ייש״כ [tag]יאיר[/tag] פאר די רעקאמאנדאציעס.
כ׳האב בלויז געזעהן Lawrence of Arabia און Capote פון דיין ליסטע, און כ׳בין לגמרי מיט דיר, דער ערשטער איז גאר גוט און דער לעצטער איז בלויז אינטערעסאנט צוליב האפמאן׳ס קונסטליכע דעפיקציע. דער פילם איז אויך בעיקר באקאנט צוליב דעם ווייל Capote איז געווען א ליטעראטורישע פענעמאנען בשעתו. כ׳וועל בלי״נ קוקן די אנדערע און עס אויסשמועסן ווען צייט וועט ערלויבן.
אזויווי דו האסט שוין אנגערירט, איז מיין פראבלעם מיט ביאגראפישע פילמען אן ענליכער. נעמליך אז עס ווערט געווענליך געענדערט און גאר דראמאטיזירט אזש ביז עס שטעלט שוין צומאל נישט פאר דעם ריינעם מציאות. אפילו דאקאמענטאר׳ן טוען אויך מאניפולירן זייערע ערציילונגען, אבער כאטש איז עס ע״פ רוב רוי, און דערפאר א מער מציאות׳דיגער פארשטעלונג בדרך כלל.
עכ״ז, איז עס פיל בעסער ווי ניינציג פראצענט פון ריין אויסגעבלאזענע פיקציע פילמ׳ס.
אלץ אן עצה, וואלט כ׳צוטיילט ביאגראפישע פילמען אין פיר באזונדערע קאטאגאריע׳ס:
1. די וואס זענען בעיקר באזירט אויפ׳ן מענטש און זיין פערזענליכע לעבן אלץ פראיעקט,
2. די וואס פרובירן צו שילדערן א געוויסע אויפטוה אדער געשעעניש ארום דעם הויפט כאראקטער,
3. די וואס צונעמען א נושא וואס א געוויסער כאראקטער האט געשפילט דערין א הויפט ראלע,
4. די וואס שטעלן פאר א געוויסע אמת׳ע פערזאהן אבער דער פילם גופא איז מייסטענ׳ס פיקציע.
ס׳איז צומאל שווער צו צוטיילן אדער ריכטיג קאטאגאריזירן די פארשידענע ביאגראפישע פילמען ווייל זיי זענען אלע היפש ענליך, אבער דאך איז דא חילוקים.
אויף מיין ליסטע פון באליבטסטע ביאגראפישע פילמען וואלט איך ארויפגעשטעלט די פאלגענדע פילמ׳ס:
*
קאטאגאריע 1 (מענטש און זיין פערזענליכע געשיכטע):
Gandhiא פילם וועגן דאס לעבן און שאפן פון
גאנדי, דער פילם איז היפש לאנג אבער ס׳איז כמעט אוממעגליך דאס נישט ליב צו האבן, נישט אזוי ווייט צוליב די סינעמעטאגראפיע וכדומה, נאר צוליב דער פערזאהן וועם עס שפילט אפ און זיין הילוך החיים ומחשבה. דער אקטיאר
בען קינגסלי שטעלט דא אראפ א מייסטער ווערק און האט געווינען אן אסקער פאר זיין ראלע.
Shineדער מייסטער אקיטאר
דזשעפרי ראש, פארווירקליכט דא אין זיין ראלע דאס פיינליך לעבן פונעם אידישען פיאניסט
דוד העלפגאט, וועלכער איז געווען א גאון אין מוזיק אבער איז געווארן געשטופט צו מענטאל דיסטעביליטי דורך זיין אייגענעם פאטער׳ס אומפארזיכטיגקייט.
A Beautiful Mindנאך א א פילם וועגן א גאון וואס האט ערווירקליכט ״יוסיף דעת יוסיף מכאוב״,
דזשאן נאש איז געווען א פראפעסאר און א קאפשטיק אין מאטעמעטיקס, וואס האט שטארק געליטן פון סכיזאפרעניע. אן אינטערעסאנטער פילם, בעיקר פאר׳ן וועג וויאזוי ס׳עפנט אויף דעם קאפ און ברענגט ארויס גאר שטארק די טיפקייטן פון אילוזיע׳ס, ממש כאילו מ׳שפירט עס אליינס.
