פרייוויליג האט געשריבן:שבת אחים האט געשריבן:פרייוויליג האט געשריבן:גראדעמעכעלע האט געשריבן:איין שאלה קען מען פרעגן פארוואס גלייבן זיי בכלל? אין די שאלה קען מען פרעגן אויף די 85 פראצענט וועלט וואס גלייבט אין א געוויסע סארט רעליגיע אינקלאדינג א גרויסע חלק רעליגיעזע אידן וואס ווייסן נישט מער פארוואס זיי גלייבן אין אידישקייט ווי דיר קריסט אין זיינע מעשיות
מעג זיין אז אידן זענען נעאיוו, אבער דאס איז נעאיוו מכח אמונה, זאל זיין מאמינים בפשוטה,
אבער ווען דו גלייכסט עס צו צו להבדיל דעם קריסט, זענען זיי נעאיוו מתוך טפשות, זיי גלייבן וואס זיי ווייסן נישט. איך האב א גויטע וואס ארבעט ביי אונז אין ארבעט, און איך פרעג איר, וואסע פשט פונעם אומשולדיגען קראצמעך בוים? זי האט שנעל מגגל געווען צו וויסן דעם פשט. רוב קשיות וואס איך פרעג זיי פון פירענגען איבער זיי רעליגיע, פרעגן זיי גראד מורינו הגוגל (אפשר איז גוגל ישי הנוצרי!..) זיי גלייבן וואס זיי ווייסן נישט, און גלייבן נישט וואס זיי ווייסן. זיי טוען זאכן וואס מאכט נישט קיין סענס, וואס דארספטו מער פון דעם 'זונטאג רוה טאג', איין שטיק ליצנות פון א פופיגער איד..
נישט אלע גוים זענען שוטים, און נישט אלע אידן זענען קלוג. אודאי פון אזויפיל בילוני גויים וועסטו טרעפן מער שוטים, פשוט ווייל אין אלגעמיין איז די אויסוואל גרעסער, מער מענטשן, האסטע מער סארט מענטשן. אבער וואס אמאל זיכער, אז גויים קימערן זיך נישט צופיל איבער טראדיציעס, מנהגים, אדער וואס. מען פרעסט טערקי, פרעג נישט קיין קשיות. זיי לעבן נישט קיין אינטערנעל לעבן. ווען אימער איך פרעג זיי קשיות, איז די ענטפער: אה! נאכנישט געטראכט דערפון, איך ווייס נישט.
סא צו די קשיא? זענען א ביליאן מענטשן שוטים? Certainly
פרעג נאר א דורכשניטלכע יונגערמאן ביי אונז וואס איז פשט אין אונזערע מנהגים
1)שטריימל
2)בעיקיטשע
3)קאָלפּיק
4)סטראוקעס
5)רעשוואלקעס
6)איי מיט צוויבל
7)חלה דעקל
8)עירוב
9)מקוה
10)נעגל וואסער
11)קלאפן הושענות
12)כפרות שלאגן
13)תשליך
14)מים שלנו
15)ערב פסח מצות
16)מים אחרונים
17)שייטלעך
18)שפיצלעך
19)מכירת חמץ
20)ווייסע זאקן
21)שווארצע זאקן
22)סיעמס
23)רינדיכיגע חלות פאר תשרי
24)שליסעל חלה
25)ר״ת גאטשעס
וכו׳ וכו׳
האסט אנגערירט א ווייטאגליכע 'חסידישע טעמע' אז חסידים מאכן א קוגל פון מנהגים און הלכות. איך ווייס נישט וויפיל דו אליין ווייסט וואס פון דיין ליסטע איז א מנהג, חומרא, אדער הלכה. ביי חסידים אויב מען ניגלעגט א מנהג שפירט מען זיך שוין א חצי גוי, ער מיינט אז מקוה בל יום שטייט אין שלחון ערוך, אדער רבינו תם גאטשעס, איז יסודתו פון חרם דרבינו גרשם..
על אף כל אלה, גלייב איך אז א מאיריטעט וועט וויסן וואס פון די ליסטע איז א מנהג אדער הלכה, און אפילו ער פעסט די טעסט האלב איז אויך גענוג. אז דו ווייסט אז עס א מנהג, אדער די טעם המנהג איז אויך גענוג. וואס מיר האבן גערעדט אז גויים ווייסן נישט וואס זייערע אייגענע פייערונגען איז all about, האסט פשוט שענער מסביר געווען מיינע רייד. אידן ווייסן
בדרך כלל למה יצא המנהג, אדער הלכה על מה זה. לדאבון מאכן חסידים א קוגל פון אלעם און דערפאר זעען מיר אזוי אויס, אויסגעפליקטער וואנצעס מיט א גרויסען דזשי ענד דזשי הויז וואס מיינט אז ריש לקיש איז געגאנגען מיט ווייסע זאקן..
איך פארשטיי נישט וויאזוי דו באַרעכטיגטס דיינע/אונזערע מנהגים מיטן נוצען א אויסגעדראשענע פראַז ״אנגערירט א ווייטאגליכע 'חסידישע טעמע' אז חסידים מאכן א קוגל פון מנהגים און הלכות״
וואס פארענטפערט דעס ???
נאכאמאל, דו האסט געשריבן:
אבער ווען דו גלייכסט עס צו צו להבדיל דעם קריסט, זענען זיי נעאיוו מתוך טפשות, זיי גלייבן וואס זיי ווייסן נישט. איך האב א גויטע וואס ארבעט ביי אונז אין ארבעט, און איך פרעג איר, וואסע פשט פונעם אומשולדיגען קראצמעך בוים? זי האט שנעל מגגל געווען צו וויסן דעם פשט. רוב קשיות וואס איך פרעג זיי פון פירענגען איבער זיי רעליגיע, פרעגן זיי גראד מורינו הגוגל (אפשר איז גוגל ישי הנוצרי!..) זיי גלייבן וואס זיי ווייסן נישט, און גלייבן נישט וואס זיי ווייסן. זיי טוען זאכן וואס מאכט נישט קיין סענס,
כאילו זיי פארשטייען נישט וואס טוט זיך און זיי זענען א באנדע נערנים אבער ווידער ביינאונז ווייסט יעדער פארוואס מ׳וואשט מים אחרונים און מעסט דוקא חלב ישראל און משלאגט כפרות וכו׳ וכו׳
אלע רעליגיעס האבן משוגעתן און פארצייטישע מנהגים וואס מענטשען טוען עס
נאר ווייל אזוי זענען זיי אויפגעוואקסן און אזוי האבן זיי געזעהן ביי זייערע עלטערין , סאיז נישט מוכרח אז אונזערע טויזענטער מנהגים און הלכות (אפגעזעהן צו עס איז חסידיש, ליטוויש , מאַדערן אָרטאָדאָקסיש , חב״ד, ברסלב) זאלן האבן עפעס א פשט מעהר ווי די קריסטליכע מנהגים ס׳קוקט דיר נאר אויס ווילד פרעמד ווייל דו ביסט אויפגעוואקסן גאר אנדערש , ווען דו זאלסט ווען האבן אויפגעוואקסען און א קריסטליכע שטוב וואלסטו יעצט געלאכט פון כמעט א יעדע זאך וואס איז ביי אונז פארהייליגט
איך ווייס נישט וויפיל דו אליין ווייסט וואס פון דיין ליסטע איז א מנהג, חומרא, אדער הלכה.
ס׳האט גארנישט צוטוהן וואס
איך ווייס און איך האב נישט גע׳קלעימט אז איך ווייס און מ׳רעדט בכלל נישט דא פון מיר מ׳רעדט דא פון רוב חרדים אז דו וועסט פרעגן א דורכגעשניטליכע עוורידש יונגערמאן ,אז דו וועסט אים נעמען אין די זייט און אים פרעגן פשט און רוב זאכן וואס אונז טוהן וועט ער בלייבן מיט די צונג אינדערויסן !
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius