איך זיך אן עצה - מיין ווייב ליידט פון עביוז אלס קינד

הילף, עצות און טיפס
משה לייזער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 48
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 27, 2014 10:57 am
האט שוין געלייקט: 66 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 121 מאל

איך זיך אן עצה - מיין ווייב ליידט פון עביוז אלס קינד

שליחה דורך משה לייזער »

איך בין אליין היפש צומישט פון מיין מצב, הלואי ווען איינער קען מיך העלפן צו מאכן סענס פון וואס איך גיי אדורך.

היינט צופרי יום ב' פרשת ויחי שנת תשע"ה בין איך אויפגעשטאנען אזוי ווי אלע אנדערע טעג הערענדיג די שרייעדיגע און באלמיטשעטער פראסטרעטעד קול פון מיין אשת חיל וויאזוי זי איילט צו מיט א געצוויגענקייט און אנגעצוינגקייט מיין קליינע געזינדל זיך אנצוטהן און זיך גרייט מאכן צו גיין אין חדר\סקול, איך שפיר ווי איך מוז זיך אויסגעבן מיינע געפילן, איך האב שוין מער נישט קיין כח אויפצושטיין א יעדן איינציגן טאג מיט דעם זעלבן נוסח ארי, נאכדערצו ווען די געשעעניש וועקט אויף אין מיר אסאך פון מיינע ווייטאגליכע איבערלעבנעשן פון מיינע לעצטע צענדליגער יאר, איז מיר בייגעפאלן אז איך גיי אנהייבן שרייבן א טאגבוך נאר פאר דעם איינעם פאקט אז איך האב נישט צו קיין איינעם אנדערש צו רעדן און דער חכם מכל אדם זאגט דאך דאגה בלב איש ישחנה וכו'.

איך האב ברוך ה' חתונה געהאט מיט מיין ווייב פאר כמעט ... יאר צוריק, ביז אפאר יאר נאך די חתונה האבן מיט געוואוינט א שטיקל לעכל אין וויליאמסבורג אזוי מיר זענען אויסגעוואקסן די דירה האבן מיר דיך אריבערגעצויגן קיין.... געהאפט האב איך אז אלעס וועט זיך אויסארבעטן צום גוטן, אבער די בוכ"ע האט זעהט אויס אנדערש געוואלט, איך גיי נישט יעצט אריינגיין אין אלעם וואס האט זיך אויסגעשטעלט קאפויער מיטן פיטום אויף אראפ, אבער דער פאקט אליין אז איך האב פשוט נישט מיט וועם אויסצוטוישן א ווארט.

מיט מיין ווייב האב איך נישט קיין געהעריגע שפראך און וויפול איך האב נאר פרובירט צו לייזן דעם פראבלעם זעהט אויס ווי ביזדערווייל האב איך געלייגט מיינע כוחות על קרן הצבי [נישט ממש, אבער....], די גרעסטע שאדן וואס איך האב נאר געהאט פון זיך אריבערציען, איז דאס וואס איך געפין זיך בריחוק מקום פון מיין רבי'ן מיט וועמען אים האב זיך מדבק געווען בכל לב ונפש און איך האלט אים אלס א גאר ערליכע איד, טראץ דעם וואס עס איז סייווי נישט געווען קיין צוויי ברירות [אין דעם קליינעם לעכל האב איך מער נישט געקענט וואינען, דינגן א גרעסערע אין וומס"ב האב איך נישט דאס געלט].

די זאך איז אבער אז ענדליך נאכדעם וואס איך האב מצליח געווען 'מיט בלוט' זיך מדבק זיין בתלמיד חכם אחד המיוחד, נאכן איבערקומען אלע שוועריקייטן פון משפחה און חברים האב איך ענדליך אנגעהויבן צו באקומען א קשר מיט אים וואס אויב דאס וואלט נאך אנגעהאלטן אויף דעם שטאפל, וואלט איך בודאי געהאט איינעם צו רעדן, אבער דאס האב איך אויך עטוואס אנגעוואוירן ווייל איך וואוין שוין נישט אין וומב"ג.

לאמיר מסביר זיין, איך בטבע בין א מענטש איז א שטיקל קיצוני בכלליות און בפרט האט זיך דאס ארויסגעשטעלט צו זיין אמת אין מיין סאציאלע לעבן, ווען איך קום אן צו א פרעמד פלאץ אדער איך דארף זיך טרעפן מיט א פרישן פנים, וועל איך זיין זייער שעמעוודיג, חוץ אויב איך האב אפגעמאכט אז אויף א געוויסע פאל דארף איך זיין דער וואס הייבט אן דעם שמועס א שטייגער ווי ביי מיין בשאו אדער ווען איך בין אריין דאס ערשטע מאל צו מיין רבי'ן, איך בין בעצם א מענטש וואס הייבט נישט אן קיין שמועסן, אנדערע וועלן דאס אנרופן אז איך ווארט אויף כבוד אדער אז עס פאסט מיך נישט רעדן צו יעדן שמויגער, אבער די ריעליטעט איז אז דאס קומט פון מיין שוואכקייט און שעמעוודיגקייט, איך בין פשוט אומבאקוועם אנציהייבן א ריעלעשנשיפ, אבער אין די סקונדע וואס איך דערשפיר אז מיין שותף מיט וועם איך דארף מיך באפריינדן איז אינטערעסירט אין מיר, וועל איך ווערן באקוועם און איך וועל נישט נאר סתם אזוי שמועסן נאר איך וועל ווערן זייער נאנט מיט אים און אפילו רעדן מיט יענעם זאכן וואס אנדערע מענטשן זענען סתם אזוי נישט באקוועם צו רעדן.

יעצט און די צוויי פעלער מיין ווייב און מיין רבי'ן וואס איך וואלט יא געדארפט קענען אויסשמועסן מיט זיי אלעס וואס ליגט מיר אויפן הארץ, איז דער קאץ פארלאפן דעם וועג. בנוגע מיין רבי'ן וויבאלד מיין רבי האלט א שטיקל רעספעקט פון זיין זייט, איז דאס א מורא'דיגע שטער פאר מיין מהות, ווייל אויב איך שפיר אז יענער איז נישט ארגינעל היימיש מיט מיר, איז כמים פנים אל פנים איז דאס זייער שווער פאר מיר זיך צו האלטן אין איין אריינשטיפן און באקומען א באקוועמליכע נאנטשאפט מיט יענעם, יעצט צום פונקט ווען איך בלייב ווען וואוינען אין וומב"ג וואלט איך זיך מער געדרייעט תחת כפות רגליו, און וויבאלד איך בין קאנווינסט אז ער איז אן ערליכער איד וואלט איך זיך געשטיפט און געשטיפט ביז ווילאנג עס וואלט געגאנגן, אבער אזוי ווי איך וואוין נישט צוזאמען מיט אים, האב איך געפערליכע שוועריקייטן זיך נאנט צו מאכן מיט אים וואס דאס ברענגט א אפגעפרעמדעטקייט און יעדעס מאל ווען איך גיי אריין צו אים דארף איך פון דאסניי אנהייבן די באקוועמליכקייט פון אנהייב, וואס באמת גייט דאס טאקע אזוי.

אבער דאס איז נאר וויבאלד איך בין שוין סייווי ביי אים, אבער צו אויפהייבן דעם טעלעפאון און רופן, דאס האלט איך אין איין אפשטופן און איינ'ס ברעגנט דאס צווייטע נאך א שטיק צייט שפיר איך שוין וואס עס האט נישט קיין פשט צו רופן, נאכדעם וואס איך האב שוין נישט גערעדט מיט אים פאר אפאר וואכן וחוזר חלילה, אויך שפיר איך נישט באקוועם צו רעדן מיט אים ווי צו א חבר סוכ"ס האב איך פאר אים א גרויס יראת הכבוד [אפשר דארף איך טאקע אביסל מער ארבעטן אויף דעם אז איך זאל זיך נישט שעמען פון אים].

יעצט בנוגע מיין ווייב דאס איז שוין גאר א צווייטע מסכת, עס איז א לאנגע היסטאריע איך וועל פרובירן צו שרייבן וויפול עס קומט מיר ארויף אויפן געדאנק, זייט וויסן אז יותר ממה שקריתי לפניכם כתוב כאן אבער פטור בלא כלום אי אפשר.

איך בין ב"ה אויפגעוואקסן אין א גאנץ פיינע משפחה ווי מיין מאמע איז געווען זייער שטארק אמאצינעאל ציגעבונדן מיט די קינדער [טראץ דעם וואס זיך האט געהאט איר שווערע לעבן מיט געוויסע ענינים וואס דאס האט איר געברענגט אסאך עגמת נפש וואס האט גורם געווען אז פון אנהייב האט זי נישט פארשטאנען צו די טייערע נפשות ביתה, אבער זי איז א קלוגע פרוי און זי האט זיך נישט געשעמט און געגאנגן צו הילף ווילאנג זי האט ארויסגעברענגט פון אונטער דעם פארהאקטן הארץ א ליבשאפט פאר אירע קינדער, קאדאס פאר איר און בראווע פאר דיין גאר שווערע ארבעט וואס די האסט געארבעט אויך זיך אליין כדי אז אונזערע קינדער יארן זאלן דורך גיין בשעה טובה ומצלחת, יא מאמי איך שפיר זיך אמאציניאל געזונט און דאס איז אלעס דיין קרעדיט] ווייטער מיין טאטע איז שוין יא געווען שטרענג אין געפירט די הויז מיט א שטארקע פויסט, וואס אביסל איז דאס א פשוטע מענערישע נאטור און אביסל האט ער אויך געירשנט פון זיין טאטע וכו'.

גראדע געדענק איך אסאך עפיזאדן וויאזוי מיין טאטע האט מיך דיסציפלינט שלא ביושר, איך רעד נישט פון דעם פאקט אז ער האט מיך גוט אנגעריסן די ביינער פון צייט צו צייט, איך וואלט גערן מודה געווען אז אסאך מאל איז מיר געקומען איך בין געווען זייער א ווילד קינד, אבער עס איז געווען גאר אסאך מאל וואס איך בין בכלל נישט געווען שולדיג אויף וואס ער האט געמיינט אז איך בין געווען אינוואלווד, און אן קיין אויספארשונגן האט ער זיך גלייך גענומען צו מיינע ביינער על לא עול בכפי, אבער בדיל ויעבור, די צייטן זענען שוין אויך דורך, למעשה היינט צוטאג זעה איך קלאר אז ער האט ליעב זיינע קינדער, ער זוכט א קשר מיט אונז און ער טוט הלכה למעשה סיי ווען מיר דארפן עמאציאנעלע הילף און אפילו ווען מיר דארפן געלט וכדו' איז ער אלעמאל דא צו העלפן, און איין ווארט איז שפיר און איך זעה אז ער האט אונז באמת ליעב, [גראדע א זאך וואס איך געדענק זיך וואונדערן א קליין קינד וואס מיינט כרחם אב על בנים, איך האב דאס נישט געקענט פארשטיין, איך געדענק ווי מיין רבי פלעגט זאגן משלים מיט די רחמנות פון א טאטע צו א קינד אבער....].

