נייעס פון אגודת ישראל ד'אמעריקע

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

נייעס פון אגודת ישראל ד'אמעריקע

שליחה דורך שעפטל »

כ'באקום לעצטענס אזעלכע נייעס'לעך און באשרייבונגן פון די "אגודת ישראל אוו אמעריקע" ס'קען זיין ס'איז איינעם אינטערסאנט דא, וועל איך עס אהערשטעלן...

[center]ערמערדזענסי משלחת פון אגודת ישראל אין וואשינגטון [/center]
[center]דער קריזיס אין ארץ ישראל און וואוקס פון שנאת ישראל איבער די וועלט[/center]
בשעת די חאמאס טעראר ראקעטן פליען אין ארץ ישראל און איז מסכן אחינו בני ישראל אין ארץ ישראל, קומען אהן אין די לעצטע פאר וואכען שרעקליכע בשורות פון א ווידער-אויפבלי פון אנטיסעמיטישע באפאלונגען אויף אידישע קהילות און דער גאנצער וועלט בפרט אין איירופע השם ישמרינו.

 אין די לעצטע פאר וואכען קומען פאר דעמאנסטראציעס פון טויזענטער אנטי מדינת ישראל מארשירער אין אלע גרויסע שטעט אין איירופע. די פירער וואס נעמען טייל אין די פראטעסטען זאגען אז מ'כלומר'שט זענען זיי נישט קיין אנטיסעמיטען  נאר אנטקעגען די מיליטערישער פירונג פון מדינת ישראל. אבער לויט די באריכטען פון נייעס אגענטורען און שמועות וואס זענען ערהאלטן געווארן אין די הויפטקוואטיר פון אגודת ישראל אין אמעריקע, האבען טויזענטער טיילנעמער געשריגען אויף די גאסען קלאסישע אנטיסעמיטישע אויסשפּעכונגען און אויך שטראשונגען קעגען אידען רח"ל.

עס לאזט זיך קוים גלויבען אז אין יאר תשע"ד וועט מען דערלעבען צו הערען אויף די הויפט-גאסען פון פּאריז, לאנדאן, בּערלין און אנטווערפען קולות פון קללות און פארלוימדונגען קעגען אידן און קעגען די אידישע רעליגיע. און ליידער רעדט מען נישט נאר פון קללות, אין די לעצטע וואך האבען שונאי ישראל באלאגערט עטליכע שול'ען און אויך אידישע געשעפטען. איין שול אין פאריז האבען כאָליגאנעס ארום גענומען בשעת עס זענען געווען דארט 300 מתפללים, פאר א פּאָר שעה, און נאר דורך רחמי שמים איז קיינער געווארן באשעדיקט. אידישע סטאָרס ווערען כסדר אונטער געצינדען און אין בערלין האט א מוסלימענער גייסטליכער געשאלטען אידען אז זיי זאלען גיין ח"ו אין גאז קאמער.

צוליב די שמועות האבען חברים און מנהיגים פון אגודת ישראל מחליט געווען צו ארגאנאזירען א משלחת קיין וואשינגטון מיט צוויי מטרות, איינס, כדי אפּצוגעבען א דאנק פאר דעם אמעריקאנער קאנגרעס פאר זייערע ביז-איצטיגע שטיצע פאר דעם הפלא'דיגע שוץ סיסטעם פון דעם "אייראן-דאום" [אייזענעם-קאפּל] און צווייטענס, איבערצוגעבען פאר די קאנגרעסלייט דעם גרויסע זארג איבער דאס פארשטערקערונג פון אנטיסעמיטיזם אין איירופע.

מיט קוים צוויי טעג צייט פאר פארברייטונגען האבען  קרוב צו 30 עסקנים פון 7 סטעיטס פון איבער גאנץ אמעריקע זיך געטראפען דעם לעצטען מיטוואך פר' מסעי און דער "קאפּיטאל" בנין פון קאנגרעס און אפּגעהאלטען א סעריע פון מיטינגס מיט סענאטורען און קאנגרעסלייט פון ביידע פארטייען. 

