געשעפטן מיטן עלמא דקשוט

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

געשעפטן מיטן עלמא דקשוט

שליחה דורך פליקער »

געשעפטן מיטן עלמא דקשוט

מיר דא אויפן עולם השקר פלעיגן טיען ביזנעס, איינער קויפט א זאך פינעם צווייטען א זאך וואס ער ברויך, איינער פארקויפט, איינער מאכט די זאך און פארקויפט עס פארן מוכר, הלוא הוא דער מעניופעקטור, און אזוי פירט זיך דער גאנצער וועלט, אבער אין הקומץ משבוע את הארי, פשוט ווייל עס איז נישט געניג, דעיס אז מען מאכט נישט קיין געלט פון קויפן אדער פארקויפן, מיר זענען דאך א קליג פאלק, מיר ברויכן טיען עפעס מער, מיר ברויכן מאכן מסחר מיט זאכן וואס עס איז נאך קיינעם נישט איינגעפאלן.

איז איינער אויפגעקימען אז מיר קענען אנהייבן טיען מוסחר מיטן עולם האמת, אנגעהויבן האט זיך עס פשוט אז מיר האבן א איינפלוס אויפ די וואס זענען שוין הולכים לעולמם, מיר דא ווען מיר צינדען א ליכט לעילוי נשמתם, דאן ווערט אויבן אין הימל א רעש, עס זענען דארט דא א חברת נר מצוה וחברה עלית נשמה, זיי האבן אזעלכע שנעלע שליטן ווי זיי קענען גליטשען פון איין היכל צים אנדערען, זיי האבן אלע שליסלען, און פולע אפענע איינטריט, אויך האבן זיי א דיווייס וואס סקענט עולם הזה פאר א פאסעבל ליכט צינדער, און אזוי ווי זיי דערוויסן זיך פון איינער וואס האט געצינדען א ליכט, צינד זיך אן דארט אן אלארם, די נשמה וואס איז פארזינקען אין א גמרא, אדער די נשמה האלט טיפ אינמיטן נהנה זיין מזיוו שכינתו, ווערט פליצלינג ארים גערינגעלט פון די חברה, זיי נעמען איר אפילו קעיגן איר ווילן, זו בעיט אביסל צייט זיך צו געזעיגענען פון אירע פרישע פריינט, אבער ניין קומט די שטרעינגע ענטפער פון די חברה הויפט קאמאנדיר, די פארכאפטע נשמה איז געפלעפט, ווייסט נישט וואס עס גייט פאר, בעיט זיך פאר א ענטפער וואס מען וויל פון איר, די ענטפער קימט גלייך אז היות איינער אויפן עולם השקר האט געצינדען א לעכט, און די לעכט איז געוועין מיט א קלארע אינסטראקציע מעלה צי זיין איר נשמה, זענען מיר באצווינגען אינטער די שטרעינגע שמים רעגאלאציעס מעלה זיין די נשמה צי א העכערע היכל, אקעי געגאנגען זאגט די נשמה.

ווען מיר האבן זיך דערוויסט דערפין דורך עפעס א מקובל, וואס ווייסט די הימלישע רעגולאציעס, איז פאר איינעם איינגעפאלן פארוואס נישט מאכן א שטיקל ביזנעס דערפין, אזוי האט זיך אנגעהויבן די נר תמיד ביזנעס, מען האט אנגעהויבן פארקויפן דעים נר תמיד, און היות די נר תמיד איז כסדר פלאמעדיג, איז פארזיכערט אז די נשמה גייט כסדר נישט האבן קיין מנוחה, און וועט זיכער א טובה טיען פאר די ליכט צינדער.

אויפ עפעס א אימבאקאנטער אויפן האבן מיר זיך דא אויף ארץ דערוויסט אז מיר ברויכן נישט אליין זיין דער וואס צינט אן דער ליכט, מען קען מאכן א שליח, דעיס האט געהאט גאר גינסטיגע עפעקטן אויפן געשעפט, נעמליך אז דער שמש האט ארויפ געשרויפט דער פרייז, ווייל דער וואס האט אפגעקויפט דעים נר תמיד, האט געברויכט אפקויפן נאר דער זכות נר תמיד, ער האט בלויז געברויכט ארויס זאגן מיטן מויל אפשמיסן מיטן מוכר הזכות, פאר וועלכע נשמה עס זאל זיין פאר א עליה, און די חברת נר תמיד זענען גלייך געווארן ב'אויפטראגט צי נעמען דעים באטרעפענדע נשמה פאר אן עליה.