דאס איז א סינאפסיס פון מיין זייט, מיין ווייב אבער קומט פון גאר א צווייטע משפחה, זי האט א טאטע א רשע מרושע און א מאמע א טריקענע פייג, איך געדענק אנהייב ווען איך האב חתונה געהאט בין איך זיך זייער גוט אויסגעקומען מיט מיין שווער, איך האב געזעהן אז ער האט מיך זייער ליעב, פאר מיינע אויגן האט דאס אויסגעזעהן ווי עס איז א מענטש פול מיט אמאשעניל געפילן.

דער קשר האט פאראורזאכט אז איך האב געהאט מיט אים אסאך פריוואטע שמועסן וואס איך גלייב אז ווייניג האבן מיט זייער שווער, עס איז אפילו געווען אמאל ווען ער האט זיך אויסגערעדט צו מיר, אז יארן יארן נאך די חתונה האט ער נישט געקענט פארשטיין זיין ווייב, זי האט זיך נישט אויפגעפירט ווי א פרוי, זי האט ענדערש געהאט א מאנספארזאן כארארקטער, ער האט מיר געזאגט אז יארן האט דאס אים געבאדערט אבער נאכן זעהן אז עס איז א לאסט קעיס האט ער שלום געמאכט מיט די מצב [דאס איז וואס ער האט מיר געזאגט, אבער היינט וואס איך ווייס שוין מער ווער מיין שווער איז, בין איך קאנווינסט אז ער עסט די פרוכט פון זיין אייגענע געלונגענע ארבעט].

גראדע האב איך אויך געהאט באמערקט אויף מיין שוויגער אז זי איז עפעס אזא פארמאכטע פארהאקטע שאנק מיט גרויסע גראטעס, אבער פון די אנדערע זייט האב איך יא געזעהן אין איר עפעס אביסל א מאמע'דיגע געפיל, ווען עס איז געקומען צו די וואוילזיין פון דעם נייעם קאפל איך און מיין ווייב.

דאס איז געווען וואס איך געדענק יעצט אויף די מינוט פון מיין שווער און שוויגער, אבער ביי מיר אינדערהיים איז געווען גאר א צווייטע מעשה, לאמיר אנהייבן פון בראשית, פאר פסח שנת .... האט זיך מיין מאמע אראפגעזעצט מיט מיר [קרעדיט פאר איר אז זי האט געטוהן עפעס וואס רוב מאמע'ס טוען נישט] און מיר געזאגט, די ביסט ב"ה געווארן אכצן יאר אלט, עס איז געקומען די צייט וואס מיר גרייטן זיך אויסצוהערן שידוכים פאר דיר, אבער בעפאר איך הייב אן אויסצוהערן וויל איך וויסן וואס די ווילסט אז איך זאל זוכן פאר דיר, איך בין געווען א בחור מיט אלע מפרשים, א פרומער, א לעבעדיגער, א קלוגער, איך האב געהאט אסאך חברים - עכ"פ אין מיין שכל האב איך געהאלטן אז איך קום זיך אויס מיט יעדן, איך האב געשפירט אז איך האב די שפראך און באנעמונג וואס קען זיך צושטעלן צו סיי וועלכע סארט כאראקטער, עכ"פ אזוי האט זיך עס אויסגעשטעלט אין ישיבה.

האב איך געזאגט פאר מיין מאמע, איך דארף א שפיצל, איך וויל בלייבן לערנען נאך די חתונה, און בנוגע די כאראקטער פון די מיידל האב איך געזאגט פאר מיין מאמע: וואס פארשטיי איך צו א מיידל, און פון מיין זייט שפיר איך אז איך קען זיך אויסקומען מיט יעדן, איך קען נישט זאגן וועלכע סארט מיידל איך דארף, אבער די מאמעניו קענסט דאך מיר גוט, מבטן מי יצאתי... איך פארלאז מיך אויף דיר אז די ווייסט, און אז די האסט גענוג פאראנטווארטליקייט אין מיינע אויגן צו טרעפן לויט וויאזוי די פארשטייסט אז דאס איז א געראטענע שידוך.

יעצט ווען איך קוק צוריק לאך איך פון מיר אליינ'ס, מיין מאמע האט טאקע געטוהן וואס איר פליכט איז, און לויט ווי איך קען איר האט זיך דאס געמיינט ערנסט זי האט באמת געוואלט וויסן וואס איך וויל, און אויב איך וואלט אויסגערעדט ברחל בתך הקטנה איך דארף אזא אדער אזא סארט געשטעל, כאראקטער וכו' וואלט זיך געזוכט פאר מיר דאס איך האב געבעטן, אבער איך נער'ישער שוטה'שער בחור וואס האט איך דען געוויסט איבער די קוואליטעט און די געברויכן וואס א מאנספערזאן דארף באמת זעהן אין א א מיידל, מיין מאמע האט טאקע געטהון צו די זאך, אבער מיין ערציאונג אין די סיסטעם איז נישט געווען גענוג אז איך זאל קענען אויסניצן דעם גאלדענע געלגנהייט וואס מיין מאמע האט מיר געגעבן.

פון די אנדערע זייט מיין מאמע האט אבער יא געוויסט וואס א מאן דארף פון א מיידל, און איך קען זאגן בלב שלם אז מיין מאמע האט מיר ציגעשטעלט איינס און א גוט'ס, אבער דאס קומט מיט א קוואליפיקעשן זי האט טאקע געטוהן איר זשאב בשלימות פונדעסטוועגן איז געווען איינ'ס אדער א רייע פון פאקטן [איך בין נאך אליינס נישט קלאר] וואס זי האט פארזעהן, ווי ווייטער געשריבן [איך גיי אוודאי נישט זיין א צועק לשעבר, און איך בין בכלל נישט זיכער אויב איך וואלט געווען דער וואס אויסגעוועלט מיין אייגענע שידוך אז איך וואלט נישט געמאכט דעם זעלבן טעות. און דער סך הכל איז אז דאס איז געווען מיין באשערטע שידוך, איך וויל ענק נאר פארציילן מיינע איבערלעבנישן כדי ענק זאלן פארשטיין די גאנצע בעקגראונד].

נאך פסח האבן די שדכנים אנגעהויבן אראפצוברעכן פענסטער'ס ביי אונז אינדעהיים, איך האב געהאט זייער א גוטע נאמען אין די גאס, מען האט אנגעטראגן גרויסע עשירים פון אלע עקן וועלט, שיינע אידן וואס האבן ציגעזאגט דירות וכו' וכו' אבער מיין מאמע האט איינגעהאלטן איר צוזאג, די אלע וואס מען האט אנגעטראגן האבן געהאט די תנאים וואס איך האב געבעטן, אבער לויט מיין מאמע'ס פארשטאנד האבן זיי נישט געהאט די קוואליפיקאציעס וואס איך האב ארויפגעלייגט אויף מיין מאמע'ס רוקן אז זי זאל זיכן פאר מיר, זי האט געוואלט טרעפן איינ'ס און א גוט'ס לויט וויאזוי זי האט מיר געקענט האט זי געזוכט א מיידל וואס זאל זיין געאייגענט פאר מיר.

אזוי ווי איך האב דאך נישט אויסגעדרוקט מיין דעת איבער דעם ענין האט מיין מאמע געהאט א טיפערע סענס אוו ריספאנסיביליטי צו צוטרעפן דאס וואס איז גוט פאר מיר, למעשה נאך זומער האט מיין מאמע אויסגעקליבן דריי מיידליך פון די גאנצע עידש וואס זי קען באשטיין, נאכן זיך נאכפרעגן אביסל מער האט מען געהאלטן ביי צוויי, די פראבלעם איז געווען אז ביידע וואס מען האט געהאלטן זייער ערנסט זענען נישט געקומען פון קיין שפיצל משפחה.

אזוי איז עס געבליבן אז מען גייט צו [שווער], מיין מאמע האט זיך נאכגעפרעגט מער, זי האט באקומען אינסייט אינפארמאציע אז [שווער] זאגט אז ער וועט שטיפן א שפיצל, [טראץ דעם וואס איך בין נאכדעם געוואויר געווארן אז ער האט דאס קיינמאל נישט דורך גערעדט מיט זיין ווייב, און אפילו נישט מיט די כלה\מיין ווייב, האט ער דאס קיינמאל נישט דורך גערעדט], ווי אויך האט מיין מאמע געהערט אז זי איז זייער סובמיסיוו און פאלגעדיג, אויך האב מיין מאמע געזעהן אז זי איז היפש גוד לאקינג [וואס אגב איך עגרי מיט די אלע זאכן וואס מיין מאמע האט דעמאלס געהערט, מיין ווייב איז ב"ה זייער גוד לאקינג עכ"פ אין מיינע אויגן, און אויך איז זי היפש פאלגעדיג, באלד וועט איר שוין געוואויר ווערן פארוואס זי איז אזוי פאלגעדיג].

שוין גלייך נאך די ימים טובים האט איך מיר געטראפן מיט מיין צוקונפטיגע כלה אויף די באשאו, איך הייב אן מיט די טיפיקל שאלה, ווי ארבעט מען? ענפערט זי כך וכך ..... איך טראכט צו מיר איך האב שוין אנגעהויבן די שמועס יעצט זיי די מוחל און זיי אביסל מאריך איבער די ארבעט, נאך אפאר סעקונדעס וואס איך האב באמעקרט אז איך וועל דאס נישט באקומען, האב איך געפרעגט מיין צווייטע צוגעגרייטע שאלה [איך האב פארשטאנען אז זי קען אויך זיין צוטומעלט און שעמעוודיג] וויפול געשוויסטער זענען דא? ענטפערט זי כך וכך ... איך טראכט צו מיר, נו רעד שוין דארט אביסל.... אבער אין קול ואין עונה.... איך האב געזעהן אז איך וועל מוזן פרעגן שאלות איינ'ס נאכן צווייטן, נאר אזוי וועל איך קענען אויסציען די שמועס פאר גענוג לאנג אז עס זאל האבן א פשט, אזוי איז דורך בערך 45 מינוט וואס איך האב געפרעגט און זי האט געענטפערט מיט א טריקענע סטעיטמענט, נאך 45 מינוט קומט אריין מיין ציקומפדיגע שווער, און קיין איין טראפ שכל בפני כל עם ועדה [נעה איך מיין בפני] זאגט ער פאר זיין טאכטער: נו.. איך זעה אז די רעדס'ט גארנישט.. איך האב זיך געפילט אביסל פארשעמט פאר איר, אבער איך האב דאס אנגענומען פאר א אומ'בעטעמטע זשואק פון זיין זייט.

