זיין נאמען איז ר' שׁימל מאכט נישט פון זיך קיין טומל די הייליגע תורה איז ער מקיים ער לערנט באר מים חיים
פיגא זי זיצט און וויינט נישטא אויף ברויט היינט ער זארגט נישט ר' שימל הייבט אויף די אויגן צום הימל פארלאזט זיך אויפן חי וקים אין זכות פונעם באר מים חיים
דער עלעקטריק ביל איז דא פון ווי צו באצאלן איז נישטא ער זיצט אין שוהל ר' שׁימל אויפן ספר'ל ער חאפט א דרימל געשריבן דורך צדיק בעודו בחיים זכות יגן דער באר מים חיים
ווען וועסטו שוין באצאלן דער חוב ער שרייט און שעלט ר' דוב ער פאלט נישט אין קיין קלעם ר' שׁימל גיבט נישט קיין דעם ביזט א ברודער פונעם טאטן בשמים ער וועט שוין באצאלן בכפלי כפלים אזוי שטייט בפירוש אין באר מים חיים
די דאגות זיי קומען זיך שפאצירן ר' שׁימל עס טוט איהם נישט בארירן פון הימל ער לאזט זיך פירן בקרוב וועט ער שוין גיין אהיים מיט תחיית המתים קיין ירושלים זיך זען מיטן באר מים חיים
זיין נאמען איז ר' שׁימל מאכט נישט פון זיך קיין טומל די הייליגע תורה איז ער מקיים ער לערנט באר מים חיים
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)