הרב אבא קאהן דער דירעקטור פון דער אגודה אפיס אין וואשינגטון האט איבערגעגעבן אז די עסקנים האבען געפונען אן אוזן קשבת ביי אלעמען: "יעדער ערוועלטער האט אונז געזאגט קלאר און דייטליך אז קעמפען קעגען אנטיסעמיזום איז א ענין וואס איז אנגענומען ביי ביידע פארטייען, און זענען איבער געגעבען צו טוהן אלץ מעגליך און זייער כוח דאס צו באקענפען."

דער משלחת האט זיך געטראפען סיי מיט סענאטארען און קאנגרעסלייט פון האנדלען בעיקר מיט אויסערן ענינים און אויך מיט הומאניטערישע רעכטען, טעראריזם, און אנדערע גלאבאלע איינגעלעגענהייטן.
צומארגענס דאנערשטיק פר' מסעי האבען זיך איבער 100 עסקנים, מנהיגים פון אגודת ישראל איבער אמעריקע, באטייליגט און אויסהערען א ספּעציעלע בּאריכט פון דער סטעיט דעפּארטמענט'ס ספעציעלער שליח צו באקענפען אנטיסעמיטיזם מר. איירא פארמאן. מר. פארמאן האט פארברענגט איבער 40 מינוט און רעדען איבער דער מגיפה פון אנטיסעמיטישע אינסידענטען אין מערערע שטעט איבער דער וועלט און האט אויך געענטפערט א סאך פראגעס פון די משתתפים.

דער טשערמאן פון דער ועד הנאמנים פון אגודת ישראל הרב שלמה ווערדיגער הי"ו האט באדאנקט די חברים וואס האבען זיך משתתף געווען מיט דער משלחת און געזאגט: "מיר באדאנקען די שליחים פאר'ן זיין געטריי צו דער לעגענדישער שליחות פון אגודת ישראל צו ארויס קומען שטארק לטובת היחיד והכלל."

הרב חיים דוד צוויבל, וויצע-פרעזידענט פון אגודת ישראל האט אויסגעפירט, "ס'איז גוט וויסען אז אין די שווערע און שרעקעדיקע צייטען, אז דער אמעריקאנער רעגירונג איז סענסיטיוו צו די מצב פון היינט. כלל ישראל ווייסט זיכער אז באמת מיר האבען זיך נישט אויף וועמען צו פארלאזען, נאר על אבינו שבשמים. אבער בשעת ווען אונז זעמיר מתפלל ביים השי"ת, מוזען מיר טוהן אונזער שתדלנות אין זיך משתדל זיין ביי רעגירונג'ס פירער צו שוצען אונזערע ברידער בכל מקום שהם." 

הרב אבא קאהן אין קאנגרעספרוי אילאנא ראס-לעטינען'ס אפיס
דער משלחת האט זיך געטראפען סיי מיט סענאטארען און קאנגרעסלייט פון האנדלען בעיקר מיט אויסערן ענינים און אויך מיט הומאניטערישע רעכטען, טעראריזם, און אנדערע גלאבאלע איינגעלעגענהייטן.
צומארגענס דאנערשטיק פר' מסעי האבען זיך איבער 100 עסקנים, מנהיגים פון אגודת ישראל איבער אמעריקע, באטייליגט און אויסהערען א ספּעציעלע בּאריכט פון דער סטעיט דעפּארטמענט'ס ספעציעלער שליח צו באקענפען אנטיסעמיטיזם מר. איירא פארמאן. מר. פארמאן האט פארברענגט איבער 40 מינוט און רעדען איבער דער מגיפה פון אנטיסעמיטישע אינסידענטען אין מערערע שטעט איבער דער וועלט און האט אויך געענטפערט א סאך פראגעס פון די משתתפים.

דער טשערמאן פון דער ועד הנאמנים פון אגודת ישראל הרב שלמה ווערדיגער הי"ו האט באדאנקט די חברים וואס האבען זיך משתתף געווען מיט דער משלחת און געזאגט: "מיר באדאנקען די שליחים פאר'ן זיין געטריי צו דער לעגענדישער שליחות פון אגודת ישראל צו ארויס קומען שטארק לטובת היחיד והכלל."