Rayא פילם וועגן
רעי טשארלס א בלינדער מוזיקאלישער גאון וועלכער האט צוזאמגעשמאלצן אלטע זשאנרע׳ס פון מוזיק און אויסגעטראפען נייע. דער אקטיאר
דזשעמי פאקס האט זיך ערווארבן א שם אלץ העכסט געלונגענער שפילער אדאנק זיין ראלע אין שפילן רעי אויף דעם פילם (אין אנדערע פילמען איז ער למעשה שוואכליך, דא איז ער געוואלדיג).
La Vie en Roseא פילם וועגן די קאריערע פון פראנצויזישע זינגערין
Édith Piaf און איר שטורמישער כאראקטער. דער פילם גופא איז אפשר נישט אזוי אינטערעסאנט, אבער מיר אינטערעסירט פראנצויזישע קולטור און דער פילם גיבט אביסל א בליק דערין.
Catch Me If You Canדער פילם שפילט אויס די אינטערעסאנטע געשיכטע פון
פרענק אביגנעיל (ער איז שוין עטליכע מאל באשריבן געווארן אין היימישע מידיא) וואס האט אויסגענוצט זיינע גאונ׳ישע פעיגקייטן אויף שווינדל און דער עף.בי.איי. מאן וואס האט עס געמאכט זיין לעבנ׳ס מיסיע אים אפצושטעלן. ס׳איז מער א האליוואד סטייל פילם און קען לעולם אויך אריין גיין אין קאטאגאריע 4, אבער ס׳איז געשמאק און באזירט אויף אמת׳ע געשעענישן.
The Blind Sideענליך צו Catch Me If You Can איז דאס אויך שטארק דראמאטיזירט אבער די מעשה און דער מענטש זענען ביידע אמת ויציב. ס׳שפילט אויס די געשיכטע פון
מייקל אהער א שווארצער ארימער יוגענטליכער וועלכער איז געווארן אדאפטירט דורך א ווייסע משפחה און האט דורך זייער הילף דערגרייכט צו ווערן א געלונגענער ספארטלער.
![בילד](http://upload.wikimedia.org/wikipedia/en/6/60/Blind_side_poster.jpg)
*
קאטאגאריע 2 (אויפטוה אדער געשעעניש באזירט אויף א מענטש):
The Social Networkא פילם וועגן
מארק צוקערבערג און וויאזוי פעיסבוק איז צושטאנד געקומען.
Schindler’s Listדאכט זיך אז דאס ברויך מען נישט פארשטעלן, ס׳איז ברייט באקאנט אלץ די בעסטער פילם אויפ׳ן האלאקאוסט, הגם ס׳איז באזירט אויף די אויפטוהען פון
אסקער שינדלער. דירעקטירט דורך שפילבערג, האט עס געווינען אן א שיעור אויסצייכענונגען, ווי אויך האט דאס געברענגט דעם מוזיקאנט
יצחק פערלמאן צו אינטערנאציאנעלע אנערקענונג. דער אויבנדערמאנטער אקטיאר בען קינגסלי שפילט דא
יצחק שטערן, שינדלער׳ס בוכהאלטער וואס האט רעפרעזענטירט די אידישע ארבעטער און איז געווען א שותף אין די מיסיע צו ראטעווען אידן דורך חכמה און רחמים. לדעתי וואלט קינגסלי געדארפט באקומען אן אסקער פאר די ראלע.
The Pianistאויך א האלאקאוסט פילם, באזירט אויפ׳ן לעבן פונעם אידישן פוילישען פיאניסט
וואדיסלוי שפילמאן און זיינע מיטלעבענישן דורך די מלחמה. אקטיאר
אדריאן בראדי האט געוואונען אן אסקאר פאר זיין ראלע אלץ שפילמאן.
Lincolnא פילם וואס גיבט זיך אפ מיט פרעזידענט לינקאלן׳ס פילאזאפיע און זיינע פאליטישע אנשויאינגען און אויפטוען סוף ימיו. לינקאלן ווערט געשפילט דורך
דניאל דעי לואיס, א ריין
מעטאד אקטיאר און איינס פון מיינע באליבטסטע שפילער׳ס, ער לייגט דא אראפ אן ארבעט אז מ׳קען זיך שווערן לינקאלן איז אויפגעשטאנען תחיית המתים, אבער נאך מער אינטערעסאנט איז דאס מיטלעבן לינקאלן׳ס היסטארישע חכמה און פקחות׳דיגע עררייכונגען (מציאות׳דיג גערעדט, איז עס היפש דראמאטיזירט).
