ירח בן יומו האט געשריבן:היינט עשרה בטבת (למספרם JAN.1) ו
ואס האבן מענטשן אינזין געהאט ביי אבינו מלכינו ברך עלינו שנה טובה?
מילתא דבדיחותא
פישל'ע העררינג האט געשריבן:ציבעלע-קיגל האט געשריבן:א אינטערעסאנטע חקירה
ווער איז געוועהן דער ערשטער מענטש וואס האט געזעהן אן איי ארויסקומען פון א הינדל און געטראכט צו זיך... "איך וויל דאס עסען"
חלב ווערט שוין דערמאנט אין פסוק. ביצה קען איך נישט געדענקן אויב עס ווערט שוין דערמאנט אין מקרא. אפילו אין חומש ביי שלוח הקן שטייט נישט ביצים. עס שטייט ואת הבנים תקח לך.
פינקט געלערנט יעצט דעם ספר שערי דורא זאגט ער ואת הבנים - מיינט די תורה את הביצים,
- ונבנתה העיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3795
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
- האט שוין געלייקט: 6591 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל
והאם רובצת על האפרוחים או על הביצים.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
עס שטייט אין מגילה ביי מרדכי לך כנוס את כל היהודים , נו , שטעלט זיך א הארבע פראגע אווי איז שייך אזאנס גאנץ כלל ישראל אינטער איין דאך ? ראה פרשת טעילער ,או פרשת מאנהעטן/וואשינגטון ,וכו. וכו. נאר לכאורה קען מען עס פארענטפערן מיט די גמ' אין קידושין שטייט דארט המקדש את האשה בתמרא מקודשת. פרעגט די גמ' והא ליכא שווה פרוטה? . ענטפערט די גמ' אז שמא במדי איז עס ווערט א פרוטה פארוואס? ווייל אין מדי איז נישט דא קיין טייטעלביימער, נו.ווערט הערליך שיין פארענטפערט די קושיא אין די מגילה ,ווייל אז עס איז נישט געווען קיין "טייטעלביימער" דארט אין מדי. קען מרדכי שוין איין זאמלען גאנץ כלל ישראל אין איינעם....!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
דעם פארגאנגענעם זאת חנוכה ביים טיש האט דער הייליגער מישקאלצער פין ארץ ישראל געפראוועט די 26 עפל ווארפן (כמנין הויה ) זייענדיג מבטיח פין פראנויס אז וועלכע בחור עס כאפט אן עפל איז פארזיכערט מיט א זיווג דאס יאר .די בחורים פין שיעור ד זענען שוין געשטאנען אויף די פאזיציעס שוין א שעה פאראויס קאמפס גרייט א קיצור די שלאכט פעלד האט זיך אנגעהויבן גייענדיג קעפ אויף קעפ נאך א 20 מינוט האט זיך איינגעשטילט די כאפעריי , די רעבי איז ממשיך מיטן טיש שטייט דארט א בחור 26 יאר נישט מער געדאכט ,אן א עפל ער גייט צי צום רעבי'ן אין זאגט מיט טרערן אין די אויגן רעבי! אפשר איז נאך געבליבן עפעס אפילו א האלבע ? אבער די רעבי קנייטשט אין זאגט צים בחור זאנוויל ! דאס יאר איז נישט דא .אי"ה קימענדיגע יאר זאלסטו שוין זיין גרייט פין פראנויס וואט זיין א כלה . שוין דער בחור זעט זיך אן א ברירה ער טראכט נישט קיין צוויי ער גיבט א כאפ ארויס דעם עפל פין זיין שכן אין מיט א שנעלע ברכה געבט ער א ביס אריין אינעם עפל . ווי נאר די הייליגער מישקאלצער האט דאס באמערקט איז ער אויף געטאנצן פין בענקל אין זיך צישריגען נו זאנוויל! זאנוויל! אשת איש ....!
איך זאג פאר מיין חבר אן איינטייטש אין פסוק , צהלי (זאלי) ורוני (ארוני) יושבת ציון (מהר'ב"צ מבאבוב) כי (פאפא) גדול בקרבך (בעלזא) קדוש ( וויזניץ מאנסי) ישראל (ר'שרולטצע) פרעגט ער מיר גלייך פארוואס קדוש איז וויזניץ מאנסי? (לפי שיטת זאלי מובן...) פארוואס נישט די "הייליגער" רב פין מרכז? זאג איך עים דאס איז דיר שווער הייסט?. אבער אז "קי" איז פאפא דאס פארשטייסטע יא הא ?...
- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
איך זעה ביסט נאך ניי דא סאו לאמיר דיך צווייזן די וועג ,צימעס חאזעריי באלאנגט אינעם ברוינעם (י''ג ביהכ''ס) פארום.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
- ציבעלע-קיגל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1120
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 29, 2012 8:24 am
- האט שוין געלייקט: 539 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 899 מאל
פאר שומר שבת איז געשטאנען א ספרדיש אידל און פארקויפט אתרוגים. גייט צו א אינגערמאן און הייבט אויף אן אתרוג און פרעגט וויפיל איז דאס?
