ברור לך בית דין יפה

הילף, עצות און טיפס
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

ברור לך בית דין יפה

שליחה דורך איחוד פעלד »

ווי באקאנט איז דא גאר אסאך אנגעווייטאגטע מענטשען וואס האבען פארלוירען א דין תורה, און זיי זענען מלא טענות אויף די דיינים, אז זיי זענען געוועהן קאראפטירט, און צו מאל זענען זייערע טענות גערעכטע, צו מאל נישט.

זייענדיג אליין א מיטגעמאכטע פין די בית דין סיסטעם, וואס מיין פרנסה האט געברענגט (ביטע נישט קיין דעטאלען) אז כ'האב מיר געטראפען אין דין תורה מערערע מאל, פיל איך אז איך קען געבען מערערע טיפס און עצות וואס צו טוהן אין פאל ווען מען נויטיגט זיך אין א דין תורה.

צום ערשט, א דין תורה איז א פלאץ וואס מען ברויך גיין נאכדעם וואס מען האט שוין אויסגעניצט אלע וועגען זיך אדורך צו קומען מיט'ן בעל דין, קיינער זאל זיך נישט איינרעדען מיט דער הנחה, אה, כ'וועל אים רופען אין דין תורה, כ'וועל אים ווייזען, נישט נאר וואס רבנים דיינים בוררים האבען נישט ליב דער רוח המחשבה, (טאמער א רב בורר טוען הערט דיך אויס ווען די ביסט אין דער כ'וועל אים ווייזען גיסטע, שטיי אוועק פין אים כמטחוי קשת, ווייל ער איז ווערט א געשאסענער בולעט, אזוי ווי ס'וועט שפעטער נתברר ווערען), איז עס א סטופיד מהלך, א דין תורה איז נישטא איינעם צו ווייזען און אריין צו ריקען וכו', א דין תורה קען דיך נאר העלפען ווען ס'איז דא פונדאמענטעל חילוקים צווישען דיך און דיין בעל דין, וואס מען קען נישט אויסגלייכען מיט הסברים טענה'ן און בעטען זיך ביים בעל דין זאל זעהן דיין צד, און האפענטליך ביסטו באמת גערעכט (העי, ווער איז נישט?) און די וועסט קענען איבערצייגען דריי רבנים אז די ביסט גערעכט.

אבער, טאמער קען מען איבערצייגען דער בעל דין אדער בעיקר זיך אליין איבערצייגען אז עס איז דא א מהלך וואס א ווין ווין בלע"ז, די מוזט נישט האבען ממש אויף דעם אופן וואס די ווילסט, קענסט עס האבען בדרך ובאופן אחר וואס דעמאלס איז דיין בעל דין אויך צופרידען, טוה עס, זיי נישט קיין נאר, און לאז אפ דער פארקוועטשער עקשנות, עס לוינט נישט.

כ'וויל בעטען אז מען זאל נישט אריין מישען דא דער לעצטער דין תורות צווישען קהילות גדולות, ווייל יענץ קומט נישט דא אריין, כ'וויל רעדען וועגען דין תורות פין יחידים בעלי בתים וואס האבען ביזנעס סכסוכים, נישט קיין מלחמת עמלק, משום כמה טעמים מובנים, ובעיקר ווייל ווען מען רעדט פין קהלות מחלוקת פארלירען רוב מענטשען די גלייכגעוויכט, און רעדען אין עולם התוהו אריין און דער עיקר מטרה פין אשכול, וויאזוי צו קענען העלפען יחידים וואס זעהן זיך מיט א הזמנה, וועט פארלוירען גיין.

כ'וועל ממשיך זיין אי"ה שפעטער און נאך שבת, מיט מער דעטאלען וועגען פארשידינע בתי דין וואס שפראצען אויף ווי שוואמען נאך א רעגען, און טוענים, פראבלעמען פין גרעסערע בתי דין וכו'.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל

שליחה דורך שמערל »

Wow סאונדס ווערי עקסייטינג פריקן נייעס, פתח פיך ויאירו דבריך

איך וואלט אויך געוואלט פארשטיין די יסודות מיט וואסערען כח א בי"ד איז דן מדין תורה, צו האבן זיי באמת א כח בי"ד להוציא ממון, אדער זענען זיי סתם שלשה רועי בקר וואס פסק'נען שלא כדיני התורה מכח א שטרי בירורין, און צו אויב איז אזוי, פארוואס זאל מען נישט מעגן גיין צו א ציווילע קאורט אז זיי זאלן זיי די פושרים. אפשר קען ליטוואק פון בודאפעסט ארויסהעלפן?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שמערל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