למעשה נאך די באשאו האב איך נישט צופיל געוואוסט וועגן איר, איך האב גארנישט געקענט ארויסנעמען פון דעם, אבער איך האב זיך פארלאזט אז מיין מאמע האט זיך גוט נאכגעפרעגט און אז זי האט געקליבן פאר מיר דאס בעסטע וואס שייך.
נאך די תנאים האב איך נאכאמאל געהאט א שמועס מיט איר, איך האב געהאפט אז דאסמאל וועט זי שוין האבן אביסל געקומען צו זיך און פרובירן צוציגעבן צו די שמועס אבער אן ערפאלג, אקעי.... זי איז נאך נערוועז אנגעצויגן שעמעוודיג, האפענטליך נאך די חתונה וועט מען זיך קענען אביסל בעסער באקענען איינ'ס מיטן צווייטן.

אזוי איז דורך די חתן צייט, און נאך אפאר חדשים האב איך זיך געטראפן אונטער די חופה מיט מיין ווייב, אין יחוד שטיבל האב איך איר - מיט די גוטהייסונג פון מיין חתן רבי [וואס היינט ווען איך קוק צירוק איז ער געווען דיסאקסטינג] געגעבן א קוש אין די האנט, און איך האב געוואלט אנהייבן א שמועס מיט איר, אבער.... עס גייט נישט עס פארט נישט די מאשין, איך באקום נאר תירוצים אויף מיינע שאלות, עס קוקט מיר אויס אז גארנישט פון איר זייט ציעהט איר צו עפעס געפעלן אדער זיך נאנט צו מאכן און חנפ'נן צו מיר כדרך כל הארץ, נאך די פאר מינוט זיין אין די יחוד שטיבל, איז זי ביזי געווארן מיט אירע געשוויסטער צו פיקסן די שייטל, זי איז ביזי מיט איר מאמע צו פארעכטן איך ווייס וואס דארטן, איך בין געבליבן אין די זייט אן אויסגעשפילטער חתן א מלך אביון, ביים מצוה טאנץ האב איך שוין אזוי געלכעצט צו הערן עפעס א ווארט פון איר, ביי אלע אנדערע חתונות האב איך געזעהן ווי די חתן כלה רעדן צווישן זיך אבער גארנישט! זי איז ווייטער ביזי מיט איר משפחה.

שוין מ'גייט ענדליך אהיים 'אליינ'ס' אין אונזער נייע הויז, יעצט וועט מען שוין קענען כאפן א שמועס אן קיינע דיסטרעקשענ'ס פון די ארומיגע משפחה מיטגלידער, וואס מיינט עטץ.... א מכה בדופן.... זי נעמט ארויס א שיינע קעיק פון פריזער, זי שניידט פאר מיר און פאר זוך א שיינעם שטיקל, און זי הייבט אן עסן. ווער קען עסן יעצט? עס איז דא אסאך וויכטיגער'ס צו אופטוהן, איך הייב אן פרעגן שאלות, און זי ענטפערט מיר תירוצים ממש אויף די מינימאלסטע וועג וואס איז נאר שייך, אן קיינע קאמענטארן אדער עפעס ווייטער ווי פארענט פון די נאז און זי איז ווייטער ביזי מיט די קעיק, אויב וויל איך וויסן עפעס מער פון וואס איך האב געפרעגט, מוז איך פרעגן נאך א פראגע, און וואס מיינט עטץ, איך האב אנגעהויבן שפירן ווי איך מיטשע איר אויס די קישקעס.... און זי וויל זיך שוין ארויסגערזעהן פון די גאנצע שמועס, וואס האב איך דען געוואלט? איך האב געוואלט שמועסן אביסל צו מאכן די אטמעספעיר אביסל באקוועמער אין היימישער, אבער זי לאזט מיר נישט אריין בשום פנים אופן.

אקעי אז נישט איז נישט, נאך אלעם איז דאך נאך דא וואס צו ערלעדיגן היינט נאכט, עס איז איר זייער אומבאקוועם צו איינעמען וואס גייט נאכפאלגן, נו נאך אלעם טראכט איך צו מיר איז זי גוט אנגעצויגן, אקעי... איך מאך אפ ביי זוך, אז יעצט איז נישט די צייט צו שטיין אויף די הינעראויג, מ'גיימער ליינען קר"ש און זיך לייגן שלאפן....

מארגן צופרי שטיי איך אויף מיט א פרישקייט, אלעס איז ערלעדיגט אלע שווערע קאשמארן זענען אויך אדורך, היינט וועט שוין ענדליך זיין דער אזוי געגארטער און ערווארטעטער טאג, איך קום אהיים מיט אן אנגעשטעלטע שמייכל אויפן פנים, איך שריי אויס אויפן קול א גוט מארגן! אין קול ואין עונה.... קיינער ענטפערט נישט צוריק, אבער אויפן טיש איז ציגעגרייט א שיינע פרישטיג מיט אייער און לעטוס מיט איך ווייס וואס נאך... איך בין היבש צישוידערט פארוואס האט זיך מיך נישט צוריק געגריסט א גוט מארגן, שוין איך הייב אן מיט מיינע פראגן איבער וואס עס קומט ארויף אין געדאנק וואס איך קען עפעס ארויסציען פון אונטערן ארבעל צו רעדן און אודך כי עניתני, זי ענטפערט נאר וואס זי מוז, קיין איין טריט ווייטער פון וואס איך האב געפרעגט בין איך נישט בארעכטיגט צו וויסן? וואס גייט דא פאר?!

איך הייב אן צו באקומען פייגלעך אין קאפ, זי האט מיך נישט ליעב זי דארף מיך נישט, אבער איך שפיל די געים ווייטער, נאך א טאג צוויי איך האב שוין אלעס אפגעפרעגט איבערפרעגן דאס אלטע האט דאך נישט קיין פשט, און איך ווארט בכליון עינים אז זי זאל עפעס ארויפברענגן אויפן טיש.

און איך ווארט .... איך ווארט נאך אביסל ..... און גארנישט, אנשטאט זי זאל אנהייבן א שמועס, גייט זי אריין אין די בעדרום און הייבט אן אויסצופאקן עפעס וואס מען האט נאכנישט אויסגעפאקט פון פאר די חתונה. איך בין געבליבן פאריתומ'ס אליינ'ס אין קאך, נישט וואונסנדיג וואס איך האב צו טוהן ווייטער.

נאך אפאר טעג בין איך געווארן אזוי צומישט איך האב שוין נישט געוואוסט וואס טוט זיך מיט מיר, פון איין זייט באקום איך צו עסן אנגעגרייט על שלחן מלכים, און איך זעה נישט קיין פיינטליכע בליקן קומען פון איר זייט [וואס איך וואלט שוין באמערקט, איך האלט זיך פאר שטיקל מיינד ריעדער], אבער פון די אנדערע זייט באקום אין נישט קיין גוט מארגן, קיין גוטע נאכט פארן שלאפן גיין, קיין איין איבעריגע ווארט, קיין שום אינטערעסע, קיין שום אנצייגונג אז זי איז אינטערעסירט אין מיר, ווען איך האב איך איבערגעפרעגט א שמועס וואס זי האב געהאט האט זי געזאגט ממש ראשי פרקים אויף א אופן וואס האט נישט געהאט קיין שום באדייט אין זיך, און איך האב גארנישט געקענט ארויסהאבן פון דעם צו בנוגע איר פרעספעקטיוו אדער אפילו געוויסע דעטאלן פון א מעשה וואס גוט א מינינג פאר די מעשה.

אפשר האב איך חתונה געהאט מיט א שטיקל האלץ?! אן קיין געפילן, מענער'ס אדער סיי וועלכע הומען פילינג'ס, אדער אפשר איז זי א ראבאט וואס איז געטרעינט צו טוהן אלע טעכנישטע געברויכן אבער אן קיין שום שכל?! נאך א ענין איז פארגעקומען במשך די ציילונג'ס טעג וואס איך קען נישט ארויסשרייבן דא אין די אפענע פארום וואס האט מיך ממש אויפגעשוידערט, וואס גייט פאר מיט די פרוי, איז זי אינגאנצן אראפ פון זינען?! זי קען שוין נישט קיין אלף בית?! וואס דען האט איר די כלה טיטשער אויסגעלערנט?! האט איר מאמע טאקע נישט געזעהן פאר וויכטיג צו קאנפאמירן אז זי פארשטייט וואס מען האט גערעדט מיט איר, אזוי ווי מיין טאטע האט געטוהן מיט מיר?! וואט די העל איז גאואינג אן? איין זאך קען איך ענק זאגן, אז ווען נישט איין קלוגע מורה הוראה וואס האט זייער קליג און קריעטיוו געהאנדלט די סיטואציע, וואלט איך געווען קינדערלאז עד היום הזה!!!

נאך א פאר וואכן געדענק איך האב איך פארלוירן די גאנצע האפענונג, איך האב מיך דערזעהן לעבן מיט עפעס א 'זאך' וואס האט נישט געהאט קיין שום מענטשליכע פילינג'ס, קיין שום אבזערוואציע סקיל'ס, קיין שום פראבלעם סאלווינג סקיל'ס, אדער בעסער געזאגט זי האט בכלל נישט געכאפט אז עס איז דא אזא זאך אויף די וועלט ווי א פראבלעם! עפעס א הוילע סקאול וואס עסט אין טרינקט טוט אלע טעכניטשע זאכן אבער אויסער דעם איין גרויסע גארנישט!

אבער פון די אנדערע זייט איז נישט געווען קיין משוגענע, פון וויפול איך האב יא ארויסגעקוועטש פון איר דורך מיינע טויזענטער פראגן, און וויפול איך האב אבזערווירט וואוינענדיג מיט איר די פאר וואכן איז זי געווען היפש א קלוגע, זי האט געמאכט חשבונות וואס מאכן סענס, זי איז נישט געווען אזא נעבעכ'ל טייפ, אדער עפעס א יאנטשי, זי איז געווען אנגעטוהן זייער שיין און געשמאק, די האט געמאכט החלטות פאר זיך אליינ'ס וואס האט געמאכט סענס, ווען איך האב זיך אונטערגעהערט די טעלעפאון שמועסן מיט אירע חבר'טעס איז זי געווען זייער צו די זאך געענטפערט און קאמענטירט כדבעי, עפעס וואס איך אזוי ארויסגעקוקט אז זי זאל טוהן דאס זעלבע פאר מיר.

איך האב מחליט געווען צו רופן איינע פון מיינע מגידי שיעור וואס איך האט שטארק געהאלטן פון זיין קלוגשאפט, אבער ער האט מיך נישט געקענט העלפן, אזוי האב איך זיך געפייניגט פאר זיך אליין'ס אן זאגן פאר קיינעם וואס איך מאך אלס מיט פאר גאנצע דריי יאר.

איך האב אסאך נאס געמאכט די קישנעס יענע דריי יאר, איך האב געהאט אומצאליגע שמועסן מיט מיין ווייב, פרעגנדיג אויב זי האט עפעס קעגן מיר, אדער זי האט מיך נישט ליעב. ווען זי האט נעבעך מיר געהאלטן אין איין פארזיכערען אז זי האט גארנישט קעגן מיר, האב איך איר געפרעגט אויב אזוי פארוואס פירסטו זיך אויף צו מיר אזוי?! האט זי מיר צוריק געפרעגט וואס טוה איך עפעס ראנג?! נאכן פרובירן מסביר צו זיין אז איך באקום נישט פון איר קיין גוטע נאכט אדער קיין גוט מארגן, קיין שום עמאציעניאלע סופארט אדער איינערקענונג, האט זי געענטפערט אז זי ווייסט נישט וואס איך רעדט, זי פארשטייט נישט וואס זי דארף טוהן מער פון וואס זי טוט, זי האט אפילו זיך נישט פארגינענען מיר צו זאגן אז אויב איך טוה טאקע עפעס שלעכט וועל איך טרייען מיין בעסט, אדער אפילו בעטן אז איך זאל איר מוחל פאר די עגמת נפש וואס זי האט מיר געשאפן, וואס דאס האט מיר געלאזט א שלעכטן טעם אין מויל, ענדליך האב איך זיך שוין יא גענומען די קוראש צו רעדן דעם אמת וואס איך שפיר, באקום איך נישט קיין שום געפיל אז איך בין גערעכט אדער אז איך האב א פוינט, נאכן איר פרעגן אויב זי שפירט אז אלעס גייט גוט מיט אונזער שלום בית, האט זי מיר געזאגט אז יא, איך האב נישט געקענט פארשטיין פארוואס זי האלט אזוי, איך בין געווען קאנווינסט אז זי פירט מיך ביי די נאז, אבער איך האב נישט פארשטאנען פארוואס?

נאכן זיין איבערצייגט פאר יארן יארן אז איך בין א קלוגער מענטש, האב איך אנגעהויבן זיך צו וואונדערען פארוואס פארשטיי איך נישט פונקט אין דעם פאל וואס איז אזא וויכטיגע פונקט אין מיין לעבן, איך בין געווען אזוי צומישט מיט די סיטואציע אז איך האב נישט געוואוסט אויף וועלכע וועלט איך בין.

אבער א מאמע'ס הארץ שפירט ווען פארן קינד גייט נישט גוט, און כאטש איך האב איר געהאלטן אין איין פארזיכערן אז אלעס איז אקעי, האט זי מיר אפירגענומען איינמאל פריוואט און מיט איר חכמת נשים האט זיך מיך אריינגעפירט אין א פעלד וואס איך האב קיינמאל נישט געוואלט אנרורן מיט איר, ביז ס'האט זיך אומוועלדיגערהייט ארויסגעגליטש א ווארט פון מיין מויל וואס איז געווען אין להשיב, און נאך א האלבע שעה האב איך אויסגעבראכן אלעס וואס איך האב באהאלטן די לעצטע דריי יאר.

מיין מאמע האט מיר געשיקט צו העלפ און דאס באצאלט, איך בין גערן געגאנגן איך בין געווען אובד עצות, נאכן אויספרעגן אפאר פראגן, זאגט מיר דער טערעפיסט: דיין ווייב האט מורא פון דיר!!!! די ווערטער זענען געווען פאר מיר א היבשע שאק, פארוואס זאל זי מורא האבן פון מיט איך שריי נישט איך אודאי שלאג איך נישט, ער האט מיר פרובירט מסביר צו זיין אז מיין שפראך איז אפשר צו דירעקט וואס זי קען נישט פארדייען וכו' וכו' וואס גראדע ליגט אפשר א שטיקל אמת אין דעם, אבער דאס איז נאר געווען נאכדעם וואס איך האב געדארפט קאנפראנטן מיין ווייב מיט איר אומאויסהאלטענדע אויפפירונג אבער דאס האט נאכנישט מסביר וואס איז פארגעקומען פארדעם.

כאטש וואס היינט צוטאג האלט איך אז ער האט נישט עכט גוט דיאגנאזירט די סיטואציע, איז דאס אבער געווען א בליץ וואס האט צום סוף צוגעברענגט אז איך זאל אנהייבן עטוואס צו פארשטיין וואס גייט דא פאר, און עס האט מיר אנגעהויבן צו געבן א שטיקל פרעספעקטיוו ווי אנצוהייבן צו זוכן.

איך האב אנגעהויבן מער צו באמערקן די אופפירונג פון מיין שווער אין שוויגער, ווען איך האב געוואלט אויסגעפרעגן מיין ווייב וואס זי געדענקט ווען זי איז געווען א מיידל, האט זיך מיר כמעט אויף אלעם געענטפערט אז זי געדענקט נישט, [היינט צוטאג'ס וואונדערט זי זיך, צו עפעס איז ראנג מיט איר אז זי געדעקנט גארנישט פון איר יוגנט, אודאי איז ראנג מיט איר ווער געדענקט דען נישט? אבער איך מינימייז דאס ווייל עס פעלט נישט אויס אז זי זאל האבן ווייטאגן און זיך אליין חושד זיין אז זי איז נישט אלרייט, אויך פרוביר איך איר צו זאגן ווען מינימייזן העלפט נישט אז זי איז נישט שולדיג דערין, פינקליך ווער יא, איך מיין אז איר טאטע מאמע, ווייל זי האט זיך אויסגעלרענט צו אוטבלעקן אלעס וואס איז נישט איינגענעם דורך זייער איביוז, אבער איך אליין בין נאכנישט קלאר איך די גאנצע נושא גענוג אויף אפצומאכן פאר זיכער].

איין זאך וואס איך האב יא ארויסבאקומען פון איר איז אז זי איז קיינמאל אין איר לעבן נישט געווען ביים דאקטאר אדער ביים דענטיסט, וואסארא מין אכזריות פון א מאמע זיך נישט צו רעכענען מיט א קינד וואס טוט איר עפעס וויי, ביסט ביזי? לאמיר הערן וואס ביסטו אזוי ביזי אז דיין קינד דארף פאר דעם ליידן פון א אויער אינפעקציע אדער א סטרעפ פאר צוויי דריי וואכן, האט איר שוין אמאל געהערט א מאמע זאל קיינמאל נישט גיין צום דאקטער מיט א קינד?

איך האב איר געפרעגט אפשר האסטו אויך דאס פארגעסן? אויך דעם האט זיך מיר געענטפערט, ניין! זי געדענקט זייער קלאר זיך וואלגערען פאר יסורים אין בעט פאר טעג, און איר מאמע האט איר איגנארירט, ניטאמאל געקומען זאגן מיט א מאמישע טאן פון רחמנות אוי שעפעלע..... פילסט נישט גוט? אקעי ס'גייט שוין אויסהיילן.

למעשה וויבאלד איך האב נישט געקענט ארויסבאקומען פון מיין ווייב וואס זי געדענקט האב איך מיר גענומען צו אנדערע ריסוירסן, קודם כל האב איך דאך שוין געקענט אביסל בעסער מיין שווער אין שוויגער און פון איינגערע עקספיריענס, האב איך שוין אנגעהויבן צו חושד זיין אויף זייער מיאוס'ע אומיושר'דיגע אכזריות'דיגע דרך החיים איינס מיטן צווייטן און זייער רילעשענשיפ מיט זייערע קינדער.

למעשה נאך א גרונטליכע פארש ארבעט בין איך דערגאנגן אז די קינדער פון יענע הויז זענען געווארן עביוזד אין גרויסן עמאציניאל, מען האט זיך נישט אפגעגבן מיט זיי, מען האט זיי נישט רעספאקטירט, מען האט זיי איגנארירט נישט געקוקט אויף זייער זייט, קיין שום ליבשאפט נישט געגעבן, פון די אנדערע זייט האבן זיי מקיים געווען\און זענען נאך אלס מקיים במלוא מובן המילה דעם לעולם אל ישנה אדם בן בין הבנים, אן קיין איין טראפ שכל און וויל נישט אלעס ארויסגעבן אויפן פאפיר.

היינט צוטאג'ס פארשטיי איך פון ווי מיין ווייב קומט, און וואס האט איר אזוי געדעמעטשט, זי האט זיך אויסגעלערענט אויסצומעקן אלעס וואס איז נישט איינגענעם פון איר זכרון, אבער מיט דעם האט זיך פארלוירן גאר א חשובה מתנה וואס דער אייבישטער האט געגעבן אז מען זאל זיך לערנען פון פריערעדיגע פעלערן, זי וועט ענדערש אויסמעקן דעם איווענט און אלס רעזולטאט וועט זי נישט האבן קיין גילטי פילינג'ס וכו' וואס איז זייער נייטיג אז מען זאל זיך באהיטן פון דעם טעות נעקסטיים.

זי האט קיינמאל אין איר לעבן נישט געזעהן וויאזוי מען געט געפיהל פאר קינדער, זי האט קיינמאל נישט צוגעזעהן וויאזוי א פרוי דארף געבן אמאציניאלע סופארט אדער איינערקענונג צו א מאן, ווייל מיין שוויגער האט לכאורה אויך געדארפט האלטן א דיסטענס פון איר מאן צוליב זיינע שלעכטע מדות און עביוז, ווי אויך איז מיין שוויגער אליינ'ס א געדעמעטשער מיט אסאך מענטל אישוס [כנראה] און אן קיין שום געפיל [איך בין חושד אז דאס איז געשעהן נאכן זיין אונטערן טיש פאר יארן ביי מיין שווער אינדערהיים], ווען מיין שווער אדער שוויגער קומען אהיים איז נישטא קיין גוטן טאג אדער א גוטע נאכט. אודאי האט מיין ווייב נישט געהאלטן אז עפעס איז ראנג מיט אונזער שלום בית כאטש וואס עס איז געווען אומפאנקשענל עס איט געט'ס.

למעשה היינט צוטאג'ס איז שוין אסאך בעסער, אבער די צירוסענע שטיקער זעהט זיך נאך זייער שטארק אן, און למען האמת בין איך פראוד צו וואוינען מיט מיין ווייב וואס האט אזויפיל מיטגעמאכט און האט אזויפיל געארבעט אויף זיך דאס צו קענען איבערקומען, איך בין זיכער אז מיין ווייב ליידט פון געוויסע מענטל אילנעסעס אדאנק דעם און איך וואלט זייער געוואלט הערן פון די חברי השטיבל ווער עס קען זיך אביסל אויס מיט אזא סיטואציע וואס זענען די דייעגנאזיס אויף דעם [איך מיין PTSD אדער ערגעץ אין יענע געגענט] און וויאזוי קען איך האבן גוטע הילף פאר דעם, ווי אויך וואלט איך געוואלט הערן פון סיי וועם וועלכער האט אויך מיטגעמאכט אזא איבערלעבעניש אדער עפעס ענדליך'ס.

ישר כח
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

עס טוט וויי צו ליינען דיין שווערע לעבן, אבער אז מען ווייסט די פראבלעם איז שוין א האלבע צרה געלייזט. דו דארפט טרעפן א גוטער טערעפיסט פאר דיין ווייב. און פארשטייט זיך אז תפלה קען נישט שאטן, בעהט דעם אייבערשטן אז ער זאל דיר העלפן אין דיין שווערע מצב, און אז דו זאלסט טאקע טרעפן א טערעפיסט מיט א הארץ וואס זאל מצליח זיין אין זיין מיסיע, און נישט בלויז ארויסציען געלט פון דיר.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ר' משה לייזער: קודם א יישר כח פאר אראפלייגן און באשרייבן דעם מצב מיט אזא עמאציאנעלן געפיהל אז איך האב ממש געמיינט אז איך לעב מיט דעם גאנצן מצב מיט דיר.איך בין נישט דער גרויסער פסיכאלאג אדער טעראפיסט. אבער א גרויסן כלל האב איך מיך אויסגעלערנט פון די אייגענע פראקטיק. סיי ביי מיר אליינס. און אוודאי ביי מיינע קינדער ווען זיי האבן געהאלטן ביי שידוכים. אבער דער כלל איז נוגע אין סיי וועלכע סאציאלע סיטואציע. והנה: אויב א מענטש קען נישט אנהאלטן א נארמאלן שמועס, ווען עס איז געפאדערט לויט'ן מצב. ווי למשל ביי א באשוי. מיינט דאס צו זאגן אז דער באטרעפנדער מענטש האט א פראבלעם. און ער אדער זי דארף גיין פאר הילף. ס'איז נישט וויכטיג ווער, אדער וואס ס'האט גורם געווען דערצו. דער תירוץ אז דער בחור אדער מיידל איז שעמעוודיג ארבעט נישט.

ביי אונז אין די משפחה (אינער פון מיינע נעפיוס.) איז אדורך אן ענליכע עקספיריענס. נאר דארט האט מען זיך שוין (ב"ה) גע'גט. אין קורצן נאך די חתונה. ס'האט זיך אנגעהויבן אויפ'ן זעלבן אופן. ווען ער איז געגאנגען אויף א באשוי, האט די מיידל גארנישט גערעדט. קוים געענטפערט בשפה רפה אויף די פראגן וואס מען האט איהר געשטעלט. מ'האט געדארפט ציען ציין. ווי א דענטיסט. מיין שוואגער, דער אבי הבן האט אבער מכח איזו סיבות נישט אויפגעכאפט די סיגנאלן און דער שידוך איז ווייטער געגאנגען. לאמיר געדענקען אז זיין זוהן איז אויפגעוואקסן אין זייער א חסיד'ישע, פרומע סביבה. אזוי אז אלס חתן האט ער ממילא נישט גערעדט מיט די כלה. ווען יא וואלט ער שוין מסתמא אויפגעכאפט אז ס'איז דא עפעס א פראבלעם. די כלה איז טאקע געווען א גרויסע מיוחסת. זי האט געשטאמט פון צדיקי עולם. אבער זי אליין האט נעבעך געהאט א פראבלעם. ביי די שבע ברכות האט מען שוין געזעהן דעם ביטערן מצב. און אויף די פאזיטיווע זייט האב איך עס אויך געזעהן. ב"ה ביי די שידוכים פון מיינע קינדער, ווען ס'איז געווען די פאסיגע צייט איז דער שמועס אייביג געגאנגען זייער גלאטיג. די מסקנא פון דעם אלעם איז אז מ'דארף אויפכאפן אזא פראבלעם תיכף בהתחלה. און דו וואלסט געדארפט אויפכאפן די סיגנאלן גלייך ביים אנהייב...!
משה לייזער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 48
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 27, 2014 10:57 am
האט שוין געלייקט: 66 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 121 מאל

שליחה דורך משה לייזער »

בערל בעל עגלה ישר כח פארן מיטיילן וואס די ווייסט דאס גיט מיר אביסל חיזוק אז איך בין נישט דער איינציגער נער אויף מארק

ולעצם דבריך אה"נ, אבער למעשה היינט בין איך ב"ה א טאטע פון אפאר זיסע קינדערליך און זיין א צועק לשעבר קומט נישט און באטראכט נאכדערצו אז זי איז אן אשת חיל וואס האט אסאך מעלות, יעצט איך וויל באמת וויסן 1) וואס פונקטליך גייט פאר מיט איר, 2)און וויאזוי קען איך דאס העלפן, ווייל מיט מיין קליינעם קאפ האב איך שוין געטוהן אלעס וואס איז אין מיינע מעגליכקייטן צו טוהן און עס האט זיך שוין גערירט, אבער גאר גאר שטייט איך וואלט געדארפט לעבן משותלח'ס יארן אנצוקימען צו א געהעריגע געשמאקע אינטימעט שלום בית, איך וויל נישט ווארטן אזוי לאנג, איך וויל קענען אנקומען דאס בעסטע וואס איז שייך ווי שנעלער
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

באמת ביסטו גערעכט. איך האב נאר געשריבן איבער א האלב פון דעם פראבלעם. אבער יעצט דארף מען קוקן אויפ'ן הווה און דעם עתיד. דעריבער איז די איינציגע עצה צו טרעפן א גוטן, פאלעסליכן (און לייסנסד) טעראפיסט, וועלכער וועט נישט מאכן א לאנגן אריכות פון יארן כדי צו פארדינען נאך געלט אויף דיין חשבון. נאר ער וועט נאך א פאר סעסיעס דערגיין גרונטליך דעם פראבלעם און טרעפן אן עצה וואס צו טון. דער אייבישטער זאל העלפן אז ס'זאלל זיין מיט הצלחה...אמן!
נתן מנחם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 129
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 1:58 pm
האט שוין געלייקט: 52 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 117 מאל

שליחה דורך נתן מנחם »

berlbalaguleh האט געשריבן:ר' משה לייזער: קודם א יישר כח פאר אראפלייגן און באשרייבן דעם מצב מיט אזא עמאציאנעלן געפיהל אז איך האב ממש געמיינט אז איך לעב מיט דעם גאנצן מצב מיט דיר.איך בין נישט דער גרויסער פסיכאלאג אדער טעראפיסט. אבער א גרויסן כלל האב איך מיך אויסגעלערנט פון די אייגענע פראקטיק. סיי ביי מיר אליינס. און אוודאי ביי מיינע קינדער ווען זיי האבן געהאלטן ביי שידוכים. אבער דער כלל איז נוגע אין סיי וועלכע סאציאלע סיטואציע. והנה: אויב א מענטש קען נישט אנהאלטן א נארמאלן שמועס, ווען עס איז געפאדערט לויט'ן מצב. ווי למשל ביי א באשוי. מיינט דאס צו זאגן אז דער באטרעפנדער מענטש האט א פראבלעם. און ער אדער זי דארף גיין פאר הילף. ס'איז נישט וויכטיג ווער, אדער וואס ס'האט גורם געווען דערצו. דער תירוץ אז דער בחור אדער מיידל איז שעמעוודיג ארבעט נישט....



נישט אינגאנצען אמת! איך בין געזעצען ביי מיין בעשוי נישט היינט געדאכט און מיין פרוי איז געווען טויט שטיל. היינט צו טאג וואונטש איך מיר זי זאל זיין כאטש האלב אזוי שטיל. ממילא קיין כלל איז דאס נישט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום נתן מנחם, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

עיני עיני יורדה מים. עס איז זייער ווייטאגליך צו הערן אזא פרשה. כ'האב שוין געהערט פארשידנארטיגע שוועריגקייטן וואס קאפעלס מאכן מיט, אבער נאך נישט אזא זעלטענע קעיס.

כ'בין מסופק צי א טעראפיסט קען דא צופיל העלפן. א קינד וואס איז געווארן אזוי ביטערליך עביוזד און קיינמאל נישט צוגעזעהן א ווארימער לעבן, קיין נארמאלע שלום בית, קיין נארמאלע חינוך, איז כמעט אוממעגליך צו פיקסן אויף 100%. עס איז זייער שווער אויסצולערנען אויף די עלטערע יארן דאס וואס א קינד דארף נאטורליך באקומען. אבער פארט קען עס זיין א גרויסע ישועה, אבער נאר אז די פרוי האט א שטארקע רצון, זי אנערקענט אז עפעס איז ראנג מיט איר און זי וויל זיך משלים זיין דאס וואס זי האט נישט באקומען, דאן איז אין לך דבר העומד בפני הרצון.

עכ"פ אז מען טרעפט שוין יא איינעם, זאל זיין א שטיקל עקספערט מיט גוטע רעפערענסעס, מיט א ווארעם הארץ. וה' יהא בעזרך און זאלסט זוכה זיין צו א ישועה שלימה בקרוב און אונז אלע פארציילן פיינע בשורות.
וירח ה' את ריח הניחוח
משה לייזער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 48
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 27, 2014 10:57 am
האט שוין געלייקט: 66 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 121 מאל

שליחה דורך משה לייזער »

נתן מנחם האט געשריבן:נישט אינגאנצען אמת! איך בין געזעצען ביי מיין בעשוי נישט היינט געדאכט אין מיין פרוי איז געווען טויט שטיל. היינט צו טאג וואונטש איך מיר זי זאל זיין כאטש האלב אזוי שטיל. ממילא קיין כלל איז דאס נישט.


די פראבלעם איז נישט אז זי איז שטיל, וואס בערל בעל עגלה האט געזאגט איז אז דאס וואלט געדאפט אנצינדן א רויט לעמפל און איז נאר די סימן אז זי האט א פראבלעם וויבאלד זי האט זיך נישט געקענט נעמען די קאראש פון רעדן אפאר ווערטער ווען יעדער נארמאלער מענטש ווייסט אז מען מוז רעדן, אבער למעשה מיין איך אז די ביסט סייווי גערעכט ווייל אסאך מענטשן שעמען זיך פשוט אדער זענען צוטומעלט ביים בעשוי און דאס איז נישט קיין גרויסע ראיה אבער פאר דריי יאר נישט קענען האבן א נארמאלער שמועס מיט מיין ווייב און נישט קענען ארויסהאבן קיין שום דעטאל נאך א שמועס ווייל אלעס איז נאר געענטפערט אויף די מינימאלסטע וועג און נאכדערצו ווען מיט אירע חבר'טעס קען זי געשמאק שמועסן [יא! אסאך מאל הער איך זיך דוקא אונטער די שמועסן מיט אירע חבר'טעס כדי צו באקומען איבסל אינסייט אין איר מהלך המחשבה] און עס קומט קלאר נישט ווייל זי האט מיך נישט ליעב. דאס מיינט אז זי האט עפעס א איינגעגעסנע בילד וויאזוי א פרוי דארף קוקן אויף א מאן דורך די אטמאספעיר וואס זי האט געוואוינט פאר די ערשטע צוואנציג יאר אין לעבן. חוץ פון דעם וואס די פראבלעם איז אסאך טיפער פון סתם נישט רעדן, עס איז די וועג וויאזוי זי בלעקט אויט און לערנט זיך נישט פון קיין מיסטעק'ס, און זי ווייסט נישט וויאזוי צו רעדן אדער שפילן מיט מיינע זיסע קינדערלעך, און אויך קען איך נישט באקומען פון איר קיין אמאשינעל סופארט, און אפילו אין די צייטן ווען עס דארף צי זיין די קלימאקס פון א רילעשנשיפ..... שפיר איך אסאך מאל ווי איך בין מיט א האלץ, נישט מיט א מענטש.
משה לייזער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 48
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 27, 2014 10:57 am
האט שוין געלייקט: 66 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 121 מאל

שליחה דורך משה לייזער »

שמעקעדיג האט געשריבן:כ'בין מסופק צי א טעראפיסט קען דא צופיל העלפן. א קינד וואס איז געווארן אזוי ביטערליך עביוזד און קיינמאל נישט צוגעזעהן א ווארימער לעבן, קיין נארמאלע שלום בית, קיין נארמאלע חינוך, איז כמעט אוממעגליך צו פיקסן אויף 100%. עס איז זייער שווער אויסצולערנען אויף די עלטערע יארן דאס וואס א קינד דארף נאטורליך באקומען. אבער פארט קען עס זיין א גרויסע ישועה, אבער נאר אז די פרוי האט א שטארקע רצון, זי אנערקענט אז עפעס איז ראנג מיט איר און זי וויל זיך משלים זיין דאס וואס זי האט נישט באקומען, דאן איז אין לך דבר העומד בפני הרצון.


למען האמת ווייסט זי שוין היינט אז זי האט א פראבלעם אבער זי איז נישט עכט מאטיוועטעד צו טוהן עפעס דערצו, און דא קומט נאכאמאל אריין די זעלבע פראבלעם אז זי בלעקט אוט און האט נישט די גילטי קאנטשעס וואס נארמאלע מענטשן האבן נאכן דרוכגיין א דרוכפאל. אויך איז זי נישט אבזערוועשנעל צו בכלל איינערקענען אין אסאך פון אירע טעותים, און איך פון מיין זייט האב שוין גענוג גערעדט צו איר, אבער עס העלפט ווייניג ווייל עס האט נישט קיין קיום פאר צו לאנג, און בכלל האלט איך נישט ביים אהיימקומען יעדן טאג און איר דארפן זאגן דא האסטו געמאכט א טעות און דא נאך א טעות וכו' וכו' זי איז גענוג ציבראכן ביי זיך עס פעלט נישט אויס אז זי זאל שפירן ווי איר מאן איז אויך נישט אויף איר זייט
זיגמונד פרויד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 52
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 01, 2014 1:02 pm
האט שוין געלייקט: 37 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 61 מאל

שליחה דורך זיגמונד פרויד »

Sorry to hear your story. Your wife is very fortunate to have a husband as supportive and understanding as you in her life.
זיגמונד פרויד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 52
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 01, 2014 1:02 pm
האט שוין געלייקט: 37 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 61 מאל

שליחה דורך זיגמונד פרויד »

משה לייזער האט געשריבן:למען האמת ווייסט זי שוין היינט אז זי האט א פראבלעם אבער זי איז נישט עכט מאטיוועטעד צו טוהן עפעס דערצו, און דא קומט נאכאמאל אריין די זעלבע פראבלעם אז זי בלעקט אוט און האט נישט די גילטי קאנטשעס וואס נארמאלע מענטשן האבן נאכן דרוכגיין א דרוכפאל. אויך איז זי נישט אבזערוועשנעל צו בכלל איינערקענען אין אסאך פון אירע טעותים, און איך פון מיין זייט האב שוין גענוג גערעדט צו איר, אבער עס העלפט ווייניג ווייל עס האט נישט קיין קיום פאר צו לאנג, און בכלל האלט איך נישט ביים אהיימקומען יעדן טאג און איר דארפן זאגן דא האסטו געמאכט א טעות און דא נאך א טעות וכו' וכו' זי איז גענוג ציבראכן ביי זיך עס פעלט נישט אויס אז זי זאל שפירן ווי איר מאן איז אויך נישט אויף איר זייט


She is so used to this emotional deprivation that she might not realize how alone she is, how much help is available and how much sympathy she has on this site. Show her the comments here
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

טייערער ר' משה ווען איך קען ווען גיב איך דיר א פאר צענדליג לייקס ,בעיקר פאר דיין קוראזש ארויסצוקומן אין פאבליק מיט דיין ווייטוגליכע געשיכטע וואס דו לעבסט מיט יום יום ולילה לילה ,און אויך פאר דיין געשמאקן פעדער (לדעתי זאלסטו קאנסידערן א קעריער און עמוניציאלע שרייבעריי אזא שאול קליין סטייל ,כ'מיין עס ערנסט).

איך פארשטיי אז דו זוכסט א עצה און סתם אזוי דברי חיזוק ווי אזוי זיך צו ספראווען מיט דיין האלץ האקעריי אבער איך מיין אז איינער וואס איז נישט אריבער די זעלבע מצבים צו ענליכס וועט דיך קיינמאל נישט באמת קענן פארשטיין. אבער דברי עידוד וועט מען דיר זיכער געבן און דאס איז אויך אסאך.

דו מוזט זיין עפעס גאר ספעשל אז דו האסט נאכנישט געפלאצט ביז איצט און דו ביסט איר גאר מחשיב פאר וואס זי טרייט יא צו טוהן און אירע סטראגעלס.

עס וואלט נישט געווען קלוג מצידי צו שפרינגן צו קאנקלוזיעס בעיסד אויף איין תגובה (ווי גוט עס זאל נישט זיין) אבער איך וואלט געזאגט אז עס סאונד ווי זי איז אריבער מער ווי נאר עמאשאל עביוז און דו מוזט אויף א סענסיטיווע אופן דערגיין צו זי איז נישט אדורך פיזשע אביוז צו אפילו סעקסועלע אביוז. מוז נישט זיין עס איז געשעהן אינדערהיים (כאטשיג דאס איז נישט אויסגעשלאסן ,ספעציעל אז דיין שוויגער איז געווען מעלמא דזכרא וד''ל) ,עס זענען ליידער דא גענוג מושחתים וואס וועלן נעמן ענדווענטיזש פון אזא מיטגעמאכטע און שיינע מיידל.


ווי אלע פאר מיר זאגן שון איז פשוט ביותר אז זי דארף סיריעס טערעפי אבער זאלסט קלאר וויסן פארדעם אז דלא כדמשמע פון עטליכע דא אז טערעפי וועט עפעס ווינדערליך מאכן די דשאב שנעל ,דו מוזט זיין גרייט אז עס וועט נעמן א לענגערע צייט און זי/עטץ וועט אדורכגיין פיינפולע מאמענטן אבער בעזרת ה' סוף האהבה לבוא און דו וועסט אי''ה נאך אינדשויען א פארהעלטענמעסיגע פיינע לעבן צוזאמן מיט איר און די לעכטיגע קינדערלעך.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
ראש הישיבה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:35 pm
האט שוין געלייקט: 914 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1109 מאל

שליחה דורך ראש הישיבה »

איך זיץ דא מיט טרערן אין די אויגן. איך פיל מיט מיט דיין עגמת נפש.

איך וויל דיר שרייבן אפאר ווערטער, אבער מיין מח איז צושטורעמט. איך קען מיך נישט מצמצם זיין.

א ברכה צו דיר אז עס זאל זיין ששון ושמחה שלום ושלוה, אין דיין שטוב
משה לייזער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 48
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 27, 2014 10:57 am
האט שוין געלייקט: 66 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 121 מאל

שליחה דורך משה לייזער »

איך אויך האט געשריבן:טייערער ר' משה ווען איך קען ווען גיב איך דיר א פאר צענדליג לייקס ,בעיקר פאר דיין קוראזש ארויסצוקומן אין פאבליק מיט דיין ווייטוגליכע געשיכטע וואס דו לעבסט מיט יום יום ולילה לילה ,און אויך פאר דיין געשמאקן פעדער (לדעתי זאלסטו קאנסידערן א קעריער און עמוניציאלע שרייבעריי אזא שאול קליין סטייל ,כ'מיין עס ערנסט).


ישר כח פאר די קאמפלימענט!

איך אויך האט געשריבן:איך פארשטיי אז דו זוכסט א עצה און סתם אזוי דברי חיזוק ווי אזוי זיך צו ספראווען מיט דיין האלץ האקעריי אבער איך מיין אז איינער וואס איז נישט אריבער די זעלבע מצבים צו ענליכס וועט דיך קיינמאל נישט באמת קענן פארשטיין. אבער דברי עידוד וועט מען דיר זיכער געבן און דאס איז אויך אסאך.


איך האלט אז איינער וואס איז נישט אריבער קען דאס נישט פארשטיין, און איך לייג צו אז אפילו איך וואס איך בין דאס יא אריבער פארשטיי איך נאכאלץ נישט געהעריג וואס עס גייט באמת פאר, טראץ דעם וואס מיינע אייגענע געפילן שפיר איך גאר גוט\שלעכט ווייל עס שטעכט ווי שפיזן און פראסטרעשן

איך אויך האט געשריבן:עס וואלט נישט געווען קלוג מצידי צו שפרינגן צו קאנקלוזיעס בעיסד אויף איין תגובה (ווי גוט עס זאל נישט זיין) אבער איך וואלט געזאגט אז עס סאונד ווי זי איז אריבער מער ווי נאר עמאשאל עביוז און דו מוזט אויף א סענסיטיווע אופן דערגיין צו זי איז נישט אדורך פיזשע אביוז צו אפילו סעקסועלע אביוז.


איך האב שוין אויך חושד געווען די אלע אויבנדערמאנטע, און איך האלט שוין נאכן קאנפירמען אז זי איז טאקע נישט אדורך קיין פיזישע עביוז [חוץ אויב זי געדענקט נישט, אדער אויב מרעכנט, דאס נישט גיין צום דאקטער און זיך אנליידן יסורים פאר פיזיקל אביוז] און אויך נישט קיין סעקסועלע אביוז אויף א טיפן אופן, טראץ דעם וואס אויף א מינדערוויכטיגע אויפן ווייס איך נאכנישט, אבער איך בין כמעט זיכער אז נישט [איך מיין אז עס איז נישט שייך צו זיין מער זיכער ווי איך בין].
לויט ווי איך פארשטיי ביזטו חושד אויף דעם צוליב די האלץ האקעריי וואס קומט פאר ביינאכט, און איך בין מודה צו דיר אז זי האט א סעקסועלע דיספאנקשען, אבער לויט מיין מיינונג קומט דאס נישט פון קיין סעקסיועל אביוז, עס קומט פון א זשענערעל רילעשנשיפ\אמאצינעאל דיספאנקשן פראבלעם וואס איז א דירעקטע רעזולטאט פון עמאשענעל אביוז
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

א חלק פון די טעריפי וועט זיין אויסצוקלארן דיך אליינס און נאך וואס ער וועט איר ארויסהאבן וועט א גוטע טעראפיסט זיך אראפזעצן מיט דיר און אפען זאגן וואס דו קענסט ערווארטן אז נאך אסאך ארבייט און סופפארט וועט זיך טוישן און וואס דו מוזט שלום מאכן מיטן מצב און דערויף פאסטן דיינע באשליסן לגבי ענקער ווייטערדיגע לעבן.

איך וואלט נאכאלץ נישט אויסגעשלאסן אנדערע טייפ פון אביוז. געוויסע סארווייווערס זענען עס זייער טיף מדחיק און עס קען נעמען לאנגע יארן ביז זיי זענען גרייט אפילו צו טראכטן דערפון ומכ''ש רעדן דערפון און פעיסן זייער מעסד אפ היסטארי.

איך וואנדער זיך אביסל אויף דיין געטרייע מאמע אז זי האט נישט געשטיפט אויף קאפל טערעפי אדער בעצם דיין ווייב זאל אויך גיין פאר הילף.

אויך האסטו אויסגעלאזט צו באשרייבן די נפשית'דיגע מצב פון אירע געשוויסטער. איז זי די עלסטע/אינגסטע? וואס איז אירע ברודערס און בעיקר שוועסערס מצבים? עס איז נישט קיין ראיה מחלטת ווייל עס איז מעגליך אז זי האט א מער סענסיטיווע נאטור ווי זיי אבער דאך איז עס וויכטיג צו וויסן אינעם גרויסן בילד.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

משה לייזער, הארץ רייסענד. זאלסט האבן סייעתא דשמיא.

יעצט צום ענין, כ'וואלט געוואלט מעיר זיין צוויי נקודות.

דו דערמאנסט אז מיט איר חברטעס איז אלעס כשורה, און איר סאשעל סקילס זענען כמעשה. זעהט מען אז זי האט די מעגליכקייט. איז די סיבה זי איז נישט אזוי מיט דיר צוליב וואס זי זעהט אין דיר א מאן (ווי איר טאטע) אין א פירענדע ראלע?

אויך וואלט געווען אינטערעסאנט צו הערן ווי אזוי זי איז סאשעלי מיט איר מאמע און שוועסטערס און אויך ווי אזוי איז זי מיט איר ברודערס.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
משה לייזער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 48
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 27, 2014 10:57 am
האט שוין געלייקט: 66 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 121 מאל

שליחה דורך משה לייזער »

איך אויך האט געשריבן:איך וואנדער זיך אביסל אויף דיין געטרייע מאמע אז זי האט נישט געשטיפט אויף קאפל טערעפי אדער בעצם דיין ווייב זאל אויך גיין פאר הילף.


איך האב נישט ליעב צופיל צו רעדן מיט מיין מאמע וועגן דעם, ווייל יעדעס מאל שפיר איך אז זי שפירט זיך שולדיג אויף דעם פלאנטער אין וואס איך בין אריינגעפאלן ווי אויך איז מיין מאמע נישט קיין גרויסע גבירת און קען מיר נישט צופיל העלפן מיט געלט, איך פאר מיר אליין בין איך אויך נישט קיין גרויסער בעל פרנסה, און עס קען זייער מעגליך זיין אז דער פאקט אז גיסט נישט קיין געלט איז א גרויסע שטער פאר די ווייטערדיגע הילף וואס מיר דארפן באקומען, איך האב שוין געוואוסט פארן שרייבן אינעם שטיבל אז מיר דארפן גיין צו א טעראפיסט די סיבה פארוואס איך האב געשריבן מיין מעשה דא אין שטיבל איז ווייל איך דארף אן אוזן קשבת און אויך בין איך נייגעריג וואס די חברים דא זאגן און וואס זיי האלטן איבער די דייעגנאזעס פון איר פראבלעם. און וואלט איך זייער הנאה געהאט ווען איינער זאל מיר אנצייגן א נאמען פון א גוטע טערעפיסט פאר די ענינים.

איך אויך האט געשריבן:אויך האסטו אויסגעלאזט צו באשרייבן די נפשית'דיגע מצב פון אירע געשוויסטער. איז זי די עלסטע/אינגסטע? וואס איז אירע ברודערס און בעיקר שוועסערס מצבים? עס איז נישט קיין ראיה מחלטת ווייל עס איז מעגליך אז זי האט א מער סענסיטיווע נאטור ווי זיי אבער דאך איז עס וויכטיג צו וויסן אינעם גרויסן בילד.


עס איז דא פאקטן וואס איך וויל נישט שרייבן צוליב דעם וואס עס וועט אנגעבן סימנים פארן עולם ווער איך בין, צוויי פון אירע שוועסטער ווייס איז זענען געגאנגן צו אינטענס טערעפי, פאר איינעם זעה איך אז עס האט געהאלפן, פארן צווייטן לויט מיינע אבזעוואציעס האט דאס נישט צופיל געהאלפן אבער איך האלט נישט אז נאר זי איז די פראבלעם איך האלט איז איר מאן איז אן עקסטערע קעיס פאר זיך סאו פון אים איז זיכער נישט קיין ראיה, פון די אנדערע, וויל איך נישט רעדן דא אין פובליק איך וויל נישט געבן קיין סימנים פון וועם מען רעדט.

ברודער עס זענען דא וואס האבן זיך ארויסדערזעהן פון זיין קאנטראל, אבער עס זענען דא אפאר וואס נישט, און וואס איך קען קלאר אנזעהן די אפעקט, אין אנדערע ווערטער אלע זענען אפעקטעט למחצה לשליש ולרביע, געוויסע האבן זיך ארויסדערזעהן פון זיינע נעגל, רוב זענען נאך אונטער זיינע פויסטן, און אפאר זענען ערגער פון מיין ווייב, אבער די עכטע מצב פון אלע אנדערע ברידער'ס און שוועסטער'ס ווייס איך נישט ווייל עס איז זייער שווער אנצוזעהן פון אינדרויסן וויאזוי זיי פירן זיך אויף אינדערהיים, אויף מיין ווייב וועט אויך קיינער נישט אנזעהן אז עפעס איז ראנג מיט איר
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום משה לייזער, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
משה לייזער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 48
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 27, 2014 10:57 am
האט שוין געלייקט: 66 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 121 מאל

שליחה דורך משה לייזער »

רויטע וואנצעס האט געשריבן:דו דערמאנסט אז מיט איר חברטעס איז אלעס כשורה, און איר סאשעל סקילס זענען כמעשה. זעהט מען אז זי האט די מעגליכקייט. איז די סיבה זי איז נישט אזוי מיט דיר צוליב וואס זי זעהט אין דיר א מאן (ווי איר טאטע) אין א פירענדע ראלע?


אירע סאציעלע סקילס זענען נישט ווייס איך וואס, און אגב זי האט נישט אזויפיל חברט'ס וויפול מיינע שוועסטער האבן [נישט קיין ראיה אבער איך מעסט לויט וואס איך ווייס], און די פאר וואס זי האט יא, וואלט איך געזאגט אז זיי קענען דאס פארדייען ווייל מען מאלנ'ט סייווי נאר וואסער אויפן טעלעפאון צו שטיפן די צייט, מען דארף נישט עכט אויסשמועסן אדער ארויסהאבן עפעס וואס יענער רעדט, און מען דארף נישט פארעמען א רילעשנשיפ מיט יענעם מער ווי א געוויסע מאס אז יענער זאל פילן אז מען האט רעאגירט צו אים, אבער ווען עס קומט צו א חתונה געהאטע לעבן, שמועס איך נישט סתם אזוי צו שטיפן צייט, איך שמועס ווייל איך זיך א קשר מיט איר, דאס איז א זאך וואס זעהט אויס אז דאס ווייסט זי נישט וויאזוי צו עסן. גלייך נאך די חתונה איז דאס אבער יא געווען א פשוטע דיזעסטער זי האט נאר געענטפעט ממש וואס מען האט געפרעגט נישט קיין איין טריט ווייטער, וואס דאס ווייזט מיר יא אן אז עס איז געווען עפעס א פראבלעם ווייל זי איז נאך געווען אונטער א שטארקע רושם פון איר טאטע און נאך די חתונה בין איך געווארן די בוגי מען, אבער היינט צוטאג'ס איז דאס שוין נישט אזוי, זי קוקט מיר נישט אן ווי א בוגי מען, זי ווייס אז איך בין אנדערש ווי איר טאטע, איך העלף אינדעהיים, און איך בין נישט קיין אביוזער ב"ה, אבער די אונטערדריקטקייט אדער די התפתחות פון איר מעטנעל העלט האט זי נישט באקומען, און אפילו היינט צוטאג'ס וועט זי אויך נאר רעדן קורץ אין שארף און נאר ביז א געוויסע פוינט ווילאנג עס ווערט נישט קיין עמאשענעל טאלק, און דאס איז א זאך וואס איך האב קיינמאל נישט געזעהן אז זי זאל קענען אפילו מיט אירע חבר'טעס, טראץ דעם וואס א געוויסע מאס באקוועמליכקייט קומט יא ארויס פון אירע ווערטער ווען זי רעדט מיט אירע חבר'טעס, און זי איז נישט אונטער דרוק פון דארפן שמועסן כדי צו פארעמען א ריעלעשנשיפ, עס קען זיין אז עס איז נאך געבליבן עפעס שיריים פון דעם אז איך בין דער וואס האט איבערגענומען איר טאטע, אבער מיר קוקט אויס אז דער פאקט האט נישט קיין צו א שטארקע השפעה.

רויטע וואנצעס האט געשריבן:אויך וואלט געווען אינטערעסאנט צו הערן ווי אזוי זי איז סאשעלי מיט איר מאמע און שוועסטערס און אויך ווי אזוי איז זי מיט איר ברודערס.


זי האט זייער ליעב איר מאמע, אויך האט זיך ליעב צו פארברענגן מיט אירע שוועסטער וואס אגב אירע שוועסטער טרעטן אויך אויף איר, אסאך מאל קענען זיי זיך צאמקומען אן דאס מיטטיילן מיט מיין ווייב, און ווען זי ווערט געוואויר דערפון באדערט איר דאס זייער שטארק, [צו פארטיידיגן מיינע שווערגערינ'ס וויל איך זאגן אז דאס איז וואס זיי האבן געזעהן ביי זייערע עלטערן, משנה זיין בן בין הבנים איז געווען א נארמאלע ערשיינונג]

מיט אירע ברודער האט זי נישט קיין שום שייכות איך האב נאך קיינמאל נישט געזעהן איר רעדן ברודערליך אדער אפילו סתם א שמועס מיט איינע פון די ברודער
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

שמעקעדיג, האסט געשאסן א סטעיטמעמט מען קען דאס יא היילן אויף 100 פערסענט.

און צו דיר ר' לייזער
I FEEL YOU :cry:
ס' קימט גיטע צייטן תתחזק
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

משה לייזער, קודם כל איך האב געהאט טרערען אין די אויגן בשעת ליינען דיין מעשה, אויף וויפיל סהעלפט.

