דאס שיינקייט און הייליגקייט פון וואוינען אין ארץ ישראל!

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
זורח
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 59
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 4:45 pm
האט שוין געלייקט: 15 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 171 מאל

דאס שיינקייט און הייליגקייט פון וואוינען אין ארץ ישראל!

שליחה דורך זורח »

ב"ה
לאמיר דערציילען די מעלות פון הייליג לאנד
דאס שיינקייט און הייליגקייט פון וואוינען אין ארץ ישראל!
מלוקט ע"י ארגון זורח לעודד ישוב ארץ ישראל


אז מען בויט אין ארץ ישראל
"בנו בתים ושבו ונטעו כרמים ואכלו פרים, לא יבנו ואחר ישב לא יטעו ואחר יאכל" זיי וועלען בויען הייזער און זיי באוואוינען, גערטנער פלאנצען און עסען זייער פרוכט, זיי וועלען נישט בויען אז אן אנדערער זאל באוואוינען, זיי וועלען נישט פלאנצען אז אן אנדערער זאל עסען. (ישעיה ס״ה)

דאס וואוינען אין ארץ ישראל
א איד זאל שטענדיג וואוינען איו ארץ־ישראל, אפילו אין א שטאט, וואו די מערהייט פון דער באפעלקערונג זענען גויים, און ער זאל נישט וואוינען אין די שטעט פון חוץ־לארץ אפילו ווען די מערהייט איינוואוינער זענען אידען. ווייל יעדער וואס וואוינט אין ארץ־ישראל איז גלייך ווי ער וואלט געהאט א ג־ט, אבער דער וואס וואוינט אין חוץ־לארץ איז גלייך ווי ער וואלט געדינט עבודה זרה. (כתובות ק״י)

דאס באליבסטע לאנד
ארץ־ישראל שהיא חביבה מכל נבראת קודם לכל – ארץ־ישראל איז דאס באליבסטע ביים באשעפער, דעריבער איז עס באשאפען געווארען פריער פאר אלע אנדערע לענדער. (ספרי)

די ערשטע לעבעדיג צו ווערען
די טויטע אין ארץ־ישראל וועלען אין די טעג פון משיח זיין די ערשטע לעבעדיג צו ווערען. (מדרש הגדול)

א גאנצע וועלט
רבי שמעון בן יוחאי האט געזאגט: דאס ווארט ״תבל״ מיינט ארץ־ישראל. פארוואס ווערט ארץ־ישראל גערופען ״וועלט״ ווייל דארט איז אלעס פארהאן. געווענדליך האט יעדעס לאנד ספעציעלע מעלות וואס אן אנדער לאנד האט נישט, ארץ־ישראל איז געבענטשט דערמיט וואט עס האט אלע מעלות און גוטסקייטען. וועגען ארץ־ישראל איז געזאגט געווארען ״לא תחסר כל בה״ עס פעהלט דארט גארנישט, אלעס איז דארט פארהאן. (ספרי)

אז מען פארלאזט דאס לאנד
א מענטש וואס פארלאזט ארץ־ישראל איו געגליכען צו איינעם וואס לאזט איבער די שויס פון זיין מוטער און גייט אוועק צו א פרעמדע פרוי. (ירושלמי מועד קטן)

איבערשטייגט אלע מצוות
ר׳ יהודה בן בתירא און ר׳ מתיא בן חרש און נאך חכמים זענען געגאנגען קיין חוץ־לארץ. צוקומענדיג צום ארט פלטום, האבען זיי זיך דערמאנט אין ארץ־ישראל, האבען זיי ארונטערגעלאזט די אויגען, צעריסען די קליידער און געוויינט, און זיי האבען זיך צוריקגעקערט קיין ארץ ישראל. צוריקקומענדיג האבען זיי געזאגט אז דאס וואוינען אין ארץ־ישראל איז גלייך קעגען אלע מצוות פון דער תורה. (ספרי)

אן עליה קיין א״י דארף זיין אן אידיאלע
״מפני מה אין חמי טבריה בירושלים, כדי שלא יאמרו עולי רגלים, אלמלי לא עלינו אלא כדי לרחוץ בחמי טבריה דיינו, ונמצא עליתם שלא לשמה״. פארוואס געפינען זיך נישט די זעלבע וואסערן וואס איז פארהאן אין טבריה אויך אין ירושלים? כדי די עולי רגל זאלען נישט זאגען: ווען מיר וואלטען עולה געווען קיין ירושלים בלויז דערפאר אליין זיך צו באדען אין די חמי טבריה וואלט דאס אליין שוין אויך ווערט געווען, וואלט דאך דעמאלטס אויסגעקומען אז די עליה זייערע איז געווען שלא לשמה. (חז״ל)

די פרוכטען פון ארץ־ישראל
די ארץ־ישראל פרוכטען זענען די לייכסטע צו פארדייען. (ספרי)

דאס לאנד טוט באשיצן
ווער עס וואוינט אין ארץ ישראל איז דאס לאנד מכפר אויף זיינע זינד. (רבי עקיבא)

זייערע שיחות־חולין
אפילו שיחת חולין של בני ארץ־ישראל צריכה תלמוד — אפילו די געווענדליכע פראסטע רייד פון די ארץ־ישראל געלערנטע, האבען א הויכע באדייטונג. (ויקרא רבה)