פאר ווי וואס ווען, די מהלך פונעם בי"ד גבעת המורה גלייך איך זייער. אביסל איז שוין ארויסגעברענגט געווארן דורך [tag]מאראנצןזאפט[/tag] אין זיין ארטיקל איבערן ראב"ד הרב יהושע גליק, דארט איז דא איין זיצונג, אן קיין פשרות, מ'טענה'ט זיך אויס און א פסק איז דא!
יא קריטיג איבער זייערע מערערע מסרבים קען אפילו זיין גערעכט, אבער דאך האבן זיי נישט דאס קארופציע פון רוב בתי דינים צו שלעפן א דין תורה ווילאנג די מארגעדזש פונעם חודש איז געקאווערט...
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

הלכה א.

א מענטש דארף צום ערשט זיין קלאר, וואס וויל איך זאל געשעהן?

למשל צוויי שותפים צוקריגען זיך אין א געשעפט, די געשעפט קען ווייטער נישט אהנגיין כמו שהוא, ווילסט אליין ארויס אדער ווילסטו דיין שותף זאל ארויס? קענסט נישט האבען קיין ספיקות לגבי וואס די ווילסט. פארוואס? ווייל די דיינים קוקען זייער שטארק אויף דעם. זיי ווילען צום ערשט וויסען וואס ווילען ביידע בעלי דינים כדי צו וויסען אויב מען קען מאכען א פשרה צווישען זיי. כלומר, דער בעל דין וויל דאס, יענער וויל אזוי, מען קען געבען ביידע בערך וואס זיי ווילען נאר אביסעל אנדרעש, צווינגען זיי דאס ארויף אויף די בעלי דינים.

וואס געשעהט אויב מען איז נישט קלאר מיט וואס מען וויל?
די דיינים מאכען זייערע החלטות נאך אויספרעגען די בעלי דינים וואס זיי ווילען, און זיי קענען מאכען א פשרה לפי דעתם. און איין אדער ביידע בעלי דינים ווערען מלא טענות אויף די אנגעריסענע פסק, היתכן? אבער די אמת איז אז די בעל דין האסט נישט געקענט רעדען גלייך און קלאר וואס די ווילסט, נאר האסט גוט פארדרייט א קאפ, געדרייט אהער און אהין, האסט געזאגט וואלסט מסכים געוועהן אויף דעם טאמער אהין ווען האסט בכלל נישט געכאפט וואס די רעדסט ווייל האסט דיך איינגערעדט אז טאמער וועסטו זאגען א ליגענט אז ביסט מסכים אויף דעם וועט דיר זיין בעסער. למעשה האסטו דיך אליין אריין געלייגט אין א לאך.

איז סך הכל הלכה א' אז מען דארף זיך אדורך רעדען מיט חברים אדער מענטשען און אנמאכען קלאר וואס מען וויל.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

מיינע 3 קורצע אנווייזונגען

שליחה דורך איש את רעהו »

קודם מאך קלאר אז די דיינים זיכען 'שנעל' צו ענדיגן און נישט שלעפן' נאכדעים זיי מברר ווי אמת'דיג די אידן זענען, דריטענס זייט גוט מעיין אין די נוסח שטריי ברורין
נתן מנחם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 129
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 1:58 pm
האט שוין געלייקט: 52 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 117 מאל

שליחה דורך נתן מנחם »

שעפטל האט געשריבן:פאר ווי וואס ווען, די מהלך פונעם בי"ד גבעת המורה גלייך איך זייער. אביסל איז שוין ארויסגעברענגט געווארן דורך [tag]מאראנצןזאפט[/tag] אין זיין ארטיקל איבערן ראב"ד הרב יהושע גליק, דארט איז דא איין זיצונג, אן קיין פשרות, מ'טענה'ט זיך אויס און א פסק איז דא!
יא קריטיג איבער זייערע מערערע מסרבים קען אפילו זיין גערעכט, אבער דאך האבן זיי נישט דאס קארופציע פון רוב בתי דינים צו שלעפן א דין תורה ווילאנג די מארגעדזש פונעם חודש איז געקאווערט...


אפגהיטען זאל מען זיין פון א דין תורה ביי דעם בית דין. זייערער פסקים האבען נישט קיין שום תוקף אין קאורט וויבאלד אלע אמעריקאנער רבנים האבען אינטערגעשריבען אקעגן זיי. זיי געבען ארויס א הזמנה מאנטאג, צווייטע הזמנה דינסטאג, און דריטע הזמנה מיטוואך, און דאנערשטאג איז שוין דא אן סירוב. ממילא איז עס סתם א דזשאוק. די בית דין ווערט געניצט דורך מענטשען וואס זיכען א היתר ערכאות אבער פאסט נישט צו גיין אין קאורט אהן א היתר.

