לויט ווי פרסטר און זיי פרוי זענען מסביר אינעם
אינטערוויו, האבן זיי איבערגעלאזט דאס יהדות צוליב דעם וואס זיי האבן אנערקענט אז דער בעלזער רבי איז נישט קיין גאט, אדער א שותף מיט גאט כביכול, אדער א דירעקטער פארמיטלער צווישן גאט און די מענטשהייט.
פרסטר פארציילט אז זיי פלעגן זיך סומך זיין אויף דעם בעלזער רבין אין אלע ענינים ממש, און אן זיין ווארט האט מען זיך נישט גערירט. ווען פרוי פרסטר האט געברויכט האבן א קינד און דער רבי האט איר נישט געוואלט אויפנעמען האט זי פשוט נישט געוואלט האבן דאס קינד.
דער בראך האט זיך אנגעהויבן ווען לעצטנס איז דעם רבי׳נס התנהגות כלפי די חסידים זייער קאלט. ווען ער האט געהאט א פינאנציאלע געפעכט מיט אן אנדערן חסיד האט אים דער רבי נישט געוואלט העלפן, און ווען זיין ווייב איז זיך געגאנגען דורכרעדן איבער א פראבלעם מיט די קינדער האט איר דער רבי פשוט אויסגעלאכט.
דער קראך איז געווען ווען פרסטר, וואס האט געדינט אלץ מנהל כללי פון די בעלזער מוסדות, איז געגאנגען צום רבין דורכרעדן מהלכים וויאזוי צו ראטעווען דעם מוסד פון פינאנציעלע שוועריגקייטן וואס האט זיך געמאכט. פרסטר פארציילט אז ער האט געפרעגט דעם רבין וואס דער סדר פון די פינאנציעלע פריאריטעטן זענען, דער רבי האט אים אנגעקוקט און געזאגט אז דער הויפט פריאריטעט איז די גרויסע חתונה פון זיין אייניקל... פרסטר זאגט אז ער האט דעמאלטס אנערקענט אז דער רבי מיינט גארנישט קיין רוחניות אדער קדושת המוסד וכדו׳, ער מיינט נאר זיך.
לויט פרסטר, איז פאר אים, און פאר חסידים בכלל, אסאך אסאך שווערער די כפירה אינעם רבין ווי די כפירה אינעם בורא עולם, און איינמאל ער האט אנערקענט אז ער גלייבט נישט מער אז דער רבי איז א גאט האט ער אנגעהויבן האבן ערנסטע קושיות איבער זיין גאנצע אמונה אין הקב״ה.
פרסטר׳ס לעצטע אויספרואוו איבער דת איז געווען ווען ער איז געגאנגען אויף א שבת צום בעלזער רבין און ער האט ארומגעטראגן א טעלעפאן אין טאש. כאטש וואס ער האט שוין דאן נישט געהאלטן אז דער רבי איז א גאט איז ער אבער געווען זיכער אז דער רבי וועט שפירן אז ער איז מחלל שבת. אבער צו זיין אנטוישונג האט דער רבי גארנישט אויפגעפאסט כאטש ער האט זיך געדרייט א גאנץ שבת גאר נאנט צו אים.
--
איך ווייס נישט צו זיינע ווערטער זאגט מער איבער אים אליינס, צי איבער בעלזער רבי, צי איבער בעלזער חסידים, צי איבער חסידים בכלל, צי איבער אט״ד׳ס בכלל, צי איבער מענטשן בכלל.