הרב חיים דוד צוויבל, וויצע-פרעזידענט פון אגודת ישראל האט אויסגעפירט, "ס'איז גוט וויסען אז אין די שווערע און שרעקעדיקע צייטען, אז דער אמעריקאנער רעגירונג איז סענסיטיוו צו די מצב פון היינט. כלל ישראל ווייסט זיכער אז באמת מיר האבען זיך נישט אויף וועמען צו פארלאזען, נאר על אבינו שבשמים. אבער בשעת ווען אונז זעמיר מתפלל ביים השי"ת, מוזען מיר טוהן אונזער שתדלנות אין זיך משתדל זיין ביי רעגירונג'ס פירער צו שוצען אונזערע ברידער בכל מקום שהם." 
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

[center]אגודת ישראל אקעגען זעלבּסט-מאָרד הילף געזעץ אין ניו דזערסי[/center]

בשעת ווען  געוויסע מעמבערס פון דעם ניו דזערסי אסעמבלי ארבעטן שווער צו פארוואנדלען ניו דזערסי אז עס זאל זיין דער 6'טער סטעיט, וואס וועט געזעצליך צולאזען אז דאקטוירעם זאלען מעגען העלפען א פּאציענט וואס איז ענדגילטיג קראנק, זאל קענען זיך מאבד עצמו לדעת זיין, שטייט אגודת ישראל פון אמעריקע ראש וראשון  אגרעסיוויש אנטקעגען דעם געזעץ פארשלאג.

דער "הילף פאר שטארבענ'דיגע און ענדגילטיג קראנקע געזעץ" איז דעם לעצטען חודש אדורך געפירט געווארן דורך דעם ניו דזערסי סטעיט אסעמבלי מיט 41 שטימען, דער מינימום צאל שטימען וואס פארלאנגט זיך. און איצט ווענט זיך עס ווי אזוי דער ניו דזערסי סענאט וועט שטימען. אויב עס וועט ח"ו אדורך געפירט ווערן אויך אין דער סענאט, וועט דער לעצטער החלטה בלייבען ביי גאווערנער קריסטי, אויב ער וועט עס אונטערשרייבען אדער ער וועט וויטאָ'אירען דעם געזעץ. 

דעם לעצטען מאנטאג פרשת מקץ האט הרב אביגדור שנאלל – דירעקטור פון דער אגודת ישראל אפיס אין ניו דזערסי אויסגעדרוקט צו די מעמבערס פון דער סענאט געזונטהייט קאמיטי בשם שומרי תורה אידענטום  אגודת ישראל'ס עקשנות'דיגע קעגענשאפט צו דעם פארגעשלאגענעם געזעץ, און פארוואס דער קאמפף אקעגען דעם געזעץ איז אזוי וויכטיג.

"דער אידישער מסורה לערענט אונז אז סיי וואס פאר א מענטשליכע לעבען עס זאל נישט זיין איז עס אלץ הייליג, און מיר האלטען אז געזעצען וואס גראבען אונטער אט דעם הייליגקייט שיקען א געפערליכער מסוכן'דיגע מודעה פאר גאנצען געזעלשאפט" האט הרב שנאלל געזאגט. "אגודת ישראל האט א שטארקע אינטערס צו זאגען איר מיינונג אויף א געזעץ וואס וועט ח"ו כשר'ן געהילף פאר זעלבסט-מארד".  

נישט נאר האט אגודת ישראל אויסגעדרוקט איר קעגענשאפט צו דעם געזעץ, זי האט אויך פארגעלייגט פאר די מעמבערס פון דער קאמיטי, א קלארער סיבה פארוואס די גאווערנמענט דארף צו פארבּאָטען דאקטוירים פון זיך באטייליגען אין זעלבסט-מארד פון פּאציענטען. אגודת ישראל האט אויך ארויפגעברענגט דעם פאקט אז אפילו די מערערע וואס גראדע שטיצן יא דעם געזעץ, האלטן אבער אז דאקטוירים טארען נישט האבען דעם לעגאלען רעכט אנטייל צונעמען אין אן החלטה פון זעלבסט-מארד.

