רעקאמענדירטע פאדקעסטס

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

רעקאמענדירטע פאדקעסטס

שליחה דורך יידל »

האמיר בעזרת צורינו געענדיגט "סעריע", און פון נאך א סעזאן וועט נישט זיין וואס צו רעדן בעפאר א שיינע פאר חדשים (בר מן דין וואס כ'זע אז מרת קעניג רעדט זיך אפ אז ארויסגעבן א עפיזאדע וואך נאך וואך איז עפעס וואס האט איר גאר אומערווארטעט איבערגעשטרענגט, האב איך מורא אז ביים צווייטן סעזאן וועט שוין נישט זיין מיט אזא פלייס).

בקיצור, מ'דארף א נייע פאדקעסט. די מאדנע זאך דערפון איז אז בעפאר איך האב צוגעהערט צו א סיריעל האט מיר קיין פאדקעסט נישט פאראינטערעסירט. אבער איינמאל כ'האב זיך צוגעוואוינט צו באצירן מיינע באן רייזעס מיט פאדקעסטס, מוז איך שוין האבן אן ערזאץ און אנדערש גייט עס נישט. נו, דאס איז דאך דער מענטש.

אלזא, וועלכע פאדקעסטס זענען אינטערעסאנט?

דערווייל האב איך געטראפן צוויי וועלכע איך גלייך און דער עולם ווערט געבעטן בכל לשון של בקשה צוצולייגן כדי השם הטובה עליהם.

דאס ערשטע איז TED radio hour. די מחברים נעמען יעדע וואך א צווייטע נושא, נעמען צוזאם צוויי אדער דריי TED דרשות אויף דעם טעמע, און דערנאך אינטערוויוען זיין די בעלי דרשנים. גאר אינטערעסאנט און ציענד.

די צווייטע פאדקעסט איז אויך מבית יוצרם של NYWC, און עס הייסט ראדיא-לעב. זיי נעמען פארשידענע וויסנשאפטליכע און פילאזאפישע טעמעס און טוען דאס אדורך מיט א געשמאק. גאר שיין.

וואס איז אייער פעיוואריט פאדקעסט?
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
פידלער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 442
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 29, 2013 12:55 am
האט שוין געלייקט: 372 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל

שליחה דורך פידלער »

Selected Shorts is very popular. I myself haven't yet made time to listen to any of them, but I've heard people raving about them

http://www.selectedshorts.org/podcast/
גימפל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 96
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 28, 2012 4:55 pm
האט שוין געלייקט: 114 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 103 מאל

שליחה דורך גימפל »

WNYC און NPR האבן זייער אינטערסאנטע פאדקעסטס. דא האסטו עטליכע אינטערסאנטע.

This American Life - נישט אויסמישען מיט דיס אמעריקען לייף פון קעניג וואס האט פראדאצירט די סיריעל פאדקעסט, דאס איז אן אנדערע פאדקעסט מיט די זעלבע נאמען.
http://www.wnyc.org/shows/american-life/
Themed, offbeat, (mostly) true stories that shed new light on the extraordinary side of everyday life. Host Ira Glass and a regular cast of personalities, including David Sedaris, Sarah Vowell and Mike Birbiglia, bring the best of nonfiction storytelling to the radio.

Death, Sex and Money
http://www.wnyc.org/shows/deathsexmoney/
A podcast about the big questions and hard choices that are often left out of polite conversation. Host Anna Sale talks to celebrities and regular people about relationships, money, family, work and making it all count while we're here

און איינס פון NPR
Science Friday
http://www.sciencefriday.com/about/abou ... html#path/
דער נאמען פון דעי פאדקעסט איז גענוי ווי דער תוכן הפאדקעסט, א יעדער פרייטאג א געשמאקע שיעור און סייענס.
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

דער היסטאריע פון פילאסאפיע אן קיין געפס איז זייער א גוטער פאדקעסט וואס פלאנט דורכגיין די היסטאריע פון פילאזאפיע נישט מיט לערנען פינף גרויסע פילאזאפען מפורסמים ווי מען טוהט אין רוב הקדמות צו פילאזפיע נאר טאקע דורכגיין די גאנצע זאך פון תאלעס ביז'ן סוף. עס האלט שוין ביי צוויי הונדרעט און עפעס עפיזאדען און ער האלט קוים אנגעהויבען דער מיטל אלטער עפאכע. אין די חלק וועגן פילאזאפיע אין איסלאמישע וועלט איז דא אסאך שיינע שיעורים וועגן באוווסטע אידישע פילאסאפען. יעדער עפיזאד איז צוואנציג מינוט באגלייט מיט הומאר און אראפגעלייגט שיין בקיצור וויכטיגע נקודות פון יעדער זאך וואס ער רעדט.
http://www.historyofphilosophy.net/
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

לעיקוואד האט געשריבן:דער היסטאריע פון פילאסאפיע אן קיין געפס איז זייער א גוטער פאדקעסט וואס פלאנט דורכגיין די היסטאריע פון פילאזאפיע נישט מיט לערנען פינף גרויסע פילאזאפען מפורסמים ווי מען טוהט אין רוב הקדמות צו פילאזפיע נאר טאקע דורכגיין די גאנצע זאך פון תאלעס ביז'ן סוף. עס האלט שוין ביי צוויי הונדרעט און עפעס עפיזאדען און ער האלט קוים אנגעהויבען דער מיטל אלטער עפאכע. אין די חלק וועגן פילאזאפיע אין איסלאמישע וועלט איז דא אסאך שיינע שיעורים וועגן באוווסטע אידישע פילאסאפען. יעדער עפיזאד איז צוואנציג מינוט באגלייט מיט הומאר און אראפגעלייגט שיין בקיצור וויכטיגע נקודות פון יעדער זאך וואס ער רעדט.
http://www.historyofphilosophy.net/


כ'בין פון זיין מקשיבים שוין פונעם ערשטן עפיזאד. די איסלאמישע עפאכע איז געווען גאר אינטערעסאנט, זייענדיג די לאבראטאריע ווי אידישע פילאזאפיע איז פראדוצירט געווארן. די וואך האט ער די באקאנטע אנסעלם'ס אנטאלאגישע ארגומענט פאר גאט. הויעך רעקעמאנדירט.

ווי ערווענט, NPR האט די בעסטע פאדקעסטס. ראדיאו לעב, סטודיו 360 גייען טיף מיט עקספלאראציעס איבער אלס און אלעמען. "ווארט, ווארט, זאג מיר נישט" איז לייכטע קאמעדיע אויף די וועכנטליכע נייעס. איך בין באצויבערט מיט On The Media, וועלכע דעקט די נייעס מיט א סקעפטעשע וואטשדאג בליק אויף די מידיא, פון נייעס אגענטורן, ביז קעיבל הבלים ביז ווידיאו געימס. "פרישע ליפט" פון טערי גראסס איז א דערפרישענדע שמועס מיט פערזענליכקייטן פון די ליטארעטורישע וועלט.
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

פידלער, גערעכט. סעלעקטעט שארט איז א סעריע פון שארט סטאריס געליינט דורך געלונגענע עקטארס, א ליטעראטורישע פאדקעסט. מענין לענין, איז אויך אינטערעסאנט "די מאטה", ווי עמך מענטשן פארציילן אן סטעיזש זייער איבערלעבענישן (אן קיין נאטיצן אדער פאפירן).
גימפל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 96
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 28, 2012 4:55 pm
האט שוין געלייקט: 114 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 103 מאל

שליחה דורך גימפל »

@יואליש, וואס איז פשט אז צוויי באזונדערע פאדקעסטס גיין ביי די זעלבע נאמען " דיס אמעריקען לייף"?
גימפל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 96
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 28, 2012 4:55 pm
האט שוין געלייקט: 114 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 103 מאל

שליחה דורך גימפל »

יואליש האט געשריבן:פידלער, גערעכט. סעלעקטעט שארט איז א סעריע פון שארט סטאריס געליינט דורך געלונגענע עקטארס, א ליטעראטורישע פאדקעסט. מענין לענין, איז אויך אינטערעסאנט "די מאטה", ווי עמך מענטשן פארציילן אן סטעיזש זייער איבערלעבענישן (אן קיין נאטיצן אדער פאפירן).

להערה בעלמא, די סטאריס זענען ע"פ רוב נאוועלעך, און נישט קיין אמת'דיגע מעשיות אבער נאך אלץ זייער טיף און באלערענד.
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

גימפל האט געשריבן:@יואליש, וואס איז פשט אז צוויי באזונדערע פאדקעסטס גיין ביי די זעלבע נאמען " דיס אמעריקען לייף"?


כ'מיין זיי גייען טאקע נישט ביי די זעלבע נאמען. סעריע איז פראדוצירט ביי די זעלבע טיעם פון דיס אמעריקן לייף, און איר ערשטע עפיזאד איז געווארן געשפילט אויף די דיס אמעריקן לייף ראדיאו שאו, אבער סי גייט ביי די נאמען פון" סעריע". אויך, סעריע איז בלויז א פאדקעסט, און דיס אמעריקן לייף איז א ראדיאו שאו און א פאדקעסט.
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

גימפל האט געשריבן:
יואליש האט געשריבן:פידלער, גערעכט. סעלעקטעט שארט איז א סעריע פון שארט סטאריס געליינט דורך געלונגענע עקטארס, א ליטעראטורישע פאדקעסט. מענין לענין, איז אויך אינטערעסאנט "די מאטה", ווי עמך מענטשן פארציילן אן סטעיזש זייער איבערלעבענישן (אן קיין נאטיצן אדער פאפירן).

להערה בעלמא, די סטאריס זענען ע"פ רוב נאוועלעך, און נישט קיין אמת'דיגע מעשיות אבער נאך אלץ זייער טיף און באלערענד.


אויב כ'מאך נישט קעען טעות איז די זשאנרא פון שארט סטאריס כמעט ביי דעפענישאן א נאוועלע. פידלער, פארעכט מיך אויב כ'בין זיך טועה.
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

לעיקוואד האט געשריבן:דער היסטאריע פון פילאסאפיע אן קיין געפס איז זייער א גוטער פאדקעסט וואס פלאנט דורכגיין די היסטאריע פון פילאזאפיע נישט מיט לערנען פינף גרויסע פילאזאפען מפורסמים ווי מען טוהט אין רוב הקדמות צו פילאזפיע נאר טאקע דורכגיין די גאנצע זאך פון תאלעס ביז'ן סוף. עס האלט שוין ביי צוויי הונדרעט און עפעס עפיזאדען און ער האלט קוים אנגעהויבען דער מיטל אלטער עפאכע. אין די חלק וועגן פילאזאפיע אין איסלאמישע וועלט איז דא אסאך שיינע שיעורים וועגן באוווסטע אידישע פילאסאפען. יעדער עפיזאד איז צוואנציג מינוט באגלייט מיט הומאר און אראפגעלייגט שיין בקיצור וויכטיגע נקודות פון יעדער זאך וואס ער רעדט.
http://www.historyofphilosophy.net/

Thank you Lakewood for this podcast, see you all again in a weeks time! :P
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

גם אני.. הגם איך האב שוין טיילווייז דורכגעלערנט די היסטאריע פון פילאזאפיע, אבער אנע געפס.. הלא דבר הוא.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
וואלקן קראצער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 3
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 05, 2015 2:50 pm
האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל

שליחה דורך וואלקן קראצער »

איך הער שוין צו פאר זייער א לאנגע צייט צו Mark Simone ער רעדט אויף WOR ער איז א לואקל ניו יורק סטעישן ער קאווערט און דיסקאסט די נייעס זייער שיין און קלאר כפארפאס נישט קיין טאג אן אים חברה גיוו איט עי טריי ער איז זייער בעטעמט צו הערך זוך פאר Wor710 mark Simone show
אינטער_חכם
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 10
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 04, 2015 1:10 am
האט שוין באקומען לייקס: 6 מאל

שליחה דורך אינטער_חכם »

צויי גוטע:
פריקאנאמיקס
http://freakonomics.com/radio/freakonom ... st-archive

99ציג פראצענט אינוויזעבל
http://99percentinvisible.org
שלום דין
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 64
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 01, 2013 4:11 am
האט שוין געלייקט: 109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 211 מאל

שליחה דורך שלום דין »

אינטערעסאנט אז קיינער האט נישט דערמאנט דא די נייע פאדקעסט נעטווארק 'גימלעט מידיע,' געגרינדעט דורך אלעקס בלומבערג, א לאנגיעריגער פראדוצירער פון ראדיא שאוס אויף ען.פי.אר., ווי צ.ב.ש. 'פלאנעט מאני', וכדו'.

דער חידוש פון 'גימלעט' איז אז דער עצם פראצעס פון אויפשטעלן א נייע פאדקעסט נעטווארק איז אליין געווען די נושא פון זייער ערשטע פאדקעסט סעריע: סטארט-אפ. אין דעם פאדקעסט ווערט פארציילט בהמשך וויאזוי די קאמפאני איז געגרינדעט געווארן פון א' ביז ת', אנגעהויבן פון דעם ערשטן מיטינג מיט דעם ערשטן אינוועסטאר (און וואו בלומבערג זארגט זיך איבער אזעלכע מינדערליכע פרטים צו ער קען גיין אנגעטון מיט סניקערס צו מיט בעסערע שיך--זיין ווייב טענה'ט אז ס'פאסט נישט צו גיין מיט סניקערס צו א מיטינג...), ביז... ביז... עס הייפט שוין אן אויסצוזען ווי אן ערנסטע קאמפאני, זיי קומען אויף מיט א נאמען ('גימלעט'), עס הייבן אן צו קומען אינוועסטארס, און זיי הייבן אן זאמלען די ערשטע צוויי און א האלב מיליאן דאלער זיי דארפן אויף אנצוהייבן. די סעריע איז גאנץ שפאנענד, און עס איז אויך זייער באלערנד, ספעציעל פאר אזעלכע וואס זיכן אנצוהייבן ביזנעסער, א.ד.ג.

גימלעט איז טאקע ערפינדן געווארן מיט סוקסעס, און תיכף זיך גענומען צו פראדוצירן נאך פאדקעסטס. די נעקסטע פאדקעסט וואס זיי האבן פראדוצירט (עס גייט נאך יעצט אן) איז 'ריפליי-אל': א שאו וועגן כל מיני אינטערעסאנטע פאסירונגען בנוגע די אינטערנעט וועלט--מאדנע זאכן וואס קומען ארויס פון 'וועב קולטור': אן ערציילונג פון איינער וואס איז דערשטוינט געווארן אויסצוגעפונען אז זיין אייגן ברודער, א הצנע-לכת'דיגע סייענטיסט, האט ערפינדן די גאנצע 'אי-מעיל' טעכנאלאגיע; א באריכט פון דער וואס האט צום ערשטן איינגעפירט דעם מנהג פון פאפ-אפ ווינדאויס, און עד היום איז ער מתחרט על נפשו פאר'ן ברענגן אזא מכה אויף די וועלט; וכדו'. ס'איז כדאי צוצוהערן.

דערווייל זענען ביידע שאוס געליסטעט אין פארשידענע 'בעסט פאדקעסטס' ליסטעס, און ס'איז משמע פון זייער וועבסייט אז זיי האבן נאך עטליכע פאדקעסטס אין פראדוקשען, און לכאורה וועלן זיי אלע זיין אויף א הויכן ניווא. אויב גלייכט איר פאדקעסטס איז עס כדאי אויסצוטשעקן...
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

טענקס שלום. סטארט אפ האב איך געהערט פון אנהייב ביזן סוף, ס'איז העכסט אינטערעסאנט. מ'קען זיך אסאך לערנען דערפון (באלד אזוי סאך ווי פון שארק טענקק ;) ) אבער למעשה האט ער שוין געענדיגט דעם ערשטן סעזאן, אבער צו דער קאמפעני איז געווען א סוקסעס צו נישט ווייסן מיר נישט... ער זאגט אז אויף קומענדיגן סעזאן גייט ער פראפיילן א צווייטע קאמפעני, א שאד אז ער גייט נישט ווייטער מיט זיין אייגענע געשיכטע ביזן סוף.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
שלום דין
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 64
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 01, 2013 4:11 am
האט שוין געלייקט: 109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 211 מאל

שליחה דורך שלום דין »

יידל האט געשריבן:טענקס שלום. סטארט אפ האב איך געהערט פון אנהייב ביזן סוף, ס'איז העכסט אינטערעסאנט. מ'קען זיך אסאך לערנען דערפון (באלד אזוי סאך ווי פון שארק טענקק ;) ) אבער למעשה האט ער שוין געענדיגט דעם ערשטן סעזאן, אבער צו דער קאמפעני איז געווען א סוקסעס צו נישט ווייסן מיר נישט... ער זאגט אז אויף קומענדיגן סעזאן גייט ער פראפיילן א צווייטע קאמפעני, א שאד אז ער גייט נישט ווייטער מיט זיין אייגענע געשיכטע ביזן סוף.


אמת טאקע, אז די נעקסטע וועט זיין אן אנדערע קאמפאני. אבער גימלעט אליין האלט איך איז א סוקסעס אויף אזוי ווייט אז עס האט געטראפן אינוועסטארס, איז אויפגעשטעלט געווארן מיט הצלחה, און פראדוצירט יעצט העכסט אינטערעסאנטע מאטעריאל. ביסט אבער גערעכט, צו זיי לייזן א פראפיט אדער נישט, און צו די אינוועסטארס וועלן טאקע פארדינען אזויווי זיי האפן, דאס קען מען נאכנישט וויסן. ס'עט זיין אינטערעסאנט צו הערן אויב זיי וועלן פובליצירן יערליכע רווחים. (אלץ א פריוואטע קאמפאני איז עס אינגאנצן בידם, לכאורה.)
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

וואס זאגסטו צום נאמען גימלעט? כ'האב געהאלטן אז ס'איז א הימל געשריי אז ער האט זיך געלאזט אריינארן מיט אזא אומבא'חנ'טער נאמען. אבער וואס פארשטיי איך?
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
שלום דין
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 64
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 01, 2013 4:11 am
האט שוין געלייקט: 109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 211 מאל

שליחה דורך שלום דין »

יידל האט געשריבן:וואס זאגסטו צום נאמען גימלעט? כ'האב געהאלטן אז ס'איז א הימל געשריי אז ער האט זיך געלאזט אריינארן מיט אזא אומבא'חנ'טער נאמען. אבער וואס פארשטיי איך?


איך בין משוגע פאר די נאמען! איך האב געהאלטן אז ס'איז געניאל. קורץ, מאדערן, זאגט זיך גרינג, בלייבט אין זיכרון. ווייסט דאך אבער, על טעם וריח....
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

שלום דין האט געשריבן:גימלעט איז טאקע ערפינדן געווארן מיט סוקסעס, און תיכף זיך גענומען צו פראדוצירן נאך פאדקעסטס. די נעקסטע פאדקעסט וואס זיי האבן פראדוצירט (עס גייט נאך יעצט אן) איז 'ריפליי-אל': א שאו וועגן כל מיני אינטערעסאנטע פאסירונגען בנוגע די אינטערנעט וועלט--מאדנע זאכן וואס קומען ארויס פון 'וועב קולטור': אן ערציילונג פון איינער וואס איז דערשטוינט געווארן אויסצוגעפונען אז זיין אייגן ברודער, א הצנע-לכת'דיגע סייענטיסט, האט ערפינדן די גאנצע 'אי-מעיל' טעכנאלאגיע; א באריכט פון דער וואס האט צום ערשטן איינגעפירט דעם מנהג פון פאפ-אפ ווינדאויס, און עד היום איז ער מתחרט על נפשו פאר'ן ברענגן אזא מכה אויף די וועלט; וכדו'. ס'איז כדאי צוצוהערן.


אינטערעסאנט אז קיינער האט נאך נישט געברענגט אז [tag]שלום דין[/tag]'ס פערזענליכע געשיכטע ווערט פארציילט אין די פרישסטע עפיזאד אין די ריפליי-אל סעריע. כ'בין נאר נייגעריג צו דאס אויבערשטע האט שלום געשריבן נאך בעפאר די אינטערוויו אדער שוין נאך... עס איז, ווי אלע ריפליי-אל עפיזאדס, זייער אינטערסאנט און באזונדער רירנד און הארציג. רעקאמענדירט.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

איך האב מיטגעוויינט מיט אים אין די לעצטע צען מינוט. Heartwrenching!
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

http://gimletmedia.com/episode/24-exit-return-part-ii/

די צווייטע טייל פון שלום'ס געשיכטע איז נעכטן פארעפנטליכט געווארן אין א נייעם עפיזאד. אחוץ קול מבשר און Jnet ווערט קאווע שטיבל און איר/אונזער באהאנדלונג פון שלום דין אויסגעשמועסט. העכסט אינטערעסאנט.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

גוט מארגן.
פארשפארט