ידען האט געשריבן:ווי אזוי ווערט מען א ״ידען״?
איך האב געוואלט מאכן א עקסטערע אשכול פאר די נושא אבער איך מוז מיך האלטן צו מיינע אייגענע ווערטער אז דער אשכול איז פאר קורצע סחורה און אויב ווערט א לענגערע שמועס וועט מען אפטיילן...
איך האב שוין געשריבן אז מיין ניק איז טאקע ״ידען״ אבער עס מיינט נאר ווייל דאס וויל איך ווערן, אבער איך האלט נישט אז איך בין שוין טאקע ווערט צו האבן דעם נאמען.
מיין שאלה ״וואס כ׳וויל וויסן״ איז, ווי קומט מען אן דערצו? ווי אזוי באקומט מען די אלע ידיעות?
איך בין אין דעם פורום שוין זייט אנההייב און דא זענען דא אזעלעכע דא וואס איך שעם מיך צו שטיין מיט זיי אין ווארט, זיי ווייסן א ים פון אינפארמעישאן און איך פייגער צו וויסן אביסל מער.
עני עדווייס?
לייענען אסאך ווייס איך אז ס׳העלפט אבער איך לייען און איך זע דאך אז ס׳העלפט אויף כפרות... אפשר לייען איך נישט די גוטע סחורה?
אלס איינער וואס האט ליב צו וויסן, קען איך נישט זאגן וויאזוי מען ווערט א "ידען". רוב מענטשן "ווייסן" זאכן, יעדער אין זיינע זאכן וועגן וואס איז אים אויסגעקומען צו לייענען/הערן. א ידען איז בפשטות עמיצער וואס ווייסט זאכן וואס רוב מענטשן מיט וועמען ער פארקערט ווייסן נישט. א ש"ס-איד איז נישט קיין ידען אין כולל ש"ס.
די שאלה איז וואס דיין ציל איז: דער טיטל אדער שטילן דעם נייגער? אויב ס'איז דער טיטל, הייב אן לייענען מער איבער די טעמעס וועגן וועלכע מען רעדט אפט ביי די מענטשן צווישן וועמען דו דרייסט זיך. ווען מען רעדט אין שול איבער יענער טעמע, טראכט פון עפעס אן אומבאקאנטן פרט אין יענער נושא, און גיב עס אזא מהיכי-תיתי ווארף-ארויס פון ארבל; זאג עס מיט אזא רואיגער, נישט-עקסטאז טאן; און חידוש זיך דערביי אויפ'ן איבעריגן עולם הלמאי זיי האבן נאך קיינמאל נישט געהערט פון אזא "באקאנטע זאך". אויב דו קענסט די שטיקל אינפארמאציע איבערגעבן מיט אומגעווענליכע, "שווערע" ווערטער, איז געוואלדיג. ווער רעדט נאך אויב דו קענסט זיך דערביי "מוטשען" (ללא הצלחה) מסביר צו זיין דעם טיפן ענין פאר די פשוט'ע מוחות פון די אנוועזנדע - אך, דעמאלט ביזטו פארזיכערט מיט א שטול אויפן אויבנאן פון די ידענים!
אויב אבער ווילסטו שטילן דעם נייגער נאך אינפארמאציע, הייב אן מיט דער טעמע וואס אינטערעסירט דיך צום מערסטנס.
אין אלגעמיין, קען מען כמעט אייביג עפעס קונה זיין פון יעדן און ביי יעדן שמועס. אלץ וואס פעלט זיך אויס איז -- אויסהערן. איך וואלט דיך אויך געראטן נישט צו זוכן אריינצופיטן אינעם טיטל "ידען", ווייל דאס קומט מיט דער ריזיקע פון ווערן געפערליך "שטייף", נישט קענען הערן וואס אנדערע זאגן/דערציילן (אויס מורא אז ס'וועט אריינשטעלן א "דענט" אין דעם ידען-עגא), און ווייניגער געלעגנהייטן אנדערע זאלן דיר דערציילן זאכן (טראכטנדיג אז דו, ידען, האסט שוין זיכער דערפון געהערט!)