אגודת ישראל פירט איצט אן אגרעסיווער קאמפיין ביי מעמבערס פון דער סטעיט לעגיסלאטור צו דערמוטיגען זיי אז זיי זאלען שטימען קעגען דעם געזעץ, און אויך מעורר צו זיין דעם ברייטען ציבור אז זיי זאלען זיך פארבינדען מיט זייערע לאקאלע אסעמבלי און סענאט מעמבערס און זיי אויך צו דערמוטיגען אז זיי זאלען שטימען קעגען דעם פארשלאג.

הרב שנאלל גיבט איבער אז לויט די אנווייזונגען פון חברי מועצת גדולי התורה פון אגודת ישראל איז דער געזעץ א סכנה גדולה נישט נאר פאר איצט נאר אויך אויף דער עתיד.

"אויב דער געזעץ וועט אדורכגעפירט ווערן וועט עס זיין א געפאר פאר שומרי תורה ומצוות וואס אין דער עתיד וועלען זיך נישט לאזען אונטערווארפען און אויסוועלן זעלבסט מארד" האט הרב שנאלל געזאגט "מיר זארגען זיך ערענסט אז דער מצב וועט זיך אראפקייקלען ביז צו א מצב אז  דאקטוירים, שפיטעלער און אינשורענס קאמפאניס וועלן לייגען פרעשער אויף ענדגילטיג'ע חולים אדער מענשען וואס זענען ליידער נישט אין גאנצען ביים דעת, אדער אומבאהאלפען ל"ע אז זיי זאלען מאכען א שלעכטער בחירה רח"ל".
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

אגודת ישראל האט זיך באטייליגט מיט דעם יערליכע חנוכה פּארטי אין דעם ווייסען הויז (פון לינקס צו רעכטס) ר' ראובן וואלף, הרב חיים דוד צוויבל, ר' דוד גראס, און הרב אבא קאהן

2a0d7100-a344-4f24-bb03-0ae121ab9fbe.jpeg
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
בשבילי!
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 5:57 pm
האט שוין געלייקט: 462 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל

שליחה דורך בשבילי! »

דיין דעסקריפציע פונעם בילד איז הוילע שקר
^*^*^*^
איך האס לייק'ס. אויב ווילסטו מיר אפטוהן. אויב ווילסטו מיר וויי טאן. געמיר א לייק.
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

?
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
בשבילי!
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 5:57 pm
האט שוין געלייקט: 462 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל

שליחה דורך בשבילי! »

פון לינקס צו רעכטס איז הרב ראובן וואלף, ר' חיים דוד צוויבל, הרב דוד גראס, און ר' אבא קאהן.
^*^*^*^
איך האס לייק'ס. אויב ווילסטו מיר אפטוהן. אויב ווילסטו מיר וויי טאן. געמיר א לייק.
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

געשיקט וואס איך האב באקומען, איך געהער ח"ו נישט צו די אגודה... אדרבה פארעכט
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
בשבילי!
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 5:57 pm
האט שוין געלייקט: 462 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל

שליחה דורך בשבילי! »

נאר א ,אומגעלונגען, וויץ...
^*^*^*^
איך האס לייק'ס. אויב ווילסטו מיר אפטוהן. אויב ווילסטו מיר וויי טאן. געמיר א לייק.
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

שליחה דורך איש את רעהו »

שעפטל האט געשריבן:געשיקט וואס איך האב באקומען, איך געהער ח"ו נישט צו די אגודה

ווער שיקט ארום אזעלכע רייכע באשרייבונגען פון אגודה, עס איז א נייע פראפאגאנדע פאר די ארגענעזאציע?
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

זיי אליינס.
פאר די וואס ברויכן דאס, קענען שיקן צו yrapaport@agudathisrael.org
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

[center]הרב חיים דוד צוויבל, דער עקזעקיוטיוו וויצע פרעזידענט פון "אגודת ישראל" רעאגירט אויף דעם סטעיטמענט פון דער סיטי אף ניו יארק איבער מציצה בפה[/center]
נאך דער לעצטער פאל פון א קינד וואס איז ליידער געווארן אנגעשטעקט מיט הערפּיס ל"ע האט די סיטי העלט דעפארטמענט די וואך ארויס געגעבען אן 'אלערט' ווארענונג וואס טענה'ט אז דאס איז א תוצאה פון מציצה בפה.