די טויב און דאס אידישע פאלק
כשם שהיונה שבה אל התיבה, כך ישראל עתידים לשוב לארצם מן הגלות — פונקט ווי די טויב האט זיך אין די צייטען פון נח צוריקגעקערט צו דער תיבה, אזוי אויך וועלען אידען זיך צוריקקערען צו זייער נעסט און קומען קיין ארץ ישראל. (מדרש אגדה פ׳ נח)

דאס הייליגסטע לאנד
ארץ־ישראל מקודשת מכל הארצות— ארץ־ישראל איז די הייליגסטע, דאס ריינסטע און אידיאלסטע לאנד. (משנה כלים פרק א)

ניין מאס חכמה
צעהן מאס חכמה איז אראפגעקומען אויף דער וועלט, ניין מאס האט גענומען ארץ־ישראל און איין מאס די גאנצע וועלט. (קדושין מ״ט)

עס קומט אן מיט יסורים
דריי זאכען זענען געגעבען געווארען צו די אידען דורך יסורים, תורה, עולם־הבא און ארץ־ישראל. (ברכות ה׳)

באליבט ביי אלע פעלקער
הרי ארץ־ישראל חביבין על אומות העולם — די בערג פון ארץ־ישראל זענען באליבט ביי אלע פעלקער פון דער וועלט. (חולין פ׳)

גלגול־מחילות
ר׳ סימאי זאגט: דער רבונו של עולם וועט פאר די מתים לעכערען די ערד און זיי וועלען זיך קייקלען, צוקומענדיג צו ארץ־ישראל וועלען זיי צוריק באקומען זייערע נשמות און לעבעדיג ווערען. (ירושלמי כלאים ט׳)

ווען אפילו זכות אבות קען נישט ביישטיין
ווער עס פארלאזט ארץ־ישראל און פארט קיין חוץ־לארץ, מעג ער אפילו האבען זכות אבות, קען עס איהם נישט ביישטיין. (ב׳׳ב צ״א)

ווער איז א בן עולם־הבא ?
רבי מאיר זאגט: דער וואס וואוינט אין ארץ־ישראל לייענט קריאת־שמע אינדערפרי און אין דער אווענט און רעדט לשון־קודש, דער איז א בן עולם־הבא. (ירושלמי שבת)

דאס גלוסטיגע לאנד
״ארץ חמדה? מפני שחמדוהו אבות העולם״ — פארוואס ווערט דאס לאנד אנגערופען דאס ״גלוסטיגע לאנד?״ ווייל די וועלט־טאטעס האבען געגלוסט דערנאך. (מדרש תנחומא)

ראטעווען קען מען זיך נאר אין ארץ ישראל
רבי חיא צווה לדורו: כשתשמעו שעמד עליך מלך עז פנים לא תשבו שם. אמרו לו: מרי, להיכן ננצל? אמר להם: לגליל העליון. — רבי חיא האט אגגעזאגט צו די מענטשען פון זיין צייט, אויב איהר וועט הערען אז עס איז אויפגעשטאנען א מחוצפ׳דיגער קעניג, זאלט איר נישט בלייבען אין זיין לאנד. האבען זיי איהם געפרעגט: האר, וואו אהין זאלען מיר זיך ראטעווען? האט ער צו זיי געזאגט: צום גליל העליון, צום אויבערשטען גליל. (לקח טוב פ׳ בלק)

ארץ־ישראל אדער א גט
אויב א פרוי וויל פארען קיין ארץ־ישראל און דער מאן וויל נישט, קען די פרוי איהם צווינגען איהר צו גט'ן און ער איז מחויב איהר אויסצוצאלען די כתובה. (כתובות ק"י)

זייער כוונה
"אותן ששאלו שלוח המרגלים לא נתכוונו אלא לבושתא של ארץ ישראל" — די וואס האבען פארלאנגט מען זאל שיקען מרגלים, האבען אינזין געהאט צו באליידיגען ארץ־ישראל. (סוטה ל"ב)

הויז און גאס
ארץ־ישראל נקראת בית, שאר ארצות ־ חוצות — ארץ ישראל ווערט אנגערופען א הויז, אנדערע לענדער ווערען אנגערופען גאסען. (מדרש שוחר־טוב)

די חכמה האט נישט קיין גלייכען
אין תורה כתורת ארץ־ישראל ואין חכמה כחכמת ארץ־ישראל — נישטא נאך אזא תורה ווי די תורה פון ארץ־ישראל, און נישטא נאך אזא חכמה ווי די ארץ־ישראל׳דיגע חכמה. (תורת־כהנים)

פארוואס זענען זיי די ערשטע פארטריבען געווארען
די חז"ל זאגען אז דעריבער זענען די צוויי מיט א האלב שבטים ראובן גד און די העלפט פון שבט מנשה, געווען די ערשטע צו ווערן פארטריבען אין גלות, ווייל זייענדיג רייך און ליב האבענדיג געלד, האבען זיי נישט געהאט קיין חשק צו פארלאזען חוץ־לארץ און קומען קיין ארץ־ישראל. (חז"ל)

זייער שטראף
אבימלך מיט זיינע צוויי זין זענען באשטראפט געווארען ווייל זיי זענען ארויסגעפארען פון ארץ־ישראל קיין חוץ־לארץ. (מדרש)

ווען מען קען הייסען שרייבען אום שבת
הלוקח בית בארץ־ישראל, כותבין עליו אוני אפילו בשבת — אז איינער קויפט א הויז אין ארץ־ישראל, מעג מען הייסען א גוי צו שרייבען דעם קויף־קאנטראקט אפילו אום שבת. (חז״ל)

קליין, און דאך באליבט
"אמר הקב״ה: חביבה עלי כת קטנה בארץ־ישראל מסנהדרין שבחוץ־לארץ" — השי״ת זאגט: עס איז מיר מער באליבט א קליינע גרופע אין ארץ־ישראל ווי א גרויסע גרופע סנהדרין אין חוץ־לארץ. (חז״ל)

מדבריות און פאלאצען
עס איז בעסער צו וואוינען אין די וואוסטע פלעצער אין די מדבריות פון ארץ ישראל, ווי איידער צו וואוינען אין פאלאצען אין חוץ־לארץ. (חז״ל)

דארט וואו אלע אידען ווערן חברים
אויף דעם פסוק: ״עיר שחוברה לה יחדיו״׳ זאגען די חז״ל עיר שעושה כל ישראל חברים. ירושלים איז אזא שטאט וואס פארבינדט אלע אידען אלס חברים. (חז״ל)

אז מען וואוינט אין ארץ־ישראל
עס שטייט אין פסוק: ״וישבתם בה ושמרתם לעשות את כל החוקים״. ווער עס וואוינט אין ארץ־ישראל וועגט עס אזויפיל ווי דאס האלטען אלע מצוות פון דער תורה. (ספרי פ׳ ראה)

כיבוש הארץ איז דוחה שבת
״כשם שמילה דוחה את השבת, כך כיבושה של ארץ־ישראל דוחה את השבת — פונקט ווי דאס דורכפירען א ברית ווערט נישט געשטערט דורך דעם שבת, אזוי אויך ווען עס האנדעלט זיך פון איינצונעמען ארץ ישראל ווערט דאס נישט געשטערט דורך דעם שבת. (חז"ל)

דאפעלטער כח
״העולה מבבל לארץ־ישראל כוחו נכפל״ — דער וואס איז עולה פון בבל קיין ארץ־ישראל ווערט זיין קראפט געדאפעלט. (חז"ל)

די שיינקייט פון ירושלים
״עשרה קבים יופי ירדו לעולם, תשעה נטלה ירושלים ואחד כל העולם כולו״.— צעהן מעסטלעך שיינקייט איז אראפגעקומען אויף דער וועלט. ניין חלקים האט גענומען ירושלים און איין חלק די גאנצע וועלט. (קידושין מ״ט)

חורבן און אויפבוי
ווער עס גלוסט צו וואוינען אין ארץ־ישראל ווען עס איז וואוסט, וועט זוכה זיין דארט צו וואוינען ווען עס וועט אויפגעבויט ווערען. (מדרש)

געקושט די שטיינער
ר׳ אבא מנשק כיפי דארץ־ישראל — ר' אבא האט געקושט די שטיינער פון ארץ־ישראל. (כתובות קי״ב)

דאס ליבע לאנד און פאלק
ג־ט האט געזאגט איך וועל צוזאמענעמען די קינדער פון ישראל וועלכע זענען מיר אזוי ליב און טייער און איך וועל זיי ברענגען אין דעם לאנד ארץ־ישראל וואס איז מיר אזוי ליב און טייער. (מדרש).

די איבערטראגונג פון די גייסטיגע צענטערען
עתידין בתי כנסיות ובתי מדרשות שבחוץ לארץ שיקבעו בארץ ישראל — אלע אידישע גייסטיגע צענטערען פון גלות וועלען ווערן אריבער געטראגען צום הייליגען לאנד. (חז״ל)

מען טאר נישט רעדען קיין שלעכטס וועגען ירושלים
די חז״ל דערציילען: ״מעשה באדם אחד שהיה קורא הודע ירושלים את תועבותיה" — עס האט אמאל געטראפען מיט איין מאן וואס האט פארגעלייענט פאר׳ן עולם די פסוקים אין וועלכע עס ווערט אויסגערעכענט די אומווירדיקייטען פון ירושלים, און ער האט דאס ספעציעל באטאנט. האט איהם רבי אליעזר געזאגט. ״עד שאתה בודק בתועבות ירושלים, צא ובדוק בתועבות אמך״ — איידער דו גייסט נאכפארשען די אומווירדיקייטען פון ירושלים, גיי ליבערשט און פארשט נאך די אומווירדיקייטען פון דיין אייגענער מוטער, ״בדקו אחריו ומצאו בו שמץ פסול " — מען האט טאקע אויסגעפארשט וועגען איהם און עס האט זיך ארויסגעוויזען, אז ער איז נישט אינגאנצען אין ארדענונג. (מגילה כ"ה)
פארוואס עמרי האט זוכה געווען צו דער קרוין
דעד קעניג עמרי האט זוכה געווען צו דער קרוין פון קעניגרייך, ווייל דורך איהם איז דער שטח פון ארץ־ישראל פארגרעסערט געווארען. (חז״ל)

אין דער זכות פון ירבעם בן יואש
כאטש אז ירבעם בן יואש איז געווען זייער א זינדיגער קעניג ווי די פסוק זאגט: וַיעַש הָרַע בְעֵינֵי ה' לֹא סָר מִכל חַטאות יָרָבְעָם בֶן נְבָט אֲשֶר הֶחֱטִיא אֶת-יִשרָאֵל פונדעסטוועגן דאך איז כלל ישראל געראטעוועט געווארן נאר אין זיין זכות: כּכי רָאה ה' אֶת עֳנִי יִשְרָאֵל מֹרֶה מְאֹד וְאֶפֶס עָצור וְאֶפֶס עָזוב וְאֵין עֹזֵר לְיִשְרָאֵל, וְלֹא דִבֶר ה' לִמְחות אֶת שֵם יִשְרָאֵל מִתחַת הַשָמָיִם, וַיושִיעֵם בְיַד יָרָבְעָם בן-יואש, דאס אלץ נאר ווייל ער האט פארשפרייט די גרעניצן פון ארץ-ישראל ווי דער פסוק זאגט: הוא הֵשיב אֶת גְבול יִשְרָאֵל מִלְבוא חֲמָת עַד יָם הָעֲרָבָה, כדְבַר ה' אֱלֹקֵי יִשְרָאֵל אֲשר דבֶר בְיַד עַבְדו יונָה בֶן אֲמִתַי הַנָבִיא אֲשֶר מִגַת הַחֵפֶר, (מלכים ב יד כה-כז)

אז מען פארזוימט צו קומען קיין ארץ־ישראל
ווערט געבראכט אין מדרש אויף דעם פסוק ״קום עלה בית־אל ושב שם" גיי קיין ארץ ישראל און באזעץ דיך דארט, השי״ת האט געזאגט צו יעקב: ״לפי שאחרת בדרך נענשת״, ווייל דו האסט פארשפעטיגט, אפשטעלענדיג זיך אויפ׳ן וועג און זיך פארזוימט צו קומען וואס שנעלער אין די לאנד, איז אויף דיר נגזר געווארען די שטראף מיט דינה. אין דיין אייגענער היים אין ארץ ישראל וואלט מיט דיר אזעלכעס נישט פאסירט. (מדרש תנחומא)

ווען אידען קענען זיין זיכער
"וישבתם לבטח בארצכם״, נאר אין אייער אייגען לאנד קענט איהר זיין רואיג און זיכער, דאגעגען אין אן אנדערע לאנד וועט איהר תמיד זיין אומרואיג און נישט זיכער. (ילקוט שמעוני)

א ביסעל רואיגקייט אין אייגענעם לאנד
ווען אידען זענען אריינגעקומען קיין א״י האבען זיי געזאגט: ״טוב מלא כף נחת בארץ הזאת ממלא חפנים בעבר הירדן״ עס איז בעסער איין הויפען רואיגקייט אין דעם דאזיגען לאנד, איידער פולע צוויי הויפענס אויף דער צווייטער זייט ירדן. (ויקרא רבה ס״ג)

דארט וואו דער מבול האט קיין שליטה נישט געהאט
דער מבול האט ארומגענומען די גאנצע וועלט א חוץ די ערד פון ארץ־ישראל. (זבחים קי״ג)

זיך געוואלגערט אין שטויב
רבי חייא בר גמדא האט זיך געוואלגערט אינעם שטויב פון הייליגען לאנד אןן זיך געקוילערט אויף דעם זאמד פונעם לאנד פון די אבות. (חז״ל)

מיינע צו מיינע
אויף דעם פסוק: ״זאת הארץ אשר תפול לכם לנחלה במדבר" זאגען די חז״ל: השי״ת האט געזאגט: דאס לאנד איז מיינס, די אידען זענען אויך מיינס! איז דאס בעסטע איך זאל אוועקגעבען מיינע צו מיינע. (מדרש)

דער לעבעדיגער קוואל
א קוואל לעבעדיגע וואסער — עס שטייט: ״באר מים חיים״ דאס מיינט מען די תורה פון ארץ־ישראל. (ילקוט שמעוני)

דער טאל פון די ווייט-זעהער
עס שטייט ״גיא חזיון״ (ישעיה כ״ב) דאס מיינט מען א טאל וואס אלע ווייט־זעהר קומען פון דארט. (מדרש)

מען דארף נישט זוכען קיין גליקען אין דער פרעמד
עס ווערט דערציילט: א תלמיד פון רבי שמעון בן־יוחאי איז אוועק קיין חוץ־לארץ און איז פון דארט צוריקגעקומען אנגעלאדענט מיט אסאך רייכקייט. ווען די אנדערע תלמידים פון רבי שמעון האבען געזעהן ווי ווייט זייער חבר האט באגליקט האבען זיי אויך געוואלט פארען קיין אויסלאנד. האט רבי שמעון זיי ארויסגעפירט אין טאל פון מירון, מתפלל געווען און דער פלאץ איז אנגעפילט געווארען מיט גאלדענע מטבעות. רבי שמעון האט דערמיט געוואלט אנדייטען, אז מען דארף נישט גיין אין דער פרעמד זוכען גליקען, נאר אין ארץ־ישראל אליין איז פארהאן די ברכה פאר אידען. (מדרש)

ווען זענען אידען א פאלק
"מי כעמך ישראל גוי אחד בארץ״ — ווען איז דיין פאלק ישראל א פאלק? נאר אין ארץ־ישראל. (רבי שמעון בן יוחאי)

