ווי שוין
געשריבן דא, איז פאראן אסאך נייעס ביי די CES טעכנאלאגיע שאו פון 2016, ובכללם נייעס פון קארס.
קרייסלער האט אצינד ארויסגעשטעלט איר נייעם פארבעסערטן 2017 מיניווען, און אין א דראסטישע שריט, געטוישט די נאמען פון "טאון ענד קאונטרי" צו "פעסיפיקע". איר שוועסטער, די דאדזש "גרענד קערעווען", גייט גענצליך ארויס פון פראדוקציע.
עס קוקט מיר אויס אז עס פארבלייבט דערווייל מיט בלויז 7 זיצן, אין פארגלייך צו די סיענע און אדיסי וועלכע פארמאגן 8 זיצן, וואס איז א חסרון פאר אונזערע היימישע קינדער-געבענטשטע משפחות. אבער לייגנדיג דאס אין א זייט, דער נייער מיניווען איז א נייע וועלט מיט פילע מעלות, געבויעט אויף א נייע פלאטפארמע, עס פארט פיל בעסער ווי די יעצטיגע מאדעלן, און אנטשפרעכט צו זיין א גאר פארגעשריטענע מיניווען אין פארשידענע קאטעגאריעס.
צווישן די מעלות איז ווי פאלגענד, א בילט-אין וועקיום קלינער, וואס איז מער פאוערפול פון די אדיסי'ס; אויטאמאטישע סליידינג טירן און טראנק אן עס דארפן צורירן; א נייע בעקאפ קעמרע מיט א סורראונד 360 דעגרי פאנארעמע אויסקוק; מיט סענסארס פון אלע זייטן וואס וועט העלפן מיט פאראלעל-פארקינג; די מיטעלסטע זיצן וועלכע גייען אריין אין דער ערד וועט זיין פיל גרינגער אריינצולייגן, בלויז מיטן דרוק פון א קנעפל; עס וועט זיין א טראפעלע ברייטער פאר מער פלאץ; א גרויסער סאנראף (זון-דאך) אויך פאר די אונטערשטע זיצן, און בכלל וועט אלעס זיין פון בעסטן קוואליטעט, די זיצן און די קאנטראלס.
די ענדזשין פארבלייבט די זעלבע, אבער עס קומט א נייער 9-ספיד טראנסמישאן (ערזעצט די איצטיגע 6-ספיד), וואס וועט העלפן פאר בעסערע מיילעדזש. רעדנדיג פון מיילעדזש, וועט אויך זיין צו באקומען א הייבריד מאדעל צום ערשטן מאל, וועלכע וועט ציען פיל ווייניגער געז ווי די רעגולער מאדעל.
דער אויסקוק איז געמאכט מער ווי א עס-יו-ווי, אדער ענדערש סטעישאן וואגאן סטיל, כדי אוועקצונעמען דעם אויסקוק פון א מיניווען, און עס זאל אויסקוקן מער "קיל" בלע"ז.
עס וועט ערשיינען קומענדיגן פרילינג ביי די דילערס. דערווייל איז ערווארטעט גרויסע סעילס אויף די יעצטיגע מאדעלן כדי אויסצוליידיגן די אינווענטארי און מאכן פלאץ פאר די נייע.
.