האלסט אז דיין יסורים איז א דיירעקטע ריזאלט פון אונזער קראנקע שידוכם סיסטעם? מיר קוקט אויס אז יא.
פאר נא ריזען דארף א געלונגע מענטש זוך ציזאםליידען מיט אן פראבלימאטישע פרוי.
פון דיין שרייבען קען מען זען דו האסט א געוואלד מיט מעלות, וואס עפעס זאלסטו נישט האבן אן עזר בדומה?

זיי מיר מוחל פארן אריינדרייען דא די שדוכים נושא, דא דארף באמת פאוקסען איביר דיין פראבלעם. כהאב נאר געטראכט ווען די דעטס ווען דיין צוויי דריי מאל וואלסטו עס לכוארה באמערקט.
משה לייזער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 48
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 27, 2014 10:57 am
האט שוין געלייקט: 66 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 121 מאל

שליחה דורך משה לייזער »

נולד מאוחר האט געשריבן:האלסט אז דיין יסורים איז א דיירעקטע ריזאלט פון אונזער קראנקע שידוכם סיסטעם? מיר קוקט אויס אז יא.
פאר נא ריזען דארף א געלונגע מענטש זוך ציזאםליידען מיט אן פראבלימאטישע פרוי....
זיי מיר מוחל פארן אריינדרייען דא די שדוכים נושא, דא דארף באמת פאוקסען איביר דיין פראבלעם. כהאב נאר געטראכט ווען די דעטס ווען דיין צוויי דריי מאל וואלסטו עס לכוארה באמערקט.


יאפ! איך קאנסידער מיך און מיין מעריזש אלס וויקטים פון די סיסטעם, אבער דאס וואס די זאגסט אז אויב איך וואלט געדעיט פאר צוויי דריי מאל, אז איך וואלט באמערקט און נישט מסכים געווען צו גיין ווייטער, בין איך נישט זיכער אז אין דעם ליגט די הונט באגראבן.

1) די אטמאספעיר אין אונזערע קרייזן איז אז אויב מען גייט אויף בעשוי איז דאס שוין א פארטיגע שידוך, די בעשוי איז נאר געמאכט צו מקיים דעם מאמר חז"ל פון אסור לאדם שיקדש את האשה עד שיראנה וכו', דאס דעיטן א מיידל מיט אזא עטיטוד איז א דיזעסטער! און אפילו דריי בעשוי'ס וועט נישט ציפול העלפן.

2) א בחור וואס קומט ארויס פריש געבאקן פון ישיבה, האט נישט קיין השגה וואס ער דארף זעהן אויף א מיידל כדי צו מאכן אן אינטעלעזשענט החלטה מסכים צו זיין אדער נישט, ער האט נישט קיין השגה וואס זיינע געברויכן וועלן פאדערן פינף יאר שפעטער נאכדעם וואס ער וועט שוין יא גוט פארשטיין פארוואס די תורה זאגט לא טוב היות האדם לבדו, און אפילו א בחור וואס ווייסט יא אביסל מער, אבער וויבאלד די גאנצע ענין איז א פארמאכטע פארהאקטע נושא און ער האט זיך קיינמאל נישט געדרייעט צווישן מיידליך, קען עס דויערן חדשים אדער אפילו יארן ווילאנג ער ווערט באקוועם מיט די פאקט אז ער וואוינט און האט נאנטשאפט מיט א מיידל, און הערשט דעמאלטס וועט ער באמת אנהייבן צו כאפן וואס זיינע געברויכן זענען, וועלכע סארט כאראקטער ציהט אים דאס מערסטע וכו', און בעפאר דעם וועט ער קיינמאל נישט קענען עכט אידעטיפיצירן זיין קאמפעריביליטי מיט דעם אנגעגעבנעם מדוברת אפילו נאכן פארברענגן גענוג צייט מיט איר.

פון די אנדערע זייט פארשטיי איך אבער אז עס איז נישט אויסגעהאלטן ע"פ תורה אזוי דראמאטיש צו טוישן די סיסטעם אז אינגלעך מיט מיידליך זאלן לערנען צוזאמען און האבן א נאנטע שייכות בעפאר עס קומט די צייט, [וואס כאטש איך בין מסופק וויאזוי עס האט אויסגעקוקט אין דער אלטער היים, אסאך מאל קען איך זעהן צווישן די אלטע לייט אז זיי רעדן געהעריג צו פרעמדע פרויען אן קיין בושות און אן האלטן די אויגן אויף אראפ אויפפאלענדערהייט די גאנצע צייט] אבער עפעס א שטיקל השגה מעג א בחור אין שידוכים האבן, נאכדערצו ווען א שידוך האלט שוין ערענסט

אבער לאמיר נישט פארקריכן, איך האלט נישט יעצט ביים שטיין און חרטה האבן אדער האבן שולד געפילן אויף מיין ארגינעלע החלטה [די גמרא זאגט א רשעים מלאים חרטה] דאס איז דאס און יעצט ברויך איך אן עצה טובה פון די חברי השטיבל, טיילט'ס מיט ענקער עקספירענס איך זאל נישט שפירן ווי דער איינציגעגסערט נער אין מארק, געט'ס מיר נעמען פון גוטע טערעפיסטן וואס האבן א גוטע נאמען אויף די ענינים, און אויב מעגליך זייט מיר מודיע וואס איר האלט איבער די מענטעל אילנעסס וואס מיין ווייב און איך ליידן זיך אן
elter-zeide
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 309
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 12, 2012 4:33 pm
האט שוין געלייקט: 96 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 125 מאל

שליחה דורך elter-zeide »

ווי איך ליין דיינע ווערטער פארשטיי איך אז איר קען מען נישט טוישן, אין אויב יא? וועט דאס נעמען יארן, זי האט שוין געלעבט מיט דיר געניג צייט דאס זי זאל זיך איבערצייגען אז די ביסט נישט אזוי ווי איר טאטע, די ביסט געטריי צי איר אין ליבלעך, אבער זי קען דאס נישט גלייבען אז מ'האט איר ליב, מעגלעך אז זי ווייסט שוין גיט ווער די ביסט אבער זי שעהמט זיך דאס ארויס ווייזען, אדער ווייל זי האט נאך מורא פין איר פאטער דיר ארויס ווייזען, האסט שוין פערבירט אוועק פארען אויף צוויי דריי וואכען?, אדער זי זאל אוועק פארען אויף א פאר וואכען? זי זאל שפורן ווי א לעבען איז אהן דיר, אין דער נאך מאכען א צווייטע בעשאו, ווען די קענסט איר גיט אין זי דיך, אין זען עפעס א טויש אין איר,
ביי דע וועי? זי ליינט אויך וואס די שרייבסט דא אין שטיבל? אין וואס מ'אנטווארט דיר?
איך בין נישט אזוי אלט ווי איך זע אויס
משה לייזער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 48
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 27, 2014 10:57 am
האט שוין געלייקט: 66 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 121 מאל

שליחה דורך משה לייזער »

elter-zeide האט געשריבן:ווי איך ליין דיינע ווערטער פארשטיי איך אז איר קען מען נישט טוישן, אין אויב יא? וועט דאס נעמען יארן, זי האט שוין געלעבט מיט דיר געניג צייט דאס זי זאל זיך איבערצייגען אז די ביסט נישט אזוי ווי איר טאטע, די ביסט געטריי צי איר אין ליבלעך, אבער זי קען דאס נישט גלייבען אז מ'האט איר ליב, מעגלעך אז זי ווייסט שוין גיט ווער די ביסט אבער זי שעהמט זיך דאס ארויס ווייזען, אדער ווייל זי האט נאך מורא פין איר פאטער דיר ארויס ווייזען, האסט שוין פערבירט אוועק פארען אויף צוויי דריי וואכען?, אדער זי זאל אוועק פארען אויף א פאר וואכען? זי זאל שפורן ווי א לעבען איז אהן דיר, אין דער נאך מאכען א צווייטע בעשאו, ווען די קענסט איר גיט אין זי דיך, אין זען עפעס א טויש אין איר,
ביי דע וועי? זי ליינט אויך וואס די שרייבסט דא אין שטיבל? אין וואס מ'אנטווארט דיר?


זי ליינט נישט וואס איך שרייב דא! די האלסט אז איך זאל איר דאס ווייזן? אויב יא פארוואס?

אויב עס וועט נעמען יארן וואסארא צוויי ברירות האב איך דען? זאל זיין אזוי! אבער כאטש נאך די יארן זאל אלע זיין בסדר...

בנוגע דאס וואס די שרייבסט אז 'זי קען נישט גלייבן אז מען האט איר ליעב', די האסט א שטיקל פוינט, פון אנהייב איז דאס זיכער אזוי געווען אבער ציביסלעך האט זי זיך שוין יא אביסל אויסגעלערנט אז איך האב איר ליעב, אבער פון די אנדערע זייט ווייס איך קלאר אז די ליבשאפט קען זיין אסאך מער פון וואס 'איך' האב שוין ארויסגעוויזן, וויבאלד די מסך המבדיל און די אומגעהויערע עגמת נפש וואס איך מאך מיט צוליב איר [כאטש עס איז נישט איר שולד] האלט דאס צוריק, אפשר דארף איך טאקע אנהייבן צו פאפן און חנפ'נען צום נעקסטן שטאפל אזוי ווי נאך די חתונה, אבער ווי נעמט מען די פרישקייט וואס איך האב דעמאלסט געהאט?! און אויך איז דאס נישט קיין געהעריגע טא וועי סטריט עס איז זייער שווער צו חנפ'נען פאר אזוי לאנג אן צוריק באקומען עפעס דערפאר.

איך מיין אז דאס וואס די שרייבסט נעקסט 'מעגלעך אז זי ווייסט שוין גיט ווער די ביסט, אבער זי שעהמט זיך דאס ארויס ווייזען' דאס איז וואס איך שפיר אלס מער קרוב לאמת, אבער מיט א טוויסט, עס איז נישט נאר דאס אליין אז זי שעמט זיך, נאר איך שפיר אז זי האט בכלל נישט די סקיל'ס אדער די ריכטיגע שפראך און געפיל דאס ארויסצואווייזן.

איך בין שוין אוועקגעפארן אפאר מאל, איך האב מיך געבענקט אזוי שטארק צו זיין צוריק אינדעהיים צוזאמען מיט איר [אפשר אינטערעסאנט פאר ענק אבער דאס איז די פאקט] איך האב גערעדט אויפן טעלפאון מיט איר און אויסגעדריקט מיין בענקעניש, אבער ווען איך בין אהיימגעקומען איז דאס געווען צוריק צום אלטן [אבער עס קען זיין אז דאס איז פונקט געווען בעד טיימינג?], עס איז אויך זייער מעגליך אז איך האב נישט אויפגעפאסט אזוי שטארק דעם אימידיעט טויש, עס קען זיין אויף אין די ערשטע האלבע שעה איז זי געווען פרייליך מיר צו זעהן צוריק [און אויך מיט א אנגעהאלטענקייט] אבער א דראסטישע טויש אדער אפילו אן אנמערקבארע טויש פאר לאנג טורם איז זיכער נישט געווען
פארשפארט