צדיקים אמאל, און צדיקים היינט...
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל
צדיקים אמאל, און צדיקים היינט...
געלויבט איז דער באשעפער, אז אין די לעצטע תקופה זענן מיר ב''ה באגליקט געווארן מיט בילדער פאבליקאציעס, וואס וואקסען ארויס וואו שוואמען נאך א רעגען, וואס פאבלעצירן בילדער פון די צדיקי הדור, ווי זיי שטייען אין א גיטע בילד-פאזיציע, אנגעטאן מיט בגדי מלכות, מיט א גאנצע שטאב פון גבאים פון הינטערוויילעכס, דעריבער נתתי ליבי למחשבה להתבונן, צו אנעלעזירן דער אמאליגער צדיק און להבדיל אלף אלפי הבדלות די היינטיגע צדיקי הדור.
דער באדייט פון א צדיק:
מיט אן ערך פון 200 יאר ציריק האט דער הייליגער בעל שם טוב זי''ע מחדש געווען דעם דרך החסידות, וואס איז א מהלך אין עבודת ה' נאנטער צו ברענגען אידישע קינדער לאביהן שבשמים.
און איינע פון די עיקר יסודות אין חסידות איז: צו זיין דבוק אין א צדיק אמת, וואס זאל מדריך זיין דעם חסיד זיך צו פירן בדרכי ה', און ארויף ברענגן דעם חסיד אויף א העכערע מדריגה, אין משפיע זיין שפע ברכה והצלחה ברו''ג אויף די המתתופפים בצילו, און משפיע זיין רחמים וחסדים אויף די וועלט, און עוסק צו זיין אין יחידים מקרב צו זיין די גאולה שלימה, וואס דאן וועט דאך זיין דער תיקון השלם, און עס וועט זיין אך טוב לישראל כל הימים.
דער אמאליגער צדיק:
דער צדיק איז געווען א עני ואביון וואס האט זעלטען געהאט מיט וואס שבת צו מאכן, ער איז אויפגעשטאנען חצות, און געלאפן צום טייך ברעכען די אייז, און זיך געטויבעלט ש''י טבילות אין די אייז-קאלטע וואסער, דערנאך האט ער געזאגט תיקון חצות מיט בכיות נוראות, ער האט געוויינט אויף צער גלות השכינה. דערנאך האט ער געלערענט זוהר מיט די תיקונים ביזן נץ החמה, און ביים נץ האט ער זיך געשטעלט דאווענען פארן הייליגען באשעפער מיט א דביקות עילאה, און מיט א פלאם פייער, און נאכן דאווענען איז ער געזיצן איינגעהילט מיטן טלית און די ר''ת תפילין א היפש פאר שעה, און געלערענט תורה בקדישה ובטהרה, ביז ער איז אהיים געקומען קרוב לחצות היום עפעס צו פארבייסען.
דאס פארבייסען איז באשטאנען פון שטיקל שווארץ ברויט, מיט דעם עק פון א הערינג, מיט גלעזעל יי'''ש. (קרעדיט די מעשה ביכלעך)
דערנאך האט דער צדיק עוסק געווען אין מצוות מעשיות, ווי הכנסת כלה, פדיון שבוים אד''ג, און אויסגעהערט צו בראכענע הערצער און זיי מחזק געווען און געגבען עיצות ווי אזוי צו קענען ווייטער ספאראווען מיט די טאג-טעגליכע מיטמאכענישען, דערנאך האט ער געדאווענט מינחה מעריב, און געגסען א ארימע וועטעשערע, וואס איז באשטאנען פון א פשוטער טעלער קאשע (קרעדיט די מעשה ביכלעך) מיט א גלעזעל שווארץ קאווע, און זיך געגאנגען לייגען אויף א פאר שעה ביז חצות.....
אזוי בערך האבן אויסגעזעהן די אמאליגע צדיקים, וואס האבן פארשיינט די וועלט מיט זייער צדקות און קדישה, און זענען געבליבן פארהייליגט ביים כלל ישראל ביזן היינטיגען טאג, און טויזענטער אידן לערנען שטענדיג אין זייערע הייליגע ספרים, ווי זיי טרעפן התחזקות און ווארעמקייט צו אידישקייט.