ביים לעבען אדער נאכ׳ן טויט
אין מדרש ווערט דערציילט: עולא איז אוועק פון ארץ־ישראל קיין בבל און האט זיך דארט באזעצט, ווען עס איז געקומען די צייט פון זיין פטירה האט ער אנגעהויבען שטארק צו וויינען. האט מען איהם געפרעגט! ״וואס וויינסטו מיר וועלען דיין קערפער צוריק אריבערפירען קיין ארץ־ישראל״. דערויף האט עולא געענפערט: וואס קומט מיר ארויס דערפון איך פארליר דאך דעם פערל מיינעם אין א אומריין לאנד! עס איז א געוואלדיגער אונטערשייד ווען מען געבט צוריק די נשמה אין דער מוטער׳ס שויס, צו אין דער שויס פון א ווילד־פרעמדען, ווען מען האט ר׳ אלעזר מודיע געווען אז ״ארונו בא״ אז מען האט געברענגט עולא׳ס ארון קיין ארץ־ישראל, האט ער א זאג געטאן: ״עס איז א גאר גרויסער חילוק צו די הייליגע ערד נעמט אויף דעם מענטש ביי זיין לעבען, צו ערשט נאך זיין טויט״. (מדרש)

שכינה אין ארץ־ישראל
ר׳ יוסי בר חלפתא האט געזאגט צו זיין זוהן: ״בני אתה מבקש לראות את השכינה בעולם הזה, עסוק בתורה בארץ ישראל״. מיין קינד, אויב דו ווילסט זעהן די שכינה אויף דער וועלט, זאלסטו לערנען תורה אין ארץ־ישראל. (מדרש שוחר־טוב ק״ה)

אהן מזל און ברכה
"נכסי דחוץ־לארץ אין להם מזל ברכה" — די רייכטימער און גוטער וואס א איד דערווערבט אין פרעמדע לענדער האט נישט קיין מזל און ברכה. (חז״ל)

א שטיקעל טרוקען ברויט אין אייגענעם לאנד איז בעסער
אין משלי שטייט: ׳״טוב פת חרבה ושלווה בה״ — בעסער א שטיקעל טרוקען ברויט אבער עס זאל זיין מיט רואיגקייט, דאס מיינט מען ארץ־ישראל. (מדרש משלי)

אלע מעגן גיין קיין ארץ־ישראל אבער נישט אלע קענען ארויס פון דארט
הכל מעלין לארץ־ישראל ואין הכל מוציאין, הכל מעלין לירושלים ואין הכל מוציאין, אחד אנשים ואחד נשים — אלע קענען גיין קיין ארץ־ישראל און קיין ירושלים, אבער נישט אלע מעגען ארויסגיין! סיי מענער און סיי פרויען. (כתובות פרק י״ג)

צוליב וואס משה רבנו האט זיך נישט געקענט בארוהיגען
פאר די אלע יארען וואס משה רבנו איז געווען געצוואונגען צו וואוינען אין מדין האט ער דארט קיין רוה נישט געפונען, איהם האט שטענדיג געפייניגט דאס באוואוסטזיין און האט געזאגט: ״אוי לי שעזבתי את עמי ובאתי לגור עם אומות העולם״ — וויי איז מיר, וואס איך האב פארלאזט מיין פאלק און בין געקומען וואוינען צווישען די פעלקער. (אבות דר׳ נתן)

בענקשאפט נאך ארץ־ישראל
ווען מען גיט מיר פליגעל ווי א טויב — ״מי יתן לי אבר כיונה״ וואלט איך געפלויגען זוכען מנוחה (תהלים). זאגען די חז״ל: נישט ווי אנדערע פויגעל, וואס נאכדעם ווי זיי ווערען מיד פון אסאך פליען, לאזען זיי זיך אראפ רוהען אויף א שטיין, אדער א בוים, ניין, איך וויל זיין ווי א טויב וואס פליהט צוריק צו איהר נעסט, די טויב, כאטש זי איז שטארק מיד פון וועג, בלייבט זי נישט שטיין, נאר פארמאכט איין פליגעלע און פאכעט מיטן אנדערען און פליהט כסדר איהר וועג ווייטער. און אויך איך וואלט אזוי געפלויגען אלץ ווייטער און ווייטער כדי צו קומען נענטער און נענטער צו מיין אייגען לאנד. ״אלינה במדבר״ — לאמיך נעכטיגען אין דער מדבר. ווייל עס איז מיר אלץ ליבער צו נעכטיגען אין א מדבר וואס זאל זיין אין מיין אייגענעם לאנד, איידער צו געפינען מנוחה אין די שענסטע פאלאצען פון דער פרעמד. (חז״ל)

די תורה און ארץ ישראל זענען אונזערע עלטערען
אין מדרש ווערט דערציילט: א קעניגליך פארפאלק האבען אמאל ארויסגעשיקט פון פאלאץ זייער אינגען זון כדי ער זאל קענען לערנען דאס לעבען. ווען די עלטערען האבען איהם צוריקגערופען האט ער נישט געוואלט פאלגען, זאגענדיג, אז דער פויער און זיין פרוי פון דארף, וואו ער האט זיך אויפגעהאלטען, זענען זיינע עלטערען, און דאס דארף איז זיין היים-ארט — מיר האבען א פאטער און מוטער, דאס איז ארץ־ישראל און די תורה, נאכן חורבן בית־המקדש, האט דאס אידישע פאלק, דער פרינץ פון די אומות, פארגעסען פון זיינע אמת׳ע עלטערען, זיך אסימילירט און גענאסען פון פרעמדע קולטורען, קערט צוריק צו אייער היימלאנד, אייער פאטער ארץ־ישראל און צו דער תורה, אייער אמת'ע מוטער! (דרוש־ווארט פון א מגיד)

דער מיטעל-פונקט פון דער וועלט
״ארעא קדישא, אמציעותא דעלמא״ — דאס הייליגע לאנד איז דער מיטעל-פונקט פון דער וועלט. (זוהר, שמות קנ״ז)

דארט וואו די שכינה רוהט
״לא שריא שכינתא לבר מארעא קדישא" — די שכינה רוהט נישט אחוץ דעם הייליגען לאנד (ספר הזהר)

שמחה און מורא
אין איין פסוק שטייט ״עבדו את ד׳ בשמחה״ איהר זאלט דינען ג־ט מיט שמחה, און אין איין אנדערען פסוק שטייט ״עבדו את ד' ביראה״. וויאזוי איז דאס מעגליך? נאר דער תירוץ איז: געפינט מען זיך אין ארץ־ישראל דינט מען דעם אויבערשטען מיט פרייד, איז מען אין חוץ־לארץ דינט מען דעם אויבערשטען מיט מורא. (זוהר במדבר)

וואו מען קען ווערען אן אדם השלם
״ושבתי בשלום אל בית אבי״ —און איך זאל צוריקומען גאנצערהייט צו מיין טאטענס הויז (שלום, פון לשון שלמות) נאר אין הייליגען לאנד קען מען ווערען אן אדם השלם - א פולקאמער מענטש. (זוהר)

וואו דער מלאך המוות איז נישט שולט
כל המתים בא״י לא מתים על־ידי מלאך המוות — די וואס שטארבען אין ארץ־ישראל איז עס נישט דורכן מלאך המוות. (זוהר תרומה)

וואויל איז דער וואס איז דאס זוכה
זכאה חולקיה מאן דזכי למיפק נשמתיה בארעא קדישא, דאתכפרא חוביו וזכי לאתקשרא תחות גדפי דשכינתא — וואויל איז דעם וואס איז זוכה אז זיין נשמה זאל אויסגיין אין הייליגען לאנד, ווייל דערמיט ווערען איהם זיינע זינד פארגעבען און ער איז זוכה אזוי ארום זיך צו פארבינדען אונטער די פליגלען פון דער שכינה. (זוהר)

די אמת׳ע געטליכקייט קען א איד פיהלען נאר אין ארץ־ישראל
משה רבנו האט געזאגט: ״הגדתי היום לד׳ אלוקיך״ עס שטייט דער אויסדרוק "אלוקיך" און נישט "אלוקינו", דעם טעם דערפון איז ווייל די אמת׳ע געטליכקייט און דערהויבענקייט קען א איד פיהלען נאר אין ארץ־ישראל, האט דעריבער משה רבנו געזאגט ״אלוקיך״. ווייל ער איז דאך קיין ארץ־ישראל נישט אריינגעקומען. (זוהר)

בלייבן אפילו אהן שיך, אבי נאר זיין אין ארץ־ישראל
די חז״ל זאגען: ״לעולם ימכור אדם כל מה שיש לו ויקנה מנעלים לרגליו״ — א מענטש זאל פארקויפען אלץ וואס ער האט און זאל זיך קויפען שיך פאר די פיס. פון דעם מאמר חז״ל קען מען זיך פארשטעלען אז אין אמאליגע צייטען איז שיך געווען דער נויטיגסטער און וויכטיגסטער געגענשטאנד. ווען עס האנדעלט זיך אבער וועגן באזעצען זיך אין ארץ־ישראל ווערט געזאגט: ״של נעליך מעל רגליך כי המקום אשר אתה עומד עליו אדמת קודש הוא״ — דאס הייסט, ווען מען גייט באטרעטען די ״אדמת־קודש״ די הייליגע ערד, דאן איז ״של נעליך מעל רגליך״, איז ווערט צוליב דעם צוועק פון אלעם זיך צו אנטזאגען, צו בלייבען אפילו אהן שיך, אבי אין ארץ־ישראל זיך צו באזעצען. (מטה אהרן(

זעהן נאר די גוטע זייט
״אעברה נא ואראה את הארץ הטובה״ — משה רבנו האט געבעטען אז השי״ת זאל איהם ווייזען ״את הארץ הטובה״ די גוטע זייט, די פאזיטיווע שטריכען און נישט די נעגאטיווע זייט פונעם לאנד. (א דרוש־ווארט)

מען דארף נאר זעהן דאס גוטע
אויף ארץ־ישראל דארף מען נישט זוכען קיין פעהלערן און מען דארף נאר זוכען דאס גוטע, דאס איז דער מיינונג פון פסוק: ״וראה בטוב ירושלים״ — זאלסט זיך באמיהען צו זעהן נאר דאס גוטע פון ירושלים. (הרב ר׳ יוסף חיים זונענפעלד זצ״ל)

א לאנד וואו מען דארף שטייגען
ארץ אוכלת יושביה — ארץ ישראל דולדעט נישט קיין ״יושבים״, קיין פארגליווערטע ״זיצערס״, דארט דארף מען תמיד זיין אין דער בחינה פון הולכים און עולים, גיין מחיל אל חיל, דארט דארף מען האלטען אין איין שטייגען צו הויכקייט. (אסטראווצער רבי זצ״ל)

א "יחסן"
די גמרא אין קדושין: ״עשרה יוחסין עלו מבבל, כהני, לוויי, ישראלי, חללי, גיורי, וחרורי, וממזרי וכו'״ — אט דער מאמר צייכענט אן, אז נישט נאר די כהנים און לוים וועלכע זענען אמת'ע ״יחסנים״ האבען דעם הויכען טיטול, נאר אויך די וואס ווערען אויסגערעכענט ביים סוף פון מאמר האבן דעם דאזיגען טיטול, ווייל קוים באזעצט זיך א איד אין ארץ־ישראל, מעג ער זיין דער ערגסטער, באקומט ער די מדרגה פון א ״יחסן". (משל ומליצה(

דער אנהויב פון אונזערע זינד
״וימאסו בארץ חמדה״ — זיי האבען פארמיאוס'ט דאס גלוסטיגע לאנד (תהלים ק״ו כ״ד) דאס איז דער אנהויב פון אונזערע זינד. (ספר חרדים)

תשובה צום אייגענעם לאנד
דאס וואס עס ווערט געזאגט: ״כלו כל הקיצים ואין הדבר תלוי אלא בתשובה" — ווערט דערמיט געמיינט אז נישט נאר מען דארף תשובה טאן צו ג־ט, נאר אויך דארפן אלע אידען תשובה טאן און זיך צוריקערען צום ארץ־האבות. (הרב ר׳ יהודה חי אלקלעי)

די נעסט פון אידישען פאלק
די חז״ל זאגען! כנסת ישראל נמשלה ליונה (ברכות נ״ג:) (דאס אידישע פאלק איז צוגעגליכען צו א טויב). פונקט ווי עס איז נישט פארהאן צווישען די עופות קיין איין עוף וואס זאל זיין אזוי געיאגט ווי א טויב, אזוי אויך איז נישט פארהאן נאך א פאלק אויף דער וועלט וואס זאל זיין אזוי געיאגט און אונטערדריקט ווי דאס אידישע פאלק. און פונקט ווי א טויב דערקענט איהר נעסט, און ווען זי איז פון דארט דערווייטערט אפילו טויזענטער מיילען שטרעבט די טויב אלץ, צוריק־ צוקומען צו איהר נעסט. אזוי אויך כנסת ישראל, טראץ דעם וואס די אידישע פאלק איז דערווייטערט פון איהר לאנד שוין טויזענטער יארען, דאך האט זי נישט אויפגעהערט צו בענקען און שטרעבען צוריקצוקומען צום היימלאנד קיין ארץ־ישראל. (הרב מ .יפה)

אז מען וואוינט אין ארץ־ישראל איז מען נישט בחזקת רשע
יעדער אידישער מענטש וואס האט געמאכט ארץ־ישראל אלץ זיין וואוין־ארט, איז אין דער בחינה פון א צדיק, ווייל אויב ער וואלט נישט געווען אין דער מדרגה פון א צדיק, וואלט איהם דאס לאנד נישט קולט געווען. א באווייז דערויף איז וואס ארץ־ישראל ווערט אנגערופען ״שער־השמים״ דאס הימלישע טויער און אין וועלכע די ראשי־תיבות פון די לעצטע ווערטער זה השער לה' צ'דיקים י'בואו ב'ו זענען: ״צבי״, דאס איז א רמז, אז דער וואס וואוינט אין ארץ־ישראל איז א צדיק. (טוב־הארץ(

דער כח פון הייליגען לאנד
די חז"ל זאגען: ״הדר בחוץ לארץ דומה כמי שאין לו אלוה" — אז איינער וואוינט אין חוץ־לארץ איז פונקט ווי ער וואלט נישט געהאט קיין ג-ט חס ושלום. דער אויסדרוק ״דומה״ איז אומפארשטענדליך, וואס איז די באדייטונג דערפון? נאר דער מיינונג דערפון איז, אז אויב איינער איז אפילו פרום נאר ער וואוינט נישט אין ארץ־ישראל, מעג ער אפילו האבען ג-ט אין הארצען, דאך איז פארהאן א סכנה אז זיינע קינדער און קינדס־קינדער וועלען אבער ווערן אויס אידען און ווערען ג־ט-לאז. דאגעגען אין ארץ־ישראל, אויב ער האט נישט ג־ט אין הארצען, וועלן כאטש זיינע קינדער האבען א ג־ט. (בשם גדול אחד)

וואוסט, און דאך הייליג
פאראן נאראנים וועלכע דענקען אז די וואס וואוינען היינט אין ארץ־ישראל, זענען עובר אויף דער גזירה פון השי״ת: "ונתתי את עריכם חרבה״, אבער דער וואס באהויפטעט אזוי איז אדער א שוטה אדער אן אפיקורס, ווייל די חז״ל זאגען בפירוש אויף דעם אנדערען העלפט פסוק: "והשימותי את מקדשיכם" — אף על פי ששוממין, הן בקדושתן — כאטש זיי זענען וואוסט דאך האבען זיי אין זיך הייליגקייט. (רבי משה חאגיז)

דריי זאכען וואס זענען איינס.
עס שטייט: ״אחת שאלתי מאת ד׳" — איינס האב איך געבעטען ביי השי"ת, די ראשי תיבות פון ״אחת״ מאכט: א'רץ־ישראל, ח'יי עולם־הבא, און ת'ורה, די דריי מתנות וואס השי"ת האט געגעבען פאר די אידען, זענען פארבונדען איינער מיטן אנדערען, איינס ציעט צום אנדערען. (האריז״ל)

צוערשט אליין זוכען.
"אשר יבחר ד׳ לשכנו תדרשנו ובאת שמה״ — וואס ג-ט האט אויסדערוועהלט דארט צו רוען, זאלסטו זוכען און קומען אהין, צוערשט דארף מען אליין זוכען מיטלען און זיך משתדל זיין צו קומען צום הייליגען לאנד, נאכדעם וועט שוין השי״ת מסכים זיין דערויף. (ווילנער גאון זצ״ל)

ארץ־ישראל פארנעמט דעם גרעסטען חלק פון דער תורה
דריי סדרים פון ש"ס זענען פארבונדען מיט ארץ־ישראל: זרעים, קדשים און טהרות. פון די איבעריגע דריי סדרים איז אויך א גרויסער טייל פארבונדען מיט ארץ־ישראל. אין מועד זענען פאראן עטליכע מסכתות אזעלכע: יומא, שקלים, חגיגה, די צווייטע העלפט פון פסחים, די לעצטע פרקים פון סוכה, תענית און סדר נשים. נזיר סוטה און סדר נזיקין, סנהדרין, מכות, און הוריות. עס קומט אויס אז כמעט צוויי דריטעל פון ש״ס איז צונויפגעבונדען מיט ארץ־ישראל. די זעלבע פראפארציע איז אויך פארהאן אין חומש. (הגאון רבי אלחנן וואסערמאן הי"ד)

דער שטאלץ פון אן ארץ־ישראל קינד
וועגן דעם פארוואס דער בית־המקדש איז געבויט געווארען ״בחלקו של בנימין״ (אין בנימין׳ס טייל) איז פאראן צוויי מיינונגען: אין מדרש רבה ווערט ארויסגעזאגט די מיינונג, אז דאס איז דערפאר ווייל בנימין האט זיך נישט געבוקט צו עשו׳ן. אין ״ספרי״ ווידער ווערט ארויסגעזאגט די מיינונג, אז דאס איז ווייל בנימין איז געווען דער איינציגער פון יעקב'ס קינדער וואס איז געבוירען געווארען אין ארץ ישראל אין דער צייט ווען אלע אנדערע קינדער שטאמען פון חוץ־לארץ. ביידע דעות פון די מדרשים זענען פארבונדען און ביידע זאגען דעם אמת. איין מדרש מיטן אנדערען איז הא בהא תליא. ווייל דער אמת איז, אז נאר אן ארץ־ישראל־קינד באזיצט דעם עכטען, נישט בויגזאמען אידישען שטאלץ זיך נישט צו בוקען און נישט זיך איינצובייגען פאר אן עשו. (הרב יצחק ניסענבוים ז״ל)

דער באדען פון אייגענעם לאנד - דער איינציגער ציל
״ושפלת מארץ תדברי ומעפר תשח אמרתך" (ישעיהו כ״ט) — דער דאזיגער פסוק קען ווערן אויסגעטייטשט אויפ׳ן פאלגענדען אופן! דער נביא זאגט פאראויס: עס וועט קומען א צייט ווען די גלות־לענדער וועלען אזוי אונטערדריקען דאס אידישע פאלק, אז דאס פאלק וועט זיך אנטזאגען אינגאנצען פון די גלות פלעצער און זיך אנהויבען אינטערעסירען נאר מיט׳ן הייליגען לאנד, און דאס איז דער מיינונג פונעם פסוק ״ושפלת״, דו וועסט צוקומען צו אזא געפאלענקייט אין די גלות־לענדער, ״מארץ תדברי״, אז דיין גאנצער רעדען און אינטערעס וועט זיין נאר ארץ־ישראל, ״ומעפר תשח אמרתך״, דיין איינציגע רעדען און טראכטען וועט זיין נאר וועגען ערד און לאנד־ווירטשאפט פונקט ווי אלע פעלקער וועלכע זיצען אויף זייער אייגענע ערד. (ענפי צבי)

די יוגענד און ארץ־ישראל
ביי אברהם׳ן שטייט ״ויבן שם מזבח״, זאגט דערויף רש״י ״על בשורת הזרע ועל בשורת ארץ ישראל״, איינס איז פארבונדען מיטן אנדערען, די "בשורת הזרע" קען נישט זיין קיין צופרידענע אויב עס איז נישט פארהאן דערביי אויך די ״בשורת הארץ״, ווייל אהן אן א אייגען לאנד, אהן ארץ־ישראל, איז מען גארנישט זיכער צו די קינדער וועלן זיך האלטען ביי אידישקייט און עס איז א קנאפע האפענונג צו ערווארטען צו זעהן ביי זיי א עכט אידישע נחת. (בשם גדול אחד()

דער אשכול פארמאגט 35 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר