שושנים #9: גיבורים ביד חלשים
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
שושנים #9: גיבורים ביד חלשים
איבער געשרייען פון געווער
באמבעס אן אויפהער,
האב איך געהאלטן אין האנט,
א שטיקל ניגון.
געזינגען אן א מייק,
מיין שטימע וועט מיר טראגן אזוי ווייט,
ביז ווי מענטשן נייגן אן אויער צו הערן.
האב איך געוואלט וויינען הויך,
מיין שופר האט זיך אבער פארברענט,
אינעם גרויסן פייער וואס די קלוגע האבן נישט געקענט פארזען.
געזוכט א פעדער צו שרייבן א בריוו,
עס אז אבער געווען צו שפעט.
געבליבן בין איך מיט מיינע צוויי הענט,
און אן אטעם צווישן זיי.
אחד איינער האט גע'דרשנ'ט דברי חיזוק,
אדער אפשר שיחת התחזקות.
איך געדענק שוין נישט,
איך בין אויפגעשטאנען אויף די לינקע זייט.
עס איז שוין בעסער דברי חלומות,
ווי עס ליגן נעבעך די שוואכע דורות,
בעסער זיין פריי ווי פרייליך, שוואך, נע, שבח.
און ווען די מוזיק איז שטיל געווארן,
האט מען געהערט ברימען מע
קען מען דען האבן אזויפיל קינדער,
און נישט ליב האבן איינס מער.
עס לייגט זיך נישט אויפ'ן שכל,
אפילו א טויבער קען דאס זען
ווי עס דרייט זיך אין ראד,
און מיר אינאיינעם בלייבן גלייך לנצח.
(ואמר רבינו, שבזה השיר מרומזים כל כוונות חנוכה, מי יתן ונזכה להשיג אפס קצהו.)
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1393
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
- האט שוין געלייקט: 3030 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
- קאנטאקט:
רבים ביד מעטים כאפ איך... דער פייטן ברענגט ארויס אז די שארית הפליטה האט א חוב צו האבן פיל קינדער, דאס טייטשט ער רבים ביד מעטים.
גיבורים ביד חלשים כאפ איך... דער פייטן זאגט אז די קלוגע פון די אידן האבן נישט געהאט די שכל זיך ארויסצודרייען פון נידון ווערן לשריפה אין די כבשוני האש ביים קריג.
ועל הניסים כאפ איך... "איבער די נסים" - אזוי הייבט דער פייטן אן אז איבער די קולות פון די באמבעס [וועלכע זענען נישט געפאלן אויף איהם]...

(- - -)
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1393
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
- האט שוין געלייקט: 3030 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
- קאנטאקט:
דער פייטן דא האט הפנים גענומען צום הארצן דברי יקירינו מר [tag]יואב[/tag], און זיך נישט באגרעניצט צו גראמען.
(- - -)
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
כפישעלע, זעהט אויס דאס איז עפעס אזא ליד וואס פראבירט מקיים זיין להודות ולהלל פון חנוכה, דורך פארשידענע הוספות מיט חידושים, א שאד נאר אז קיינער ווייסט נישט וואס ער רעדט..
איך קלער אז עס דרייט זיך אלץ ארום דער מושג גיבורים ביד חלשים, און פרובירט ארויסברענגען די גבורה פון די חלשים, אזויווי די הפטרה פון חנוכה לא בחיל ולא בכח כי אם ברוחי, דאס הייסט אז דער רוח איז שטערקער פון די ברוטאלער כוח (@כוכב, אזויווי די פראטעסטירער וואס רעדן זענען שטערקער פון מערדער
) און די קול דממה דקה פון א שטיקל ניגון הערט זיך העכער ווי די באמבעס און געווער.
וזה אמרו
איבער געשרייען פון געווער
באמבעס אן אויפהער,
האב איך געהאלטן אין האנט,
א שטיקל ניגון.