דער היינטיגער צדיק:
דער היינטיגער צדיק איז ע''פ רוב א גרויסער עושר, וואס פארמאגט ריעל עסטעיט, מיט א שיינע קאר, און א זימער הייזקע, מיט א גאנצע טוץ פון יוצר משרתים ואשר משרתיו, קעכער און בעלי עגלה'ס, שרייבער, און שלעגער, אויף א מאסיווע פארנעם, ער פארמאגט א צדקה קאסע וואס באשטייט פון געלטער וואס זיינע ארימע חסידים ברענגען אריין, און פון וואס זיינע בחורים גייען ארום שנארן, און פון די דאזיגער קאסע איז דער צדיק מיט זיינע קינדער נהנה במידה גדושה, ער איז ערליך מקיים דער מכניס ואינו מוציא, אפי' ווען איינער פון זיינע חסידים שטארבן פון הינגער.... ער גיבט טאקע גאר ווארימע ברכות און אומפראקטישע עיצות... אבער א רויטער גרייצער גייט נישט ארויס פון די הייליגע קאסע, וואס איז מיוחד פארן צדיק ובניו.....ער פארמאגט א שאפע מיט בעקישעס פאר יעדען טאג באזונדער, מיט סטראקעס און אן סטראקעס.... זילבערווארג האט ער מער ווי באראן ראטשילד, פארט ארום מיט א גאנצע מאטארקאדע, און מיט א פריוואטער פליגער, און שפאצירט אראפ אויף א רויטער טעפיך ווי קייזער פראנץ יאזעף זעלבסט....
דער סדר היום איז מען שטייט אויף צום דאווענען, מען דאווענט אפ און דערנאך טרינקט מען א לחיים מיט א שטיקל קיכען גבוה שבעה קומות ...... מען עסט א פרישטאג פון א געשמאקע ראנטאטאש מיט געדינצטע צוויבעל, מיט הייסע פענעץ געשמירט מיט צולאזטע פוטער..... מיט א פלאכע טעלער געזאלצענע פארמאדארן, לא להנאת גיפי ח''ו. דערנאך איז מען עוסק אין געשעפטען און אין פאליטקא ביזן צאת הככובים.... דערנאך פארט מען ארום, מיט די באגלייטונג פין די גבאים, זיך פיקטעשערן ביי אלע צוזאמקומפטן און מסיבות.... און דערנאך גייט מען פאפן..........
און ביי ש''ס וויינט מען היתכן אידישקייט איז אין דער ערד...... דער אינגווארג פאלט אוועק..... אינטערנעט....... און נאך שטיתים מיט הייסע בארשט.......
צדיקים..... עטס זענסט משוגע? אדער איר האלט די מענטשהייט אלס משוגעים? עטס זענטס שולדיג אין די ירידת הדורות......... אז דער צדיק איז אזא באם.... וואס זאל שוין דער חסיד זיין?

- שטילע אינגערמאן
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1009
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
- האט שוין געלייקט: 603 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1999 מאל
- ירח בן יומו
- ידיד ותיק
- הודעות: 792
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 11:15 pm
- האט שוין געלייקט: 834 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 700 מאל
עיין גמ' קידושין לד: והביטו אחרי משה עד בואו האהלה, יש דורשין לגנאי, ורש"י שם מביא ממדרש תנחומא שאמרו ראו כמה עבין שוקיו, כמה צוארו שמן, הכל משלנו
ובגמ' סוטה ויקנאו למשה במחנה, מלמד שכל אחד קינא את אשתו ממשה, מלמד שחשדוהו באשת איש
איך מיין אז משה רבינו איז אויך געווען פון די "אמאליגע צדיקים" וואס האט געדינט דעם אייבישטען בשלימות, בכל ביתי נאמן הוא, און דאך האט מען שוין דעמאלטס געקענט טרעפן (אין קאווע שטיבל) די יש דורשים לגנאי, נאמנים עלינו דברי הגמ' אין לך אלא כהן שבימיך, והראהו הקב"ה למשה דור דור ודורשיו, דור דור ושופטיו, דור דור וגזלניו, דור דור וחומסיו,כי לא יטוש ה' עמו ונחלתו לא יעזוב, און אז מיר קענען נישט איינזעהן די גדלות און צדקות פון צדקים החיים אתנו איז דאס אונזערע חסרון.

- הודעות: 1344
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
- געפינט זיך: אין גלות
- האט שוין געלייקט: 929 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל
ירח בן יומו האט געשריבן: און אז מיר קענען נישט איינזעהן די גדלות און צדקות פון צדקים החיים אתנו איז דאס אונזערע חסרון.
באמת װיל איך מיך נישט יעצט באפלײשיגן נאך אזא דערהויבענע שושנים פעסטיװעל. אבער, דו זאגסט גוט און איך בין מסכים מיט דיר.
נאר איך װיל װיסן באמת אויב דו האלסט אז רוב פון װעמען ער מײנט זענען טאקע צדיקים? אידן װאס מען דארף טאקע ארויף קוקען אויף
זײ און װערן נשפע דורך זײער התנהגות אדער איז עס פשוט װײל זײ האבן גע׳ירשנט די בענקל דארף מען סײװי האלטן אז דאס האט
דער פסוק געמײנט. אויב יא פארװאס? אויב װילסטו אמת׳ע צדיקים איז טאקע דא נאר לאװ דװקא אויבן אן.
