אגב. איך בין לשיטתי אנטקעגן דעם גאנצן אשכול פון נעמען א פריוואטן מענטש און אים אויסשמועסן ברבים, אבער אז מען רעדט שוין ממילא, האב איך אויך געוואלט ארויסברענגען די אנדערע זייט פון די מטבע. און איך האף אז ס'וועט נישט פאסירן "מתוך שבחו בא לידי גנותו".
זלמן זאפיר האט געשריבן:דער ברך משה ז"ל האט געזאגט אויף יאסל וואלדמאן גאר שארפע ווערטער.
ס'איז באקאנט אז איינער האט זיך אמאל באקלאגט פארן ברך משה אז די סאטמארע רבעצין אלטע פיגא האט אים געשאלטן קללות נמרצות. האט דער אדמו"ר געזאגט "מיר האמיר בקבלה ווער ס'קען נישט בענטשן, קען נישט שעלטן.
דרך אגב, דער רמב"ם שרייבט אין זיין הקדמה לפירוש המשניות אז א נביא וואס זיינס א נביאה לרע ווערט נישט מקיום, איז נאכנישט קיין נביא שקר, ווייל ס'קען זיין אז מ'האט תשובה געטוהן וכדומה. אבער א נביא וואס זיין נביאה לטוב ווערט נישט מקיום איז א נביא שקר ווארום כל דבר שיצא מפי הקב"ה לטובה, אפילו על תנאי, אינו חוזר בו.
כמדומה לי, האט די רבי דער ברך משה נישט "געשאלטן" בני יואל אז זיי זאלן האבן ווערעמיגע קינדער. ער האט זיי "אנגערופן" ווערעמיגע, אז זיי "זענען" ווערעמיג. פשוטו כמשמעו..