שושנים #7: שובה/השיבנו

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
פארשפארט
באניצער אוואטאר
מצטמק ויפה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 761 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 844 מאל

שושנים #7: שובה/השיבנו

שליחה דורך מצטמק ויפה »


האפט און מאנט
קומט צו מיר נאנט
פלעקן אראפנעמען
גארנישט דערקענען

אנדערע וועגן
ווי שניי נישט פארשווארצטע רעגן
ווען שוין ווען
שוין טויזנטער יארן ער האפט צו זען

מיין ארעם איז גרייט
בענקשאפט אויסגעשפרייט
שובה אלי
דערנאך צו ענק זיין געטריי

מיר אבער זענען פארמאכט
קיין פארבעסערונג אינעם טונקעלע נאכט
אלעס ווי אמאל
אפילו מער אין צאל

זענען מיר שלעכט?
אזא אומרעכט?
אוודאי ניין
הער זיך איין

פלאג און מי
ביינאכט ביז צופרי
פארמאטערט ערשעפט
דאגות געשלעפט

צער ויגון
מוט נישט פארמאגן
נישטא די מינוט
צו מאכן דעם שריט

שווימט אין נסיונות
שווארצע חזיונות
דער יצר ברענט
געבינדן מיין הענט

די געשעפט לאמיר פארדרייען
אונז פארצייען
קודם דו שלעפ
ארויף די טרעפ

איינמאל דארט הויך
וועט גיין א רויך
אוודאי זיך אומקערן
נחת דיר באשערן

די טענה אהין און צוריק
קיינער וויל נישט אפלאזן דעם שטריק
יארן גאלאפירן אן אויפהער
ווען למעשה זענען מיר נאך בשק ואפר

טאטע גרויסער
שוין די והותר
זע שוין איין
אזוי וועט נישט גיין

זיי מוותר
קל מסתתר
אן ענדע מאך
צום געפעכט שפראך

א נחמה א טרייסט
א נייע גייסט
נאכגעבן געשווינד
פאר דיין זיס קינד
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
האט שוין געלייקט: 3030 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך פישלע העררינג »

כוכב האט געשריבן:
טאטע גרויסער
שוין די והותר
זע שוין איין
אזוי וועט נישט גיין

זיי מוותר
קל מסתתר
אן ענדע מאך
צום געפעכט שפראך


די דאזיגע צוויי בתים זענען א געווינער! עס רעדט ו-ו-ע-ר-ט-ע-ר!

פון די שענסטע גראם צאמשטעל וואס איז נאר געוועהן דערווייל. די אויסדרוק איז שארף און צום פונקט.
(- - -)
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

הערליך!
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
האט שוין געלייקט: 3030 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך פישלע העררינג »

[פון 1 (די ווייניגסטע) ביז 5 (די מערסטע) כוכבים]

חידוש פונעם תוכן: 1 כוכב

חידושים פון חרוזים: 4+ כוכבים

אויסדרוק און געפיהל: 5 כוכבים

ווערטער קאנטראל: 5+ כוכבים

אוועראלל: ביוטיפול און אידיש'לעך!
(- - -)
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל

שליחה דורך בן תמליון »

שיין. א געווינער.
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

איך גלייך די פאעמע איבער דער נושא, און איבער דעם געפיל, א ממעמקים קראתיך סטיל פאעמע וואס איז גוט.

די כוונה פונעם מחבר איז בכלל נישט באהאלטן, פאר טייל איז דאס א מעלה ביי אנדערע א חיסרון. דאס איז אבער איינמאל קלאר כפנלע"ד אז די גראמען אינעם דאזיגן פאל מאכט מער שאדן ווי נוצן. גראמען איז א סטיל אין דער וועלט פון פאעזיע, ס'קען זיין זייער שיין און צו געבן גאר א סך. ס'איז אבער נישט דער עיקר. איך האלט קלאר אז דער דראנג צו צופאסן גראמען האט אוועקגעשלעפט די קאנצענטראציע פון דעם חשוב'ן מחבר, און אזוי אויך אים געצווינגען מוסיף צו זיין ווערטער וועלכע וואלטן פאר דער פאעמע כשלעצמה נישט אויסגעפעלט. ס'איז היפש מערקוועדיג.

אבער קריטיק אהער קריטיק אהין, ס'איז א הערליך שטיקל.
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
האט שוין געלייקט: 1551 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2012 מאל

שליחה דורך ישמעאל הכהן »

איך אויך האב געשטימט פאר שובה
ראדיא באריכטער פאר ק''ש
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל

שליחה דורך בן תמליון »

געשטימט פאר השיבנו באמת א הערליך שטיקל וואס איך קלער וואלט גערעדט צום הארץ פון אלע שיכטן פון אונזער צושאקלטן געמיינדע פונעם אויפגעקלערטן קאווע שטיבלער ביז מרת הערש לייב וואס ליינט נישט עפעס אויסער די מעלות.
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

טאקע א הערליך שטיקל! אומגלויבליך וואס דער עולם קען אלס דא.

#רירענד
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אבטולמוס האט געשריבן:הערליכע פאעמע, פאר וועלכער כ'האב אפגעגעבן איינע פון מיינע דריי שטימעס.
פארשפארט