געפילטע פיש האט געשריבן:פאני אז דו זאגסט עס, כ'האב באקומען די זעלבע ראקאמענדאציע פון אפאר אנדערע חברים אין די לעצטע צוויי טעג.
איך האלט שוין פון לאנג אז דו דרייסט זיך מיט שלעכטע חברים
געפילטע פיש האט געשריבן:פאני אז דו זאגסט עס, כ'האב באקומען די זעלבע ראקאמענדאציע פון אפאר אנדערע חברים אין די לעצטע צוויי טעג.
איש עברי האט געשריבן:פיש כאפער האט געשריבן:איך האלט אינמיטן DUTY פונעם געוועזענעם דעפענס סעקרעטאר ראבערט געיטס. פאליטיק אין א זייט, איז דער בוך 600 זייטן אנגעפילט מיט אינפארמאציע וואס נאר אזא איינער ווי א דעפענס סעקרעטאר פון צוויי באזונדערע פרעזידענטן (די איינציגסטע מאל אין היסטאריע) קען שרייבן. ווי נישט ווי איז ער דאך נישט א פאליטישאן, און קיינמאל געווען איינס, וואס מאכט עס מער צוציענד נעמענדיג אין באטראכט אז (א גרויסער חלק) [עס] איז אמת. הקיצור, עס איז מורא׳דיג אינטערסאנט פאר איינער וואס גלייכט אמעריקאנער היסטאריע.
איך האב געהערט אז ער שרייבט זייער נעגאטיוו אויף ביבי נתניהו האסט געליינט?
ישמעאל הכהן האט געשריבן:איך האלט אינמיטן ליבעראליזם איז עי מענטעל דיסארדער פון מייקל סעוועזש אוי איז ער גערעכט.
פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:יישר כוח יידל און וועלקאם בעק (אפילו אויב ס'איז נאכנישט פערמאנענט P:)
איך האלט יעצט אינמיטן לייענען neither dog nor wolf: on forgotten roads with an indian elder. דאס בוך דערציילט וועגן די שמועסן וואס דער מחבר האט געפירט מיט אן עלטערן אינדיען (ווי די אריגינעלע רויט-הויטיגע אמעריקאנער איינוואוינערס ווערן אנגערופן אדאנק א געאגראפישן טעות וואס קאלאמבוס האט בשעתו געמאכט), איבער זייער לעבן, אויסקוק אויף דער וועלט, בליק אויף דער קולטור פון די "ווייסע מענטשן", און נאך. דער אינדיען, וועמען דער מחבר רופט אן Dan, איז נישט קיין פירער אדער אויסנאמליכע פערזענליכקייט. און אנדערש ווי א סך אנדערע ביכער וועגן אינדיענס, וועלכע פאקוסירן אויף דער חכמה און טראדיציעס פון די אינדיען שבטים און קולטור, גיט דאס בוך אן אויטענטיש, נישט-ראמאנטיזירט בילד איבער זייער לעבן און טראכטן.
דורכאויס זיינע לענגערע מאנאלאגן, גיט "דען" איבער אמת'ע דברי חכמה און א סך פשוט'ע, אבער גלייכצייטיג קלארע און טיפע רעיונות. כ'וועל נאך אפשר ברענגען דוגמאות, אויב די צייט וועט מיך דערלויבן.
פיש כאפער האט געשריבן:איך האלט אינמיטן DUTY פונעם געוועזענעם דעפענס סעקרעטאר ראבערט געיטס. פאליטיק אין א זייט, איז דער בוך 600 זייטן אנגעפילט מיט אינפארמאציע וואס נאר אזא איינער ווי א דעפענס סעקרעטאר פון צוויי באזונדערע פרעזידענטן (די איינציגסטע מאל אין היסטאריע) קען שרייבן. ווי נישט ווי איז ער דאך נישט א פאליטישאן, און קיינמאל געווען איינס, וואס מאכט עס מער צוציענד נעמענדיג אין באטראכט אז (א גרויסער חלק) [עס] איז אמת. הקיצור, עס איז מורא׳דיג אינטערסאנט פאר איינער וואס גלייכט אמעריקאנער היסטאריע.
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן: catch the Jew .....ער דערמאנט חרדים צוויי מאל, און זיין ליגענט איז אזוי קלאר
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:יעצט זאג מיר צו ער רעדט ליגענט צו נישט. יא, די עבודת אלילים פון גדולים און רבי'ס איז נעריש. אבער ער שרייבט עס נישט אמת'דיג. מ'גלויבט אז רח"ק איז א תלמיד חכם, א קלוגע מענטש, און דעריבער שטייט מען אין רייע. ווילסט לאכען, לאך. אבער ליגענט איז ליגענט