In The Name of The Fatherגעשפילט דורך אן עטוואס יונגערער דניאל דעי לואיס, שפילט דאס אויס די אמת׳ע געשיכטע פון די
פיר יוגענטליכע וועלכע זענען באשולדיגט געווארן אין זיין IRA סימפאטיקער און טעראריסטן, זיי זענען איינגעזעצט געווארן אויף לאנגע יארן פאר פארברעכנ׳ס און מארדן וואס זיי האבן נישט געטאן. ס׳איז א באקאנטער קעיס אין די היסטאריע פון יוסטיץ און ס׳איז גאר א שטארקער פילם.
Philomenaדער פילם באציעט זיך צו די טראגעדיע׳ס וואס זענען פאראורזאכט געווארן דורך די קירכע אין נאמען פון רעליגיע. די אקטיארשע
דזשודי דענטש איז גאר ווירקזאם אין איר ראלע אלץ פילאמענא, א פרוי וואס זוכט איר קינד וואס זי האט געבארן אלץ יונג מיידל און וועמען די קלויסטער מאמע׳ס האבן אוועק געריסן פון איר כדי אים איבערצוגעבן פאר אדאפטירונג. ס׳איז הארצרייסנד און ליידער בלויז איין ביישפיל פון פיל מער ענליכע טרויעריגע געשיכטעס.
![בילד](http://www.dvdsreleasedates.com/posters/300/P/Philomena-2013.jpg)
*
קאטאגאריע 3 (נושא, באזירט אויף א מענטש):
The King’s Speechדזשארדזש דער 6טער, קעניג פון ענגלאנד דורכאויס דעם צווייט׳ן וועלט קריג, האט קיינמאל נישט גע׳חלומ׳ט אז ער וועט זיין קעניג (זיין עלטערער ברודער האט געזאלט זיין דער נאטורליכער יורש), באשיידן און עטוואס צוריקגעצויגן, האט ער געהאט א ערנסטער פראבלעם זיך אויסצודרוקן ווייל ער איז געווען אן ערל שפתים. דער פילם שפילט אויס וויאזוי מיט די הילף פון א טעראפיסט, אייזן געשפילט דורך דעם אויבנדערמאנטער אקטיאר דזשעפרי ראש, פארבעסערט ער זיינע אויסזיכטן צו קענען רעדן בפני כל עם ועדה (ברוב עם הדרת מלך). ס׳איז גאר א שטארקער פילם און זייער באלערנד.
![בילד](http://www.dvdsreleasedates.com/posters/300/T/The-Kings-Speech.jpg)
כ׳וואלט אויך ארויפגעשטעלט דעם נייעם פילם
The Imitation Game אויף די ליסטע, וואס הגם כ׳האב עס נאך נישט געזעהן (גאנץ מעגליך אז ס׳געהערט טאקע ענדערש אין איינע פון די אנדערע קאטאגאריע׳ס), האט עס שוין [tag]מאטי[/tag] רעקאמענדירט
דא און כ׳גדעדענק זעהן דעם אריגענעלן
Enigma פון וואס כ׳האב הנאה געהאט בשעתו.
![בילד](http://www.cinemanews.gr/v5/season2015/photos/2900.jpg)
*
קאטאגאריע 4 (אמת׳ע פערזאהן, פיקציע דעפיקציע) :
The Last King of Scotlandשפילט אויס דאס לעבן און קוריאזע שאפן פון
אידי אמין, דער צורודערדעטער דיקטאטור פון אוגאנדא (באקאנט ביי אונז אידן צוליב מבצע אנטבה).
The Assassination of Jesse Jamesדזשעסי דזשעימס מיט זיין ברודער זענען פון די מערסטע באקאנט׳סטע אמעריקאנער רויבערס אין די תקופה פונעם Civil War (איז דא א טערמינאציע דערויף אין אידיש?), זיי האבן געראבעוועט און געמארדערט כמעט ככל העולה על רוחם אבער זענען געווען גאר געליבט ביי די מאסן. מ׳האט זיי אנגעקוקט אלץ קוראזשפול און נישט אלץ בלויז נידריגע פערשוינען. דער פילם באציעט זיך בעיקר צו זיין אונטערטאן און נאענטער מיטגליד
ראבערט פארד און די חברותא פון די צוויי. פארד ווערט דא געשפילט דורך דער אקטיאר
קעיסי אפלעק וועלכער האט געווינען אן אסקער פאר זיין ראלע דא וואס איז א שטיק גאונות.
![בילד](http://upload.wikimedia.org/wikipedia/en/a/ab/Assassination_poster.jpg)
כאן, חבל טבור הארץ.