זאגט ער $80.00
דער אינגערמאן באטראכט דעם אתרוג און באמערקט דא א פלעק און דארט א פלעק טראכט ער ביי זיך עס איז קוים כשר.
אין מיטן מאכט איינער אויף דער טיהר און מען הערט ארויס קדושה. א איד הערט קדושה לייגט דער אינגערמאן צוזאם די פוס און פאנגט אן טאנצען ... קדוש קדוש קדוש... מיטן מיטן אתרוג אין די האנט.
רופט זיך אן דער ספרדיש אידל... ר' איד, דער אתרוג איז $80.00 איהר קענט שפרינגען פון היינט ביז מארגען.
זאגט ער $80.00
דער אינגערמאן באטראכט דעם אתרוג און באמערקט דא א פלעק און דארט א פלעק טראכט ער ביי זיך עס איז קוים כשר.
אין מיטן מאכט איינער אויף דער טיהר און מען הערט ארויס קדושה. א איד הערט קדושה לייגט דער אינגערמאן צוזאם די פוס און פאנגט אן טאנצען ... קדוש קדוש קדוש... מיטן מיטן אתרוג אין די האנט.
רופט זיך אן דער ספרדיש אידל... ר' איד, דער אתרוג איז $80.00 איהר קענט שפרינגען פון היינט ביז מארגען.
אויב דו ווילסט אז מען זאהל אלעמאהל זאגען אז דו ביזט א ליגנער...
זאלסטו אלעמאהל זאגען נאר דער אמת...
דער אמת שטעכט!
זאלסטו אלעמאהל זאגען נאר דער אמת...
דער אמת שטעכט!
- דריידל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1146
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
- געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
- האט שוין געלייקט: 1132 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1247 מאל
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:עס שטייט אין מגילה ביי מרדכי לך כנוס את כל היהודים , נו , שטעלט זיך א הארבע פראגע אווי איז שייך אזאנס גאנץ כלל ישראל אינטער איין דאך ? ראה פרשת טעילער ,או פרשת מאנהעטן/וואשינגטון , נאר לכאורה קען מען עס פארענטפערן מיט די גמ' אין קידושין שטייט דארט המקדש את האשה בתמרא מקודשת. פרעגט די גמ' והא ליכא שווה פרוטה? . ענטפערט די גמ' אז שמא במדי איז עס ווערט א פרוטה פארוואס? ווייל אין מדי איז נישט דא קיין טייטעלביימער, נו.ווערט הערליך שיין פארענטפערט די קושיא אין די מגילה ,ווייל אז עס איז נישט געווען קיין טייטעלביימער דארט . קען מען שוין איין זאמלען גאנץ כלל ישראל אין איינעם....!
זייער גוט.
איך טראכט נאר אז דער עולם כאפט עס נישט. איך האב עס איבערגעליינט דריי מאל ביז כ'האב פארשטאנען עומק הדברים. דארפסט אפשר מקדים זיין אז מרדכי איז געווען אין מדי.
פארדריי די דיר דיין קאפ
- שמעון וואלף
- חבר ותיק
- הודעות: 3547
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
- געפינט זיך: אין דרום
- האט שוין געלייקט: 5476 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל
עס שטייט אין די תורה פרשת חיי שרה ביי די שידוך פין יצחק. אז אליעזר איז אנגעקומען אין שמיסענדיג מיט לבן. זאגט אליעזר אין מיטן אז "עבד אברהם אנכי" , נו. האט דען לבן נישט געוויסט אז ער קומט דא מטעם אברהם??? , נאר מען קען זאגן בדרך אפשר! אז לבן האט געוויסט אז אברהם פארמאגט רייכטום .קנעכט .תלמידים . ריעל עסטעיט .חסידים. א קיצור א הויף בתפארתה,עים האט נאר געגבערט ווער זאגט אז דער מדובר יצחק גייט זיין דער יורש דא (ער איז דאך נישט געווען דער בכור)? , אליעזר זייענדיג מרגיש דאס , רופא זיך אן אויף דעם אין זאגט עים זארגט אייך נישט! , "עבד" אברהם אנכי! איך בין פין די מקורבים. איך בין גבאי/משב"ק. איך וועל עים שוין שטעלן אלטץ יורש ווי מען זאגט "דיס פארט ליוו פאר מי"......!
א עלטערע פארפאלק איז געקומן צום רב אין די פרוי טענה'ט אז זי ווייל וויל א גט , די רב פרעגט איר פארוואס? זאגט זי ווייל ווען ער ענדיגט פליישיג קען ער אויפן פלאץ בעטן מילכיג , נו ? פרעגט דער רב פין די מאן ,זאגט דער מאן יא גערעכט .נאר איך האב שוין איין געזען אז קען נעמן זעקס שעה ביז זי רוקט זיך אן מיט וואס מען האט איר געבעטן...
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
ציבעלע-קיגל האט געשריבן:די אידן פון וויליאמסבורג האבען ענדליך געווינען דעם געריכט אז די תורה איז צו שווער. האט דער באשעפער געזאגט, מסכים, מארגען צופרי 10 אזייגער וועלען שטיין גרויסע טרעילערס ביי ליע עוועניו ביי די הייוועי און אויך ביי בעדפארד און די הייוועי און דער עולם ווערט געבעטען מיר צוריק געבען די תורה.
צופרי האט זיך אנגעהויבען א געשלעפאכטס מען האט געברענגט...
שטריימלעאך ספאדיקעס, ווייסע זאקען, שווארצע זאקען, שווארצע (עקעלדיגע) קעצי גלעזער, בעקיטשעס, רעזשאווילקעס, ישיבה חאלאט, ר"ת גאטשעס, שפיצלעך...
אין מיטען קומט ארויס א בת קול...
איין מינוט! איך האב געבעטען מיין תורה, פארוואס ברענגט מיר איעדער זיין גארביטש?
דאס איז אן אלטע משכיל'ישע ווערטל, עפ"ל, וואס גייט אזוי:
די באשעפער האט געזעהן אז אידן באקלאגן זיך אז די תורה איז צו שווער, האט ער געזאגט אז פאר וועם די תורה איז צו שווער וועט מען קומענדע זונטאג צופרי קענען צוריק ברענגן די תורה צום מארק פון די שטאט און ער וועט עס צוריק נעמען. ויהי ביום הראשון, די גאנצע שטאט שלעפט פעק און זעק פון ספרים. דער ברענגט זיין חתן ש"ס, דער זיין סעט טור און שולחן ערוך, דער זיין דרשות חתם סופר, דער זיין סעט נטעי גבריאל, דער זיין כתבי רבי חיים וויטאל, דער זיין דברי יואל וכו' וכו' צענדליגע טויזענטע ספרי קודש האט מען געברענגט אין מארק יענעם זונטאג. ביינאכט איז די באשעפער אנגעקומען און האט גענישטערט אהין און אהער ביז ער האט געטראפן א חמשה חומשי תורה און ער רופט זיך אן, "דאס איז מיינס, די איבעריגע ווייס איך נישט וועמענס עס איז".
.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
א ירושלימע בחור איז געפארען מיטן אגד באס אינמיטן זעצט זיך אוועק נעבן עים א בחורה ערימה דעם בחור האט עס געשטערט איז פארן אראפ גיין פונעם באס לייגט דער בחור אראפ נעבן איר אן עפל ,פרעגט זי עים מה זאת? .זאגט ער איר אז ביז חוה האט נישט געגעסן פונעם עץ הדעת האט זי נישט געוויסט אז זי גייט ארום נאקעט...,צומארגנס איז זי ווידער געזיצן נעבן עים אין פארן אראפ גיין לייגט זי אראפ נעבן עים אן עפל פרעגט ער איר מה זאת ?.זאגט זי עים אז ביז אדם האט נישט געגעסן פונעם עץ הדעת האט ער נישט געוויסט אז ער דארף גיין ארבייטן ....!
- שמעון וואלף
- חבר ותיק
- הודעות: 3547
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
- געפינט זיך: אין דרום
- האט שוין געלייקט: 5476 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל
- ירח בן יומו
- ידיד ותיק
- הודעות: 792
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 11:15 pm
- האט שוין געלייקט: 834 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 700 מאל
- ירח בן יומו
- ידיד ותיק
- הודעות: 792
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 11:15 pm
- האט שוין געלייקט: 834 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 700 מאל
לערנענדיג אין ארץ ישראל אלטץ בחור האב איך מיר פארגינט איין טאג א סענדוויץ, איך בין אריבער אין גאולה אין זיך געקויפט א סענדוויץ אזוי כדבעי. בקר צוויבעל דריי סארטן חצילים .אקיצור עס איז געווען אזא אכט אינטשעס.אזוי זיצענדיג אין ישיבה אין געבריקעווט אויף ביידע באקן שפאנט דער משגיח אריין ער בלייבט שטיין אין קוקט אזוי האלב אויף מיר אין האלב אויפן סענדוויץ אין רופט זיך אן צי מיר יענקי! די ווייסט אז תאוה איז איינס פין די דריי זאכן וואס זענען מוציא את האדם מן העולם ? ! זאג איך עים משגיח די ווייסט אז איינס פאר תאוה שטייט אז קנאה איז מוציא את האדם מן העולם...!!!
- ונבנתה העיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3795
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
- האט שוין געלייקט: 6591 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל
קצת מזה, קצת מזה, קצת מזה והרבה מזה...
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?