נישטא נאך א בית דין וואס האט שוין ארויסגעגעבגעןו מער סירוב'ס ווי פסק דינים ווי אט די געלעכטער בית דין.

זיי האבען יערליך צווישען 10 און 12 דין תורות מער טאקע פאר צוויי שותפים וואס זיכען אן אינדערויסענדיגע זאל זיך אריינמישען און זיי העלפען מאכען א פשרה אבער אויף ערנסטער דין תורות איז דאס די לעצטע פלאץ. די רבנים זענען אפאר כולל אינגעלייט עפעס א מין ליטוויש-גארטעל-בענזעהורסט טיפ חסידים. וואס האבען איין אגענדע צו פארמאכען אלע בתי דינים אין אמעריקא. זייערע פסקים האבען נישט קיין שום כח ווייל קיינער אנערקענט נישט זייערע פסקים נישט בית דין און נישט קאורט.

די @מאראנצןזאפט וואס שרייבט די גרויסגייט פון די ראב"ד מיז זיין א נאנטע משפחה מיט'ן ראב"ד ווייל יעדע וואס רעדט נאר מיט איהם צוויי מינוט וואלט איהם נישט באשריבען בכלל. לא עלינו איז א ריין לשון.

דער בית דין איז גוט פאר טאקע אזויווי די שרייבסט טאמער איינער וויל איינער דערשרעקען מיט אן הזמנה שיקט ער פון די בית דין פריי פון $$$ אבער דא ענדיגט זיך עס. אדער א איד וואס וויל רחמנא ליצלן גיין אין ערכאות און זיי אידישע פינטעלע לאזט איהם נישט ניצט ער דאס אלץ תירוץ.

בכלל זענען זיי מאפיאנערן ווייל זיי לאזען דיר נישט גיין צו קיין שום אנדערע בית דין מיט די טענה אז אלע בתי דינים אין די וועלט זענען פסול ווייל זיי נעמען געלט! ממילא טרעפען זיך בעלי דינים געשטראנדערט ביי די ליצנות בית דין. די עצה פארדעם איז אזוי: נעם 3 חברים וואס זענען גרייט צו הערן די דין תורה פאר בחינם. אזוי קענט איהר זיך אפשאקלען פון דיע מאפיאנערן טענה'דיג אז די האסט געטראפען א בית דין וואס נעמט אויך נישט געלט. אדיווייל איז דאס די איינציגסטער וועג וואס האט געארבעט די לעצטע פאר יאר פאר דיע וואס שרעקן זיך צו באקומען א סירוב פון זיי.

התנצלות: איך האב קיין דין תורה ביי זיי קיינמאהל נישט געהאט. איך האב נאר געהערט פון אידען וואס קענען זיך אויס אין דעם פעלד.
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

דיין עדות בנוגע גבעת המורה איז בכלל נישט אקוראט.

כ'וועל רעדען מער בנוגע דער בית דין אין די שפעטערע מודעות.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

הלכה ב'

די הזמנה.

די הלכה טיילט זיך אויף צוויי, דער וואס באקומט די הזמנה, און דער וואס שיקט, נעמליך די תובע און די נתבע.

טאמער ווילסטו זיין א תובע.

איז פאר די שיקסט א הזמנה, דארף מען זיכער מאכען אפאר זאכען.

צום ערשט דארף מען גיין צו א טוען, וואס דער טוען זאל טוהן די ארבעט פאר דיר פין סעלעקטען א בית דין, (אויף דער צד אז דער נתבע וועט קומען צו דער בית דין וואס די שיקסט). דער טוען נעמט שוין קער פין די הזמנה חלק.

עצה טובה קמ"ל, א הזמנה רעגט זייער אויף א נתבע, טאמער ווילסטו איינעם אויפרעגען גוט ער זאל נישט קענען שלאפען א גאנצע נאכט, שיק אים א הזמנה, זיין כעס איז גאראנטירט.

אבער א בעל דין איז נישט כדאי אויפצורעגען, א בעל דין דארף מען פראבירען צו האלטען רואיג אויף אלע קאסטען, געוועהנליך אז די ביסט יענעם תובע איז שוין ידו על העליונה, ממילא איז כדאי נישט אנצברענגען קיין עקסטערע שוועריקייטען.

