריינבריינגען א חיות אין מצות, מוז מען זיין א בעל כח און זיין בשמחה. וסיים: דו דארפסט ניט זיין קיין ניכטערע. בעסער עסען צוליב דאווענען(ד. ה. אז דערנאך דאווענט מען במנוחה[הוספת המעתיק]) ווי דאווענען צוליב עסען(וואס בדרך ממילא - זיינען די נערווען און די קאפ אפגעשוואכט איז די תפלה ניט במנוחה, און דער יצה"ר והגוף גארען ווען וועט מען שוין עפעס איבערכאפען[כנ"ל]) . ובירכה באריכות ימים, - (נולדה בשנת תקצ"ג ונפטרה י' שבט תרע"ד). -

מאמר זה אמר אאמו"ר לאחד על יחידות, והוסיף: און מען דארף עס טאן בשמחה.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום נקודת החבדית, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"בכל דרכיך דעהו" "ליכא מידי דלא רמיזא באורייתא"
באניצער אוואטאר
אויסגערוט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 206
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 11:38 pm
האט שוין געלייקט: 343 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 113 מאל

שליחה דורך אויסגערוט »

berlbalaguleh האט געשריבן:
אויסגערוט האט געשריבן:איך ווייס נישט וועגן בעלז אבער סלאנים דאכציך איז מען מקפיד דייקא יא צו עסן פארן דאווענען

אויב יא. איז כאטש דא דארט א גוטע ברעקפעסט פון בייגל און לאקס מיט א הייסע קאפי, אנגעגרייט פאר'ן דאווענען. איך גיי שוין אהין. מ'קען מיך שוין מצרף זיין צו מנין.ן

איך האב געהאט א חבר א סלאנימער אין ישיבה פלעג ער יעדן טאג עסן א wafer פארן דאווענען יוצא צו זיין
איך האלט אז אין מיין ביהמ"ד וואלט מען געמעגט איינפיהרן דעם טייערן מנהג פון מאכן קידוש פאר'ן דאווענען. אזוי וועט דער עולם לכה"פ נישט זיין נערוועז, און די בעלי תפילה וועלן קענען ציען ביים דאווענען, און די רבי וועט קענען רואיג אדורכשמועסן בין גברא לגברא מיט'ן גבאי פאר וועם מ'דארף נעקסט געבן אן עליה... :lol:

איך גלייב נישט אז אפילו מען געבט ווען א גאנצער סעודה וואלט דער עולם געהאט מער געדולד
באניצער אוואטאר
ירח בן יומו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 11:15 pm
האט שוין געלייקט: 834 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 700 מאל

שליחה דורך ירח בן יומו »

אין חב"ד און אין ביאלא גייט מען הגבהה פאר קריאת התורה
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

אויך ביי אלע ספרדים.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
אויסגערוט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 206
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 11:38 pm
האט שוין געלייקט: 343 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 113 מאל

שליחה דורך אויסגערוט »

דאכציך אין ירושלים אויכעט. אלס בחור אין א"י געדענק איך אז מהאט אזוי געטון אין די מאה שערים שטיבלעך
chusid
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 878
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:40 pm
האט שוין געלייקט: 1386 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 432 מאל

שליחה דורך chusid »

berlbalaguleh האט געשריבן:
אויסגערוט האט געשריבן:איך ווייס נישט וועגן בעלז אבער סלאנים דאכציך איז מען מקפיד דייקא יא צו עסן פארן דאווענען

אויב יא. איז כאטש דא דארט א גוטע ברעקפעסט פון בייגל און לאקס מיט א הייסע קאפי, אנגעגרייט פאר'ן דאווענען. איך גיי שוין אהין. מ'קען מיך שוין מצרף זיין צו מנין.
איך האלט אז אין מיין ביהמ"ד וואלט מען געמעגט איינפיהרן דעם טייערן מנהג פון מאכן קידוש פאר'ן דאווענען. אזוי וועט דער עולם לכה"פ נישט זיין נערוועז, און די בעלי תפילה וועלן קענען ציען ביים דאווענען, און די רבי וועט קענען רואיג אדורכשמועסן בין גברא לגברא מיט'ן גבאי פאר וועם מ'דארף נעקסט געבן אן עליה... :lol:

אין חבד עסט מען שבת פארן דאווענען
.זיך צו פארבינדן chusid03@Gmail. Com
באניצער אוואטאר
נקודת החבדית
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 70
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 30, 2014 12:16 pm
האט שוין באקומען לייקס: 54 מאל

שליחה דורך נקודת החבדית »

ירח בן יומו האט געשריבן:אין חב"ד גייט מען הגבהה פאר קריאת התורה

לא.
"בכל דרכיך דעהו" "ליכא מידי דלא רמיזא באורייתא"
נ נח
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 38
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 14, 2012 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 30 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 13 מאל

שליחה דורך נ נח »

אין בריסק מאכט מען נישט קיין ברכה אויף הלל ראש חודש
(דוכטזיך אין קרלין אויך נישט)
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל

שליחה דורך יין שרף »

מדינא דגמרא מאכט מען נישט
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
האט שוין געלייקט: 5973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

שליחה דורך לית דין בר נש »

ירח בן יומו האט געשריבן:אין גער לייגט מען תפילין ש"י בנוסח אשכנז (מ'דרייט די רצועות אריין צו זיך).

אין צאנז אויך

חסיד האט געשריבן:אין צאנז נוצט מען נאר גלעזערנע כלים ביים סדר.
. דאס איז פשוט וויבאלד דער הייליגער צאנזער רב האט פארזעצט (משכון'ט) אלע זילבערנע כלים צו פארטיילן פאר צדקה .

כן הוא הנוסח בבאבוב המשתמשים כהיום בכלי כסף. אבל שאר נכדי צאנז המשתמשים אפילו כהיום עם זכוכית יש להם טעמים אחרים
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
באניצער אוואטאר
ירח בן יומו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 11:15 pm
האט שוין געלייקט: 834 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 700 מאל

שליחה דורך ירח בן יומו »

אבטולמוס האט געשריבן:כ'זע נישט אז רוב פון די מנהגים זאלן זיין קעגן דער הלכה.

דא איז א מקום זיך צו באקענען מיט אינטערסאנטע מנהגי ישראל, טייל מאל איז דאס געבויט אויף א שיטה יחידאה אין הלכה און אמאל אנקעגן די הלכה.
למשל פון זיצן ביי קידוש איז להלכה לויט די רמ"א אבער ביי חסידים פירט מען זיך ווי שיטת המחבר (איך געדענק אמאל זעהן א בילד פון הרב אליישיב זיצן ביי הבדלה און עס האט אויס געזען זייער מאדנע, אבער שפעטער בין איך געוואר געווארן אז דאס איז ריין הלכה).
אגב, איז דא א מעשה פון די חסם סופר ווען ער איז איינגעשטנען ביי א עם הארץ וואס האט געזען אז ער זעצט זך אראפ צו סעודת שבת אהן דעם וואס ער זאל פארדעם שטיין און מאכן קידוש, האט ער צומאגענס פארצציילט פאר יעדען אז ד חת"ס עסט אן קידוש, און די חת"ס האט שפעטער געזאגט אז דאס איז געווען א עונש פארן עובר זיין אל תדור בשכונת עם הארץ.
פארשפארט