וע"ד פישעלע, איבער מתפרש לכמה משמעויות, עס טראגט זיך דער ניגון העכער טיפער שטרעקער פון די געווער. געהאלטען אין האנט = גיבורים ביד חלשים.
געזינגען אן א מייק,
מיין שטימע וועט מיר טראגן אזוי ווייט,
ביז ווי מענטשן נייגן אן אויער צו הערן.
א מייק וייזט אויף א פעיקע התגברות פון כוח גופני וואס זאל טראגען דער קול זאגט ער ער זינגט אן א מייק, )unplugged(, כי אם ברוחי. און דאס האט אזא שטארקער כוח פנימי, עס שטערקט איבער די אמתע התנגדות וואס איז דא צו א קול = אז מענטשען ווילען נישט הערן. זאגט ער דער "שטימע שטימע" האט אזא כוח מענטשען נייגען אפילו צו דער אויער צו הערן.
האב איך געוואלט וויינען הויך,
מיין שופר האט זיך אבער פארברענט,
אינעם גרויסן פייער וואס די קלוגע האבן נישט געקענט פארזען.
געזוכט א פעדער צו שרייבן א בריוו,
עס אז אבער געווען צו שפעט.
געבליבן בין איך מיט מיינע צוויי הענט,
און אן אטעם צווישן זיי.
ווייטער ארום דער טעמע, ווי ער קען אפילו נישט וויינען הויך אזויווי מיט א שופר, ראש השנה בלאזט מען שופר, חנוכה איז עס כאילו פארברענט פון די לעכט, אפילו די גרויסע חכמים די חכמי יוון האבען דאס נישט געקענט פארזעהן, ער האט נישט אפילו געקענט שרייבען, נס חנוכה לא ניתן להיכתב, ווייל כבר נחתמה התנ"ך, איז צו שפעט, ער בלייבט מיט די הענט וואס שרייבען, ווייטער ביד, מיט אן אטעם, כי אם ברוחי.
אחד איינער האט גע'דרשנ'ט דברי חיזוק,
אדער אפשר שיחת התחזקות.
איך געדענק שוין נישט,
איך בין אויפגעשטאנען אויף די לינקע זייט.
עס איז שוין בעסער דברי חלומות,
ווי עס ליגן נעבעך די שוואכע דורות,
בעסער זיין פריי ווי פרייליך, שוואך, נע, שבח.
עפעס זעה איך דא ר' צבי מאיר זילבערבערג, וואס רופט זיך אחד מחבורת, און זיין ספר הייסט דברי חיזוק/שיחות התחזקות, ער וויל עפעס זאגען אז די התחזקות איז נישט ריכטיג ווייל דאס איז גיבורים, ער זוכט דווקא חלשים, די רוח די חלומות, ער דארף נישט חיזוק פאר די שוואכע דורות וואס זענען נעבאך לינק, נר חנוכה משמאל, כמנהג רצ"מ, ווייל די פרייהייט פון די רוח איז בעסער און משובח פון דעם.
און ווען די מוזיק איז שטיל געווארן,
האט מען געהערט ברימען מע
קען מען דען האבן אזויפיל קינדער,
און נישט ליב האבן איינס מער.
עס לייגט זיך נישט אויפ'ן שכל,
אפילו א טויבער קען דאס זען
ווי עס דרייט זיך אין ראד,
און מיר אינאיינעם בלייבן גלייך לנצח.
עפעס מיט קינדער, בני בינה ימי שמונה, דא ענדיגט עס אזוי צו אז ווען אפילו דער מוזיק ווערט שטיל, בלייבט פון דעם נאר די קול פון די קינדער, מה קול הצאן הזה באזני (אופס, דאס איז פורים.. שוין), און איינער פון זיי איז מיוחד, שבשביל משקל שני סלעים מילת.. עס לייגט זיך נישט אויפ'ן שכל עס איז בחינת ראיה נישט שמיעה, אפילו איינער וואס פארשטייט נישט ער איז טויב (שמיעה=הבנה) ער קען זעהן די חנוכה לעכט. עפעס גראד און רינדעכיג עיגולים ויושר כווייס נישט.
די כוונות פון חנוכה וועט מען מוזען ווארטען שיערה עלינו רוח ממרום ויתגלה רבינו ויבאר..

לעיקוואד האט געשריבן:
געזינגען אן א מייק,
מיין שטימע וועט מיר טראגן אזוי ווייט,
ביז ווי מענטשן נייגן אן אויער צו הערן.
בעזרת חברים איז מיר איינגעפאלען מדארף טוישען דער שטיקל אויף קלארער ארויסברענגען די כוונה.
געזינגען אן א מייק,
ווערטער אזוי שטיל,
אז די אפאטישע האבען געהערט.
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1393
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
- האט שוין געלייקט: 3030 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
- קאנטאקט:
פישל'ע העררינג האט געשריבן:רבים ביד מעטים כאפ איך... דער פייטן ברענגט ארויס אז די שארית הפליטה האט א חוב צו האבן פיל קינדער, דאס טייטשט ער רבים ביד מעטים.
גיבורים ביד חלשים כאפ איך... דער פייטן זאגט אז די קלוגע פון די אידן האבן נישט געהאט די שכל זיך ארויסצודרייען פון נידון ווערן לשריפה אין די כבשוני האש ביים קריג.
ועל הניסים כאפ איך... "איבער די נסים" - אזוי הייבט דער פייטן אן אז איבער די קולות פון די באמבעס [וועלכע זענען נישט געפאלן אויף איהם]...
נו, לעיקוואד, ווי גוט האבעך צוגעטראפן צום פשט?
(- - -)
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
שווער צו זאגען. א פאעם איז געמאכט עס זאל נישט האבען איין כוונה ממש, עס רעפערענסט פארשידענע זאכען און געדאנקען און פראבירט דאס אריינצווועבן אין א שטיקל צו געבן א נייע קוקווינקל פאר דעם. דער עיקר כללות הגעדאנק פון דער שטיקל דרייט זיך ארום די נקודה וואס כ'האב געשריבען, אבער דו ביסט אוודאי גערעכט אז עס רעפערנסירט די נוסח ועל הניסים פון חנוכה, די ציורים פון מלחמה וואס מ'קען נישט פארזעהן און זיך ראטעווען, און דער ענין פון האבען אסאך קינדער, וואס ביי אידען נאכע'ן קריג האט זיך עס טאקע ארויסגעדרוקט אזוי. אבער דער פוינט פון דעם שטיקל איז נישט מ'זאל האבען אסאך קינדער נאר צו טראכטען וועגן דער ווארט פון רבים ביד מעטים וכו', ווי ער זאגט אפילו מ'האט אסאך קינדער האט מען ליב איינס מער, און די שטילע איכות איז שטערקער ווי די ריבוי כמות. וכן הלאה. די פוינט איז צו מאכען טראכטען ארום די איידעלע נקודות, נישט צו האבען עפעס א מסקנה אדער קלארער נמשל.
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
אפטעמיסט האט געשריבן:אפטע האט געשריבן:פאר ווערטער איינגערינגעלט צום סוף טייטעלט אויף מרן, א.ק.א. לעיקוואד.
אז כ'זע אז כ'בין א יודע מחשבות, נו אפשר נעם איך עס טו דע נעקסט לעוועל?
מארגן אין ראדני לעבן די טונא גיימער אפשפרעכן עין הרע'ס פאר א מעסיגער פרייז. קרעדיט קארדס עקסעפטעט.
ביסט גערעכט אבל לא מטעמך. רבינו מיינט נישט לעיקוואד נאר איז נאכגעמאכט דער נוסח פון ר' נתן וואס שרייבט אסאך מאל אזוי אויף שטיקלעך ר' נחמן וואס האבען א טיפערע באדייט אזא נוסח והגיד רבינו שבסיפור זה מרומז כל שער השבירה בעץ חיים וכדומה.
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~