ציביסלעך האט מען איינגעזעין אז די זכות ביזנעס איז לאו דווקא לימיטעד צי נשמות, מען קען אויך קויפן זכותם פאר זיך, פאר די אייגענע נשמות, און אויך די זכות פאר עשירות, בנים, חיים, מזונות, אלע ערליי זכותם וואס זענען געווארן עוועילעבל, אזוי האט זיך ג'עפענט אן א שיעור נייע אפערטוניטי'ס, ווי די וואס זאגן אויס תהילים אז איינער זאל האבן א ישועה, אפילו בשעת יענער איז טיפ פארזינקען און א שלאף, אדער גאר אויסגעצויגן אויף א גאניק אין פלארידע, דאך איז דא די געטרייע זכותים ארלעידיגער וואס זאגען תהילים פאר זיין זכות, און ווי זיי געבן איבער איז דא יעדען טאג כאטש איין צוויי אפענע מעשות ווי מען זעיט קלאר אז די מהלך ארבייט, ס'טייטש אז מען דינגט איינעם פאר א געוויסען סכום געלט אז ער זאל טיען די סגולה צי זאגן אלע הינדערט פיפציג קאפיטלעך תהילים, און היות ער פארקויפט מיר די זכות, באקימט דער וואס זאגט די תהילם א קדחת, נאר דער וואס האט אפגעקויפט די זכות דער געניסט פון אלע בענעפיטן, פינקטלעך ווי אזוי עס ארבייט ווייסן מיר נישט, אבער קיינער וויל זיך נישט דינגען מיט עפעס וואס ארבייט, און מיר ווייסן קלאר אז עס ארבייט, פון די אלע מעשים מפורסמים וואס ווערן דאך מפורסם מידי יום ביומו.

אזוי האט זיך ציביסלעך אויסגעבויט אז די ידו על העליונה ליגט ביי דער וואס פארקויפט דיר זכות, ער איז מחליט פאר וויפיל געלט ער וויל דיר פארקויפן דעים זכות, איינמאל ער האט עס פארקויפט קען מען מער לכאורה נישט ציריקציען, פארקויפט איז דאך פארקויפט, איז נאר געבליבן די שאלה וואס נאך קען מען פארקויפן, דא קומט שוין אריין דאס געניאלקייט פון אינזער פאלק, מען האט אנגעהויבן פארקויפן אלע ערליי זכותם וואס עס איז נאר שייך, קודם ווען מען האט פונקט געהאלטן אינמיטן בויען א בילדינג, האט מען אנגעהויבן פארקויפן די ציגל, די פענסטער'ס, יעדע גאלאן צעמענט, יעדע בים, יעדע שטיב, יעדע טיר און טויער, יעדע טייל, יעדע טיש, בעינקל, אבער דא איז שיעור נישט געקומען צי א גרויס פארמישעניש, אזש אז די פמליא של מעלה האט געמיזט שיקן א דרינגענדע נאטיץ צי ארץ אז זיי קענען נישט דערהייבן די פלייץ, און זיי קענען נישט האלטן אזא ריזיגע חשבון, איז מען נאך לאנגע באראטינגען אויפגעקומען מיט א געניאלע איינפאל, נעמליך אז מען וועט לייגן אזעלכע זאת נדבת טעיוועלעך, מיט די ליסטע פון די לעילוי נשמת'ס, און אלעס איז געוועין ציפרידן, שמים האט בענעפעטירט אז זיי האבן געהאט ווי נאכציקיקן גענוי אלע נעימען, אז זיי זאלן חלילה נישט פארכאפן א נישט ריכטיגע נשמה, אבער די ריכטיגע בענעפיטן איז געוועין פאר ארץ, ווייל יעדער האט זייער געגליכן די טעיוועלעך, און מיט פרייד אויך איינגעקריצט אינעם טעיוועלע זייער פרייד, צי לזכרון בהיכל השם, צי ווייל ונתתי בחמותי יד ושם טוב, אבער רוב ווייל סתם יעדער זאל זעין, אזוי האט זיך עס דערקייקלט אז מען האט אנגעהויבן אריין האקן טעוועילעך און יעדע זכות, און אז יעדער גלייכט זכותים.

ס'דערמאנט זיך מיר פונקט די מעשה מיטן ריבניצער, וואסערע מעשה, אז איינמאל איז דער ריבניצער געוועין גאר פארזינקען אין א טיפע עבודה, ער האט ממש געהאלטן ביי זיין גאר הויעכן פונקט און גן עדן, ממש גראד קייגן די אלע העכסטע היכלות, ער האט גאר שטארק נהנה געוועין, אבער פלוצלינג ווי פון אינטערן ערד ארויס זענען די חברה עליות נשמה ארויסגעוואקסן, און אים ארים גערינגעלט אין אים געווארנט ער זאל זיך שוין אינטערגעיבן, עס גייט אים נישט העלפן קיין שופ פראטצעקציע, אויפ זיין פראגע וואס איז שוין ווייטער, האבן זיי אים געזאגט אז היות איינעם איז איינגעפאלן מנדב זיין לעולוי נשמתו א דורכזיכטיגע טוילעט פאפיר האלטער אויפן וואנט פון א שיל, קימט אים א זאפארטיגע עליה.

פארשטייט זיך אז די זכותים ביזנעס איז נישט שטיין געבליבן, אלעס האט אנגענימען נייע פורמען, אנגעהויבן פון סתם ציזאמען נעמען געלט לצורך מצוה, ביז אלע גרעסערע זכותים ווי א ספר ביי זעקסטע הקפה, אינזער געניאלקייט שטעלט זיך נישט אפ, מיר האבן אויפ סטענד ביי אלע מיני זכותים ווי חי רוטל משקה, קוויטלעך ביי אלע מקומות הקדושים, מנינים תהילים און יעדע מקום קדוש אויפן גאנצען כדיר, מען האט גענימען פארקויפן זכותים אין ספרי תורה, און סתם ספרים, אויב מען וויל א ספעציעלע סדרה איז טייערער, די זכות פון די תוככה וויל קיינער נישט קויפן, אבער טאמער איז עס א סדרה וואס עס שטייט לפי דעתו עפעס ווי זיין נאמען אדער איז ער געבוירן יענע סדרה, איז דאך עס פיל א גרעסערע זכות, על כן איז מען גרייט צי צאלן פיל מער פאר יענע סדרה, יעדע מוסד האט גרייט פארן ריכטיגן פרייז אלע זייערע קינדער, בחירי חמד, אדער כולל אינגעלייט, אויסציזאגן תהילים, אדער סתם צי דערמאנען דעים נאמען בשעת זיי כאפן שלעק ביי די בעפארשטייענדען ואני פאגראם, בקיצור אלעס טיילט זכותים, און ווי לאנג מיר ווייזען די דאלארן וועט פאר אינז זיין אוועילעבל זכותים אפציקויפן, די זכותים ניצען זיך קיין מאל נישט אויס, ווייל פאר יעדע אויסגעניצטע זכות ווערן מיר געוואויר צעין מאל אזויפיל ב"ה.

אינטערעסאנט איז אז די אלגעמיינע וועלט וויל דערווייל נישט הערן פון אזא סארט מוסחר, זיי זענען בכלל נישט מכיר ווען איינער פארקויפט א אייטעם וואס איז נישט טענדזשעבל, ס'הייסט אויב עס איז נישט מטלטלים קען מען עס נישט פארקויפן, ווען איינער האט פראבירט ארויפרייטן אויפ אינזער וואגן, און פארקויפן פאר א משלנו זיין גאנצע עולם הבא, מיר האבן געביד דערויף ביז ריזיגע ציפערן, אבער איבעי האט אים נעבעך פריצייטיג פארשפארט, און ער איז געבליבן שטעקן מיט זיין עולם הבא.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

איך לאך נישט פון די אידן וואס לאזן זיך פארקויפן די ברוקלין בריק, ליידער אידן זוכן זיך אנצוכאפן אין יעדע מעגליכע שטרוי צו קענען זוכה זיין אין א ישועה אדער רפואה, ואין אדם נתפס על צערו; אבער די טענה איז אויף די וועלכע פארבלענדן אונז די אויגן און שלעפן ארויס געלט מיט א צינישן שמייכל און רייטן אויף יענעמ'ס תמימות.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

שליחה דורך פליקער »

פארשטייצעך אז דאס בלויז איז מיין כוונה, אבער א דאנק פארן אויסקלארן מיט די דעסקלימער
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
פארשפארט