רעספעקט פאר געפאלענע פאליציי-אפיצירן אן אחריות און חוב קדוש

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2751 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2864 מאל

רעספעקט פאר געפאלענע פאליציי-אפיצירן אן אחריות און חוב קדוש

שליחה דורך שעפטל »

באקומען אין אישי:

בס"ד.

א אפענע בריוו צו כלל ישראל - דורך: אהרן יוסף שפילמאן

[center]שטעלן בלומען און צינדן-ליכט פאר די געפאלענע פאליציי-אפיצירן אן אחריות און א חוב קדוש[/center]

ס'איז פאראיבער עטליכע טעג זינט ניו יארק איז געכאפט געווארן אין שאק נאכדעם וואס צוויי פאליציי אפיצירן זענען קאלטבלוטיג ערמארדעט געווארן זיצענדיג אין זייער קאר, ביים פאטראלירן א געגנט נישט ווייט פון די חרדישע וויליאמסבורג. צוויי פאמיליעס האבן פארלוירן א פאטער, ווייבער האבן פארלוירן זייער מענער, און מען דארף נישט ערקלערן און געבן צו פארשטיין וואספארא טראגעדיע דאס איז פאר א פאמיליע ווען מען פארלירט א מיטגליד, און נאך אויף אזא טראגישן פארנעם.

ס'איז נישט קיין סוד אז די אפיצירן וועלכע דינען אין די פאליציי שטעלן איין זייערע לעבענ'ס אין געפאר יעדן מינוט וואס זיי געפינען זיך איינגעהילט אין זייערע מונדירן. און פארגעסט נישט אז חוץ פון אינפארסירן געזעץ און פארטיילן טיקעטס זענען זיי וועמען סיי ווער וועט אנרופן אויב ווערט מען אטאקירט אדער איבערגעפאלן, און אין סיי וועלכע סיטואציע א מענטש שפירט זיך אין געפאר, זענען זיי דא דיר צו ראטעווען און ברענגען די סיטואציע אונטער קאנטראל.

ס'איז קלאר און דייטליך אז אזוי לאנג וואו מיר געפינען זיך אין גלות דארפן מיר צוקומען צו די פאליציי וועלכע זענען די ריכטיגע שליחים אין צייט פון נויט אונז צו באשיצן, ווען אימער. צו איז עס ווען מען ווערט איבערגעפאלן, בארויבט, זוך-אקציע, וואנדאליזם, א.א.וו. און ספעציעל ווען מען לעבט אין ניו יארק אונטער א שטענדיגע טעראר-שרעק, וואס בס"ד זענען שוין צענדליגער טעראר-אטאקעס פארמיטן געווארן אדאנק זייער אנוועזנהייט. ב"ה די פאליציי צייגען ארויס א שטארקע פארשטענדעניש און סענסיוויטעט ווען עס קומט צו די געברויכן פון די אידישע געמיינדע אין ניו יארק און זענען שטענדיג דא צו ארבעטן האנט ביי האנט מיט די געמיינדעס צו איז עס ביי שמחות, ימים טובים, ווען מען דארף פערמיטן, דעמאנסטראציעס, און דער ליסטע ענדיגט זיך נישט. און אצינד ווען די פאליציי דעפארטמענט גייען דורך גאר שווערע אומשטענדן ווערנדיג געצילט דורך פילצאליגע אויפגעברויזטע פארשוינען וועלכע זוכן זייער בלוט צוליב די אומ'אחריות'דיגע באהאנדלונג פון א פאליציי-אפיציר אויף א אפריקאנער אמעריקאנער פארשוין וועלכע איז דערשטיקט געווארן צום טויט ווען ער האט זיך נישט געלאזט ארעסטירן פאר א פארברעכן וואס ער איז באגאנגען - זענען אבער אין די זעלבע צייט יא פארהאן אויפריכטיגע און פאראנטווארטליכע מענטשן וועלכע פארשטייען אז נישט די גאנצע פאליציי דעפארטמענט איז פאראנטווארטליכט פאר די געמיינע באהאנדלונג פון איין פארדארבן-עפל אינערהאלב די פאליציי און זיי פארשטייען אז אין די איצטיגע טעג ווען די פאליציי נויטיגט זיך אין די מערסטע חיזוק און סופארט, סימפאטיע, דארפן מיר ארויסצייגען אונזער הכרות הטוב.

ב"ה אפאר וואוילע אידן, טייל וועלכע פארטרעטן קהילות, און אנדערע יחידים האבן געשפירט די פארפליכטונג צו מאכן א קידוש השם שמים און גיין צום ארט וואו די שיסעריי איז פארגעקומען, און צינדן א ליכט'ל און אראפשטעלן בלומען אלס רעספעקט פאר די געפאלענע פאליציי אפיצירן און ארויסצייגען סימפאטיע און מיטגעפיל מיט די באטרעפנדע פאמיליעס און פאר די פאליציי-דעפארטמענט וועלכע איז איין פאמיליע.