ממילא נאכדעם וואס מען האט פראבירט וואס מען האט פריער דערמאנט, אז מען פראבירט זיך אויסצוקומען אויף אלע וועגען, און מען זעהט אז עס גייט נישט, הייב אהן אריין צו רעדען צו דיין בעל דין אז אפשר וואלט ער געוואלט גיין צו א רב זיך דורכרעדען. אויב איז ער מסכים צו דער רב חלק, קענסטו אים טאקע נעמען צו א רב, און פארדינסט דיך אז די שיקסט נישט קיין הזמנה, און די דין תורה ווערט געפירט אויף א אנדערע פארנעם.

אויב איז עס א גרעסערע סכום געלט וואס עס איז נישט גוט אז איין רב אליין זאל דיסיידען, איז איינמאל ער איז מסכים אויף דער איידיע פין א רב, קענסטו שוין א טאג צוויי שפעטער אים שטופען אויף א געהעריגע בית דין ער זאל זאגען צו וועלכע בית דין, אדער אויב זאגט ער א רב, און יענער רב האט א בית דין קענסטו שוין הייסען יענער רב שטעלען א בית דין.

שפעטער וועט מען מאריך זיין אין דעם ענין פין וועלכע רב מען זאל גיין.

אויב איז מען א נתבע, מען האט באקומען א הזמנה.

צום ערשטען רעגט אייך נישט אויף, דער כעס איז בחנם, על לא דבר. טעיק איט איזי.

איגנאריר נישט קיין הזמנה, רובא דרובא בתי דינים איילען זיך נישט צו געבען א סירוב, אבער עם כל זה איז כדאי צו ענטפערען גלייך אויף'ן טעלעפאן אז די האסט עס ערהאלטען און די קלערסט נאך וואס צוטוהן. די בתי דינים וואס שיקען דריי הזמנות, וועלען ווייטער שיקען נאך הזמנות.

זיך דיך אויף א גוטע טוען, און ווען איך זאג א גוטע טוען מיין איך גוט.

די פריצלעך טוענים זענען ווערט א מכה מיט א רעטעך.

נעם נישט איינער וואס שרייט. דאס מיינט ער האט נישט וואס צו זאגען. נעם נישט איינער וואס לאכט פין דיין בעל דין. נעם איינער וואס הערט אויס דיין מעשה מיט "אלע פרטים" און פרעגט דיך קשיות צום דבר.

דער עיקר פין א טוען איז ערפאהרונג, למשל גראוז, פריעד, גרובער (ביידע), אפילו מאנדעל צו עסטרייכער, זענען עלטערע ערפארענע טוענים, לעומת זה אשכנזי איז א ווערט א רעטעך, און כ'קען אויסרעכענען א שלל טוענים, אבער עס איז שאד זיי צו געבען דא פאבליסיטי, אבער די עיקר נקודה אז ס'איז וויכטיג צו נעמען א עלטערע טוען מיט ערפאהרונג וואס ווייסט צו וועלכע בית דין צו גיין. און פארשטייט וואס צו טענה'ן וואס מאכט א חילוק.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום איחוד פעלד, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

בית דין ווערסעס זבל"א.

די עיקר חילוק איז א ביי זבל"א ווערען דיינע אינטערעסען מער אנערקענט דורך איינער פין די דיינים און ממילא אפילו טאמער דיין טוען זאגט נישט אזעלכע גוטע טענות איז ער מהפך בזכותך.

אבער זבל"א קאסט אסאך מער געלט, און ממילא לוינט עס ביי גרעסערע קעיסעס, טאמער נישט איז א נארמאלע בית דין גוט.

חוץ התאחדות טארטיקוב און אפשר קארלסבורג, לוינט זיך נישט צו גיין אין ערגעץ. אלע אנדערע בתי דינים צווישען בארא פארק און ווילי זענען פין יונגע פריצלעך, אדער בתי דינים פין יחידים, וואס עס איז נישט כדאי אהין צו גיין נאר טאמער מען מוז.

עס איז וויכטיג צו באטאנען א נקודה בנוגע בתי דינים וויאזוי זיי פסק'נן א דין תורה. נישט א פשרה.

די אויבן דערמאנטע בתי דינים הערען אויס די טענות פין די בעלי דינים, פראבירען אויסצורעכענען די מעשה לויט די טענות, און מאכען א געהעריגע שיקול הדעת ווער עס איז מער גערעכט, דער שיקול הדעת איז יעדעס דיין לויט זיין מהות, לויט זיין ידיעה אין ביזנעס, לויט זיין ידיעה אין חושן משפט. כשם שאין פרצופיהן שוות כך אין דעותיהן שוות. ממילא קענען זיי זיין מחולק בנוגע וועלכע בעל דין איז מער גערעכט. אבער די באזיס פין זייער נטיה ווער עס איז מער גערעכט איז לאו דווקא הלכות חושן משפט, צו די מחלוקת קצות און נתיבות, נאר מער געבויט אויף ווער ס'איז מער גערעכט שכל'דיג. לויט דעם טוהן זיי שוין אויסבויען די הלכה, אז לדעתם איז יענער מער גערעכט. ועוד, טאמער מאכט זיך א בעל דין וואס איז גערעכט הלכה'דיג אבער שכל'דיג מאכט עס נישט קיין סענס, וועלען זיי זיך מוטשען גאר שטארק צו נוטה זיין פין די הלכה און מצדיק זיין את הצדיק.

דער מהלך איז גאר וויכטיג פאר דער וואס קען חושן משפט, וואס די הלכות זענען צומאל נעתק פין אלטען אמאהל צום היינטיגען ביזנעס וועלט, ווען א הלכה קען זיין אז עס מאכט בכלל נישט קיין סענס.

אבער, דער מהלך ווערט נאר אנגעהאלטען דורך די גרעסערע בתי דינים, און עלטערע רבנים און דיינים מיט מער ערפאהרונג, די יונגע דיינים און בפרט בית דין גבעת המורה, וועלען פסק'נן טריקענע הלכה, און פאר איינער זאגט "זייער גוט" אזוי דארף זיין, זאל ער אריין קלערען אויב איינער האט געמאכט א טעות און געלייגט זיין הויז אויף זיין ברודערס נאמען און פארגעסען צו הייסען זיין ברודער אונטערשרייבען א פאפיר. צו ווען איינער בארגט יענעם הונדרעט טויזענט דאלאר און יענער טענה'ט אין לי, ווייל מיין קאר געהער צו מיין מאמע און מיין הויז צו מיין טאטע, און כ'פארדין נאר טויזענט דאלאר אויף די ביכער, די רעשט בין איך מקנה פאר מיין שווער פאר איך באקום עס וכו' מיט אזעלכע טענות של הבל, וואס די פריצלעך בתי דינים גבעת המורה אורח מישור און יעדעס בי"ד וואס ענדיגט זיך מיט דער וואס "משפט" וועלען אהנעמען די טענות כאילו זיי זענען גוטע טענות, ווייל על פי תורה איז עס טאקע נישט זיינס וכו'.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

בנוגע בית דין גבעת המורה

אויב באקומסטו פין זיי א הזמנה, האסטו איין געקעשט די לאטערי.

פארוואס?

זיי געבען א געוואלדיגע זכות פאר די נתבע, ער קען זיך קלויבען דריי רבנים נישט נאר איין רב!!!!

אבער די רבנים מוזען זיין בחנם.

דאס הייסט קענסט גיין אין כולל בעטען דריי כולל אינגעלייט זאלען זיין דיינע דיינים און גענדיגט.

אבער טוה עס נישט.

אויב איז די דין תורה אויף אינטער טויזענט דאלאר קענסטו אהין גיין, אויב די האסט גוטע טענות, זעלטען זענען זיי מחייב א בעל דין צו באצאלען, געדענק זיי פסק'נן טריקענע הלכה, נישט ווער עס איז מער גערעכט, דארפסט גיין צו א תלמיד חכם צאלען אפאר דאלאר ער זאל דיר מסדר זיין די טענות, א טוען וועט עס געוועהנליך טוהן.

אויב ביסטו מער גערעכט שכל'דיג, קענסטו אויפזוכען א בית דין וואס איז בחנם און זיי נעמען, כ'ווייס נישט פין קיין גוטע בית דין, אבער כ'קען העלפען אין אישי אויב איינער וועט מיר פרעגען מיט רבנים פאר בחנם.

טאמער א טוען זאגט דיר צו איגנארירען זייער הזמנה און אז דער סירוב מיינט גארנישט, פאלג אים נישט, עס איז נישט כדאי צו האבען א סירוב אויף זיך, פשוט ווייל יענער מעג דיר מסר'ן אויף אלעס.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל

שליחה דורך שמערל »

וואס מיינט פרעצלעך?
באניצער אוואטאר
חסיד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 401
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 24, 2014 5:13 pm
האט שוין געלייקט: 30 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 99 מאל

שליחה דורך חסיד »

עיבדא ידענא מיט בית גבעת המורה: וכדלהלן
א באקאנטע (לאמיר רופען יענקל) האט געהאט א סוכסוך ממון מיט א חבר (בערל), און בערל האט געשיקט צוויי הזמנות פון גבעת המורה צו יענקל.
יענקל האט אלץ נתבע געוואלט גיין צו בית דין טארטיקוב, און געשיקט א בריוו פארן בית דין און בערל אז ער וויל זיך שטעלן צום טארטיקובער בי''ד.
בית דין גבעת המורה האט קאטאגאריש אפגעזאגט דעם בית דין אלץ א בי''ד וואס נעמט געלט און דעריבער פסול לדין עליו און געשיקט א סירוב צו יענקל ווייל ער מוז קומען צו זייער בי''ד אדער א צווייטער בחינם'דיגן בית דין.
יענקל איז נישט געוועהן בא'טעם'ט א סירוב, און האט זיך באלד גענימען זוכען דריי תלמידי חכמים וואס זאלן דן זיין בחינם, און האט געטראפן ב''ה צו מזל און תיכף געשיקט א בריוו צו בערל אז ער האט א בית דין כשר, דער בי''ד גבעת המורה איז נאך נישט זאט געוועהן און פארלאנגט אז די דריי ת''ח מוזן זיין אזעלעכע וועלכע האבן קיין מאל נאך נישט גענומען קיין געלט ביי קיין די''ת בחייהם! ביים ערשטן זיצונג האבן די דיינים פארלאנגט אז דער סירוב מוז אראנגענימען ווערן איידער מ'גייט ווייטער מיטן די''ת, ווען בערל איז געגאנגן צו גבעת המורה אז דער סירוב איז שוין נישט אקטועל צוליב דעם נייעם בחינם'דיגער בית דין, האבן די רבנים דארט אים מודיע געוועהן אז היות איינער פון זיינער דריי ת''ח האבן שוין אמאל באקומען באצאלט ביי א דין תורה, איז דער בי''ד קיין בי''ד נישט און דער סירוב איז עומד במקומו בכל תוקף! בערל האט זיך געטראפן גאר אין א שווערן מצב און גע'טענה'ט אז ער וויל נישט דעם סירוב וויבאלד ער קען אזוי נישט ממשיך זיין די די''ת און גבעת המורה זאגט אז נישט דא וואס צו רעדן א סירוב איז א סירוב, אויסער אויב ער חתם'עט אז ער געט אויף זיינע טענות, נישט האבנדיג קיין ברירה האט בערל דארט אין בי''ד גע'חתם'עט לפנים אז ער געט אויף און דער סירוב איז אראפ!
דער נייער בי''ד האט באקומען א בריוו פון גבעת המורה אז דער סירוב איז בטל אבער להודיע אז דער בעל דין האט אויפגעגעבען זיינע רעכטן און ע''כ איז דער גאנצער דין ודברים אויס!
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

קען זיין אז דער יסוד איז אמת, אבער אין דיינע ווערטער איז דא אפאר נישט אמת'ע פרטים.

גבעת המורה שיקט נישט מער ווי איין הזמנה.

גבעת המורה נעמט נישט אראפ קיין סירוב נאכדעם וואס זיי לייגען ארויף ביז דער נתבע קומט צו זיי.

די רעשט שטימט.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
נתן מנחם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 129
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 1:58 pm
האט שוין געלייקט: 52 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 117 מאל

שליחה דורך נתן מנחם »

איחוד פעלד האט געשריבן:קען זיין אז דער יסוד איז אמת, אבער אין דיינע ווערטער איז דא אפאר נישט אמת'ע פרטים.

גבעת המורה שיקט נישט מער ווי איין הזמנה.

גבעת המורה נעמט נישט אראפ קיין סירוב נאכדעם וואס זיי לייגען ארויף ביז דער נתבע קומט צו זיי.

די רעשט שטימט.



גבעת המורה שיקט יא 3 הזמנות, איינס נאכ'ן צוייטען אזוי ווי איך האב געשריבען איין טאג נאכן צווייטען
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

למען השם, די ווייסט נישט וואס די רעדסט.

כ'וועל אויפזוכען א טופס פין זייער הזמנה ווי זיי שרייבען אז מער קומט נישט קיין הזמנות.

דער פאני זאך איז אז הלכה'דיג זענען זיי גערעכט, מען דארף נישט שיקען מער ווי איין הזמנה.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

איחוד פעלד האט געשריבן:כ'וועל אויפזוכען א טופס פין זייער הזמנה ווי זיי שרייבען אז מער קומט נישט קיין הזמנות.

דער פאני זאך איז אז הלכה'דיג זענען זיי גערעכט, מען דארף נישט שיקען מער ווי איין הזמנה.

ווי זיי שרייבן דא
[left]Note about Three Summonses

We do NOT send out three summonses before issuing a siruv. Our beth din has found that the three-summons practice is a late custom based on an agrarian setting where there was a high chance that the shaliah beth din (court courier/messenger) appointed to deliver the summons has not successfully done so. Our modern postal system, coupled with the sedentary lifestyle that we lead, allows for a hazakah that the summons will have been successfuly received and read by the respondent after one attempt.[/left]
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
יאסל ראקאווער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 635
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
האט שוין געלייקט: 320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1444 מאל

גבעת המורה

שליחה דורך יאסל ראקאווער »

איחוד, דיינע אשכול איז זייער וויכטיג און דיינע תגובות איז שטארק אינפארמאטיוו. שקויעך.

זייער אקטיוויטעטען שמעקט פון בלעקמעיל!

הגם קאורטס אין ניו יארק האלטען אז א התראות סירוב איז נישט קיין coercion, ווייל ס'איז א רעליגיעזע ווארענונג וואס מיינט בעצם גארנישט. ענדליך ווי ס'איז לעגאל צו זאגען תהילים אז די פרעזידענט זאל שטארבען וכו', סתם נארישקייטען וואס איז געקאווערט דורך פרידעם אף ספיעטש און רעלידזשען, און א התראת סירוב איז נישט מבטל אן ארביטרעישען עגרימענט  (די ארביטרעישען געזעץ איז די לעגאלע אינפארסמענט פון א פסק בית דין) האלט איך אז די קאורטס פארשטייען נישט וואס א סירוב און א חירם טוט פראקטיש צו איינעם אין אונזערע קומיוניטי. און ארץ ישראל האבן זיי שוין איינגעזען וואס דאס מיינט און ס'איז טאקע נישט געזעצליך צו לייגען איינעם און חירם. ס'איז צייט די אמעריקאנע געזעץ געבער זאלן דאס אנקערנען. איינער דארף זיך מרחם זיין און ברענגען די אישו פאר די קאורטס. פטור א עסק פון די 'חירם' 'סירוב' כמבואר בשו"ע' טעראר.

איך בין סתם נייגעריג אויב און זייער פארדרייטע מיינונג, אז א דיין וואס האט אמאל גענומען געלט אלץ דיין איז נפסל פאר אייביג פון זיצען אויף א בית דין. ווי קען, א ראש בית דין -גליק- וואס האט א סירוב קעגן זיך אליין, זיין כשר לדיין? דער בעל דבר האט דאך בריווען פון פארשידענע בתי דין און ניו יארק קעגן זיך, צוזאמען מיט א סירוב  און א איסור צו גיין צו זיין בית דין.

צו זאגען אז די קאורטס און ניו יארק נעמען זיי נישט ערענסט איז סתם נארישקייטען. ווייז א קעיס ווי א דאדזש האט ארויס געווארפען א פסק פון זיי. וואס יא? עמך יידן נעמען זיי נישט ערענסט. קליינע מוחות דערשרעקען זיך פון א סירוב. אסט א קוטשיע פייע נעקי. א בר דעת ווייסט א לעידער העד מיינט נישט גארנישט.
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!

פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
יאסל ראקאווער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 635
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
האט שוין געלייקט: 320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1444 מאל

תורה לשמה

שליחה דורך יאסל ראקאווער »

,
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!

פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
יאסל ראקאווער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 635
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
האט שוין געלייקט: 320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1444 מאל

שליחה דורך יאסל ראקאווער »

די געזעצליכע אינפארסירינג קעגען השמצת גידופם און חרמות גייט אן און פול קראפט ב"ה, לאמיר האפען אז די טרענד וועט זיך אריבער כאפען אהער קיין אמעריקא

http://www.israelnationalnews.com/News/ ... MEz08bpDOo
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!

פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
בר דעת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 282
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 6:17 pm
האט שוין געלייקט: 868 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 660 מאל

שליחה דורך בר דעת »

אין אנדערע נייעס איז נתפרסם געווארן א בריוו פון ראש בית דין גבעת המורה, הרב יהושע גליק ווי ער זאגט זיך אפ פונעם בית דין. גיי פארשטיי

הרב יושע גליק
מלפנים ראב"ד גבעת המורה


הנני בזה להודיע היות שנתרחש שלא ע"פ רצוני בשבוע העבר, מהב"ד, אין לי שום שייכות בזה,
ומאז והלאה אין לי שום אחריות מהב״ד הנ״ל וידי מסולקת מכל דין ודברים היוצא מהבי"ד גבעת המורה
ובזה יצאתי ידי חובתי.
ד' עוז לעמו יתן ד' יברך עמו בשלום
ע"ז בעה"ח ו' פרשת בא ג' שבט תשע"ה

איינער ווייסט וואס איז די פשט פון דעם?
באניצער אוואטאר
מאן דאמר
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 260
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 5:29 pm
האט שוין געלייקט: 335 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 207 מאל

שליחה דורך מאן דאמר »

איז דא עפעס א וועג זיך ארויס צו דרייען פון א זבל״א?
איך האב א געלט סיכסוך מיט עמיצן, איך בין שוין געזיצן מיט אים ביי א דין תורה, ביי א דיין וואו מ׳האמיר ביידע מסכים געווען צו ג'יין, אבער ער האט נישט געהאלטן ביים אינטערשרייבן קיין שטרי בירורין, און ער האלט נישט ביים פאלגן דעם פסק, האב איך אים געשיקן אן אפיציעלער הזמנה צו אן איינגעזעענער בי״ד, באקומט בי״ד א בריוו פון מוה״ר ר׳ שמואל פריעד שליט״א, אז ער איז בשם דער נתבע, און ער וויל א זבל״א, און ער נעמט הרה״ג ר׳ זלמן גרויז שליט״א אלץ בורר.
מ׳רעדט דא נישט פון אזעלכע גרויסע געלטער, ער האט דאס געטוהן זיך ארויסצודרייען פון א די״ת, ער ווייסט אז איך האב בעסערס וואס צו טוהן מיט מיין צייט אין געלט ווי צו זיצן מיט 6 מענטשן וואס נעמען $400 א שטונדע, און אלע ווילן ס׳זאל זיך ציען ווי לענגער, ממילא מיין שאלה איז, ווייסט עמיצער אויב סאיז דא א וועג ארויס?
However beautiful the strategy, you should occasionally look at the results.
– Winston Churchill
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

מאן דאמר האט געשריבן:איז דא עפעס א וועג זיך ארויס צו דרייען פון א זבל״א?
איך האב א געלט סיכסוך מיט עמיצן, איך בין שוין געזיצן מיט אים ביי א דין תורה, ביי א דיין וואו מ׳האמיר ביידע מסכים געווען צו ג'יין, אבער ער האט נישט געהאלטן ביים אינטערשרייבן קיין שטרי בירורין, און ער האלט נישט ביים פאלגן דעם פסק, האב איך אים געשיקן אן אפיציעלער הזמנה צו אן איינגעזעענער בי״ד, באקומט בי״ד א בריוו פון מוה״ר ר׳ שמואל פריעד שליט״א, אז ער איז בשם דער נתבע, און ער וויל א זבל״א, און ער נעמט הרה״ג ר׳ זלמן גרויז שליט״א אלץ בורר.
מ׳רעדט דא נישט פון אזעלכע גרויסע געלטער, ער האט דאס געטוהן זיך ארויסצודרייען פון א די״ת, ער ווייסט אז איך האב בעסערס וואס צו טוהן מיט מיין צייט אין געלט ווי צו זיצן מיט 6 מענטשן וואס נעמען $400 א שטונדע, און אלע ווילן ס׳זאל זיך ציען ווי לענגער, ממילא מיין שאלה איז, ווייסט עמיצער אויב סאיז דא א וועג ארויס?


ווילסט וויסן דעם אמת? קענסט ליידער גארנישט טוהן אויסער אים רופן אין קאורט, דין תורה וועט דיך נאר קאסטן געלט און די וועסט גארנישט האבן פון די קארפטירטע רע־בנים, ס׳איז שאד די געלט און די צייט, אז דו גלייבסט מיר נישט פרעג א יעדער וואס האט מיטגעמאכט א דין תורה 99.99 פראצענט וועט דיר זאגן אז זיי האבן גארנישט אויפגעטוהן חוץ אויסגעגעבן געלט און צייט פאר גארנישט און נישט... דאס איז דער פאקט ליידער!
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
גרויסע מענטשעלע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 883
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2015 10:16 am
האט שוין געלייקט: 798 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 299 מאל

Re: ברור לך בית דין יפה

שליחה דורך גרויסע מענטשעלע »

מזאגט א ליידער א ווארט, אז גיי נישט צו דין תורה ווייל העסט ווערן אן אפיקורוס וועסט געווארווערן וואספארע קאראפשען קומט אלץ פאר
דאס מענטשעלע שפילט........
פארשפארט