.And they lived happily ever after
באבע מעשיות
באבע מעשיות
- אויסגערוט
- ידיד השטיבל
- הודעות: 206
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 11:38 pm
- האט שוין געלייקט: 343 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 113 מאל
זייער שיין באשריבען, אבער איין חלק פון וואס דו שרייבסט קען מען נאר זאגן אויפן בעש"ט און זיינע תלמידים (און נאך א דור צוויי)
אויף דער פרט איז אין די שפעטערע יארן געווען זייער ענליך צו די היינטיגער "צדיקים". נישט אז איך בין זיי מדמה אבער דאך אינטערעסאנט ווען מען טראכט אריין.
קאך_לעפל האט געשריבן:דער אמאליגער צדיק:דער צדיק איז געווען א עני ואביון וואס האט זעלטען געהאט מיט וואס שבת צו מאכןדאס פארבייסען איז באשטאנען פון שטיקל שווארץ ברויט, מיט דעם עק פון א הערינג, מיט גלעזעל יי'''ש.
דערנאך האט דער צדיק עוסק געווען אין מצוות מעשיות, ווי הכנסת כלה, פדיון שבוים אד''ג
אויף דער פרט איז אין די שפעטערע יארן געווען זייער ענליך צו די היינטיגער "צדיקים". נישט אז איך בין זיי מדמה אבער דאך אינטערעסאנט ווען מען טראכט אריין.
דער היינטיגער צדיק:דער היינטיגער צדיק איז ע''פ רוב א גרויסער עושר, וואס פארמאגט ריעל עסטעיט, מיט א שיינע קאר, און א זימער הייזקע, מיט א גאנצע טוץ פון יוצר משרתים ואשר משרתיו, קעכער און בעלי עגלה'ס, שרייבער, און שלעגער, אויף א מאסיווע פארנעם, ער פארמאגט א צדקה קאסע וואס באשטייט פון געלטער וואס זיינע ארימע חסידים ברענגען אריין, און פון וואס זיינע בחורים גייען ארום שנארן, און פון די דאזיגער קאסע איז דער צדיק מיט זיינע קינדער נהנה במידה גדושה
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל
קאךלעפעל
פין ווי נעמסטו אז די מעשה ביכלעך וועלען נישט ביישרייבען דיינע היינטיגע צדיקים די זעלבע וועג ווי זיי ביישרייבען די אמאליגע?
דער איינרעדיניש אז אמאהליגע צדיקים זענען געוועהן "אמת'ע" איז סתם פוסטע דמיונות טאקע א קרעדיט פאר די וואס גלייבען די קינדערישע מעשה ביכלעך.
מה שהיה הוא שיהיה (קרעידיט - קהלת).

א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).

- דריידל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1146
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
- געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
- האט שוין געלייקט: 1132 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1247 מאל
שיין ארויסגעברענגט די קאנטראסט פון אמאליגע צדיקים צו היינטיגע רבי'ס, אבער וואס אין די וועלט האסטי קעגן די היינטיגע צדיקים? ב"ה אז מ'האמיר צדיקים אין יעדן דור "עמד ושתלן בכל דור ודור" נאר ליידער איז מען נישט זוכה מבחין צו זיין בין רבי לצדיק. אבער ווער עס זיכט באמת אן ערליכע איד, קען מען טרעפן ווי זיי וואלגערן זיך אין די גאסן.
בכלל לייגסטי אן הנחה אז זייער צידקות איז טיילווייז באשטאנען פון די פאקט אז זיי זענען געווען ארים. דאס איז א טעות. א צדיק איז איינער וואס דינט די באשעפער בכל כוחו און איז נישט להוט אחר תענוגי עולם הזה. וועט איינעם בייפאלן אז דער ריז'ינער איז געווען ווייניגער צדיק ווי אנדערע בדורו ווייל ער האט געלעבט מיט א רייכקייט?
איך האב אמאל געשמועסט מיט א בעלזער חסיד וואס יענער האט ארויסגעברענגט די גדלות פון ר' אהרעלע מבעלז ז"ל זאגענדיג אז ער איז געווען סאך גרעסער ווי אנדערע צדיקי דורו צוליב זיין אויסטערלישע פרישות פון עוה"ז. האב איך אים געפרעגט אז זיין טאטע, ר' ישכר דוב ז"ל איז דאך יא געווען מער א מעורב בין הבריות, וועסטו דען זאגן אז ער איז געווען גרעסער ווי זיין טאטע אויך? פארשטייט זיך אז ער איז געבליבן מיט אן אפענעם מויל.

פארדריי די דיר דיין קאפ
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 129
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 1:58 pm
- האט שוין געלייקט: 52 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 117 מאל
זייער שיין געשריבען אבער נישט ממש אמת! (דאס הייסט דאך א גוטע צייטונג שרייבער....)