אבער ווי שטענדיג זענען אלעמאל דא אומ'אחריות'דיגע קורץ-געבינדענע היץ-קעפ וואס אנשטאט אליינס זיך באנוצן מיט שכל וואסנדיג די געוואלדיגע אחריות און חוב וואס ליגט אויף יעדן איינציגען איד ארויסצוצייגען הכרות הטוב, און צייגען אז די אידישע געמיינדע אין ברוקלין זענען נישט נאר דא צו זיצן אויף די רעגירונג און נעמען פראגראמען און אנדערע טובות פון די פארשידנארטיגע אגענטורן ווען נויטיג, נאר מיר טוען זיי באדאנקן, רעספעקטירן און מוטיגען אין א צייט ווען זיי דארפן עס ווי א טרונק-וואסער, וועלן מאנכע גייען אראפרייסן די פאר אידן וועלכע האבן געלייגט די בושה אין די זייט און אראפגעגאנגען אויפן סצענע אפגעבן רעספעקט דורכ'ן צינדן א ליכט'ל און שטעלן בלומען, א נאבעלער אקט פון קידוש השם וועלכע איז ברייט אויפגעכאפט געווארן דורך די פילצאליגע מידיא-נעצן אויפ'ן ארט און די פאליציי מיטגלידער, און קרובי המשפחה, וואס האט אן קיין ספק איבערגעלאזט א געוואלדיגער רושם אויף אלע פון זיי, און געוויזן אז די אידישע ניו יארק זענען נישט נאר דא צו נעמען פון די רעגירונג, נאר מיר געבן אויך מיטן גאנצן הארץ, מיר פארשטייען, מיר שפירן מיט... ס'איז אומגלויבליך וואספארא פאזעטיווע רעאקציעס עס האבן זיך געהערט אינערהאלב די פאליציי-קארידארן איבער די באהאנדלונג וואס זיי האבן ערהאלטן פון די 'דזשואיש-קאמיונעטי', וואס יעדער איד און יא, טאקע דו אינגערמאן וואס האסט פארברענגט אויף 'וואטסאפפ' אראפרייסן די אידן אלס מענטשן וואס זוכן אויפמערקזאמקייט - וועסט אויך געניסן און הנאה האבן דערפון, איצט אדער שפעטער.

ס'איז העכסט צייט אז אונזערע יונגווארג זאלן זיך אויפוועקן צום רעאליטעט אז מיר זענען גלות-אידן פארפיינטעט ביים גוי, מיטן מונדיר אדער אנעם, און יעדער גוטער פאזעטיווער אקט נעמט עטוואס אראפ די האס פון גוי, און ברענגט א בעסערע איינדרוק אויפ'ן איד וואס די בענעפיטן דערפון זענען ענדלאז. און הער אויף זיצן באקוועם טראכטנדיג אז דאס איז דיין שטאט, מען קומט דיר עפעס, אין א צייט וואס ווי די גוים האלטן אויף דיר אז דו געבסט גארנישט פאר די רעגירונג אחוץ נעמען פראגראמען... וואו זיי טענה'ן אלעמאל: דער איד דינט נישט אינעם מיליטער, דער איד דינט נישט אינעם פאליציי... און אזוי ווייטער, פאקטן וועלכע זענען אמת, און מיר אידישע קינדער פארשטיין אבער אז זייענדיג אידן איז אוממעגליך דאס צו טוען באזירט אויף אונזער אייגענארטיגע לעבענ'ס-שטייגער, אבער דער גוי פארשטייט דאס נישט, און וועט עס קיינמאל נישט פארשטייין, דעריבער פרוביר כאטשיק אין אזא צייט פון טרויער און ווייטאג צו צייגען דיין דאנקבארקייט, מיטגעפיל, מיטלייד און רעספעקט עטוואס צו פארבעסערן דעם אנזעהן פון כלל ישראל. וועק דיר אויף אינגערמאן, אמעריקע איז נישט דיינ'ס, מען האט דיר נישט ליעב, ביזט אין גלות, ס'איז ניסים יעדע רגע אז דער אמעריקאנער רעגירונג דרייט זיך נישט אויס דאס רוקן צו אידישע קינדער און פאנגט אן א גירוש, לאך נישט, די אידן אין דייטשלאנד האבן געפירט א ברייטע רייכע באקוועמע לעבן, דארטן זענען אויך געווען עסקנים און כלל-טוער, פאליציי-טשאפלעינס און ליעזאנ'ס און אלע זענען מיטגעשיקט געווארן צו זייער שחיטה אינאיינעם מיט זייערע דייטשע פי-בי-עי קארטליך... מיר זענען נישט פארזיכערט! און מיר האבן א פליכט צו טוען אלעס מעגליך אפילו עס קוקט אויס פאני פאר דעם קלוגען אינגערמאן ווועלכע פיסקעוועט ביז פיר-אזייגער אין קאווע-שטובל און אין מקוה קעגן די פאר אידן. אשריך די עסקנים און און אנדערע אידן וועלכע זענען אראפגעגאנגען אויפ'ן סצענע און געטוען אונזער פליכט. און אזוי אויך קומט זיך אנערקענונג פאר א איידעלע חסידישע-פאמיליע וועלכע וואוינט נישט ווייט פון די סצענע וועמען די שרייבער פון די שורות האט אליינס בייגעוואוינט זענען אראפגעקומען 10:00 אויפדערנאכט די טאטע, מאמע און אלע קינדערלעך, קע"ה א קינדער געבענטשטע פאמיליע, אראפשטעלן בלומען און צינדן א ליכט'ל. דער סצענע איז געווען געוואלדיג! אט אזוי דארף מיר זיך פירן אזוי לאנג וואו מיר געפינען זיך אונטער דעם גלות-יאך. זיי נישט קיין אויבער-חכם, ווייל דו וועסט שפעטער וויינען ח"ו. יא, ביי אזוינע געשעהנישן זאלן בילדער גענומען ווערן, זאל עס פארשרייט ווערן אימעטום, זאלן אונזערע נישט-אידישע שכנים זעהן אז מיר זענען הארציגע און געטרייע בירגער וועלכע רעכענען זיך מיט זייערע ווייטאגען.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...

דער אשכול פארמאגט 18 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר