דאס שיינקייט און הייליגקייט פון וואוינען אין ארץ ישראל!

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
זורח
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 59
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 4:45 pm
האט שוין געלייקט: 15 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 167 מאל

דאס שיינקייט און הייליגקייט פון וואוינען אין ארץ ישראל!

שליחה דורך זורח »

ב"ה
לאמיר דערציילען די מעלות פון הייליג לאנד
דאס שיינקייט און הייליגקייט פון וואוינען אין ארץ ישראל!
מלוקט ע"י ארגון זורח לעודד ישוב ארץ ישראל


אז מען בויט אין ארץ ישראל
"בנו בתים ושבו ונטעו כרמים ואכלו פרים, לא יבנו ואחר ישב לא יטעו ואחר יאכל" זיי וועלען בויען הייזער און זיי באוואוינען, גערטנער פלאנצען און עסען זייער פרוכט, זיי וועלען נישט בויען אז אן אנדערער זאל באוואוינען, זיי וועלען נישט פלאנצען אז אן אנדערער זאל עסען. (ישעיה ס״ה)

דאס וואוינען אין ארץ ישראל
א איד זאל שטענדיג וואוינען איו ארץ־ישראל, אפילו אין א שטאט, וואו די מערהייט פון דער באפעלקערונג זענען גויים, און ער זאל נישט וואוינען אין די שטעט פון חוץ־לארץ אפילו ווען די מערהייט איינוואוינער זענען אידען. ווייל יעדער וואס וואוינט אין ארץ־ישראל איז גלייך ווי ער וואלט געהאט א ג־ט, אבער דער וואס וואוינט אין חוץ־לארץ איז גלייך ווי ער וואלט געדינט עבודה זרה. (כתובות ק״י)

דאס באליבסטע לאנד
ארץ־ישראל שהיא חביבה מכל נבראת קודם לכל – ארץ־ישראל איז דאס באליבסטע ביים באשעפער, דעריבער איז עס באשאפען געווארען פריער פאר אלע אנדערע לענדער. (ספרי)

די ערשטע לעבעדיג צו ווערען
די טויטע אין ארץ־ישראל וועלען אין די טעג פון משיח זיין די ערשטע לעבעדיג צו ווערען. (מדרש הגדול)

א גאנצע וועלט
רבי שמעון בן יוחאי האט געזאגט: דאס ווארט ״תבל״ מיינט ארץ־ישראל. פארוואס ווערט ארץ־ישראל גערופען ״וועלט״ ווייל דארט איז אלעס פארהאן. געווענדליך האט יעדעס לאנד ספעציעלע מעלות וואס אן אנדער לאנד האט נישט, ארץ־ישראל איז געבענטשט דערמיט וואט עס האט אלע מעלות און גוטסקייטען. וועגען ארץ־ישראל איז געזאגט געווארען ״לא תחסר כל בה״ עס פעהלט דארט גארנישט, אלעס איז דארט פארהאן. (ספרי)

אז מען פארלאזט דאס לאנד
א מענטש וואס פארלאזט ארץ־ישראל איו געגליכען צו איינעם וואס לאזט איבער די שויס פון זיין מוטער און גייט אוועק צו א פרעמדע פרוי. (ירושלמי מועד קטן)

איבערשטייגט אלע מצוות
ר׳ יהודה בן בתירא און ר׳ מתיא בן חרש און נאך חכמים זענען געגאנגען קיין חוץ־לארץ. צוקומענדיג צום ארט פלטום, האבען זיי זיך דערמאנט אין ארץ־ישראל, האבען זיי ארונטערגעלאזט די אויגען, צעריסען די קליידער און געוויינט, און זיי האבען זיך צוריקגעקערט קיין ארץ ישראל. צוריקקומענדיג האבען זיי געזאגט אז דאס וואוינען אין ארץ־ישראל איז גלייך קעגען אלע מצוות פון דער תורה. (ספרי)

אן עליה קיין א״י דארף זיין אן אידיאלע
״מפני מה אין חמי טבריה בירושלים, כדי שלא יאמרו עולי רגלים, אלמלי לא עלינו אלא כדי לרחוץ בחמי טבריה דיינו, ונמצא עליתם שלא לשמה״. פארוואס געפינען זיך נישט די זעלבע וואסערן וואס איז פארהאן אין טבריה אויך אין ירושלים? כדי די עולי רגל זאלען נישט זאגען: ווען מיר וואלטען עולה געווען קיין ירושלים בלויז דערפאר אליין זיך צו באדען אין די חמי טבריה וואלט דאס אליין שוין אויך ווערט געווען, וואלט דאך דעמאלטס אויסגעקומען אז די עליה זייערע איז געווען שלא לשמה. (חז״ל)

די פרוכטען פון ארץ־ישראל
די ארץ־ישראל פרוכטען זענען די לייכסטע צו פארדייען. (ספרי)

דאס לאנד טוט באשיצן
ווער עס וואוינט אין ארץ ישראל איז דאס לאנד מכפר אויף זיינע זינד. (רבי עקיבא)

זייערע שיחות־חולין
אפילו שיחת חולין של בני ארץ־ישראל צריכה תלמוד — אפילו די געווענדליכע פראסטע רייד פון די ארץ־ישראל געלערנטע, האבען א הויכע באדייטונג. (ויקרא רבה)

די טויב און דאס אידישע פאלק
כשם שהיונה שבה אל התיבה, כך ישראל עתידים לשוב לארצם מן הגלות — פונקט ווי די טויב האט זיך אין די צייטען פון נח צוריקגעקערט צו דער תיבה, אזוי אויך וועלען אידען זיך צוריקקערען צו זייער נעסט און קומען קיין ארץ ישראל. (מדרש אגדה פ׳ נח)

דאס הייליגסטע לאנד
ארץ־ישראל מקודשת מכל הארצות— ארץ־ישראל איז די הייליגסטע, דאס ריינסטע און אידיאלסטע לאנד. (משנה כלים פרק א)

ניין מאס חכמה
צעהן מאס חכמה איז אראפגעקומען אויף דער וועלט, ניין מאס האט גענומען ארץ־ישראל און איין מאס די גאנצע וועלט. (קדושין מ״ט)

עס קומט אן מיט יסורים
דריי זאכען זענען געגעבען געווארען צו די אידען דורך יסורים, תורה, עולם־הבא און ארץ־ישראל. (ברכות ה׳)

באליבט ביי אלע פעלקער
הרי ארץ־ישראל חביבין על אומות העולם — די בערג פון ארץ־ישראל זענען באליבט ביי אלע פעלקער פון דער וועלט. (חולין פ׳)

גלגול־מחילות
ר׳ סימאי זאגט: דער רבונו של עולם וועט פאר די מתים לעכערען די ערד און זיי וועלען זיך קייקלען, צוקומענדיג צו ארץ־ישראל וועלען זיי צוריק באקומען זייערע נשמות און לעבעדיג ווערען. (ירושלמי כלאים ט׳)

ווען אפילו זכות אבות קען נישט ביישטיין
ווער עס פארלאזט ארץ־ישראל און פארט קיין חוץ־לארץ, מעג ער אפילו האבען זכות אבות, קען עס איהם נישט ביישטיין. (ב׳׳ב צ״א)

ווער איז א בן עולם־הבא ?
רבי מאיר זאגט: דער וואס וואוינט אין ארץ־ישראל לייענט קריאת־שמע אינדערפרי און אין דער אווענט און רעדט לשון־קודש, דער איז א בן עולם־הבא. (ירושלמי שבת)

דאס גלוסטיגע לאנד
״ארץ חמדה? מפני שחמדוהו אבות העולם״ — פארוואס ווערט דאס לאנד אנגערופען דאס ״גלוסטיגע לאנד?״ ווייל די וועלט־טאטעס האבען געגלוסט דערנאך. (מדרש תנחומא)

ראטעווען קען מען זיך נאר אין ארץ ישראל
רבי חיא צווה לדורו: כשתשמעו שעמד עליך מלך עז פנים לא תשבו שם. אמרו לו: מרי, להיכן ננצל? אמר להם: לגליל העליון. — רבי חיא האט אגגעזאגט צו די מענטשען פון זיין צייט, אויב איהר וועט הערען אז עס איז אויפגעשטאנען א מחוצפ׳דיגער קעניג, זאלט איר נישט בלייבען אין זיין לאנד. האבען זיי איהם געפרעגט: האר, וואו אהין זאלען מיר זיך ראטעווען? האט ער צו זיי געזאגט: צום גליל העליון, צום אויבערשטען גליל. (לקח טוב פ׳ בלק)

ארץ־ישראל אדער א גט
אויב א פרוי וויל פארען קיין ארץ־ישראל און דער מאן וויל נישט, קען די פרוי איהם צווינגען איהר צו גט'ן און ער איז מחויב איהר אויסצוצאלען די כתובה. (כתובות ק"י)

זייער כוונה
"אותן ששאלו שלוח המרגלים לא נתכוונו אלא לבושתא של ארץ ישראל" — די וואס האבען פארלאנגט מען זאל שיקען מרגלים, האבען אינזין געהאט צו באליידיגען ארץ־ישראל. (סוטה ל"ב)

הויז און גאס
ארץ־ישראל נקראת בית, שאר ארצות ־ חוצות — ארץ ישראל ווערט אנגערופען א הויז, אנדערע לענדער ווערען אנגערופען גאסען. (מדרש שוחר־טוב)

די חכמה האט נישט קיין גלייכען
אין תורה כתורת ארץ־ישראל ואין חכמה כחכמת ארץ־ישראל — נישטא נאך אזא תורה ווי די תורה פון ארץ־ישראל, און נישטא נאך אזא חכמה ווי די ארץ־ישראל׳דיגע חכמה. (תורת־כהנים)

פארוואס זענען זיי די ערשטע פארטריבען געווארען
די חז"ל זאגען אז דעריבער זענען די צוויי מיט א האלב שבטים ראובן גד און די העלפט פון שבט מנשה, געווען די ערשטע צו ווערן פארטריבען אין גלות, ווייל זייענדיג רייך און ליב האבענדיג געלד, האבען זיי נישט געהאט קיין חשק צו פארלאזען חוץ־לארץ און קומען קיין ארץ־ישראל. (חז"ל)

זייער שטראף
אבימלך מיט זיינע צוויי זין זענען באשטראפט געווארען ווייל זיי זענען ארויסגעפארען פון ארץ־ישראל קיין חוץ־לארץ. (מדרש)

ווען מען קען הייסען שרייבען אום שבת
הלוקח בית בארץ־ישראל, כותבין עליו אוני אפילו בשבת — אז איינער קויפט א הויז אין ארץ־ישראל, מעג מען הייסען א גוי צו שרייבען דעם קויף־קאנטראקט אפילו אום שבת. (חז״ל)

קליין, און דאך באליבט
"אמר הקב״ה: חביבה עלי כת קטנה בארץ־ישראל מסנהדרין שבחוץ־לארץ" — השי״ת זאגט: עס איז מיר מער באליבט א קליינע גרופע אין ארץ־ישראל ווי א גרויסע גרופע סנהדרין אין חוץ־לארץ. (חז״ל)

מדבריות און פאלאצען
עס איז בעסער צו וואוינען אין די וואוסטע פלעצער אין די מדבריות פון ארץ ישראל, ווי איידער צו וואוינען אין פאלאצען אין חוץ־לארץ. (חז״ל)

דארט וואו אלע אידען ווערן חברים
אויף דעם פסוק: ״עיר שחוברה לה יחדיו״׳ זאגען די חז״ל עיר שעושה כל ישראל חברים. ירושלים איז אזא שטאט וואס פארבינדט אלע אידען אלס חברים. (חז״ל)

אז מען וואוינט אין ארץ־ישראל
עס שטייט אין פסוק: ״וישבתם בה ושמרתם לעשות את כל החוקים״. ווער עס וואוינט אין ארץ־ישראל וועגט עס אזויפיל ווי דאס האלטען אלע מצוות פון דער תורה. (ספרי פ׳ ראה)

כיבוש הארץ איז דוחה שבת
״כשם שמילה דוחה את השבת, כך כיבושה של ארץ־ישראל דוחה את השבת — פונקט ווי דאס דורכפירען א ברית ווערט נישט געשטערט דורך דעם שבת, אזוי אויך ווען עס האנדעלט זיך פון איינצונעמען ארץ ישראל ווערט דאס נישט געשטערט דורך דעם שבת. (חז"ל)

דאפעלטער כח
״העולה מבבל לארץ־ישראל כוחו נכפל״ — דער וואס איז עולה פון בבל קיין ארץ־ישראל ווערט זיין קראפט געדאפעלט. (חז"ל)

די שיינקייט פון ירושלים
״עשרה קבים יופי ירדו לעולם, תשעה נטלה ירושלים ואחד כל העולם כולו״.— צעהן מעסטלעך שיינקייט איז אראפגעקומען אויף דער וועלט. ניין חלקים האט גענומען ירושלים און איין חלק די גאנצע וועלט. (קידושין מ״ט)

חורבן און אויפבוי
ווער עס גלוסט צו וואוינען אין ארץ־ישראל ווען עס איז וואוסט, וועט זוכה זיין דארט צו וואוינען ווען עס וועט אויפגעבויט ווערען. (מדרש)

געקושט די שטיינער
ר׳ אבא מנשק כיפי דארץ־ישראל — ר' אבא האט געקושט די שטיינער פון ארץ־ישראל. (כתובות קי״ב)

דאס ליבע לאנד און פאלק
ג־ט האט געזאגט איך וועל צוזאמענעמען די קינדער פון ישראל וועלכע זענען מיר אזוי ליב און טייער און איך וועל זיי ברענגען אין דעם לאנד ארץ־ישראל וואס איז מיר אזוי ליב און טייער. (מדרש).

די איבערטראגונג פון די גייסטיגע צענטערען
עתידין בתי כנסיות ובתי מדרשות שבחוץ לארץ שיקבעו בארץ ישראל — אלע אידישע גייסטיגע צענטערען פון גלות וועלען ווערן אריבער געטראגען צום הייליגען לאנד. (חז״ל)

מען טאר נישט רעדען קיין שלעכטס וועגען ירושלים
די חז״ל דערציילען: ״מעשה באדם אחד שהיה קורא הודע ירושלים את תועבותיה" — עס האט אמאל געטראפען מיט איין מאן וואס האט פארגעלייענט פאר׳ן עולם די פסוקים אין וועלכע עס ווערט אויסגערעכענט די אומווירדיקייטען פון ירושלים, און ער האט דאס ספעציעל באטאנט. האט איהם רבי אליעזר געזאגט. ״עד שאתה בודק בתועבות ירושלים, צא ובדוק בתועבות אמך״ — איידער דו גייסט נאכפארשען די אומווירדיקייטען פון ירושלים, גיי ליבערשט און פארשט נאך די אומווירדיקייטען פון דיין אייגענער מוטער, ״בדקו אחריו ומצאו בו שמץ פסול " — מען האט טאקע אויסגעפארשט וועגען איהם און עס האט זיך ארויסגעוויזען, אז ער איז נישט אינגאנצען אין ארדענונג. (מגילה כ"ה)
פארוואס עמרי האט זוכה געווען צו דער קרוין
דעד קעניג עמרי האט זוכה געווען צו דער קרוין פון קעניגרייך, ווייל דורך איהם איז דער שטח פון ארץ־ישראל פארגרעסערט געווארען. (חז״ל)

אין דער זכות פון ירבעם בן יואש
כאטש אז ירבעם בן יואש איז געווען זייער א זינדיגער קעניג ווי די פסוק זאגט: וַיעַש הָרַע בְעֵינֵי ה' לֹא סָר מִכל חַטאות יָרָבְעָם בֶן נְבָט אֲשֶר הֶחֱטִיא אֶת-יִשרָאֵל פונדעסטוועגן דאך איז כלל ישראל געראטעוועט געווארן נאר אין זיין זכות: כּכי רָאה ה' אֶת עֳנִי יִשְרָאֵל מֹרֶה מְאֹד וְאֶפֶס עָצור וְאֶפֶס עָזוב וְאֵין עֹזֵר לְיִשְרָאֵל, וְלֹא דִבֶר ה' לִמְחות אֶת שֵם יִשְרָאֵל מִתחַת הַשָמָיִם, וַיושִיעֵם בְיַד יָרָבְעָם בן-יואש, דאס אלץ נאר ווייל ער האט פארשפרייט די גרעניצן פון ארץ-ישראל ווי דער פסוק זאגט: הוא הֵשיב אֶת גְבול יִשְרָאֵל מִלְבוא חֲמָת עַד יָם הָעֲרָבָה, כדְבַר ה' אֱלֹקֵי יִשְרָאֵל אֲשר דבֶר בְיַד עַבְדו יונָה בֶן אֲמִתַי הַנָבִיא אֲשֶר מִגַת הַחֵפֶר, (מלכים ב יד כה-כז)

אז מען פארזוימט צו קומען קיין ארץ־ישראל
ווערט געבראכט אין מדרש אויף דעם פסוק ״קום עלה בית־אל ושב שם" גיי קיין ארץ ישראל און באזעץ דיך דארט, השי״ת האט געזאגט צו יעקב: ״לפי שאחרת בדרך נענשת״, ווייל דו האסט פארשפעטיגט, אפשטעלענדיג זיך אויפ׳ן וועג און זיך פארזוימט צו קומען וואס שנעלער אין די לאנד, איז אויף דיר נגזר געווארען די שטראף מיט דינה. אין דיין אייגענער היים אין ארץ ישראל וואלט מיט דיר אזעלכעס נישט פאסירט. (מדרש תנחומא)

ווען אידען קענען זיין זיכער
"וישבתם לבטח בארצכם״, נאר אין אייער אייגען לאנד קענט איהר זיין רואיג און זיכער, דאגעגען אין אן אנדערע לאנד וועט איהר תמיד זיין אומרואיג און נישט זיכער. (ילקוט שמעוני)

א ביסעל רואיגקייט אין אייגענעם לאנד
ווען אידען זענען אריינגעקומען קיין א״י האבען זיי געזאגט: ״טוב מלא כף נחת בארץ הזאת ממלא חפנים בעבר הירדן״ עס איז בעסער איין הויפען רואיגקייט אין דעם דאזיגען לאנד, איידער פולע צוויי הויפענס אויף דער צווייטער זייט ירדן. (ויקרא רבה ס״ג)

דארט וואו דער מבול האט קיין שליטה נישט געהאט
דער מבול האט ארומגענומען די גאנצע וועלט א חוץ די ערד פון ארץ־ישראל. (זבחים קי״ג)

זיך געוואלגערט אין שטויב
רבי חייא בר גמדא האט זיך געוואלגערט אינעם שטויב פון הייליגען לאנד אןן זיך געקוילערט אויף דעם זאמד פונעם לאנד פון די אבות. (חז״ל)

מיינע צו מיינע
אויף דעם פסוק: ״זאת הארץ אשר תפול לכם לנחלה במדבר" זאגען די חז״ל: השי״ת האט געזאגט: דאס לאנד איז מיינס, די אידען זענען אויך מיינס! איז דאס בעסטע איך זאל אוועקגעבען מיינע צו מיינע. (מדרש)

דער לעבעדיגער קוואל
א קוואל לעבעדיגע וואסער — עס שטייט: ״באר מים חיים״ דאס מיינט מען די תורה פון ארץ־ישראל. (ילקוט שמעוני)

דער טאל פון די ווייט-זעהער
עס שטייט ״גיא חזיון״ (ישעיה כ״ב) דאס מיינט מען א טאל וואס אלע ווייט־זעהר קומען פון דארט. (מדרש)

מען דארף נישט זוכען קיין גליקען אין דער פרעמד
עס ווערט דערציילט: א תלמיד פון רבי שמעון בן־יוחאי איז אוועק קיין חוץ־לארץ און איז פון דארט צוריקגעקומען אנגעלאדענט מיט אסאך רייכקייט. ווען די אנדערע תלמידים פון רבי שמעון האבען געזעהן ווי ווייט זייער חבר האט באגליקט האבען זיי אויך געוואלט פארען קיין אויסלאנד. האט רבי שמעון זיי ארויסגעפירט אין טאל פון מירון, מתפלל געווען און דער פלאץ איז אנגעפילט געווארען מיט גאלדענע מטבעות. רבי שמעון האט דערמיט געוואלט אנדייטען, אז מען דארף נישט גיין אין דער פרעמד זוכען גליקען, נאר אין ארץ־ישראל אליין איז פארהאן די ברכה פאר אידען. (מדרש)

ווען זענען אידען א פאלק
"מי כעמך ישראל גוי אחד בארץ״ — ווען איז דיין פאלק ישראל א פאלק? נאר אין ארץ־ישראל. (רבי שמעון בן יוחאי)

ביים לעבען אדער נאכ׳ן טויט
אין מדרש ווערט דערציילט: עולא איז אוועק פון ארץ־ישראל קיין בבל און האט זיך דארט באזעצט, ווען עס איז געקומען די צייט פון זיין פטירה האט ער אנגעהויבען שטארק צו וויינען. האט מען איהם געפרעגט! ״וואס וויינסטו מיר וועלען דיין קערפער צוריק אריבערפירען קיין ארץ־ישראל״. דערויף האט עולא געענפערט: וואס קומט מיר ארויס דערפון איך פארליר דאך דעם פערל מיינעם אין א אומריין לאנד! עס איז א געוואלדיגער אונטערשייד ווען מען געבט צוריק די נשמה אין דער מוטער׳ס שויס, צו אין דער שויס פון א ווילד־פרעמדען, ווען מען האט ר׳ אלעזר מודיע געווען אז ״ארונו בא״ אז מען האט געברענגט עולא׳ס ארון קיין ארץ־ישראל, האט ער א זאג געטאן: ״עס איז א גאר גרויסער חילוק צו די הייליגע ערד נעמט אויף דעם מענטש ביי זיין לעבען, צו ערשט נאך זיין טויט״. (מדרש)

שכינה אין ארץ־ישראל
ר׳ יוסי בר חלפתא האט געזאגט צו זיין זוהן: ״בני אתה מבקש לראות את השכינה בעולם הזה, עסוק בתורה בארץ ישראל״. מיין קינד, אויב דו ווילסט זעהן די שכינה אויף דער וועלט, זאלסטו לערנען תורה אין ארץ־ישראל. (מדרש שוחר־טוב ק״ה)

אהן מזל און ברכה
"נכסי דחוץ־לארץ אין להם מזל ברכה" — די רייכטימער און גוטער וואס א איד דערווערבט אין פרעמדע לענדער האט נישט קיין מזל און ברכה. (חז״ל)

א שטיקעל טרוקען ברויט אין אייגענעם לאנד איז בעסער
אין משלי שטייט: ׳״טוב פת חרבה ושלווה בה״ — בעסער א שטיקעל טרוקען ברויט אבער עס זאל זיין מיט רואיגקייט, דאס מיינט מען ארץ־ישראל. (מדרש משלי)

אלע מעגן גיין קיין ארץ־ישראל אבער נישט אלע קענען ארויס פון דארט
הכל מעלין לארץ־ישראל ואין הכל מוציאין, הכל מעלין לירושלים ואין הכל מוציאין, אחד אנשים ואחד נשים — אלע קענען גיין קיין ארץ־ישראל און קיין ירושלים, אבער נישט אלע מעגען ארויסגיין! סיי מענער און סיי פרויען. (כתובות פרק י״ג)

צוליב וואס משה רבנו האט זיך נישט געקענט בארוהיגען
פאר די אלע יארען וואס משה רבנו איז געווען געצוואונגען צו וואוינען אין מדין האט ער דארט קיין רוה נישט געפונען, איהם האט שטענדיג געפייניגט דאס באוואוסטזיין און האט געזאגט: ״אוי לי שעזבתי את עמי ובאתי לגור עם אומות העולם״ — וויי איז מיר, וואס איך האב פארלאזט מיין פאלק און בין געקומען וואוינען צווישען די פעלקער. (אבות דר׳ נתן)

בענקשאפט נאך ארץ־ישראל
ווען מען גיט מיר פליגעל ווי א טויב — ״מי יתן לי אבר כיונה״ וואלט איך געפלויגען זוכען מנוחה (תהלים). זאגען די חז״ל: נישט ווי אנדערע פויגעל, וואס נאכדעם ווי זיי ווערען מיד פון אסאך פליען, לאזען זיי זיך אראפ רוהען אויף א שטיין, אדער א בוים, ניין, איך וויל זיין ווי א טויב וואס פליהט צוריק צו איהר נעסט, די טויב, כאטש זי איז שטארק מיד פון וועג, בלייבט זי נישט שטיין, נאר פארמאכט איין פליגעלע און פאכעט מיטן אנדערען און פליהט כסדר איהר וועג ווייטער. און אויך איך וואלט אזוי געפלויגען אלץ ווייטער און ווייטער כדי צו קומען נענטער און נענטער צו מיין אייגען לאנד. ״אלינה במדבר״ — לאמיך נעכטיגען אין דער מדבר. ווייל עס איז מיר אלץ ליבער צו נעכטיגען אין א מדבר וואס זאל זיין אין מיין אייגענעם לאנד, איידער צו געפינען מנוחה אין די שענסטע פאלאצען פון דער פרעמד. (חז״ל)

די תורה און ארץ ישראל זענען אונזערע עלטערען
אין מדרש ווערט דערציילט: א קעניגליך פארפאלק האבען אמאל ארויסגעשיקט פון פאלאץ זייער אינגען זון כדי ער זאל קענען לערנען דאס לעבען. ווען די עלטערען האבען איהם צוריקגערופען האט ער נישט געוואלט פאלגען, זאגענדיג, אז דער פויער און זיין פרוי פון דארף, וואו ער האט זיך אויפגעהאלטען, זענען זיינע עלטערען, און דאס דארף איז זיין היים-ארט — מיר האבען א פאטער און מוטער, דאס איז ארץ־ישראל און די תורה, נאכן חורבן בית־המקדש, האט דאס אידישע פאלק, דער פרינץ פון די אומות, פארגעסען פון זיינע אמת׳ע עלטערען, זיך אסימילירט און גענאסען פון פרעמדע קולטורען, קערט צוריק צו אייער היימלאנד, אייער פאטער ארץ־ישראל און צו דער תורה, אייער אמת'ע מוטער! (דרוש־ווארט פון א מגיד)

דער מיטעל-פונקט פון דער וועלט
״ארעא קדישא, אמציעותא דעלמא״ — דאס הייליגע לאנד איז דער מיטעל-פונקט פון דער וועלט. (זוהר, שמות קנ״ז)

דארט וואו די שכינה רוהט
״לא שריא שכינתא לבר מארעא קדישא" — די שכינה רוהט נישט אחוץ דעם הייליגען לאנד (ספר הזהר)

שמחה און מורא
אין איין פסוק שטייט ״עבדו את ד׳ בשמחה״ איהר זאלט דינען ג־ט מיט שמחה, און אין איין אנדערען פסוק שטייט ״עבדו את ד' ביראה״. וויאזוי איז דאס מעגליך? נאר דער תירוץ איז: געפינט מען זיך אין ארץ־ישראל דינט מען דעם אויבערשטען מיט פרייד, איז מען אין חוץ־לארץ דינט מען דעם אויבערשטען מיט מורא. (זוהר במדבר)

וואו מען קען ווערען אן אדם השלם
״ושבתי בשלום אל בית אבי״ —און איך זאל צוריקומען גאנצערהייט צו מיין טאטענס הויז (שלום, פון לשון שלמות) נאר אין הייליגען לאנד קען מען ווערען אן אדם השלם - א פולקאמער מענטש. (זוהר)

וואו דער מלאך המוות איז נישט שולט
כל המתים בא״י לא מתים על־ידי מלאך המוות — די וואס שטארבען אין ארץ־ישראל איז עס נישט דורכן מלאך המוות. (זוהר תרומה)

וואויל איז דער וואס איז דאס זוכה
זכאה חולקיה מאן דזכי למיפק נשמתיה בארעא קדישא, דאתכפרא חוביו וזכי לאתקשרא תחות גדפי דשכינתא — וואויל איז דעם וואס איז זוכה אז זיין נשמה זאל אויסגיין אין הייליגען לאנד, ווייל דערמיט ווערען איהם זיינע זינד פארגעבען און ער איז זוכה אזוי ארום זיך צו פארבינדען אונטער די פליגלען פון דער שכינה. (זוהר)

די אמת׳ע געטליכקייט קען א איד פיהלען נאר אין ארץ־ישראל
משה רבנו האט געזאגט: ״הגדתי היום לד׳ אלוקיך״ עס שטייט דער אויסדרוק "אלוקיך" און נישט "אלוקינו", דעם טעם דערפון איז ווייל די אמת׳ע געטליכקייט און דערהויבענקייט קען א איד פיהלען נאר אין ארץ־ישראל, האט דעריבער משה רבנו געזאגט ״אלוקיך״. ווייל ער איז דאך קיין ארץ־ישראל נישט אריינגעקומען. (זוהר)

בלייבן אפילו אהן שיך, אבי נאר זיין אין ארץ־ישראל
די חז״ל זאגען: ״לעולם ימכור אדם כל מה שיש לו ויקנה מנעלים לרגליו״ — א מענטש זאל פארקויפען אלץ וואס ער האט און זאל זיך קויפען שיך פאר די פיס. פון דעם מאמר חז״ל קען מען זיך פארשטעלען אז אין אמאליגע צייטען איז שיך געווען דער נויטיגסטער און וויכטיגסטער געגענשטאנד. ווען עס האנדעלט זיך אבער וועגן באזעצען זיך אין ארץ־ישראל ווערט געזאגט: ״של נעליך מעל רגליך כי המקום אשר אתה עומד עליו אדמת קודש הוא״ — דאס הייסט, ווען מען גייט באטרעטען די ״אדמת־קודש״ די הייליגע ערד, דאן איז ״של נעליך מעל רגליך״, איז ווערט צוליב דעם צוועק פון אלעם זיך צו אנטזאגען, צו בלייבען אפילו אהן שיך, אבי אין ארץ־ישראל זיך צו באזעצען. (מטה אהרן(

זעהן נאר די גוטע זייט
״אעברה נא ואראה את הארץ הטובה״ — משה רבנו האט געבעטען אז השי״ת זאל איהם ווייזען ״את הארץ הטובה״ די גוטע זייט, די פאזיטיווע שטריכען און נישט די נעגאטיווע זייט פונעם לאנד. (א דרוש־ווארט)

מען דארף נאר זעהן דאס גוטע
אויף ארץ־ישראל דארף מען נישט זוכען קיין פעהלערן און מען דארף נאר זוכען דאס גוטע, דאס איז דער מיינונג פון פסוק: ״וראה בטוב ירושלים״ — זאלסט זיך באמיהען צו זעהן נאר דאס גוטע פון ירושלים. (הרב ר׳ יוסף חיים זונענפעלד זצ״ל)

א לאנד וואו מען דארף שטייגען
ארץ אוכלת יושביה — ארץ ישראל דולדעט נישט קיין ״יושבים״, קיין פארגליווערטע ״זיצערס״, דארט דארף מען תמיד זיין אין דער בחינה פון הולכים און עולים, גיין מחיל אל חיל, דארט דארף מען האלטען אין איין שטייגען צו הויכקייט. (אסטראווצער רבי זצ״ל)

א "יחסן"
די גמרא אין קדושין: ״עשרה יוחסין עלו מבבל, כהני, לוויי, ישראלי, חללי, גיורי, וחרורי, וממזרי וכו'״ — אט דער מאמר צייכענט אן, אז נישט נאר די כהנים און לוים וועלכע זענען אמת'ע ״יחסנים״ האבען דעם הויכען טיטול, נאר אויך די וואס ווערען אויסגערעכענט ביים סוף פון מאמר האבן דעם דאזיגען טיטול, ווייל קוים באזעצט זיך א איד אין ארץ־ישראל, מעג ער זיין דער ערגסטער, באקומט ער די מדרגה פון א ״יחסן". (משל ומליצה(

דער אנהויב פון אונזערע זינד
״וימאסו בארץ חמדה״ — זיי האבען פארמיאוס'ט דאס גלוסטיגע לאנד (תהלים ק״ו כ״ד) דאס איז דער אנהויב פון אונזערע זינד. (ספר חרדים)

תשובה צום אייגענעם לאנד
דאס וואס עס ווערט געזאגט: ״כלו כל הקיצים ואין הדבר תלוי אלא בתשובה" — ווערט דערמיט געמיינט אז נישט נאר מען דארף תשובה טאן צו ג־ט, נאר אויך דארפן אלע אידען תשובה טאן און זיך צוריקערען צום ארץ־האבות. (הרב ר׳ יהודה חי אלקלעי)

די נעסט פון אידישען פאלק
די חז״ל זאגען! כנסת ישראל נמשלה ליונה (ברכות נ״ג:) (דאס אידישע פאלק איז צוגעגליכען צו א טויב). פונקט ווי עס איז נישט פארהאן צווישען די עופות קיין איין עוף וואס זאל זיין אזוי געיאגט ווי א טויב, אזוי אויך איז נישט פארהאן נאך א פאלק אויף דער וועלט וואס זאל זיין אזוי געיאגט און אונטערדריקט ווי דאס אידישע פאלק. און פונקט ווי א טויב דערקענט איהר נעסט, און ווען זי איז פון דארט דערווייטערט אפילו טויזענטער מיילען שטרעבט די טויב אלץ, צוריק־ צוקומען צו איהר נעסט. אזוי אויך כנסת ישראל, טראץ דעם וואס די אידישע פאלק איז דערווייטערט פון איהר לאנד שוין טויזענטער יארען, דאך האט זי נישט אויפגעהערט צו בענקען און שטרעבען צוריקצוקומען צום היימלאנד קיין ארץ־ישראל. (הרב מ .יפה)

אז מען וואוינט אין ארץ־ישראל איז מען נישט בחזקת רשע
יעדער אידישער מענטש וואס האט געמאכט ארץ־ישראל אלץ זיין וואוין־ארט, איז אין דער בחינה פון א צדיק, ווייל אויב ער וואלט נישט געווען אין דער מדרגה פון א צדיק, וואלט איהם דאס לאנד נישט קולט געווען. א באווייז דערויף איז וואס ארץ־ישראל ווערט אנגערופען ״שער־השמים״ דאס הימלישע טויער און אין וועלכע די ראשי־תיבות פון די לעצטע ווערטער זה השער לה' צ'דיקים י'בואו ב'ו זענען: ״צבי״, דאס איז א רמז, אז דער וואס וואוינט אין ארץ־ישראל איז א צדיק. (טוב־הארץ(

דער כח פון הייליגען לאנד
די חז"ל זאגען: ״הדר בחוץ לארץ דומה כמי שאין לו אלוה" — אז איינער וואוינט אין חוץ־לארץ איז פונקט ווי ער וואלט נישט געהאט קיין ג-ט חס ושלום. דער אויסדרוק ״דומה״ איז אומפארשטענדליך, וואס איז די באדייטונג דערפון? נאר דער מיינונג דערפון איז, אז אויב איינער איז אפילו פרום נאר ער וואוינט נישט אין ארץ־ישראל, מעג ער אפילו האבען ג-ט אין הארצען, דאך איז פארהאן א סכנה אז זיינע קינדער און קינדס־קינדער וועלען אבער ווערן אויס אידען און ווערען ג־ט-לאז. דאגעגען אין ארץ־ישראל, אויב ער האט נישט ג־ט אין הארצען, וועלן כאטש זיינע קינדער האבען א ג־ט. (בשם גדול אחד)

וואוסט, און דאך הייליג
פאראן נאראנים וועלכע דענקען אז די וואס וואוינען היינט אין ארץ־ישראל, זענען עובר אויף דער גזירה פון השי״ת: "ונתתי את עריכם חרבה״, אבער דער וואס באהויפטעט אזוי איז אדער א שוטה אדער אן אפיקורס, ווייל די חז״ל זאגען בפירוש אויף דעם אנדערען העלפט פסוק: "והשימותי את מקדשיכם" — אף על פי ששוממין, הן בקדושתן — כאטש זיי זענען וואוסט דאך האבען זיי אין זיך הייליגקייט. (רבי משה חאגיז)

דריי זאכען וואס זענען איינס.
עס שטייט: ״אחת שאלתי מאת ד׳" — איינס האב איך געבעטען ביי השי"ת, די ראשי תיבות פון ״אחת״ מאכט: א'רץ־ישראל, ח'יי עולם־הבא, און ת'ורה, די דריי מתנות וואס השי"ת האט געגעבען פאר די אידען, זענען פארבונדען איינער מיטן אנדערען, איינס ציעט צום אנדערען. (האריז״ל)

צוערשט אליין זוכען.
"אשר יבחר ד׳ לשכנו תדרשנו ובאת שמה״ — וואס ג-ט האט אויסדערוועהלט דארט צו רוען, זאלסטו זוכען און קומען אהין, צוערשט דארף מען אליין זוכען מיטלען און זיך משתדל זיין צו קומען צום הייליגען לאנד, נאכדעם וועט שוין השי״ת מסכים זיין דערויף. (ווילנער גאון זצ״ל)

ארץ־ישראל פארנעמט דעם גרעסטען חלק פון דער תורה
דריי סדרים פון ש"ס זענען פארבונדען מיט ארץ־ישראל: זרעים, קדשים און טהרות. פון די איבעריגע דריי סדרים איז אויך א גרויסער טייל פארבונדען מיט ארץ־ישראל. אין מועד זענען פאראן עטליכע מסכתות אזעלכע: יומא, שקלים, חגיגה, די צווייטע העלפט פון פסחים, די לעצטע פרקים פון סוכה, תענית און סדר נשים. נזיר סוטה און סדר נזיקין, סנהדרין, מכות, און הוריות. עס קומט אויס אז כמעט צוויי דריטעל פון ש״ס איז צונויפגעבונדען מיט ארץ־ישראל. די זעלבע פראפארציע איז אויך פארהאן אין חומש. (הגאון רבי אלחנן וואסערמאן הי"ד)

דער שטאלץ פון אן ארץ־ישראל קינד
וועגן דעם פארוואס דער בית־המקדש איז געבויט געווארען ״בחלקו של בנימין״ (אין בנימין׳ס טייל) איז פאראן צוויי מיינונגען: אין מדרש רבה ווערט ארויסגעזאגט די מיינונג, אז דאס איז דערפאר ווייל בנימין האט זיך נישט געבוקט צו עשו׳ן. אין ״ספרי״ ווידער ווערט ארויסגעזאגט די מיינונג, אז דאס איז ווייל בנימין איז געווען דער איינציגער פון יעקב'ס קינדער וואס איז געבוירען געווארען אין ארץ ישראל אין דער צייט ווען אלע אנדערע קינדער שטאמען פון חוץ־לארץ. ביידע דעות פון די מדרשים זענען פארבונדען און ביידע זאגען דעם אמת. איין מדרש מיטן אנדערען איז הא בהא תליא. ווייל דער אמת איז, אז נאר אן ארץ־ישראל־קינד באזיצט דעם עכטען, נישט בויגזאמען אידישען שטאלץ זיך נישט צו בוקען און נישט זיך איינצובייגען פאר אן עשו. (הרב יצחק ניסענבוים ז״ל)

דער באדען פון אייגענעם לאנד - דער איינציגער ציל
״ושפלת מארץ תדברי ומעפר תשח אמרתך" (ישעיהו כ״ט) — דער דאזיגער פסוק קען ווערן אויסגעטייטשט אויפ׳ן פאלגענדען אופן! דער נביא זאגט פאראויס: עס וועט קומען א צייט ווען די גלות־לענדער וועלען אזוי אונטערדריקען דאס אידישע פאלק, אז דאס פאלק וועט זיך אנטזאגען אינגאנצען פון די גלות פלעצער און זיך אנהויבען אינטערעסירען נאר מיט׳ן הייליגען לאנד, און דאס איז דער מיינונג פונעם פסוק ״ושפלת״, דו וועסט צוקומען צו אזא געפאלענקייט אין די גלות־לענדער, ״מארץ תדברי״, אז דיין גאנצער רעדען און אינטערעס וועט זיין נאר ארץ־ישראל, ״ומעפר תשח אמרתך״, דיין איינציגע רעדען און טראכטען וועט זיין נאר וועגען ערד און לאנד־ווירטשאפט פונקט ווי אלע פעלקער וועלכע זיצען אויף זייער אייגענע ערד. (ענפי צבי)

די יוגענד און ארץ־ישראל
ביי אברהם׳ן שטייט ״ויבן שם מזבח״, זאגט דערויף רש״י ״על בשורת הזרע ועל בשורת ארץ ישראל״, איינס איז פארבונדען מיטן אנדערען, די "בשורת הזרע" קען נישט זיין קיין צופרידענע אויב עס איז נישט פארהאן דערביי אויך די ״בשורת הארץ״, ווייל אהן אן א אייגען לאנד, אהן ארץ־ישראל, איז מען גארנישט זיכער צו די קינדער וועלן זיך האלטען ביי אידישקייט און עס איז א קנאפע האפענונג צו ערווארטען צו זעהן ביי זיי א עכט אידישע נחת. (בשם גדול אחד()
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

שליחה דורך איש את רעהו »

האסט נישט מלקט געווען אויב עס איז דוחה דאס חומר האיסור פון זיך אויפהאלטען אין ערטער ווי עס הערשט א סכנה
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום איש את רעהו, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
זורח
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 59
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 4:45 pm
האט שוין געלייקט: 15 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 167 מאל

שליחה דורך זורח »

נאר אויפן אייגענעם באדען
אויפ׳ן פסוק: ״ליראה אותי כל הימים אשר הם חיים על האדמה״ (דברים ד') — זאגט דער אבן־עזרא די פאלגענדע כאראקטעריסטישע ווערטער: "וטעם כל הימים אשר הם חיים על האדמה, כי השם ידע שלא יוכלו לעשות מצוותיו כראוי והם בארצות המושלים בהם" — דאס הייסט, כדי מקיים צו זיין ווי עס דארף צו זיין אלע מצוות השם און צו קומען צו דער געהעריגער מדרגה פון "ליראה אותי" אזא זאך איז נאר מעגליך אויסשליסליך ״על האדמה״ אין ארץ־ישראל. (אבן־עזרא)

נאציאנאלער שטאלץ
נאר דעמאלטס ווען אידען געפינען זיך אין ארץ־ישראל קענען זיי האבען נאציאנאלען שטאלץ און ווערדע, דאקעגען אין גלות איז זייער שטאלץ געבראכען. אויף דעם פסוק: ״במסתרים תבכה נפשי מפני גוה״ זאגען די חז״ל: ״אמר ר׳ שמואל בר יצחק מפני גאותם של ישראל שנטלה מהם ונתנה לאומות העולם" (חגיגח ה') — דער רבונו של עולם כביכול, וויינט אין די מסתרים אויף דעם וואס דער אידישער שטאלץ איז אוועקגענומען געווארען, און איז געגעבען געווארען צו די אומות־העולם, די שרעקליכסטע קללה וואס עס שטעלט פאר דעם גלות מיט זיין גאנצער טראגישקייט איז אויסגעדריקט אין דעם פסוק ״ושברתי את גאון עזכם״ (ויקרא ל״ג י״ט). (דרוש־ווארט)

אז מען איז דארט מיט דער מחשבה
רבי יעקב יוסף פון פולנאה דער בעל "תולדות" שרייבט: ״אפילו הוא דר בחוץ־לארץ וחושב תמיד על ארץ־ישראל וחושק אליה דומה כמו שאין לו אלוה, אבל באמת יש לו כי מחשבתו תמיד לארץ־ישראל״ — דער וואס וואוינט אין חוץ־לארץ און ער טראכט שטענדיג וועגען ארץ־ישראל און ער גלוסט צום הייליגען לאנד איז נאר גלייך ווי ער וואלט נישט געהאט קיין ג־ט, אבער באמת האט ער יא א ג־ט, ווייל זיין מחשבה איז שטענדיג אין ארץ־ישראל. און ״במקום המחשבה שם האדם״ — דארט וואו די מחשבה איז, דארט איז דער מענטש (בעש״ט). (בן־פורת־יוסף)

דער בעש״ט האט געדארפט זיין אין חוץ־לארץ
ווי באוואוסט איז דער בעש״ט זצ״ל געשטערט געווארען צו קומען קיין ארץ־ישראל. פארשידענע מניעות און סיבות זענען געווען דערביי. דערויף האט דער ״בעל התניא״ געשריבען צו רבי ישראל פלאצקער זצ״ל בזה הלשון: ״דכירנא עוד מבית אדמו״ר: יש נשמות שצריכות דווקא ארץ־ישראל ויש נשמות שצריכות דווקא חוץ־לארץ״ — פאראן נשמות וואס דארפען דווקא א״י און פאראן אזעלכע נשמות וואס דארפען דוקא חוץ־לארץ. (מסיפורי חסידים)

דער ארץ־ישראל הימעל
דער הימעל אין ארץ־ישראל איז אנדערש פון אנדערע הימלען! כאטש מיט׳ן גשמיות׳דיגען אויג זעהט דער מענטש נישט קיין שום אנדערשטקייט, דאך אבער דער וואס לעבט אין ארץ־ישראל, האט ליב דאס לאנד און גלויבט אין דער הייליגקייט וואס שוועבט דארט, דער קען זען דעם אונטערשייד פון די הימלען. (רבי נחמן ברעסלאווער זצ״ל)

ארץ־ישראל און שבת
ארץ־ישראל איז די נשמה פון אידישען פאלק, דער שבת די נשמה יתרה. דארט ווי ס׳איז פאראן נשמה איז דא פלאץ פאר נשמה יתרה. (פארצייטישער צדיק)

דער גלות איז אזוי שווער
רבי פנחס׳ל קאריצער זצ״ל האט שטארק געבענקט נאך ארץ־ישראל. אין מינוטען פון גרויס דבקות האט ער געזאגט בזה הלשון ״דער גלות איז אזוי שווער און דער וועג קיין ארץ־ישראל איז אויך אזוי שווער. ״איך קען זיך נישט קיהלען, ווען איך לערען דעם זוהר הקדוש שפאר איך מיך אפ״. (רבי פנחס קאריצער זצ״ל)

פארבינדען איינס מיטן אנדערען
אמונה תפלה, ניסים וארץ־ישראל הם בחינה אחת וכולם תלויים זה בזה — אמונה, תפלה, ניסים און ארץ-ישראל זענען איין בחינה און זענען אפהענגיג איינס אינעם אנדערען. (רבי נחמן ברעסלאווער זצ״ל)

קיין ארץ־ישראל דארף מען גיין אפילו צופוס
דער איד וואס וויל פארען קיין ארץ־ישראל און האבען אויפן וועג אלע רייזע־באקוועמליכקייטען, דאן מיינט ער עס נישט ערנסט מיט זיין בענקשאפט נאך ארץ־ישראל. דער וואס מיינט באמת און מיט׳ן גאנצען הארץ צו זיין אין ארץ־ישראל, וועט אפילו גיין צופיס. (רבי נחמן האראדענקער)

די ווענדונג פון רבי מענדעלע פרעמישלאנער צו זיין ברודער
רבי מענדעלע פרעמישלאנער זצ״ל, וועלכער איז נאך שווערע ליידען און אנשטרעגנונגען אנגעקומען קיין ארץ־ישראל האט אין א בריוו פון דארט געשריבען צו זיין ברודער רבי צבי חסיד די פאלגענדע כאראקטעריסטישע ווערטער: ״ווי לאנג וועסטו נאך זיצען אין חוץ־לארץ און זיך צוהערען ווי מען רעדט שלעכטס אויף ארץ־ישראל. (דגל מחנה אפרים)

נאך העכערע השגות ווי בזמן הבית
ווי ווייט עס איז געוועזען די התעוררות און ליבשאפט צו ארץ־ישראל צווישען די צדיקים אין אנפאנג פון דער אנטשטייאונג פון חסידות, קען מען זעהן פון די פאלגענדע ווערטער וואס עס האט געשריבען רבי שניאור זלמן שניאורסאן זצ״ל: ״יכולים להשיג עכשיו בארץ השגות עליונות יותר אפילו ממה שהשיגו הצדיקים כמותם בזמן הבית״ — די צייט איז אצינד פארגעברייט אז מען זאל קענען משיג זיין אין הייליגען לאנד נאך העכערע השגות פון די וואס די זעלבע צדיקים האבען משיג געווען אין זמן הבית. (תורה אור(

קינדער און שקלאפען
אז אידען געפינען זיך אין ארץ־ישראל זענען זיי אין דער בחינה פון קינדער, בני א-ל חי, און אויב זיי געפינען זיך אין גלות זענען זיי אין דער בחינה פון קנעכט, שקלאפען. (חסד לאברהם)

ברכה און הצלחה
עם איז פאראן אן אונטערשייד צווישען ברכה און הצלחה. אזוי באהויפטען די חסידישע ספרים. ״ברכה״ קומט שלא בדרך הטבע, אויף א נישט נאטירלעכען וועג, דאגעגען ״הצלחה״ קומט על פי דרך הטבע, אויף א נאטירליכען וועג. אין דער תורה איז פארהאן א רמז, אז אין חוץ־לארץ קען זיין בלויז הצלחה, אבער נישט קיין ברכה, ווייל ברכה קומט נאר פון ארץ־ישראל פון ציון. אזוי שטייט טאקע אין פסוק ״יברכך ד׳ מציון״. (רבי דוד׳ל לעלעווער זצ״ל)

זאלען זיי נאר וועלען
א מקורב פון רבי ר׳ שלמה לייב לענטשנער זצ״ל האט זיך אמאל באקלאגט פאר איהם וועגען דעם טרויעריגען אידישען מצב, וואס זיי דארפען שטענדיג זיין אין גלות ווערענדיג אויסגעשטעלט אויף די שווערסטע אונטערדריקונגען און פארפאלגונגען און אז עס וואלט שוין געווען די העכסטע צייט אידען זאלען אויסגעלייזט ווערען פון דעם פינסטערען גלות און קומען קיין ארץ־ישראל. רבי שלמה לייב האט א טיפען קרעכץ געגעבען און געזאגט מה תצעק אלי? וואס שרייסטו דאס צו מיר אוודאי איז שוין די העכסטע צייט אז משיח זאל קומען, אידען זאלען האבען אן אייגען לאנד, אבער "דבר אל בני ישראל", רעד די דאזיגע ווערטער צו אידען אליין, זאלען זיי נאר וועלען אראפווארפען פון זיך די גלות־קייטען און זיך באזעצען אין ארץ־ישראל. וועסטו שוין זעהן, אז משיח וועט אי״ה קומען. (רבי ר׳ שלמה לייב לענטשנער זצ״ל)

שטארקער ווילען ברעגגט פארווירקליכונג
״הארץ אשר אתה שוכב עליה״, דער רבונו של עולם האט געזאגט צו יעקב׳ן: דאס לאנד ארץ־ישראל אויף וועלכען דו האסט זיך אזוי ״פארלייגט״ און דו מאכסט אלע אנשטרעגגונגען עס צו באקריגען ״לך אתננה״, וועל איך דיר עס געבען. אויב האסט דיך אזוי ״פארלייגט״ דערויף, וועסטו עס באקומען. (קאזשעניצער מגיד זצ״ל)

א ווייטער מהלך
החילוק בין תורת חוץ־לארץ לתורת ארץ־ישראל הוא כרחוק מזרח ממערב — דער חילוק פון די תורה וואם מען לערענט אין א״י צו דער תורה וואס ווערט געלערענט אין חוץ־לארץ איז אזוי ווייט ווי עס איז מזרח פון מערב. (שיחות מהר״ן)

מען דארף אויפהערען דולדען דעם גלות
״והוצאתי אתכם מתחת סבלות מצרים והצלתי אתכם״ — און איך וועל אייך ארויסנעמען פון די מצריישע ליידען און אייך ראטעווען. דאס ווארט ״סבלות״ האט דער חדושי הרי״ם געטייטשט פון לשון ״סבלנות״, דולדען און דער מיינונג דערפון איז: דער גרעסטער אומגליק פון גלות באשטייט אין דעם וואס אידען ווערען צוגעוואוינט צו א נידעריגען ניווא פון לעבענס־באדינגונג און זיי פארלירען דאס געפיל פון פרייהייט. עס ווערט ביי זיי אפגעטעמפט דער דראנג און שטרעבונג פאר א בעסער און שענער לעבען. דער רבונו של עולם האט דעריבער באפוילען צו משה רבנו און געזאגט! איידער מען נעמט ארויס די אידען פון גלות, דארף מען צוערשט דעם גלות ארויסנעמען פון זיי, פון זייערע הערצער, פון זייער זיין אונטערען באוואוסטזיין אז זיי זענען שטענדיגע שקלאפען, מען דארף זיי אריינגעבען אזא געפיל וואס זאל זיי פארמיאוס'ן דעם גלות, נישט קענען מער דולדען דעם גלות, ערשט דאן וועלען זיי פארשטיין וואס עס הייסט האבען אן אייגען לאנד, אן אייגענע ארץ־ישראל, מיט אלע פרייהייטען. (חדושי הרי״ם)

דעם ברעסלאווער'ס ליבע צום הייליגען לאנד
דער רבי ר' נחמן ברעסלאווער איז געווען א שטארקער חובב ציון. דאס גאנצע לעבען זיינע האט ער געשטרעבט צו פארען קיין ארץ־ישראל. "המקום שלי רק בארץ־ישראל" מיין פלאץ איז נאר אין ארץ־ישראל האט ער געזאגט, ווען עס האט שוין געהאלטען נאענט צו דער נסיעה, האט די רביצין אונטער געשיקט צו איהם די עלטסטע טאכטער זי זאל איהם אפרעדען נישט צו מאכען אזא ריזיקאלישע רייזע ווי עס איז דעמאלט געוועזען דאס פארן קיין ארץ־ישראל. די טאכטער איז אריין צו איהם אין שטוב און אויסגעגאסען פאר איהם איר ביטערע הארץ: טאטע טייערער אויף וועמען לאזטו אונז איבער? ווער וועט זיך אינטערעסירען מיט אונז? דערויף האט רבי נחמן געענפערט: דו, טאכטער טייערע, וועסט פארן צום מחותן, איין שוועסטער קען ווערן א הויז־דינסט ביי דעם אדער יענעם באלעבאס, די אנדערע שוועסטער קען סתם עמיצער ארייננעמען צו זיך אויס רחמנות, די מאמע זאל זיך פארדינגען ערגעץ אלס קעכערין, און אלע מיינע חפצים און שטוב־זאכען וועל איך פארקויפען צו האבן אויף הוצאות קיין ארץ־ישראל. (רבי נחמן ברעסלאווער זצ״ל)

יעדען טאג פיהלט מען א פרישען טעם
ווען רבי נחמן ברעסלאווער איז געווען אין ארץ־ישראל, האט ער געזאגט, אז עס איז איהם שוין יעצט קלאר פארוואס די תורה רעדט לשון תמיד וועגען ארץ־ישראל מיט א לשון הוה (געגענווארט) ״אני נותן לכם" (איך געב פאר ענק) דער מיינונג דערפון איז, ווייל דער איד וואס האט דאס גליק צו וואוינען אין הייליגען לאנד. פיהלט ער יעדען טאג, ווי דאס לאנד וואלט איהם היינט געגעבען געווארען, יעדען טאג פיהלט ער א נייעם פרישען טעם. (רבי נחמן ברעסלאווער זצ״ל)

די נשמה האט דארט אן עליה
דער בעש״ט זצ״ל האט תמיד געשטרעבט צו קומען קיין ארץ־ישראל. אין א בריוו פון איהם שרייבט ער צווישען אנדערען: מה אעשה ונפשי חשקה להיות נקבר בארץ־ישראל, כי שם יש לנשמה עליה גדולה — וואס זאל איך טאן אז איך האב שטארק חשק נקבר צו ווערען אין ארץ־ישראל, ווייל דארט האט די נשמה א גרויסע עליה. (מדרש ריבש״ט)

ארץ־ישראל איז דער רעזערוואר פון לעבענדיקייט
ארץ־ישראל נותנת חיות לכל מדינה ומדינה — ארץ־ישראל גיט אריין חיות און באלעבט יעדעס לאנד. (תשואות־חן)

קרן און רווח
אום ראש־השנה, זאגעגדיג די תפלה ״אבינו מלכנו״, האט דער ״שפאלער זיידע״ זיך אויסגעטענה׳ט מיט׳ן רבונו של עולם און אזוי געזאגט: טאטע פאטער! דו האסט פארשפרייט די אידען צווישען די פעלקער כדי דו זאלסט דורך זיי האבן רווח, אז גרים זאלען זיך אנשליסען צו דער אידישער אומה, זאג איך דיר, רבונו של עולם, ווארט נישט אויף דעם רווח, נאר "הרם קרן ישראל" דערהויב דעם קרן ישראל, נעם זיי ארויס פון גלות און ברענג זיי קיין ארץ־ישראל, ווייל אויב דו וועסט די אידען לאזען צו לאנג שמאכטען אין גלות ווארטענדיג אויפ׳ן רווח, וועסטו אויך דעם קרן פארלירען. (שפאלער זיידע זצ״ל)

דאס געהער אויך צו דער תוכחה
דער רבונו של עולם זאגט: ״והארץ אזכור״ און איך וועל געדענקען דאס לאנד — דאס געהערט צו דער תוכחה. אידען וועלען אויפהערען צו טראכטען און געדענקען וועגן ארץ־ישראל! עס וועט נישט זיין קיינער וואס זאל זארגען וועגן ארץ־ישראל, נאר איך אליין וועט עס דארפען געדענקען. (רבי ר׳ יעקב שמשון שעפעטיווקער זצ״ל)

דעם ברעסלאווערס אנזאג
רבי נחמן ברעסלאווער האט אגגעזאגט: אלע תורות און התגלות׳ן וואס האבען זיך אנטפלעקט צו איהם איידער ער איז געוועזען אין ארץ־ישראל, וויל ער נישט זיי זאלען זיין פארשריבען אין זיינע ספרים, אבער אלץ וואס ער האט מחדש געוועזען נאכדעם ווי ער האט באזוכט ארץ־ישראל וויל ער אז עס זאל פארשריבען ווערען אפילו די וואכעדיגע שמועסען זיינע. (רבי נחמן ברעסלאווער זצ״ל)

רבי נחמן ברעסלאווער'ס תפלה
״איך בעט דיך, באשעפער, זאל דיין ווילען מיט מיר גוטס צו טאן און זעה מיט דיין רחמים און גנאד און מתנת־חנם כ׳זאל אין גיכען אנקומען קיין ארץ־ישראל דאס הייליגע לאנד, דאס לאנד וואס מיינע עלטערען האבען בעארבעט, דאס לאנד צו וועלכען אלע אמת׳ע צדיקים האבען געשטרעבט און געבענקט דארט צו זיין, און זענען געקומען אהין און דארט אסאך מתקן געווען, געווירקט און געשאפען, אלץ צוליב די הייליגקייט פון ארץ־ישראל וואס דאס איז דער הייליגער פונקט פון דער גאנצער וועלט״. (לקוטי תפלות)

די גרויסע בענקשאפט
וועגען רבי אברהם המלאך זצ״ל דערציילען חסידים אז אין מינוטען פון גרויסער בענקשאפט און דבקות האט ער זיך אמאל אזוי אויסגעדריקט: מיין תשוקה צום הייליגען לאנד איז אזוי גרויס, אז אפטמאל האב איך מורא, אז כ׳בין עובר אויף ״לא תחמוד״. (געהערט)

נאך וואס דער איד דארף בענקען
דעד איד דארף בעטען ביי השי״ת ער זאל איהם אריינגעבען א געפיל פון בענקשאפט נאך ארץ-ישראל, אזוי ארום וועט ער טאקע זוכה זיין קומען אין הייליגען לאנד. (רבי נחמן ברעסלאווער זצ״ל לקוטי עצות)

א גאנצער איד
נאר דער וואס לעבט און וואוינט אין ארץ־ישראל דער איז א גאנצער פולשטענדיגער איד. (רבי נחמן ברעסלאווער זצ״ל)

אן ארץ־ישראל־ניגון
עס שטייט אין פסוק אז יעקב אבינו חאט געשיקט צו זיין זון יוסף קיין מצרים פירות ״מזמרת הארץ״, דאס מיינט: ער האט געשיקט צו זיין זון א ניגון, אן ארץ־ישראל ניגון קיין מצרים אריין. (לקוטי מוהר״ן)

אהן גלגול מחילות
די תפלה ״ותוליכנו קוממיות לארצנו״. האט דער כהן גדול געזאגט יום כפור אין בית־המקדש. פרעגט זיך: דער כהן גדול איז דאך געווען אין א״י? און צווייטענס וואט איז די באדייט פון דעם ווארט ״קוממיות״? נאר ווי די חז״ל זאגען אונז האבען יעקב און יוסף געבעטן מען זאל זייערע ביינער אריבערפירען קיין ארץ־ישראל כדי נאך תחית־המתים זאלען זיי נישט דארפען אדורכמאכען קיין גלגול מחילות, איז מען דעריבער מתפלל אז יעדער איד זאל קומען ביים לעבען קיין ארץ־ישראל און עס זאל זיין קוממיות, גלייך, אויס־געשטרעקט נישט דארפענדיג אדורכצומאכען קיין גלגול־מחילות. (רבי אברהם שמחה האראוויץ בארנאווער זצ״ל)

די פרייד פון א שטרעבונג
אין דער תורה שטייט: ג־ט האט געזאגט צו אברהם׳ן גיי "אל הארץ אשר אראך" צו דעם לאנד וואס איך וועל דיר אנווייזען — איז דאך שווער: פארוואס האט דער רבונו של עולם נישט באלד מגלה געווען אברהם'ן דאס געוואונטשענע לאנד? נאר דער תירוץ איז: דאס איז דערפאר כדי אברהם זאל האבען די אינערליכע חדווה און נאגענדע בענקשאפט און פרייד וואס א מענטש האט ווען ער דערווארטעט די דערגרייכונג פון זיין ציל און שטרעבונג. (שפת אמת)

פון וואס לענדער ווערען געשפייזט
כל הארצות ניזונות מתמצית ארץ־ישראל — אלע לענדער ווערען געשפייזט פון דעם איבערבלייבעניש-זאץ פון ארץ־ישראל. (של״ה הקדוש)

זיין חיות
דאס גאנצע חיות מיינס וואס איך האב אין מיר, נעמט זיך פון די טעג וואס כ׳בין געוועזען אין ארץ־ישראל. (רבי נחמן ברעסלאווער זצ"ל)

אז מען קערט זיר צוריק צום פאטער-לאנד
יעקב אבינו האט געזאגט: ״ושבתי בשלום אל בית אבי׳׳ — קיין ארץ ישראל, ״והיה ד׳ לי לאלוקים״, ערשט דעמאלטס וועל איך האבען א ג־ט און באגרייפען די געטליכקייט. ווייל די חז"ל זאגען: כל הדר בחוץ לארץ דומה כמי שאין לו אלוה״, דער וואס וואוינט אין חוץ לארץ איז גלייך ווי ער וואלט קיין ג-ט נישט געהאט. (רבי ברוך׳ל קאסאווער זצ״ל)

צום אייגענעם ״איך"
לך לך — דער וואס גייט קיין ארץ־ישראל, גייט ער צו זיך אליין, צו זיין אייגענעם ״איך״. (חסידישע ספרים)

א דעלעגאט אין קעניגליכען פאלאץ
איך בין אין הייליגען לאנד ווי א דעלעגאט וואס איז געשיקט פונעם פארשטייער פון די פעלקער צום קעניגליכען פאלאץ, פאר וועמען עס איו נישט פארבארגען קיין שום זאך פאר די אויסבעסערונג און תקון המדינה סיי אין גייסטיגע און סיי אין מאטעריאלע ענינים. (אין א בריוו פון רבי מענדעלע וויטעבסקער זצ"ל)

דער חילוק פון ארץ־ישראל און אנדערע לענדער
פאר דעם אויסערליכען בליק פונעם מענטש איז נישט צו באמערקען קיין שום אנדערשקייט צווישען א״י און אנדערע לענדער, אבער דער וואס איז זוכה צו גלויבען אין איהר באזונדערער הייליגקייט, דער קען זעהן מיט די גייסטיגע אויגען דעם אונטערשייד.(רבי נחמן ברעסלאווער זצ״ל)

דער מח פון א״י און דער מח פון אנדערע לענדער
עס איז פארהאן א מח פון ארץ ישראל און עס איז פארהאן א מח פון חוץ־לארץ, יעדער איינער אויף וויפיל עס איז זיין חלק אין ארץ־ישראל, אויף אזויפיל איז ער מקבל השפעה פון ארץ־ישראל. (רבי נחמן ברעסלאווער זצ״ל)

דער כח פון ארץ־ישראל
ארץ־ישראל האט אין זיך אזא כח, אז פון ״ארץ״, איז זי אומשטאנד צו מאכען ״ישראל״. (בעש״ט זצ״ל)

ארץ־ישראל אהן רמזים
רבי נחמן ברעסלאווער האט אמאל גערעדט מיט גרויס דבקות וועגן א״י, און געזאגט צו זיינע תלמידים, אז מען זאל זעהן צו מאכען די גרעסטע אנשטרענגונגען, און דורכברעכען די שטארקסטע אבני־נגף שטרויכעל שטיינער אין וועג, אבי צוצוקומען קיין א״י, באמערקענדיג ווי די תלמידים זוכען רמזים אין דעם וואס ער האט געזאגט, האט ער זיך אויסגעדריקט: "איך מיין פשוט ארץ־ישראל אהן קיין שום רמזים, נישט ארץ־ישראל של מעלה נאר ארץ־ישראל של מטה" איך האב אינזינען דאס איינפאכע א״י מיט איהרע הייזער, פעלדער און גערטנער. (שיחות הר״ן)

א פארבאדינג צו ביאת־המשיח
ישוב ארץ־ישראל יהי׳ קודם ביאת־המשיח — דער ישוב ארץ־ישראל וועט זיין אן איינלייטונג צו ביאת־המשיח. (מלבי״ם)

מיטן גאנצען הארץ
ירושלים וועט אויפגעבויט ווערען ווען אידען וועלען עס וועלען מיטן גאנצען הארץ. (כוזרי)

ער האט געציילט די הייזער
רבי זונדעל סאלאנטער זצ"ל איז געווען דורכגעדרונגען מיט א שטארקער ליבשאפט צו ארץ־ישראל, זיין גרעסטער חלום איז געווען צו זעהן מיט די אייגענע אויגען, ווי די גאסען פון ירושלים ווערן אנגעפילט מיט הייזער, וועמען ער האט באגעגענט האט ער איהם צוגערעדט צו בויען א הויז אין דער הייליגער שטאט. ער פלעגט זיך פירן ארומצוגיין איבער די ירושלים׳ער גאסען און ציילען איעדעס ניי צוגעקומענע הויז און דערביי שעפען דעם גרעסטען נחת. ווען אפילו דאס איז א גוי׳איש הויז האט ער אויך געהאט דערפון גרויס תענוג. ווען איינער פון זיינע מקורבים האט איהם געפרעגט: רבי וואס איז די שמחה מיט אייך ווען עס קומט צו א נישט אידיש הויז? דערויף האט רבי זונדעל מיט א שטראלענדיג פנים געענפערט: וואס איז די נפקא מינה, אזוי צו אזוי, דערווייל ווערט דאך ארץ־ישראל געבויט. (רבי זונדעל סאלאנטער)

דירת־עראי און דירת־קבע
מען זאל נישט מאכען דעם גלות פאר א דירת קבע, נאר עס זאל באטראכט ווערען אלץ א צייטווייליגע וואוינונג. מיין הארץ האט שטענדיג געברענט אין מיר צוזעהענדיג ווי אידען אין גלות בויען לוקסוס־הייזער און פאלאצען, אויף דעם שטייגער ווי עס טוען די אריסטאקראטען, פון די לענדער צווישען וועלכע זיי וואוינען, און זיי מאכען זייער דירת־קבע אויף דער וועלט אין טמא־לענדער. (של״ה הקדוש מ"ט)

גוף און נשמה
דער ״חפץ־חיים״ ז״ל האט אמאל אין א שמועס ערקלערט זיין שטעלונג וועגן ארץ־ישראל אויף די פאלגענדען אופן: דער מענטש באשטייט פון א גוף און א נשמה. די נשמה אליין קען אויף דער וועלט נישט עקזעסטירען, זי מוז האבען דעם גוף פאר א נעסט. דער גוף אליין איז א געווענדליך שטיקעל ערד. מיט ארץ־ישראל איז אויך אזוי: די נשמה פון כלל־ישראל איז די הייליגע תורה, דער גוף פון דער תורה הקדושה איז ארץ־ישראל. אהן דעם גוף, אהן א״י איז זייער שווער, ווייל אהן דעם קען מען נישט מקיים זיין די אלע מצוות התלויות בארץ. צו דעם צו איז דער גלות פאר אידען אומדערטרעגליך, די שונאים נעמען צו די פרנסות ביי זיי, פארביטערען זיי דאס לעבען. אין גלות זענען אידען צובראכען בגשמיות וברוחניות. אין גלות איז ממש נישט אויסצוהאלטען. מיר לעבען אבער פארט, אבער וויסען זאלט איהר, ארץ אהן תורה איז נישט מער ווי א פשוט שטיקעל ערד. א גוף אהן א נשמה. (חפץ־חיים)

כוונה און מעשים
ישוב ארץ־ישראל איז אזא מצווה פונקט ווי אלע אנדערע מצוות ביי וועלכע כוונה און גוטער ווילען אליין איז נישט גענוג, צום ביישפיל: תפילין לייגען איז מען נישט יוצא מיט כוונה אליין, מעג מען אפילו האבען כוונת האר״י, אזוי אויך מיט ארץ־ישראל, בלויז חיבת הארץ און גוטע כוונה טויג נישט, מען מוז אויך מעשים ארויסווייזען, און טאקע עולה זיין קיין ארץ־־ישראל. (מאדזיצער רבי זצ״ל)

אז מען פארגעסט אז מען איז אין גלות
אין דער וואונדעדבארער הקדמה פון רבי יעקב עמדין צו זיין סידור איז פאראן די פאלגענדע אינטערעסאנטע שטעלע, וואס ווייזט זיין ווייט זעהרישען בליק אין זיין גרויסע ליבשאפט צום הייליגען לאנד: איעדער איד דארף אננעמען א באשלוס עולה צו זיין קיין ארץ־ישראל און זיך דארט באזעצען. איילט אייך וואס שנעלער, מיינע ברידער און פריינד, און פארט וואס גיכער קיין ארץ־ישראל און דענקט נישט צו פארבלייבען אין אנדערע לענדער, ווייל דארט קען נאך חס־ושלום מקוים ווערען: ״ואכלה אתכם״. אין דעם איז דאך באשטאנען די זינד פון אונזערע אבות, א זינד וואס איז געווארען א בכיה לדורות. ווייל ״מאסו בארץ חמדה״, זיי האבן גרינגעשעצט דאס גלוסטיגע לאנד און דער רעזולטאט דערפון איז געווען דער שווערער ביטערער גלות וואס האט אונז קיין מנוחה נישט געגעבען. נשכחנו כמת מן הלב, מיר זענען ווי א טויטער פארגעסען געווארען פון הארץ, דערפאר ווייל מיר האבן פארגעסען פון ארץ־ישראל. מיר האבען זיך אייגגערעדט אז זיצענדיג אין פארשידענע לענדער, אז דאס וועט פארטרעטען ירושלים, דערפאר זענען אויף אונז געקומען די אלע צרות פון שפאניע וכדומה. זיי האבען אינגאנצען פארגעסען אז זיי זענען אין גלות, דערפאר איז געקומען דער שווערער עונש און גערעכט איז גאט. (הקדמה סולם העולה בית א-ל רבי יעקב עמדין זצ״ל)

נישטא קיין אנדערער רוה־פלאץ
״היש לנו במזרח או במערב מקום תקווה נהי׳ עליו בטוחים״ —איז דען פארהאן אן אנדערער רוה־פלאץ אויף דער וועלט, אזויווי ארץ־ישראל וואו מיר קענען זיין געזיכערט?! (רבי יהודא הלוי(

מזרח און מערב
"לבי במזרח ואנוכי בסוף מערב, איך אטעמה את אשר אוכל ואיך יערב" — מיין הארץ איז אין מזרח, אבער איך געפון זיך אין ענדע פון מערב, ווי אזוי קען איך פיהלען א טעם אין מיין עסען און ווי אזוי קען עס מיר זיס זיין?! (ר׳ יהודא הלוי)

ווען מיר וואלטען קלוג געווען
ווען מיר וואלטען קלוג געווען, וואלטען מיר צעריסען אונזערע קליידער, אנגעקליידעט זיך א זאק מיט אש און אויפגעהויבען א ביטער געשדיי, אז ג־ט זאל זיך איבער אונז דערבארעמען און זאל אונז צוריקברענגען קיין ארץ־ישראל און די איינגעפאלענע סוכת דוד זאל צוריק אויפגעשטעלט ווערען מיטן גאנצען פראכט און גלאנץ. (רבי אליהו הכהן, שבט מוסר(

ארץ־ישראל און אנדערע לענדער
יעדעס לאנד אויף דער וועלט האט א שר אין הימעל וועלכער איז ממונה אויף זיין לאנד, און יעדער שר הערשט אויף זיין לאנד, א חוץ ארץ־ישראל וואס האט נישט קיין ספעציעלער שר און מנהיג נאר דער אויבערשטער אליין איז משגיח אויפן הייליגען לאנד (של״ה ק״ח ע״א)

דער ישוב ווערט געשטארקט דורך דעם אריינקומען פון טוריסטען
דער ״שלטי הגבורים״ רעדט מיט גרויס פאראכטוגג וועגען דעם וואס פארט קיין ארץ־ישראל בלויז אלץ א באזוך און נישט מיט דער דעה זיך דארט צו באזעצען, אויסדרוקענדיג זיך! ״מי בקש זאת מידו רמוס חצרי״ ווער פארלאנגט דאס פון איהם צוצוטרעטען אין מיין הויף — ציטירענדיג די דאזיגע ווערטער שרייבט הרב יעקב לעווענזאן אין זיין ״דבר בעתו״: מיר דאכט זיך, אז אין דער היינטיגער צייט ווען דער אידישער ישוב אין ארץ־ישראל איז ב״ה פארגרעסערט געווארען, און טויזענטער דארט-וואוינענדע אידען זענען זיך מפרנס פון דער איינקופט וואס עס ברענגען אריין די טויזענטער באזוכער־טוריסטען, איז זיכער נישט שייך צו זאגען ״מי בקש זאת מידו״, ווייל דער ישוב אין ארץ־ישראל ווארט און האפט עס זאלען קומען וואס מעהר טוריסטען און דארט זיך אויפהאלטען א לענגערע צייט, כדי זייער פרנסה זאל דאדורך דעם גריגגער ווערען און דער ישוב וועט געשטארקט ווערען, השי״ת האט זיכער דערפון א גרויסען נחת־רוח. (הרב יעקב לעווענסאן)

ווען מען איז נישט מחויב צו פאלגען אפילו א טאטען
אויב איינער וויל פארען קיין ארץ־ישראל און טאטע־מאמע זענען נישט מסכים, איז ער נישט מחויב זיי צו פאלגען, ווארום אלע ראשונים פסק׳נען אז ישוב ארץ־ישראל איז א מצוות עשה און דער דין איז דאך אין שלחן־ערוך, אז מען איז ניט מחויב מקיים צו זיין כבוד אב דעמאלט ווען עס האנדעלט זיך וועגען עובר זיין אויף אן עשה. (בשם גדול אחד)

ווען מען מעג ארויספארען פון לאגד
מען טאר נישט ארויספארען פון ארץ־ישראל קיין חוץ־לארץ, נאר פאר די דריי: אז מען וויל לערנען תורה, חתונה האבן אדער ווען עס האנדעלט זיך וועגען ראטעווען אידען פון שמד. (רמב״ם הלכות מלכים)

די גדולי הדור
די גדולי הדור און מנהיגים וועלען דארפען אפגעבען דין וחשבון פאר׳ן אויבערשטען איבער דער גלייכגילטיקייט פונעם דור וועגן ארץ־ישראל און פון זיי וועט מען מאנען די חרפה פונעם באליידיגטען הויז. (אור־החיים פ׳ בהר)

א דרייפאכיגע גאולה
או אידען וועלען קומען קיין ארץ־ישראל וועט דאס זיין א דריי־פאכיגע גאולה. א) אידען וועלען געראטעוועט ווערען פון שעבוד מלכות און פון טויט-געפאר, ב) די אויסלייזונג פון די שטעט פון ציון וירושלים, ג) אין דאט וויכטיגסטע, עס וועט זיין ישועת א-להינו. קודשא בריך הוא, כביכול, וועט ארויסגענומען ווערען פון גלות. (אלשיך)

כאטש איין ווארט
אין א בריוו פון ארץ־ישראל שרייבט רבי מנחם מענדעל פון פרעמישלאן צווישען אנדערען: איידער איך בין געפארען קיין ארץ־ישראל האב איך געבעטען איך זאל זוכה זיין צו דאווענען כאטש איין תפלה פארן באשעפער ווי עס דארף צו זיין. איצט אז כ׳בין קלוגער געווארען, (״אווירא דארץ־ישראל מחכים״) בעט איך, איך זאל כאטש קענען זאגען איין ווארט ווי ס׳דארף צו זיין פאר׳ן בורא כל העולמים. (סדר הדורות החדש)

דער בריוו פון ווילנער גאון׳ס תלמידים
עטליכע יאר נאך דעם ווילנער גאון׳ס פטירה האט א גרופע פון זיינע תלמידים עולה געווען קיין ארץ־ישראל, די תלמידים האבען זיך באזעצט אין דער הייליגער שטאט צפת און דארט געשאפען א ישיבה אויפן נאמען פון גאון, תלמידי־חכמים זענען געזיצען א גאנצען טאג איינגעהילט אין טלית און תפילין און געלערענט תורה, די לאזונג איז געווען ״תורה חוזרת לאכסניה שלה״ די תורה קערט זיך צוריק צו איהר נעסט. די תלמידים האבען אויך געקויפט באדען און בעארבייט די ערד כדי דערמיט מקיים צו זיין די מצווה פון ישוב ארץ־ישראל. דאן האבען זיי זיך געווענדעט מיט אן אויפרוף וועלכער איז פונאנדערגעשיקט געווארען איבער אלע גרעסטע קהלות אין גלות, און דעם בריוו שרייבען זיי צווישען אנדערען: פאר אלעס איז אונזער ציל אייך איבערצוגעבען די בקשה פון הייליגען לאנד און דערנאך אונזער אייגעגע בקשה, דאס הייליגע לאנד רעדט צו אייך: איך דערמאן זיך די צייט ווען איך בין געוועזען א פירשטען, אויך איצט פעהלט ביי מיר אין לאנד גארנישט, ביי מיר ווערט די תורה פארשטענדליך און די נשמה געלייטערט, פארוואס בין איך פארשעמט און פארלאזען פון מיינע קינדער? ווי שיין און פראכטפול איז דאס לאנד אז אפילו אין צושטאנד פון חורבן האט זי נישט קיין גלייכען צו איר אין שיינקייט. (פון א בריוו)

די בענקשאפט נאך ציון אין אונזערע טאג־טעגליכע תפלות
דריי מאל איעדען טאג זאגט דער איד מיט גרויס דבקות: ותחזינה עינינו בשובך לציון ברחמים — הלוואי, רבונו של עולם זאלען מיר נאך מיט אונזערע אייגענע אויגען זעהן ווען דו וועסט מיט גרויס רחמים צוריקקערען קיין ציון. (תפלת שמונה עשרה)

דער מזרח
אין א סך אידישע היימען פון די מזרח־אייראפעאישע לענדער פלעגט הענגען אויף די וואנט א בילד וואס מען האט גערופען ״דער מזרח״ אויף וועלכען עס איז געווען אויסגעצירט פארשידענע פלעצער פון א״י ווי צום ביישפיל, דער כותל המערבי, דער קבר רחל, מגדל דוד א. א. וו. דאס דאזיגע בילד "דער מזרח" האט געהאנגען אויף דער זייט וואס איז געווענדעט צו ירושלים. (מנהג־ישראל)

א ספעציעלער מי־שברך.
רבי אברהם קאליסקער זצ"ל האט איינגעפירט אז מען זאל מאכען א ספעציעלען מי שברך פאר די וואס העלפען ארץ־ישראל: "כל אחד ואחד מישראל המסייעים לא״י בין בגוף ובין בממון בין בדבור ובין במעשה״ — איעדען איינעם וואס העלפט ארץ-ישראל סיי מיטן גוף און סיי מיט געלד, סיי מיטן רעדן און סיי מיטן טוען.

די שיינקייט פון דער וועלט
״הדר העולם ארץ־ישראל, והדר ארץ־ישראל ירושלים" — די שיינקייט פון דער וועלט איז ארץ־ישראל און די שיינקייט פון ארץ־ישראל איז ירושלים. (רמב״ן)

אהבת ארץ־ישראל
דער בעל־שם־טוב האט באצייכענט דריי יסודות אויף וועלכע — דאס אידישע לעבען דארף זיין באזירט און דאס זענען: 1) אהבת המקום ליב האבען דעם באשעפער 2) אהבת התורה ליב האבן די תורה, און 3) אהבת ישראל ליב האבען אידען. היינטיגע צייטען דארף מען גורס זיין און צוגעבען אהבת ארץ־ישראל ליב האבען ארץ־ישראל. (בשם גדול אחד)

א פאלשע איינרעדעניש - די וואס ווארטען אויף זייערע פלעצער
"אלה שמפתים עצמם ואומרים שיעמדו במקומם עד שיבוא מלך המשיח לארץ־המערב ואז יהי׳ יוצאים והולכים לירושלים עוברים הם ומחטיאים זולתם" — די יעניגע וואס רעדען זיך אז זיי דארפען נישט פארען פריער קיין ארץ־־ישראל נאר זאגען אז זיי וועלען שטיין אויף זייער פלאץ ביז דער מלך המשיח וועט קומען צו גיין אין דעם מערב־לאנד זיי אויסלייזען און ערשט דעמאלטס וועלען זיי גיין קיין ירושלים, זענען אליין עובר און מאכען אויך אנדערע זינדיגען. (רמב״ם מאמר קדוש־השם)

הערען און זעהן
אין תלמוד בבלי איז תמיד פאראן דעד אויסדרוק "תא־שמע" קום און הער, דאגעגען אין תלמוד ירושלמי ווערט באנוצט דאס ווארט "תא­ חזי" קום און זעה. דאס איז א רמז אז ארץ־ישראל דארף מען זעהן מיט די איינעגע אויגען. (רבי מענדעלע וויטעבסקער זצ״ל)

דעם ווילנער גאון'ס בריוועל צו זיין מוטער
פארענדיג אויפן וועג קיין ארץ־ישראל שרייבט דער ווילנער גאון זצ״ל די פאלגענדע רירענדע ווערטער צו זיין מוטער: "אי"ה אם אזכה להיות בירושלים עיר הקודש אצל שערי שמים אבקש בעדך כאשר הבטחתי לך" אז איך וועל אי״ה זוכה זיין צו קומען אין דער הייליגער שטאט ירושלים צו די טויערען פון הימעל, וועל איך בעטען פאר דיר אזוי ווי איך האב דיר צוגעזאגט.

דאס לאנד פון יעדענס האפנונג
אין א בריוו באוואוסט אלץ "עלים לתרופה", שילדערט דער ווילנער גאון זצ״ל דעם שווערען דערנער וועג וואס ער האט דורכצומאכען אויפ׳ן וועג קיין ארץ־ישראל און שרייבט דארט צווישען אנדערען: מענטשען פארלאזען גאנצע פאמיליעס, ווייב און קינדער און פארען אוועק אויף יארען לאנג אין ווייטע לענדער און מקומות כדי צו מאכען א ביסעל געלד און איך געלויבט השי״ת, פאר צום הייליגען לאגד וואס יעדער האפט און שטרעבט איר צו זעהן, וואס ״כל עליונים וכל תחתונים תשוקתם עליה" אלע אויבערשטע און אונטערשטע ציען צו איר. (עלים לתרופה)

דאס לאנד וואס איז מסוגל צו נבואה
נאר ארץ־ישראל איז מסוגל צו נבואה, אין גלות אבער איז אפגעטאן געווארען די נבואה, ווייל דאס אידישע לעבען דארט איז אנגעשטעקט מיט ״עצלות און עצבות״ פוילקייט און טרויעריקייט. (רמב״ם מורה נבוכים)

ערשט אין ארץ־ישראל האט דער רמב"ן זיך בארואיגט זיין געמיט
אין א בריוו שרייבט דער רמב״ן די פאלגענדע אינטערעסאנטע פראזען און גראמען: ״עזבתי את ביתי, נטשתי את נחלתי, ושם הנחתי את רוחי" — איך האב פארלאזט מיין הויז, איבערגעלאזט מיינע פארמעגענס און ערשט דארט האט מיין געמיט זיך בארואיגט. (אגרות הרמב״ן)

פארוואס הייסט עס חוץ־לארץ?
די לעגדער אויםער ארץ־ישראל ווערען גערופען "חוץ־לארץ" ווייל דארט זענען מיר ממש אינדרויסען ,קיינער נעמט אונז נישט אריין ביז מיר קומען אויף אונזער הייליגער ערד. (רבי נחמן ברעסלאווער חיי מוהר״ן)

דער כבוד פון הייליגען לאנד.
די זינד פון די מרגלים איז דורך אזוי שווער ווייל השי״ת איז מקפיד אויף דעם כבוד פון ארץ־ישראל מער ווי אויף זיין אייגענעם כבוד. (רבי מאיר שמחה הכהן מדווינסק זצ״ל)

וואו משיח וועט זיך צוערשט באווייזען
בארץ־ישראל תהיה תחילת הראתו — משיח וועט זיך דאס ערשטע באווייזען אין ארץ־ישראל. (רמב״ם אגרת תימן)

געהייליגט צו ווערען
"כל הנוסע לארץ־ישראל, נוסע לקדש את עצמו״ ווער עס פארט קיין ארץ־ישראל פארט אהין כדי געהייליגט צו ווערען. (של״ה הקדוש)

די תפלה פון די אנשי צפת
די אמאליגע איינוואויגער פון צפת האבען געהאט די פאלגענדע תפלה: הלוואי אונזערע זינד זאלען נישט גורם זיין צו דארפען ארויסגיין פון אונזער ליבען טייערען לאנד (ארץ חמדה טובה ורחבה) צוליב א שטיקעל ברויט. (תפלה פון די אנשי צפת)

זיין פרייליך
ווער עס וואוינט אין ארץ־ישראל דארף שטענדיג זיין פרייליך (חרדים)

געקושט די שטיינער
נאכדעם ווי דער של״ה הקדוש איו אנגעקומען קיין ארץ־ישראל (אין יאר 1621) שרייבט ער פון דארט אין א בריוו צווישען אנדערען: "באנו לצפת בשלום ונפלתי לארץ ונשקתי את האבנים ואת העפר לקיים מה שנאמר כי רצו עבדיך את אבניה ואת עפרה יחוננו" — מיר זענען אנגעקומען קיין צפת און איך בין ארויפגעפאלען אויף דער ערד און געקושט די שטיינער מיט דעם שטויב, כדי מקיים צו זיין דעם פסוק: דיינע קנעכט האבען באוויליגט די שטייגער און דעם שטויב האבען זיי געצערטעלט. (של״ה הקדוש)

מיט דער ערלויבעניש פון די מלוכות
דער רמב״ן שרייבט: ״ראשית הגאולה העתידה תהי' על פי רשיון המלכות ויהי׳ קצת קיבוץ גליות ואחר כך יוסף השם יתברך שנית ידו כדכתיב: ישב את שבותך, ואחר כך: ושב וקבצך מכל העמים״. דער אנהויב פון דער צוקונפטיגער גאולה וועט זיין מיט דער ערלויבעניש פון די שטאאטען און עס וועט זיין א מין קיבוץ גליות אין מיניאטור, דאן וועט השי״ת ווידער אויסשטרעקען דאס צווייטע מאל זיין האנט אזוי ווי עס שטייט אין פסוק: און ער וועט דיך איינזאמלען פון צווישען אלע פעלקער. (פירוש על שיר השירים המיוחס להרמב״ן)

גלייך ווי מען זעהט דעם קעניג
די וואס זענען זוכה צו זיצען פארן באשעפער אין ארץ־ישראל, איז דאס גלייך ווי מען וואלט געזעהן דאס פנים פונעם קעניג. (דרשות הרמב״ן)

די צוויי הרחמן'ס
מערקווירדיג ווען דער איד זאגט ביים בענטשען ״הרחמן הוא יפרנסנו״, טוט ער אלע התפעלות און ווענד אן אלע מעגליכקייטען צו מאכען גוטע ביזנעס, דאגעגען זאגענדיג "חרחמן הוא ישבור עול הגלות מעל צוארנו ויוליכנו קוממיות לארצנו״, טוט ער פון זיין זייט גארנישט און פארלאזט זיך אינגאנצען אויפן רבונו של עולם. (בדרך הלצה פון א רב)

דעם חפץ חיים'ס בענקשאפט נאך ארץ־ישראל
ווען דער חפץ־ חיים זצ״ל האט געשריבען תנאים מיט זיין ערשטען איידעם הגאון ר׳ אהרן הכהן, וועלכער איז נפטר געווארען אין תל־ אביב, האט ער איינגעשריבען א קלארע תנאי: אז כאטש ער זאגט אים צו קעסט, דאך זאל ער קיין רשות נישט האבן איהם צו שטערען פון פארען קיין ארץ־ישראל. (הרב מ. ישר)

דער אידישער זיווג ארץ־ישראל
ארץ־ישראל איז באשטימט געווארען פון דער השגחה עליונה נאר פארן אידישען פאלק. ארץ־ישראל און עם ישראל זענען איין זיווג, איינער אהן דעם אנדערען קען נישט עקועסטירען. ווען דאס אידישע פאלק זיצט אויף זיין אייגענער ערד, דעמאלטס איז ״מצא מין את מינו״ און ערשט דעמאלטס באקומען ביידע דעם געהעריגען תיקון. (רבי מאיר דן פלאצקי זצ״ל)

דריי באדינגונגען
״לביאת הארץ צריך שלשה דברים״, כדי אריינצוקומען אין לאנד אריין דארפען דורכגעפירט ווערען די פאלגענדע דריי זאכען: ערשטנס הכנה לצאת מחוץ־לארץ, די ריכטיגע געהעריגע פארבערייטונג ארויסצונעמען דעם גלות פון זיך און אראפווארפען פון זיך אלע גלות קייטען. ״היציאה מן הגלות״, דאס עצם ארויסגיין פון גלות און דאס אנווענדען אלע מעגליכקייטען כדי צו דערגרייכען דאס אידעאל. און ״הביאה לארץ הקדושה״, דאס ענדליך אנקומען אין הייליגען לאנד און פיהלען דעם טעם פון איהר קדושה. (ווילנער גאון זצ״ל)

דער ארץ-ישראל מאטיוו אין די אידישע תפלות
ביי יעדער געלעגענהייט ווען דער איד איז מתפלל און גיסט אויס זיין הארץ פארן רבונו של עולם, דערמאנט ער שטענדיג ציון וירושלים און ער בעט תמיד אז ארץ־ישראל זאל אויפגעבויט ווערען: באלד אינדערפרי ביי דער תפלה פון שחרית ווען ער זאגט ״אז ישיר״ בעט דער איד "תבאמו ותטעמו בהר נחלתך" ברענג זיי און פלאנץ זיי איין אין דעם הייליגען לאנד. האלט דעד איד ביי ״שמונה עשרה״ בעט דער איד ״תקע בשופר גדול לחרותנו״ שאל מיט דיין שופר פאר אונזער פרייהייט און ״ותחזינה עינינו בשובך לציון ברחמים״ אונזערע אויגען זאלען זעהן ווי דו קערסט צוריק קיין ציון. ביי קבלת שבת זינגט ער מיט גרויס דבקות ״מקדש מלך עיר מלוכה״ און ״התעוררי התעוררי״, וואס עס קומט צום אויסדרוק דאס לעכצען נאך דער גאולה. איז דעד איד עולה לתורה שבת צום מפטיר, בעט דער איד! "רחם על ציון כי היא בית חיינו" דערבארעם זיך איבער ציון ווייל דאס איז אונזער לעבען. בענטשט ער ראש־חודש, איז דער איד פול מיט האפנונג, אז ״והוא יגאל אותנו בקרוב״ אז ג־ט וועט אונז באלד אויס־לייזען. ביי מוסף בעט דער איד אז דער אב הרחמים זאל נישט פארגעסען זיין פארשטויסען פאלק ״שתעלנו בשמחה לארצנו״ ער זאל אונז אויפברענגען מיט שמחה אין אונזער לאנד אריין. ווען דער שבת גייט אוועק, גיסט דער איד אויס זיין השתפכות הנפש אז "אליהו הנביא" זאל באלד קומען אונז אויסלייזען. קומט שלוש־רגלים, פסח־שבועות־סוכות, בעט דער איד אין דער תפלה פון ותערב: "אנא רחום ברחמיך הרבים השב שכינתך לציון עירך ברנה" איך בעט דיך דערבארעמדיגער קער צוריק מיט געזאנג דיין שכינה קיין ציון. און "והביאנו לציון עירך ברנה" זאלסט אונז ברענגען אין דיין שטאט-ציון מיט געזאנג. די ראש־השנה תפלות זענען פיל מיט בענקשאפט און געבעט וועגען שיבת־ציון. ווען דער איד בענטשט חנוכה־ליכט בעט ער ״קרב קץ הישועה״ די ענד פון דער ישועה. דער אתרוג, לולב און הדס איז ביים איד פארבונדען מיט ארץ־ישראל געדאנקען, ווייל דאס זענען פרוכטען וואס קומען פון הייליגען לאנד. פסח אויפדערנאכט זאגט ער "השתא הכא לשנה הבא בארעא דישראל" יעצט זענען מיר נאך דא אבער נעקסטע יאר וועלן מיר זיין אין ארץ-ישראל, דערנאך ביים סוף סדר ווי אויך ביים שלוס פון נעילה יום כפור שרייעט ער אויס הויעך "לשנה הבאה בירושלים" דאס קומענדע יאר אין ירושלים. אין דעם חופה טאג, ווען עס איז די גרעסטע פרייד, ווערט אונטער דער חופה א גלאז צובראכען כדי נישט צו פארגעסען אינעם חורבן און מען בעט דעמאלטס, אז די שטים פון פרייד זאל ווידער געהערט ווערען אויף די גאסען פון ירושלים. פארקלייבט זיך א איד אין א נייער וואוינונג און ער מאלט אויס די צימערען, לאזט ער איבער א שטיק וואנט פון איין צימער נישט אויסגעמאלט, כדי עס זאל איהם דערמאנען אינעם חורבן פון הייליגען לאנד, ווען דעד איד בעט ביים באשעפער ער זאל זיך דערמאנען וועגען זיינע נויטיגע באדערפענישען צום לעבען, בעט ער גלייכצייטיג "וזכרון ירושלים עיר קדשך" ער זאל אויך געדענקען אין דער הייליגער שטאט ירושלים. כמעט יעדעס אידיש ספר, איעדע הקדמה צו א ספר, יעדע דרשה פון א רב אדער מגיד פארענדיגט זיך מיט די ווערטער ״ובא לציון גואל״ דער אויסלייזער זאל קומען קיין ציון. ווען דער איד בעט עס זאל זיין ליכטיגקייט, איז עס נישט קיין געווענליכע ליכטיגקייט, נאר ״אור חדש על ציון תאיר ונזכה כולנו מהרה לאורו״ א נייע ליכטיגקייט זאל באלייכטען ציון'ס וועגען און אלע זאלען מיר דערלעבען יענע צייט.
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל

שליחה דורך יין שרף »

הערליך שיין! אבער ס׳איז מיר גארנישט בעסער ווי ויואל משה, ביידע איז אויסגעבויט פון אגדה...
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
באניצער אוואטאר
דריידל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1146
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
האט שוין געלייקט: 1132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1247 מאל

שליחה דורך דריידל »

רוב פון וואס די ברענגסט ווערט שוין מבואר אין ויואל משה און דער מחבר קומט אבער צו צו א מסקנה נישט צו וואינען דארט. ס'איז א שאדט אנצופאנגן פון א', ענדערש ברענג אפאר קשיות וואס איז שווער אויפ'ן ויואל משה און זאלן די חכמי השטיבל זעהן למי החותמת ולמי הפסולים
פארדריי די דיר דיין קאפ
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

ס'איז אמת'דיג באגריסענד און רירענד צו זען היימישע חסידי'שע אידן וואס פיהלן אזא בענקעניש און גליסטעניש פאר אונזער פארגעסן צוגעזאגטן לענדל, און טוען למעשה אויף צו אויפוואכן די פארטריקענטע לכלוכית וואס מען האט פון אונז בארויבט. ביטע, אויב איר קענט, טוט מיט אונז מיטיילן מער איבער אייער ארגאנעזאציע, זורח, וואס איז שוין אביסל געקומען צום באקאנטשאפט פונעם חרדי'שער ציבור ווען ס'איז ארומגעפארן א פלאקאט פון א געוויסע צוזאמקום פון אייער ארגאנעזאציע.
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

באמת זייער שיין, זינט מיר זענען פארטריבען געווארן פון אונזער הייליג לאנד, דירך דעם רשע טיטוס דער גרויזאמער, זענען די הערצער פון כלל ישראל געווענדט קיין ירושלים, ווען מיר שטעלן זיך דאווענען דריי מאל א טאג, קערן מיר זיך קיין מזרח צום ריכטונג פון אינזער הייליג און פארבענקט לאנד,

ווען מיר זעצן זיך צו א סעודה ברענגן מיר ארויף דאס בענקעניש און גליסטעניש צו אונזער הייליג לאנד, ארץ ציון וירושלים.

ווען מיר בויען א הויז לאזן מיר איבער א גאנצע אמה אומגעקאלעכט צו געדענקען אונזער הייליג לאנד.

מיר זענן מחמיר אויף די חומרה פון רבי זירא און מיר זיצן שבעה נקיים על טיפת דם כחרדל.

ווען מיר מאכן חתונה צוברעכן מיר א גלאז אונטער די חופה זיך צו דערמאנען אונזער הייליג לאנד ארץ ציון וירושלים.

אונזערע ווייבער גייען קיינמאל נישט ארויס מיט אלע צירונגען, זיך צו דערמאנען פון אונזער הייליג לאנד.

ווען מיר זעצן זיך אראפ אויף א טרינק סעודה, און מיר טרינקן וויין, זינגען מיר נישט, פארוואס? צו געדענקן אונזער הייליג לאנד ארץ ציון וירושלים.

מיר געדענקען גוט אונזער שבועה וואס מיר האבן הייס געשוווירען אם אשכח ירושלים תשכח ימיני......

מיר ווארטן בכליון עניים אז דער הייליגער באשעפער זאל מקיים זיין זיין הבטחה, און אונז שיקן אונזער אויסלייזער, רוח אפינו משיח ה', און אונז צוזאמען נעמען פון אלע עקן פון די וועלט, און אינז ציריק ארויפברענגן צו אונזער הייליג לאנד ברננה. ווי מיר אויפבויען דעם הייליגען בית המקדש, און זיך ביקן פארן הייליגען באשעפער...........

יבנה המקדש עיר ציון תמלא, ושם נשיר שיר חדש וברננה נעלה..........
זורח
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 59
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 4:45 pm
האט שוין געלייקט: 15 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 167 מאל

שליחה דורך זורח »

אפטעמיסט האט געשריבן:ביטע, אויב איר קענט, טוט מיט אונז מיטיילן מער איבער אייער ארגאנעזאציע, זורח


די ציעל פון די ארגעניזאציע איז צוריק אריינצוברענגן די מצוה פון ישוב ארץ ישראל צו איהר ארגעניאלן פלאץ מיט די ליבשאפט און פייער וואס עס פארדינט זיך צו האבן פון יודן וואס גייען בדרך התורה והמסורה לנו מדור דור, צו פארשפרייטן די דעת תורה און מאמרים וועגן ישוב און אהבת ארץ ישראל וואס יודן האבן שטענדיג געברענט מיט ווארעמע געפילן דערצו און מיט מסירות נפש דורכאויס די דורות כמבואר במקרא משנה וגמרא גאונים ראשונים ואחרונים ספה"ק וספרי חסידות.

מיר פראבירן צו העלפן יודיש-רעדענדע חסידים פון סיי וועלכע קהלה אדער שיטה, זיך צו באזעצן אין הייליג לאנד, סיי פאר די וואס ווילן עס טוען אלץ א מדריגה זאך צו שטייגן און עבודת השם און מקרב זיין די גאולה, און סיי פאר די וואס זוכן פשוט א פראקטישע פלאץ אויפצוציען ערליכע יודישע דורות, אויף אן אופן וואס די פינאנציאלע לעבן איז אויסגעהאלטן מיט א מער פשוט'ערע לעבענס-סטיל, צו לעבן און וואוינען אין א פלאץ ווי דער דירות קריזיס עקזיסטירט נישט (ווי חז"ל רופן עס אן ארץ הצבי שמתפשט כעור הצבי) ווי מען איז נישט ארומגענומען מיט די פוסטע גואישע קולטור פון ארץ העמים, ווי דאס יודיש לעבן שפרודלט אין אלע ווינקלען.

א חלק פון אונזערע אקטיוויטעטן ועוד ידינו נטויה איז בעז"ה צו העלפן יודן חסידים טרעפן:
פרנסה -דזשאבס
געגענטער צו וואוינען
מוסדות התורה
דורכגיין גרינגערהייט די עליה פראדעצור
א.א.וו.

ווי אויך צו פארשפרייטן בדרכי נועם די מצוה און מדריגה פון ישוב ארץ ישראל מיט אהבה און געפיל (ווי שוין פריער דערמאנט).

מיר פארשטייען אז עס זענען דא יודן וואס זענען זייער סענסעטיוו צו סיי וואס עס זאל נישט זיין בנוגע ארץ ישראל, אבער פארקערט מיר זוכען נישט ח"ו זיך צוקריגען מיט קיינעם, האבן דעבאטעס, זיין נעגאטיוו אדער פארשפרייטן די אדער יענע שיטה, יעדער איינער קען טוען וואס ער/זי פילט איז די אמת, אדער וואס רעד צום נשמה, נאכפאלגען די גדולים אדער רבי'ס וואס זיי פערזענליך פילן איז דער אמת, מיר זענען נאר דא צו ברענגן די אינפארמאציע און אויסצושטרעקן א האנד צו העלפן פאר די וואס האבן די שאיפה ארויפצוגיין.

אדרבה ווערט עס האט עפעס צוצוגעבן איז וועלקאם אונז צו קאנטאקטן, און צוזאמען וועלן מיר מצליח זיין בעזר השם ברוך הוא.
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

זורח איך פארשטיי נישט. די נעמסט אאיבער דעם סוכנות? די סוכנות טיהט דאך שוין דער דאזיגער ארבייט.....
דער הייליגער סוכנות וואס איז יסודתו בהררי קודש, וואס איז נתייסד געווארן דירך די קדושי עליון ווי הרה''ק המקובל העובד ה' האמיתי מורינו רבי חיים ווייצמאן זי''ע, ואתו עימו ריעו ואמיתו הגה''צ כקש''ת מורינו רבי יצחק גרינבוים זי''ע, אלזא פארוואס פעלט זיך אויס א נייע ארגענעזאציע?
אנו אין לנו אלא הסוכנות היהודי שיסודתו בהרי קודש.......
באניצער אוואטאר
ירח בן יומו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 11:15 pm
האט שוין געלייקט: 834 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 700 מאל

שליחה דורך ירח בן יומו »

אין משמרת הקודש (אמשינוב) ווערט פארציילט אז ד י אמשינובער רבי ז"ל איז אמאל געפארן מיט די רבי ז"ל (דברי יואל) אויף די וועג האבן זיי ארום געשמועסט וועגען ארץ ישראל,
און דער סאטמערע רבי האט געפרעגט דעם אמשינובער רבי "זענט איהר שוין אמאל געווען אין ארץ ישראל?
האט ער געזאגט אז נישט,
האט די רבי ז"ל געזאגט "יעדער יוד דארף זיך אריבער כאפן געבען א בליק דארט"
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

וואו קען מען אייך קאנטאקטן?
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
האט שוין געלייקט: 1551 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2012 מאל

שליחה דורך ישמעאל הכהן »

ירח בן יומו האט געשריבן:אין משמרת הקודש (אמשינוב) ווערט פארציילט אז ד י אמשינובער רבי ז"ל איז אמאל געפארן מיט די רבי ז"ל (דברי יואל) אויף די וועג האבן זיי ארום געשמועסט וועגען ארץ ישראל,
און דער סאטמערע רבי האט געפרעגט דעם אמשינובער רבי "זענט איהר שוין אמאל געווען אין ארץ ישראל?
האט ער געזאגט אז נישט,
האט די רבי ז"ל געזאגט "יעדער יוד דארף זיך אריבער כאפן געבען א בליק דארט"

איך האב געהערט די מעשה אביסעלע אנדערש, אבער ס'מאכט נישט אויס
ראדיא באריכטער פאר ק''ש
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

אפטעמיסט האט געשריבן:וואו קען מען אייך קאנטאקטן?

זיי האבן א וועבסייט אין אידיש מיטן זעלבן נאמען (זורח) און ציל (עליה פראפאגאנדע אין אידיש פאר חסידים).
וועגן דעם מאכט עס מיר אביסל נערוועז, ער שפילט דא כאילו ער איז א געווענליכן ניק, אבער ער לייגט אראפ גאנצעטע זייטן פון זיין וועבזייטל כאילו עס איז פרישע סחורה.
שטעל דיך פאר די ווען ען.קעי.יו.עס.עי. פעיסט לאנגע אויסגעדראשענע פראפאגאנדע פון זייער וועבזייטל.
ער קען האלטן וואס ער וויל, ער קען שרייבן וואס ער וויל, און ער 'מעג' קאפי-פעיסטן וואס ער וויל, קיינער קען אים נישט צוריקהאלטן, אבער זאל ער כאטש שרייבן וואס זיין מקור און אגענדע איז.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

יענע וועבסייט איז שוין פין 2011 אינטערעסאנט וואס ער האט זיך יעצט אויפגעוועקט, אין קיינער האט נישט געהערט פין עהם ביז יעצט, איך וואלט געזאגט אז עס איז נישט דא קיין ארגענעזאציע קיין זורח נאר נאך א חובב הארץ וואס זיכט צי פארשפרייטען זיינע אידיעלאגיעס איינער טוט עס מיט פרק שירה איינער מיט ארץ ישראל
וואס נאך איז נייעס?
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

זורח האט געשריבן:א חלק פון אונזערע אקטיוויטעטן ועוד ידינו נטויה איז בעז"ה צו העלפן יודן חסידים טרעפן:
פרנסה -דזשאבס
געגענטער צו וואוינען
מוסדות התורה
דורכגיין גרינגערהייט די עליה פראדעצור
א.א.וו.



ס'וואלט געקענט זיין אינטערעסאנט אבער איך גלייב אז ק"ש ליינער האבן א פראבלעם ווייל די א"י מוסדות ערלויבן נישט די עלטערן צו האבן סמארטפאון'ס אדער אינטערנעט, און ווי מ'גיט איבער איפארסירט מען עס ביד חזקה.

אלזא איז מיין פראגע: וואספארא מוסדות קענט עטץ צושטעלן פאר אונזערע קינדער?
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

ס'קען זיך דאכטן אז ס'איז אונז עפעס אזוי גוט דא אין ברוקלין אז מיר קענען זיך ערלויבן אוועקצומאכן אן ארגאניזאציע וואס רופט פאר א טויש פונעם איצטיגן לעבנס שטייגער.

צו ס'איז רעאליסטיש צו נישט, א יחיד צו א קערפערשאפט, לאזט זיך שפעקולירן, אבער אידעלאגיע אין א זייט, איז אבער יש דברים בגו, עפעס זאגט ער! מיר האלטן אין איין האקן אויפן סיסטעם, דאס איז נישט גוט, יענץ איז קארופטירט, קומט עמיצער מיט אן אריגינעלע איידיע, מאכט מען אים אוועק? הרב ישראל דארפסט נישט זיין נערוועז, ער מיינט בכלל נישט דיר.... איך ווייס אבער יא עטליכע משפחות וואס האבן זיך געצויגן קיין א"י די לעצטע פאר יאהר, דאס איז בכלל נישט אזא ווייטע חלום ווי ס'קוקט אויס, ס'איז זיכער פארהאן אזעלכע וואס נעמען אין באטראכט צו טון אזא שריט, נאכדערצו מיט הילף אין דער זייט.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

יין שרף האט געשריבן:הערליך שיין! אבער ס׳איז מיר גארנישט בעסער ווי ויואל משה, ביידע איז אויסגעבויט פון אגדה...

דער חילוק איז אז זורח פסק'נט נישט אז מצות ישוב ארץ ישראל איז ביהרג ואל יעבור. ער ברענגט בסך הכל צוזאם א שיינער ליקוט אויף דער חשיבות פון וואוינען ארץ ישראל. ווען דער ויואל משה וואלט אזוי אויסגעשטעלט זיין ספר וואלט עס באמת געווען א שיינער ארבעט. כאטש א גרונטליכע עריכה וואלט עס געמעגט דורכגיין אזוי אויך.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

@זורח, עס איז א שיינע זאך וואס איר טוט. אבער איך מיין אז עס איז ענדערש כדאי ארויסצוברענגען פראקטיש פארוואס עס לוינט זיך ארויפצוגיין קיין ארץ ישראל. איך פארשטיי אז גדול פלוני אלמוני האט געזאגט אז קדושת ארץ ישראל שפירט זיך אין די שטיינער, אבער ווי אזוי שפירט א פשוט'ער איד די קדושה? וואס זענען די מעלות ברוחניות ובגשמיות פון וואוינען אין ארץ ישראל היינטיגע טעג לעומת וואוינען אין חוץ לארץ, אויסער אז מען איז מקיים אפאר מאמרי חז"ל? אויבנאויף איז דער מצב אין חוץ לארץ פיל בעסער געאייגנט צו פירן א רואיגער אידישער לעבן. אויסער די גזירה פון מציצה בפה, פארשטייט זיך.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום יאיר, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

יאיר האט געשריבן:
יין שרף האט געשריבן:הערליך שיין! אבער ס׳איז מיר גארנישט בעסער ווי ויואל משה, ביידע איז אויסגעבויט פון אגדה...

דער חילוק איז אז זורח פסק'נט נישט אז מצות ישוב ארץ ישראל איז ביהרג ואל יעבור. ער ברענגט בסך הכל צוזאם א שיינער ליקוט אויף דער חשיבות פון וואוינען ארץ ישראל. ווען דער ויואל משה וואלט אזוי אויסגעשטעלט זיין ספר וואלט עס באמת געווען א שיינער ארבעט. כאטש א גרונטליכע עריכה וואלט עס געמעגט דורכגיין אזוי אויך.


עיין כאן יאיר
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

דער פראבלעם שטעקט אין דעם "לדינא".
(בכלל, איז מאדנע דער גאנצער לשון. יעדער פוסק איז מכריע אויף אזא אופן, דורכ'ן מברר זיין וואס חז"ל און די ראשונים האלטן אויף אזא פאל. ס'איז א חלק פון דער סאטמארער מיתוס אז "כ'בין גארנישט מחדש, אלעס שטייט אין די תורה הקדושה. איך וועל דיר אבער זאגן פונקטליך וואס דארט שטייט, און זאלסט זיך נאר וואגן צו זען עפעס אנדערש אין די תורה הק' וועל איך דיר אראפנעמען דעם קאפ".)
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

נו..דאס האב איך געמיינט, גענוי די איראניע.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
זורח
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 59
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 4:45 pm
האט שוין געלייקט: 15 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 167 מאל

שליחה דורך זורח »

יאיר האט געשריבן:@זורח, עס איז א שיינע זאך וואס איר טוט. אבער איך מיין אז עס איז ענדערש כדאי ארויסצוברענגען פראקטיש פארוואס עס לוינט זיך ארויפצוגיין קיין ארץ ישראל.


בעז"ה וועט קומען פרישע ארטיקלען אויף אלע זייטן פון די נושא במשך הימים
chusid
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 878
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:40 pm
האט שוין געלייקט: 1386 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 432 מאל

שליחה דורך chusid »

ווידיאו פון זורח

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=uSuT6b7vXhg[/youtube]
.זיך צו פארבינדן chusid03@Gmail. Com
פארשפארט