עס איז אלעמאל געווען רייכע צדיקים און ארימע צדיקים אזוי אויך היינט. עס זענען דא היינטיגע צדיקים וואס זענען גרויסע בעלי צדקה און עז איז דא וואס נישט. ממילא זאגען א פאקט אז "אלע" איז נישט ממש אמת.
פשוט למען האמת וועל איך ברענגען 2 משלים:
די רוזינער איז געווען א רייכע רבי, די צאנזער רב איז געווען אן ארימאן (ער איז נישט איבערגעשלאפן מיט געלט אינדערהיים)
היינטיגע צייטען די ליזענסקער רבי פון 59 סטריט איז רייך (איך וואלט געשריבען די בעלעדער רבי אבער ער האט שוין נישט אזויווי אמאל...) און די חוסטער רבי פון בארא פארק איז נישט

- חסיד
- היימישער באניצער
- הודעות: 401
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 24, 2014 5:13 pm
- האט שוין געלייקט: 30 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 99 מאל
מענין לענין באותו ענין
מ'דארף בעצם אפשר א באזונדערע אשכול אויף דעם אבער כ'וועל עס דא שטעלן
חסידות בתחילתו איז געוועהן ווי איר ברענגט אזוי שיין ארויס, בעצם א משפיע מיט חסידים וועלכער זענען געקומען זיך אנזאפן מיט תורה ויראת שמים און א דרך בעבדות ד', א שטייגער בדורנו פון דעם ווירטשאפט וואלט געוועהן הגאון הצ' ר' צבי מאיר זילבערבערג אדער ר' מיילעך בידערמאן ר משה וואלפסון וכדו', אידן וואס האבן נאר א קרעמל פון תורה ויראת שמים וכדו'.
דער מציאות פון מנהגי צדיקים איז אויך געוועהן כל חד לפום שיעורא דילי' זה בכה וזה בכה, דער נוסח התפלה איז יא געוועהן געשטעלט אויף נוסח אריז''ל אבער אלע אנדערע זאכן ווי ס'ווערט שטארק ארויסגעשריבן אינעם מכתב קודש פון הרה''ק ר''א מליזענסק כידוע זענען בכלל נישט געוועהן א חלק פון דאס חסידות.
דאס פארן צו כמה צדיקים איז אויך געוועהן זעהר נארמאל על פי רוב, און ס'האט נישט עקזיסטירט דאס מציאות ליזענסקער בארדיטשובער אדער לובלין'ער שטיבלעך וכדומה. מוסדות מאן דכר שמי' ישיבות וכוללים זענען נישט געוועהן אין ערגעץ מטעם החסידות ווייל דאס ווארט חסידות האט נישט באדייט א פירמע נאר א צדיק וואס פירט טיש און לערנט את העם הדרך ילכו בו, הגם אסאך צדיקים זענען געוועהן גרויסע תופסי ישיבה איז דאס נישט געוועהן דוקא געבינדען מיטן דרך החסידות, ווי כידוע האט דער הפלא''ה געהאט א גרויסע ישיבה און קיין שום חסידים דארט, און אפילו אזוי שפעט ווי דער ערשטער באבוב'ער רב האט געהאט זיין ישיבה אין ווישניצא און די תלמידים זענען געקומען פון איבעראל לאו דוקא חסידים ווי לדוגמא ר' שרגא פייוול מענדעלאוויטש זצ''ל וכדו'
נו ווען האט זיך דאס אלעס געטוישט?
ס'איז אוממעגליך צו אוועקשטעלן גענוי א דאטום פארן טויש וועלכער איז געגאנגן שטאפלווייז במשך א לאנגע תקופה מחמת כמה טעמים, ווי לדוגמא שטיבלעך איז געוועהן לראשונה אין חב''ד וועלכע האבן בלית ברירה געמוזט פורש מן הציבור זיין צוליב די שרעקלעכע רדיפות וכדו' און ביי זיי האט זיך יא אנגעהויבן גאר פרי דעם לעבל א ליבאוויטשער חסיד, וואס אסאך ווייסן פון די גאר שארפע בריוו וואס דער מיטלער רב האט געשריבן בשעת דעם פילוג פון הרה''ק מסטרושילע, שפעטער איז שוין דער מהלך געוועהן אין בעלזא, און שפעטער און גאנץ גאליציע במשך חייו פון הרה''ק מצאנז זצ''ל, בעלזער, סדוגערא, און צאנזער שטיבלעך האבן ארויסגעשפראצט און אלע שטעט און מיט דעם נוסחאות מדיוקת למנהגים, הקפות, ווען צו בלאזן שופר, שמיני''ע סוכה, סדרי ימים טובים און נאך וואס האט נישט אזוי ווייט פארנימן קיין ארט ביז אהין.