"אין דעם 'אלערט' (נומער 40) שרייבט די העלט דעפארטמענט אז 'עס איז שוין געווען א טאָטאַל פון 17 לאבאראטארי-באשטעטיגטע פעלער פון הערפּיס אינפעקציע וואס איז פאררעכנט  צו מציצה בפה, וואס מ'האט באריכטעט צו דער העלט דעפארטמענט זייט 2000' מיר האבען שוין גערעט פון דעם מערערע מאל, אין מיר האלטן אז דער ווארט 'פאררעכנט' איז צו א שטארקע ווארט פאר א סיטואציע וואו עס איז נישט דא קיין שום באווייז אז  די העלט דעפארטמענט האט בכלל געמאכט סיי וואס פאר א טעסט, אדער חוקר געווען צו אפשר איז דער הערפיס געקומען דורך אן אנדערע וועג, צו דאס איז אפשר געקומען דורך די וואס נעמען קעיר פון דעם קינד" האט הרב צוויבל געזאגט.

"צו זאגען אויף א זיכערקייט אן קיין שום דערמאנונג אפילו ווער דער מוהל איז געווען, און אהן דעם דערמאנונג צו מ'האט געמאכט א טעסט אויף דעם מוהל, איז נישט ריכטיג. מיר ווייסען אז אין פריריגע פעלער האט די סיטי נישט געמאכט קיין שום טעסט'ס אויפען מוהל אדער אויף אנדערע וואס נעמען קעיר פונעם קינד. און צו האבען דער הנחה אז אויב עס איז דא אן אינפעקשען תיכף  נאך א ברית מיט מציצה בפה מוז דאס בהכרח זיין אז עס איז געקומען פונעם מוהל איז מיר א פלא אין נישט צו פארשטיין" האט הרב צוויבל צוגעגעבען.

לויט דריי באוואוסטע מעדיצינישע און סטאטיסטיק סייענס עקספערטען, דאקטער דניאל בערמאן פון אלבערט איינשטיין מעדיקעל שפיטאל, דאקטאר בּרענדא בּרויער אן עקספערט אויף אנשטעקיגע מחלות און מר. אווי פעדערגרוען אן עקספערט אויף סטאטיסטיק,  וואס האבען אונטערגעזוכט אלע באווייזונגען אנטקעגען מציצה בפה, האבען זיי דאך באשטעטיקט אז "עס איז קיינמאל נישט געווארן איבערגעצייגט אז מציצה בפה האט א שייכות אדער איז גאר דער אורזאך פון הערפּיס ביי ניי געבוירענע קינדער". 
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

[center]צענליגע רבנים באטייליגען זיך מיט טעלעפון קאנפערענס פון דעם ועד רבני אגודת ישראל[/center]

דאנערשטיג פרשת ויגש איז פארגעקומען א דריגענדער קאנפערענס קאָל מיט דעם באטייליגונג פון צענליגער רבנים פון איבער די ברייט פון אמעריקע - חברים פון דער ועד רבני בתי כנסיות של אגודת ישראל. דער קאנפערענס קאל איז גערופען געווארן כדי זיך צו באנעמען מיט גאר וויכטיגע ענינים וואס זענען עומדים על הפרק בפרט אין דער עולם הרבנות.

דער עקזעקוטיוו מזכיר פונעם ועד, הרב אברהם ניסן פערל האט אנגעפירט דעם קאנפערענס קאל און גיבט איבער  אז אויף דער סדר היום איז געווען געווידמעט, דער גרויסער סכנה פון דעם פארשפרייטונג פון תלמידים פון ישיבת חובבי תורה דורך באקומען רבני'שע שטעלעס איבער די גאנצע ברייט פון אמעריקע.

די רבנים האבען געהערט א פּרעזענטאציע פון הרב אבי שאפראן – ווארטזאגער פון אגודת ישראל אין אמעריקע, איבער דעם אָנגייעדער סכנה פון אזוי גערופענע 'אפענע-ארטאדאקסיע' מוסמכים וואס טוען כל מיני פעולות אז זיי זאלען אויפגענומען ווערן אויף שטעלעס אין כשר'ע שולען, און איבער די כוחות וואס זייערע שטיצערס לייגען אריין אז חובבי תורה תלמידים זאלען ווערן חברים אין די לאקאלע ועד הרבנים קערפערשאפטן אין מערערע שטעט איבער צפון אמעריקע.

"אין די פריריגע יארען האבען אזעלעכע 'רבנים', וואס האבען געהאט אזעלעכע דעות כוזבות, זיך אפען ערקלערט אז זיי זענען נישט איינשטימיג מיט די מסורה פון ארטאדאקסיע" האט הרב שאפראן ערקלערט פאר די רבנים "היינט קומען די וואס האבען די זעלבע דעות פון כפירה וואס די קאנסערוואטיווער און רעפארמער האבען געהאט יארען צוריק, און ערקלערן זיך אלס כשר'ע ארטאדאקסישע רבנים, פארשטייט זיך אז רבנים וואס זענען נאמנים צו די מסורת התורה מוזען מגלה זיין ברבים ווער זיי זענען באמת, און נישט מסכים זיין אז זיי זאלען ווערן אנערקענט אלס כשר'ע רבנים."

עטליכע משתתפים האבען איבער געגעבען מיט גרויס צער ווי אין געוויסע שטעט האבען שוין אזעלעכע רבנים מצליח צו באקומען שטעלעס און אזוי גערופענע ארטאדאקסישע שולן און האבען שוין ליידער געמאכט שרעליכע פרצות און דעם חומת הדת.

אוך איז באהאנדלט געווארן די געפאר וואס קומט פון די נייע כוחות וואס רעפארמער, קאנסערוואטיווער און אויך זייערע אחים לדעה תלמידי חובבי תורה, וואס האבען לעצטענס זיך פאראייניגט כדי לוחם צו זיין קעגען די רבנות הראשית אין ארץ ישראל, דורך דעם וואס מדינת ישראל זאל אנערקענען פסול'ע גיורים און אנדערע אסורי אישות, דורך אוועקנעמען די שליטה איבער די ענינים פון די רבנות.

הרב חיים דוד צוויבל האט אויך איבערגעגעבען א באריכט איבער דעם נייער קאמפף פון ארויף צווינגען למודי חול אויף ישיבות און ת"ת בפרט אויף חסיד'ישע  חדרים דורך רעגירונג באאמטע. און וויאזוי דער קאמפף האט זיך פארשפרייט איבער פארשידענע לענדער ווי אין ארץ ישראל, בעלגיע, ענגלאנד און קענעדע און אויך אין די שטאטען פון ניו יארק און ניו דזערסי.  

עס זענען ארויף געברענגט געווארן פארשידענע עצות וויאזוי צו באהאנדלען די אלע דערמאנדע ענינים און מ'האט מחליט געווען אז עס איז גאר וויכטיג צו שטיין אין נאנטען קאנטאקט און זיכען דרכים וויאזוי זיך מאחד זיין מיט אנדערע רבני'שע קערפערשאפטען כדי צו פארשטארקען די כח פון די וואס זענען עומדים על המשמר בכל אתר ואתר. 
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

לעצטענס האט דער פרעזידענט פון אמעריקע, באראק אבאמא באנייט דיפּלאמאטישע באציאונגען מיט קובּא, דער דערביי האט אויך דער רעגירונג אין קובּא אויך באפרייט א אידיש'ער ארעסטאנט מר. אלען גרוס. עס איז ווייניג באקאנט אז אין דורך די צווייטע וועלט מלחמה האט קובּא געדינט אלס מקום מקלט פאר א סאך אידיש'ע פליטים. און עס דאמולס געגרינדעט געווארן א צווייג פון אגודת ישראל

מיר פרעזענטירן דא דאקומענטען אויף ענגליש פון די שריפטען פון מורינו ר' יעקב רוזנהיים פון א באריכט איבער דעם התייסדות פון אגודת ישראל אין האוואנא. און אויך דעם ענטפער פון הרב רוזנהיים צו דעם באריכט.

צווישען די שריפטען אין דעם ארכיוו איז פארהאן מערערע דאקומענטען וואס צייגען די פעולות להצלת הפליטים דורך די ועד הצלה פון אגודת ישראל בימים הקשים ההם.  

9f738933-049c-4243-b9ae-f5d68c4bf6e9.jpeg
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
פארשפארט