דער רוף פון ארץ ישראל!

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
זורח
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 59
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 4:45 pm
האט שוין געלייקט: 15 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 167 מאל

דער רוף פון ארץ ישראל!

שליחה דורך זורח »

כ'האב אפגעשטאט פאראיאר א באזוך אין ארץ-ישראל. כ'וועל אייך דערוועגן נאך מער דערציילן שפעטער, נאר פריער לאזט מיך אויסדרוקן דעם רושם וואס דאס האט אויף מיר געמאכט.

פרעכטיגע בערג הייבן זיך מיט שטאלץ אין צענטער פונעם אידישן לאנד, און איבער דעם גרינעם גראז וואס באדעקן די פעלזן לויפן ארום בארוועסע קינדער – קינדער וואס געהערן צום אידישן פאלק, מיט פיסלעך וואס געהערן צום אידישן פאלק. די סאנדאלן האבן זיי ערגעצוואו איבערגעלאזט אויפ'ן גראז, זייענדיג פארנומען מיטן שפילן, און די בארוועסע פיס פאראייניגן דאס קינד מיטן לאנד אויף אן אופן וואס מיר קענען גארנישט באגרייפן. דא דארט וועט א שטיינדל א קריץ טון אין די בארוועסע פיס, אבער דאס קינד, וועמענס קאפ ס'איז איבערגעדעקט מיט א גרויסן געשטריקטן קאפל, וועט זיך נישט צוטון מאכן דערפון.

די פרייע ווינט שאקלט זיינע צעלאשעטע פיאות'לעך אהין און צוריק, און דער וואס קוקט זיך צו צו זיין נאטירליכן געלויף וואלט געמעגט באמערקן אז עפעס גאר גרויס קומט דא פאר. אט די פיסלעך זענען עדות אויף דער פארווירקליכונג פון די אידישע האפענונגען במשך טויזנטער יארן, זיך אומצוקערן צום לאנד פון אונזערע אבות און פילן ווידעראמאל דעם נאטירליכן בונד וואס א מענטש פילט צו זיין היימלאנד. אט די פיסלעך און דאס שטופערישע געלעכטער ארום פירן פאקטיש אויס די נבואות פון ישעיה, ירמיה און זכריה, וואס דאס אידישע פאלק האט געטראגן מיט זיך אויפ'ן הארצן אזויפיל יארן, אויסווארטנדיג דעם גרויסן מאמענט פון זיך צוריקערן קיין ארץ ישראל.

די קריגערייען וואס ברעכן אמאל אויס צווישן קליינע קינדער, פונקט ווי די פרייליכע שפילערייען אין שויס פון נאטור, שפילן למעשה אויס די פארווירקליכונג פון אט דעם אלעמען וואס די פסוקים האבן אונז צוגעזאגט. די וואכעדיגע גאסן, די שטיינערנע הייזער און די אויסגעלייגטע באלאטעס, אפילו די שילדן אויף דער גאס מיט די אידישע אויפשריפטן דערויף, דערציילן אלע דאס זעלבע. זיי דערציילן א וואונדערליכע געשיכטע וואס האט זיך געטראפן מיטן אידישן פאלק: דער נס פון אומקער נאך צוויי טויזנט יאר!

שטייענדיג פאר'ן טראפיק ליכט אין ירושלים, ווארטנדיג געדולדיג אויף די אויטאמאבילן וואס יאגן זיך פארביי, איז מיר דורכגעלאפן די מחשבה, ווי וואונדערליך ס'איז דאס געפיל צו שטיין ביי רויט אינעם לאנד פון אונזערע אבות, און פילן דערביי די גרויסע רחמנות פון הקב"ה, וועלכער האט געברענגט אונזער פאלק צו דעם יעצטיגן פונקט אין געשיכטע. וויפיל געלט וואלטן געצאלט מיינע עלטערן, וועלכע זענען געווען פארכאפט אין א ברענענדיגער אייראפע מיט פינף און זיבעציג יאר צוריק, צו קענען שטיין אויף דעם פלאץ?...

צו קלערן אז דוקא איך האב זוכה געווען צו לעבן אין איינעם פון די בעסטע פונקטן אין דער אידישער געשיכטע, און אז דוקא איך האב זוכה געווען צו באטרעטן די הייליגע ערד, אין א צייט ווען מיין פאלק איז אהין צוריק, נאך א צייט אפשניט פון צוויי טויזנט יאר וואס דאס פאלק האט געשפייט בלוט אויף יעדן פלאץ, איז באמת אן אומרעאליסטישער געדאנק. נאר ווען דער טראפיק-ליכט איז געווארן גרין און כ'האב געקענט אריבערגיין די גאס, האב איך דערזען אז ס'איז פארט א מציאות. דא האט שוין מיין בלוטדרוק גענומען ווילד זעצן. וואס'זשע טוט אזא איד ווי איך צו וואוינען אין גלות ווען דאס אומקער צו אונזער היים גייט שוין אן אין פולסטן קראפט? כאטש נעם און ווער משוגע.

צוריקקומענדיג קיין ניו יארק, האט מיך די פראגע נישט געלאזט מנוחה: פארוואס דארפן מיינע אויגן זען געלע סקול-באסעס און נישט למשל ארץ-ישראל'דיגע טייטלביימער? פארוואס דארף מיין מויל פילן דעם טעם פון אמעריקאנער פוטער, ווען איך קען פילן דעם טעם פון "תנובה" פוטער? פארוואס זאלן מיינע קינדער אויפוואקסן אפגעריסן פונעם אידישן לאנד, צווישן פרעמדע מענטשן און געדאנקען, ווען דאס אידישע לאנד בליט מיט אידישקייט פון יעדן ווינקל? אויב ארץ-ישראל איז שוין היינט צוטאגס באזעצט מיט מיליאנען אידן, ווי קומט דאס אז איך זיץ נאך ווי א וואנזיניגער אויף א פרעמדער ערד, צווישן פרעמדע מענטשן, פרעמדע לעבנס-וועגן, רעדנדיג וועגן ציון ווי אן אומדערגרייכבארע זאך? קען מען דאך טאקע גערירט ווערן פון זינען.

ציון מיין טייערע, דו פלאקערסט אויף א פייער אין מיין הארץ. ס'איז גענוג איין באזוך אין דיינע "וואכעדיגע" גאסן, צו פילן ווי דער סאמע "שבת" ווערט ערוועקט אין מיר. איך בין מזלזל אין אלעמען וואס איך זע אין ניו יארק, קיין שום זאך מאכט נישט מער קיין איינדרוק אויף מיר, ווייל ס'איז א פארהייליגונג פון צייטווייליגקייט בשעת די אייביגע היים פונעם אידישן פאלק שטייט און ווארט אויף אונז. ציון מיין טייערע, דעם פלאם פון בענקשאפט וואס דו האסט אין מיר ערוועקט וועט נישט פארלאשן ווערן אזוי לאנג, ביז איך וועל מיין לעבנס-ווינטש ערפילן, זיך אומצוקערן צו דיינע גרעניצן אינאיינעם מיט מיין משפחה, כדי זיך צו פאראייניגן מיט דעם אידישן פאלק!
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

שליחה דורך איש את רעהו »

ווארט ווארט אביסעל
אין ישראל נגאלין אלא...
באניצער אוואטאר
דריידל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1146
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
האט שוין געלייקט: 1132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1247 מאל

שליחה דורך דריידל »

איך ווייס נישט וואס די ווערסט אזוי נתפעל פון די טייטלביימער. אין ניו יארק האמיר צוויי דערפון און זיי מאכן נאר פראבלעמס.
פארדריי די דיר דיין קאפ
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

הארציגע דיבורים.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אונזער אלעמען באקאנטער הרב ישראל מ. סופר. המכונה מנשה פליפ פלאפ שליט"א וועט די וואך שרייבן אן ארטיקל אין "די צייטונג"...אז מ'טאר דעם ארטיקל פון "זורח" נישט ליינען. ווייל ס'איז פול מיט דיעות כוזבות און מינות ואפיקורסות. און ס'איז קעיגן די שיטה הק' פון רבינו הק' זי"ע...ער קומט משבח זיין די טמא'נע מדינה. הישמע כזאת? רחמנא ליצלן מהאי דעתא...! ווי מעג אן ערליכער איד אויסדרוקן א תשוקה צו וועלן וואוינען אין א מקום טומאה וזוהמא? ביי אונז איז נאר דא איין מקום קדוש. און דאס איז עיר הקדשה וויליאמסבורג, יצ"ו . וואו די סיקריקים זענען ב"ה אין פולן קאנטראל. אונז האמיר אזעלכע טייערע יונגעלייט ווי יאלי צימערמאן וסייעתו. ווייל הערשל קלאר איז שוין נחמץ געווארן. נאכדעים וואס ער האט אריינגעהויבן א שיינע אפותיקי פון זיינע אומאויפהערליכע מחאות און פאשקעווילן. אזוי אז ער האט שוין ב":ה געקענט זיך ערלויבן צו קויפן הייזער פאר אלע זיינע קינדער...!
באניצער אוואטאר
איש עברי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 997 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל

שליחה דורך איש עברי »

זורח דו האסט א געוואלדיגע פעדער און א ווארימע הארץ מיט אנטוויקלטע רגש, איך ווארט אז דו זאלסט ממשיך זיין
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

פארוואס וואוינט איר נאך דא?

און איז דיין גאנצער ליבע צו אונזער הייליג לאנד באזירט בלויז אויף נאציאנאליזם און די ליבשאפט צו בערג און בארפעסע קינדער?
פארשפארט