דאס מלכות אין חסידות האט אויך אנגעהויבן אין יענע תקופה אין ריזין, און שפעטער אין אנדערע מקומות מיט גבאים משמשים שטוב מענטשן קארעטעס וכו' (וכידוע שהרה''ק מריזין הי' עבודה גבוה מאוד בענין זה ואכמ''ל) און א הויף ביי אסאך רביים, חסידים האבן געברענגט טייערע גאשאנקן וכדומה וכדומה.
נאך שפעטער ביי הרה''ק רי''ד מבעלזא זצ''ל האט דאס מהות א בעלזער חסיד , א בעלזער פאטריאט שטארק גענומען א ארט בפרט ווען דאס השכלה האט געבאזשעוועט און צדיקי הדור האבן איינגעזעהן א שטארקן נויט אריינצוגעבן א ויגבה לבו בדרכי ד' ביים עולם, צו מאכן א חסידות א פארטיי זיך צו קענען קייגנשטעלן די בייזע פארטייען למיניהם, רביס האבן געמאכט נסיעות אין די שטעט מיט אן עולם חסידים, מ'האט באהאנגן די שטאט מיט צדיק בא לעיר ווי ביים גאב''ד'ס נסיעה, פאשקעווילן זענען געפלויגן ווי אין וויליאמסבורג, שפוקלאראנטן האבן אנגעפילט די מקוואות מיט אנאליזן איבער דעם רבין און יענעם, אויף א היינטיגן היימישן שטייגער.
ישיבות וועלכע געהערן צו א חסידות האט ארויסגעשפראצט נאכן ערשטן וועלט מלחמה, ווען ס'האט אויסגעפעלט א צענטראלן מהלך אז גאליציע זאל זיך קענען צוריקשטעלן פון די אלע גרופעס און פארטייען האט הקדושת ציון מבאבוב מייסד געוועהן 42 ישיבות בכל רחבי גאליציע צוריקצושטעלן הדת על תלה, און איז שפעטער שוין געוועהן אין רדומסק און נאך.
נאכן קריג ווען יעדער רבי האט צוריקגעשטעלט דאס וועג ווי אמאל, איז פלוצלינג געווארן א שפע מיט חסיד'ישע מוסדות בכל אתר ואתר. און חסידות איז געווארן וואס ס'איז היינט! (אפשר להאריך בזה כו''כ ועוד חזון למועד)

ירח בן יומו האט געשריבן:עיין גמ' קידושין לד: והביטו אחרי משה עד בואו האהלה, יש דורשין לגנאי, ורש"י שם מביא ממדרש תנחומא שאמרו ראו כמה עבין שוקיו, כמה צוארו שמן, הכל משלנו
אגב. אין רש"י דארט איז דא א דבר פלא, אז די גמ' זאגט נאר יש דורשין לגנאי און רש" שטעלט צו די מדרש תנחומא וואס זיי האבן געזאגט און רש"י לייגט צו ווייל די גמ' האט ח"ו נישט געוואלט ארויסזאגען וואס זיי האבן געזאגט.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1677
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
- געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
- האט שוין געלייקט: 5634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל
איחוד פעלד האט געשריבן:קאךלעפעל
פין ווי נעמסטו אז די מעשה ביכלעך וועלען נישט ביישרייבען דיינע היינטיגע צדיקים די זעלבע וועג ווי זיי ביישרייבען די אמאליגע?
דער איינרעדיניש אז אמאהליגע צדיקים זענען געוועהן "אמת'ע" איז סתם פוסטע דמיונות טאקע א קרעדיט פאר די וואס גלייבען די קינדערישע מעשה ביכלעך.
מה שהיה הוא שיהיה (קרעידיט - קהלת).
פוסטע דמיונות וואס? די דראשקע איבער די הימלען מיט בליקן וועלכע האבן אוועקגעלייגט פריצים און מחיה מתים געווען טויטע; רייך געמאכט קראנקע און אויסגעהיילט ארעמע. אבער עוסקים במצוות פדיון שבוים, עובדי השם און מסירת נפש אידן/רבנים פארוואס מוז דאס זיין דמיונות? נישט אז אלע מעשה'לעך זענען קראנט, אבער ס'איז עפעס וואס קען רואיג זיין אמת, ומה שהיה הוא שיהיה.( קרעדיט: קהלת.)
- דריידל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1146
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
- געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
- האט שוין געלייקט: 1132 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1247 מאל
ס'איז א געפערליכע זאך דאס וואס די היינטיגע יוגענט ווייסט נישט מימנם לשמאלם. אסאך מיינען נעבך אז איה"נ, די אמאליגע צדיקים זענען געווען גרעסער ווי היינטיגע רביס אבער ס'דור הולך ודור בא און פונקט ווי תנאים זענען געווען גרעסער פון אמוראים איז דא א חילוק פון תלמידי בעל שם צו היינטיגע רביס.
למעשה איז זייער שווער גרויס צו מאכן היינטיגע רביס ווייל ווען בחורים וואקסן אויף הייבן זיי אן צו דערשמעקן דעם אמת אז די רבי וואס מ'האט אים פארקויפט אז ער האט הימלישע כוחות, איז א פשוטע בשר ודם. מ'מוז דאך אבער גרויס מאכן די רבי. האט מען אן אנדערע עצה, נעמליך מ'מאכט קלענער די אמאליגע צדיקים און מ'איז מגשם זייער עבודה. דאס ברענגט ליידער א זילזול אין כל הקודש לנו ותוצאותיו מי ישירה.
למעשה איז זייער שווער גרויס צו מאכן היינטיגע רביס ווייל ווען בחורים וואקסן אויף הייבן זיי אן צו דערשמעקן דעם אמת אז די רבי וואס מ'האט אים פארקויפט אז ער האט הימלישע כוחות, איז א פשוטע בשר ודם. מ'מוז דאך אבער גרויס מאכן די רבי. האט מען אן אנדערע עצה, נעמליך מ'מאכט קלענער די אמאליגע צדיקים און מ'איז מגשם זייער עבודה. דאס ברענגט ליידער א זילזול אין כל הקודש לנו ותוצאותיו מי ישירה.
פארדריי די דיר דיין קאפ
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1677
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
- געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
- האט שוין געלייקט: 5634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל
דריידל האט געשריבן:ס'איז א געפערליכע זאך דאס וואס די היינטיגע יוגענט ווייסט נישט מימנם לשמאלם. אסאך מיינען נעבך אז איה"נ, די אמאליגע צדיקים זענען געווען גרעסער ווי היינטיגע רביס אבער ס'דור הולך ודור בא און פונקט ווי תנאים זענען געווען גרעסער פון אמוראים איז דא א חילוק פון תלמידי בעל שם צו היינטיגע רביס.
למעשה איז זייער שווער גרויס צו מאכן היינטיגע רביס ווייל ווען בחורים וואקסן אויף הייבן זיי אן צו דערשמעקן דעם אמת אז די רבי וואס מ'האט אים פארקויפט אז ער האט הימלישע כוחות, איז א פשוטע בשר ודם. מ'מוז דאך אבער גרויס מאכן די רבי. האט מען אן אנדערע עצה, נעמליך מ'מאכט קלענער די אמאליגע צדיקים און מ'איז מגשם זייער עבודה. דאס ברענגט ליידער א זילזול אין כל הקודש לנו ותוצאותיו מי ישירה.
האסט מעגליך א נקודה. פארוואס אבער ביזטו איבערצייגט אז אמאליגע צדיקים זענען טאקע געווען דאס וואס מ'פארציילט בשעת'ן פארבייסן א בייגל ביי מעלאוועמאלקע?
און אפשר עלאבארירט איר דעם " ותוצאותיו מי ישירה". אויב עפעס זענען שולדיג די יעניגע וועלכע האבן לכתחילה פארקויפט קדשים קלים צו חולין מיט א קודש קדשים לעבל.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1358
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
- האט שוין געלייקט: 915 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל
ווי פריער דערמאנט, אין זייער שיין ארויסגעברענגט האט ארעמקייט ביי צדיקים גארנישט געהאט מיט זייער הייליגקייט, די ריזשענער איז געפארן אויף א גאלדענע קארעטע מיט 6 שניי ווייסע פערד, אין געהאט עכט זילבערנע תפילין שיידלך וכו' , איך געדענק נישט יעצט אויפן מעניט אבער סעדא א שיין רשומה פון צדיקים וואס האבן געהאט תורה גדולה במקום אחד, איך קען נישט מעסטן קיין צדיקים אבער איך גלייב אז די רייכע צדיקים זענען געוועהן פונקט אזוי הייליג ווי די ארימע, יעדער האט געהאט זיין דרך אין עבודת השם, היינט איז דא ב"ה עשירים וואס כלל ישראל האט קיינמאל נישט געהאט, אין יעדע עושר וויל אז זיין רבי פון זיין חסידות זאל האבן דאס בעסטע אין שענסטע. אבער אזוי אוועק צי מאכן א דור פון צדיקים ציליב זייער ברייטקייט איז נאריש אין זינלאוז.
- ירח בן יומו
- ידיד ותיק
- הודעות: 792
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 11:15 pm
- האט שוין געלייקט: 834 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 700 מאל
איך האב דאונלאדעד די ק"ש פון שנת ב' אלפים תמ"ט
אבירם האט געלייקט די הודעה
און בן פלת שרייבט יעדעס ווארט וואס קרח שרייבט דא איז אמת ויציב און מ'דארף זעהן צו מאכן א אויפשטאנד קעגן די קארפדעד סיסטעם
קען איינער אפשר דאונלאודען די יש דורשים לשבח ולגנאי פון ימי נח?
יעצט ערהאלטן א טוויט פון בני קרח:
[center]משה אמת ותורתו אמת[/center]
[/justify]קרח האט געשריבן
[justify]אמאל האבן מיר געהאט צדיקים
די זיידע אברהם איז געווען אזא בעל חסד, שטענדיג געוווען פארנומען מיט הכנסת אורחים, אן קיין גבאים נאר ער אליין מיט די רביצין די באבע שרה האבן צוגעשטעלט ווי ס'דארף צו זיין, צונג, ברויט מיט פוטער, וואס די קענסט נאר טראכטן, און אפילו די הייסטע וועטער האט איהם נישט אפגעהאלטן, אפילו ווען ער האט זיך ערליך פארדינט א פארמעגן מיט געלט האט ער אלס אפגעזאגט פאר מלך סדום, ווידער אמאל די הייליגע זיידע יצחק האט אויס געשטרעקט די האלז געשחט'ן צו ווערן פאר'ן אייבישטער, יעקב אבינו זעלטן געהאט א גוטע טאג,א הונקעדיגע ארומע יודל זיך געמיטשעט מיט איין ברידער, איין שווער, פיר ווייבער, צוועלף קינדער, און דאך האט געדינט דעם באשעפער מיט אמונה און בטחון אפילו ער האט נישט געהאט א פרוטה לפורטה בלויז זיין אייגן שטעקן.
אבער היינטיגע צדיקים
אינגאצען עפעס אנדערש ס'איז שוין דא א גאנצע רביסטיווע מיט א גבאי יהושע, די עולם מוז קומען ווען די רבי לערנט פאר שיעורים וואס דרך אגב איז ממש א געלעכטער (קומט נאר אריין צן א שיעור אין הלכות ציצית אדער הלכות מזוזה און איבערצייגט אייך אליין). א שיינע אנצוג (ווי א כלה) האט משה געלאזט נייען פאר זיין ברודער אהרן (ווען ער מאכט דאס פאר מיר וואלט איך נישט געמאכט קיין גראטשקעס), און מ'האט איינגעשטעטלט א גאנצע מערכה פון אריינגעבן מעמדות אויף צוהאלטען די הויף, דא רופט מען עס תרומה, דארט מעשר, חזה ושוק וכו', איך ווייס בידועה ברורה פון א ארומע אלמנה וואס מ' האט איהר נעבעך צו גענומען אלעס וואס זי האט שוין צאמגעקראצט מיט א נייע אויסרייד אז דאס איז זרוע לחיים והקיבה מיט ראשית הגז.
מ'מאנט געלט מ'גייט בויען א משכן, ווער גייט פארדינען פון דעם געשעפט? ס'איז זיכער אז משה רבינו רוקט אראפ פראצענטן, ווען ער גיבט אפ דין וחשבון (פ' פיקודי) שטומט נישט די חשבונות, משה רבכם גנב או קביוסטוס הי', גאנצע תירוצים פארענטפערט ער מנה של קודש כפול הי', ווין לעמודים, גיי גלייב אז זיין ראכטום קומט נישט פון דעם נאר פון וואס ער האט אראפ גענומען (גע'גנב'ט) ביים מאכן די לוחות.
אבירם האט געלייקט די הודעה
דתן שרייבט
[justify]קויף נישט אלע לאקשן וואס מ'פארקויפט דיר, אברהם איז געוווען א עלטערע יוד אן קיין קינדער וואס האט נישט געהאט וואס צו טוהן מיט די לאנגע טאג האט ער געזיכט מענטשן זאלן אריינקומן ביי איהם, און מיינסטו טאקע ער האט געמיינט יענעם'ס טובה, נאך'ן עסען האט ער נאך געדארפט פארבלייבן צו לערנען אפאר שטיקליך חובת הלבבות, מיט א פרק מסילת ישרים, און אז נישט האט די סעודה איהם טייער אפגעקאסט, ארבע מאות שקל כסף איז נאך קליין געלט, איך וויל נישט אריין גיין אין פרטים אבער עס איז דא קראנטע אינפארמעשין אז די מעשה מיט יצחק'ס געבוירן איז נישט אזוי גלאטיג, לויט ווי עס ווערט באריכטעט אויף די וועבסייט פון שאולזון@לצני הדור איז עפעס דא א חשש פון יד נכרי באמצע.
[justify][/justify]יצחק איז געווען א גביר אדיר (אוגאנצען א אנדערע אפטייטש אין מאה שערים האט ער) און ביי אונז ווייסט מען אז מ'מעסט א מענטש לויט ווער עס זענען זייני חברים, דער עשו דרייט זיך דארט אין שטוב און יצחק האט איהם מאך ליב איך מיין אז מיינע תגובות זענען שוין איבעריג
[justify][/justify]יעקב איז אויך אונטערגעוואקסן אן עושר, ווי אזוי? מיינסט טאקע אלעס איז געווען גלאט כשר? ער האט גוט געוואוסט ווי אזוי צו דרייען מיט מקלות, עקודים, נקודים, וברודים און ער האט גאנץ שיין זיך ארויס געזען פון די שווער מיט א ויברח, אז מ'וועט אריינקוקן מער אין משפחה זאכן איך מיין אז א פשוט'ע בעלבאס וואלט זיך נישט משדך געווען מיט איהם, ס'שטינקט א מעשה מיט דינה, ראובן, יהודה-תמר, אפאר רוצחים און שלעגערס צו די זייט אויך (א גאנצע שטאט אויסגעהאגערט), און די נייעס לעצטנס האב איך געזעהן אז די יונגסט קינד זיינער איז אויך נישט קיין קליינע באנדיט, ער האט קלעיבידיגע הענט (וואס קען מען טוהן ער איז דאך זיין מאמע'ס א קינד)
און בן פלת שרייבט יעדעס ווארט וואס קרח שרייבט דא איז אמת ויציב און מ'דארף זעהן צו מאכן א אויפשטאנד קעגן די קארפדעד סיסטעם
מיסיס און בן פלת שרייבט לאזט ארויס מיין מאן פון די גאנצע געשעפט קיין גרויסע מרא דאתרא וועט ער סייווי נישט וואקסן
קען איינער אפשר דאונלאודען די יש דורשים לשבח ולגנאי פון ימי נח?
יעצט ערהאלטן א טוויט פון בני קרח:
[center]משה אמת ותורתו אמת[/center]
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל
איך גלייב נישט אז די וועסט פארשטיין "ירח בן יומו" אבער לאמיר פארט פראבירן,
ווען דער אמאליגער צדיק איז אויפגעשטאנען חצות, און דער היינטיגער צדיק שטייט אויך אויף חצות, פיין דאן ביזטו גערעכט.....
אבער דער אמאליגער צדיק איז טאקע אויפגעשטאנען חצות, און דער היינטיגער צדיק פאפט ביז חצות היום, און די קימסט מיט א תורה פון "אין לך אלא כהן שבימיך" (דאס איז א קיצור פון דיינע פירקלעריי)
סליחה מיסטער ירח בן יומו..... עס איז נישט גערעדט צו דער זאך.... זיי נישט ברויגז "ירח'ל" .... ווען די וועססט נאר א ביסל אונטער וואקסען וועל איך זיין דיין בעסט פרענד.....

- א איד
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1320
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
- געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
- האט שוין געלייקט: 606 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל
ווער זעמיר אונז אריינצורעדן צווישן אמאל און היינט
דאס איז זיכער אז יפתח בדורו כשמואל בדורו
פון די היינטיגע צדיקים בעט מען נישט מער
פני הדור כפני הכלב, אז אונז זעמיר כלבים שטעלט מען אונז צו אזוינע פני הדור.
די צדיקים פירן זיך אויף אזוי ווי זייערע חסידים, אז די חסידם ווילן די רבי זאל אזוי טוהן טוט עס די רבי.

מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
נועם אלימלך האט געשריבן:כך אמר אאמ"ו נ"י פירוש על פסוק (תהלים קמה, ד) דור לדור ישבח מעשיך, כי איתא בגמרא (עי' קידושין עב ב) עד שלא שקעה שמשה של עלי זרחה שמשה של שמואל עד שלא שקעה שמשה של רבי כו', כי אין הדור ריק מן הצדיקים בכל דור ודור רק שאין מאמינים רק מי שיש לו נשמה קדושה ולא טנפה בעבירות הגם שמביאין להם ראיה מן הצדיקים ומדורות הקדמונים אומרים בזה הלשון אנו מאמינים בחכמים קדמונים שהיה להם מדריגת רוח הקדוש אבל עתה בדור הזה בלתי אפשר להיות זאת, וכן בכל דור ודור אומרים כך כמו שמצינו בשאול המלך עליו השלום כידוע אהובי אחי יהי לבך בטוח כי גם בימי הקדוש האר"י ז"ל היו גם כן מתקוטטין עמו וזהו פירוש הפסוק דור לדור ישבח מעשיך, רצה לומר דור שהוא עתה מודים בעצמם שהדורות שהיו לפניה' הי' להם מדריגת וזהו ישבח מעשיך, שמשבחים ומודים שגדולים מעשה ד' שנותן לצדיקים אבל לא בדור הזה, וזהו פירוש הגמרא (חולין ז ב) גדולים הצדיקים במיתתם יותר מבחייהם, כי בחייהם היו מתקוטטים עמהם ואחר מיתתם כולם מודים ומשבחים אותו שהיה לו מדריגות הנ"ל
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~