נהורא נפישא האט געשריבן:וואס איז די חילוק פון תיש, שעיר, און עז ?
און וואס איז די חילוק פון שור און פר ?
ס'הערשט אסאך מאל א צעמישעניש ווען מ'באגעגענט זיך מיט שמות בעלי חיים בשעת'ן לערנען. עס גרינגער צו מאכן, איז כדאי צו וויסן אז ס'איז דא אינגאנצן דריי מינים פון כשר'ע בהמות: כשבים, עזים, און בקר. צאן איז א שם הכולל פאר כשבים און עזים (ואם מן הצאן קרבנו מן הכשבים או מן העזים - ויקרא א י).
ס'דא אנדערע נעמען פאר זכרים און נקבות און אויך טוישט זיך די נאמען נאך איין יאר אלט. ווי פאלגענט:
כשבים
1 יאר אלט, זכר-כבש נקבה-כבשה
2 יאר אלט, זכר-איל נקבה-רחל
עזים
1 יאר אלט, זכר-תיש נקיבה-עז
2 יאר אלט, זכר-שעיר נקבה-שעירה
בקר
1 יאר אלט, זכר-עגל נקבה-עגלה
2 יאר אלט, זכר-פר נקבה-פרה
(פר און שור איז די זעלבע זאך נאר ביי קרבנות שטייט אייביג פר און ביי אנדערע פלעצער ווי למשל כי יגח שור, לא תחרוש בשור וחמור אדער אין פרשת ראה ווי ס'ווערט אויסגערעכנט בהמות וואס מ'מעג עסן, שטייט שור.)