די שובבי"ם טראמא

שמועסן, דעבאטעס און עצות איבער חינוך, ערציאונג און עדיוקעישאן
משה לייזער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 48
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 27, 2014 10:57 am
האט שוין געלייקט: 66 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 121 מאל

די שובבי"ם טראמא

שליחה דורך משה לייזער »

דעם מוצש"ק זענען זיך צאמגעקומען אין אסאך בתי מדרשים צענדליגער תמימות'דיגע בחורים אין יונגעלייט צו וויינען אביסל ביי די געדעקטע טישן וואס איז נאך אנגעשמירט פון די שמאלץ הערינג וואס מען געטיילט ביי של"ס און איז נאכנישט געהעריג אויפגעקלינט געווארן פון שלש סעודות, אויף די שובבי"ם טעיפ'ס וואס איז איבערגעבליבן פון רביה"ק מסאטמאר זי"ע.

איך וויל נישט ח"ו פוגע בכבוד פונעם הייליגן סאטמאר'ן רב זי"ע וואס הכל מודים אז ער איז געווען פון די צדיקים אין די פריערדגע דור צוזאמען מיט נאך אסאך צדיקים וואס איז אונז איבערגעבליבן פון די צווייטע וועלט מלחמה, וואס פארשטייען מיר דען צו זיין הייליגן הארץ וואס האט געקאכט ווי א קעסל ווען עס איז געקומען צו עניני קדושה, נאכדערצו ווען מען שטעלט דאס צוזאם מיט די חורבן פון ציונות וואס אין זיינע הייליגע אויגן אין זיין איידל הארץ האט נישט געקענט פארטראגן דאס אז ביאת המשיח איז אפגעשטופט געווארן צוליב דעם אומדערהערטן חוצפה אז אידן האבן גענומען א מדינה פאר די צייט, און ער האט מיט אלע כוחות פראבירט אז כאטש זאל מען אים נישט ווייטער אפשטופן דורכ'ן זיך נישט אפהיטן בעניני קדושה ומי יבוא אחר המלך.

אבער די טראמא וואס ווערט אריינגעלייגט אין די קליינווארג און דאס קליינקעפיגקייט וואס הערשט צווישן דעם עולם איבער דעם ענין דאס איז שוין עפעס וואס איז ווערט א שטיקל אנאליז.

נו מילא די סאטמארע אידן וואס געדענקן נאך די אטמאספעיר וואס האט געהערשט בשעת ווען דער סאטמאר רב זי"ע האט געזאגט תורה אין זיינע הייליגע דיבורים האבן אריינגעדרינגן עד דיכדוכו של נפשם בבחינת דברים היוצאים מן הלב נכנסים ללב, נו די טיעפ'ס ברענגט זיי צוריק צו דעם אטאספעיר כל הכבוד פאר זיי איך פארשטיי זייער הארץ.

אבער פאר די בחור'ליך וואס הייבן ניטאמאל אן צו ווייסן וואס שובבי"ם איז אלל עבאויט, און דער סאטמאר רב האבן זיי אויכנישט געקענט, פארוואס גייען זיי הערן די טעיפט'ס? זיי האבן ליעב אביסל צו וויינען?! צו מיינען זיי אז ווען זיי וועלן זיך זייער שטארק דרוקן וועט אפשר ארויסקומען פון זייערע אויגן אביסל טרערן צוזאמען מיט א גענעץ פון זייער מויל וואס וועט זיי מאכן שפירן אביסל בעסער אז זיי זענען אמת'דיגע פיינע בחורים?!

פארוואס דארף א בחור מיינען אז ער הייסט א פיינע בחור נאר אויב ער הערט די טיעפ'ס פונעם רבי'ן און וויינט מיט מיט אים אין די זעלבע צייט וואס ער פארשטייט אליינ'ס נישט פארוואס דער רבי וויינט אזוי?!

זיין רבי אין חדר אדער מגיד שיעור אין ישיבה איז ביזי מיט רציפות אין שובבי"ם, מען הרג'ט אויס די בחורים יותר מכפי כוחותם פון א פיזישע שטאנדפונקט מיט ליל שישי'ס און א רציפות קאנטעסט, און נאכדערצו געט מען זיי אביסל צו קאסטן וואס דאס מיינט אביסל אימאשענעל טראמא מיטן זיי מאכן שפירן אז עס קומט שוין ווייטער די טעג וואס מען מעג זיך נישט רורן, זעהט אויס אז דאס אפאטעמען נאך יום כיפור איז נאר געווען צייטווייליג ווייל יעצט קומט זעקס וואכן רציפות

ווען וועט מען שוין מאכן אונזערע קינדער שפירן אביסל מער באקוועם מיט זייער אידישקייט, אידישקייט האט גארנישט מיט דעם אז אונז זעמער פול מיט עבירות, דאס איז א קריסטליכע טהיאלעגי, אידישקייט דארף זיין מיט א געשמאק, דער שפראך דארף זיין אז מיר זענען טאקע נישט קיין בני אדם השלמים אבער, יעדע קלייניגקייט וואס מען טוט איז גרויס עד אין ערך, די דגוש דארף זיין אז שובבי"ם איז א צייט וואס מען האט א געלעגנהייט און א תיקון איז אסאך גרינגער ווי א גאנץ יאר נישט א צייט וואס מען דארף איבערקנעטען אלע שטינקעדיגע צואה וואס מען האט געטוהן א גאנצע יאר, און האלטן אין איין וויינען ווי ווייט מיר זענען נעבעך פון אמת'ע תשובה

דאס איז נאר א אויסבראך וואס איך האב נישט געקענט איינהאלטן אין מיר
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך דיסאגרי רעספעקטפולי מיט יעדע שורה פון דיינע ווערטער, קודם כל כנראה ביסטו ארויסגעלאפן פאר ער האט געענדיגט זיין תורה ווייל וויפיל איך געדענק פון די פאר מאל וואס איך האב דאס אויסגעהערט רעדט ער זייער שיין וועגן ויאזוי מען קען תשובה טון, וכן כתב בשו''ת דברי יואל הדרכה וויאזוי זיך אויפציפרן אלץ בעל תשובה,
אין סאטמאר רב מעג האלטן אנדערש ווי די אין הל' תשובה אין ווי ווייט איך ווייס איז תשובה אין התעוררת לתשובה אין יראת החטא אן אינטגעראלע חלק פין אידישקייט אין אזלכע אידישע חכמים ווי דער רמב''ם רבינו יונה רבינו בחיי הזקן האבן אסאך געשריבן אין רבינו יונה שרייבט דאס אלץ א עיקר פון תשובה מקיים צו זיין וואס דוד האט געזאגט וחטאתי נגדי תמיד,
אין פין פערסענאל עקספיריענס קען איך זאגן אז די צוויי דריי מאל וואס איך האב אויסגעהערט די טעיפס האט עס געלאזט אויף מיר א השפעה מער ווי אלע היינטיגע בעלי דרשנים, די ווערטער פין א הייליגע איד וואס האט אמתדיג געמיינט ידעס ווארט וואס איז ארויס פון זיין מויל, ווען ער רעדט פין השי''ת פילט מען אז ער רעדט פון א אמת'ע מציאות מען פילט ווי ער ציטערט באמת פון א עבירה עס שטערט עהם באמת אז אידן זינדיגן, עס איז באמת דברים היוצאים מן הלב הנכנסים אל הלב,
איך זאג נישט אז מען דארף מאכן א גאנצע רעליגע דערפון אבער עס יש דברים בגו,
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

אפשר איז טאקע נישט ריכטיג צו מאכן דערפון א חיוב און א פרעשור, צו בארויבן קינדער פון זייער מנוחה א גאנץ ווינטער מיט רציפות, אויסזאגן תהילים, תענית הראב"ד וכו', אבער ס'איז קלאר אז ווען נישט ס'איז פארהאן קאסעטעס וואלט נישט מעגליך געווען צו אמת'דיג שילדערן וויאזוי א שובבי"ם תורה אדער הו"ר דרשה האט אויסגעזעהן. פון א היסטארישע פערספעקטיוו איז גאר ווערטפול צו הערן א קרעכץ, א כליפע, א געשריי. לאו דוקא די עצם שובבי"ם חלק, אפי' די לאנגע ברכות ביי די ענדע, מלא געגועים און השתקקות, אזא הכנעה און אומבאהאלפקייט לגבי מילי דשמיא, גיט א פערספעקטיוו אויף דעם איד.

דרך אגב איז פארהאן אויף יוא טוב שובבי"ם תורות? כ'וואלט זייער געוואלט הערן איינדרוקן פון איימיצער וואס הערט דאס צום ערשטן מאל.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום יואליש, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

איך האב עס געהערט צום ערשטן מאל אלס ערוואקסענער בחור און איך בין געווען שאקירט אז בימינו אלה זאל האבן געווען א איד מיט אזא כוח מעורר וואס זאל קענען אזאנס איינרייסן פאר קדושת ישראל. אזא הארץ איז א חידוש נפלא .
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

צופעליג זייער שיינע תורות וואס אויב מ'האט נערווען איז עס א פלעזשער צו הערן. ווי אויך איז עס א סטייל צו זיין וואס די יונגווארג האט ליב צו זיין א רביזכרונהלברכה יוד.
און פאר די וואס זענען באקאנט סאטמאר רב האט געהאט זייער גרינגע וועגן תשובה צו טוען און זיך מוחל זיין די עבירות איבער נאכט. מילא דיסאגרי איך מיט דיר טאטעלי
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

ווי קען מען הערן איבער די זייער גרינגע וועגן? טעל מי מאור אבאוט איט.
וירח ה' את ריח הניחוח
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

שליחה דורך איש את רעהו »

שמעקעדיג האט געשריבן:ווי קען מען הערן איבער די זייער גרינגע וועגן? טעל מי מאור אבאוט איט.

קוק די דברי חיזוק אין די תורות
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

כ'פארשטיי נישט, אויב וועט מען פארשטיקען שובבים, ווען וועלען די בחורים תשובה טוהן אויף דער חטא הידוע?
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
באניצער אוואטאר
ירח בן יומו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 11:15 pm
האט שוין געלייקט: 834 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 700 מאל

שליחה דורך ירח בן יומו »

איחוד פעלד האט געשריבן:כ'פארשטיי נישט, אויב וועט מען פארשטיקען שובבים, ווען וועלען די בחורים תשובה טוהן אויף דער חטא הידוע?

אפשר וועט מען מוזען אויפהערן עס צו טוהן
אינטער_חכם
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 10
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 04, 2015 1:10 am
האט שוין באקומען לייקס: 6 מאל

שליחה דורך אינטער_חכם »

איחוד פעלד האט געשריבן:כ'פארשטיי נישט, אויב וועט מען פארשטיקען שובבים, ווען וועלען די בחורים תשובה טוהן אויף דער חטא הידוע?


זענען אלע חסידות אזוי פארנומען מיטען חט אדער איז דאס א סאקמארע פונאמענאן?
chusid
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 878
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:40 pm
האט שוין געלייקט: 1386 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 432 מאל

שליחה דורך chusid »

איך בין נישט מוחל מיין מנהל הישיבה פארן שובבי"ם טראמא וואס ער האט אין אונז אריינגעברענגט, דע קאנטעסטס זענען אימאשענאל עביוז בחורים ווערן משוגע דערפון.
.זיך צו פארבינדן chusid03@Gmail. Com
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2732
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 308 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל

שליחה דורך דולה ומשקה »

קלויזענבורג פאסט מען יעדן דאנערשטאג און מ'ליינט ויחל, יא דארט איז שובבי"ם אויך א הויעך פונקט. ביי בחורים איז דאס מיט לימוד שעות רציפות און תענית דיבור וכו' וכו'. פאר אינגעלייט איז דאס מיט שיעורים אויף הלכות נדה - כאילו תלויים הדברים הא בהא מיט א אויס זעהן כאילו מ'איז בועל באיסור ולא אליבא דהילכתא ה"י.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
משה לייזער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 48
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 27, 2014 10:57 am
האט שוין געלייקט: 66 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 121 מאל

שליחה דורך משה לייזער »

גראדעמעכעלע האט געשריבן:איך דיסאגרי רעספעקטפולי מיט יעדע שורה פון דיינע ווערטער, קודם כל כנראה ביסטו ארויסגעלאפן פאר ער האט געענדיגט זיין תורה ווייל וויפיל איך געדענק פון די פאר מאל וואס איך האב דאס אויסגעהערט רעדט ער זייער שיין וועגן ויאזוי מען קען תשובה טון, וכן כתב בשו''ת דברי יואל הדרכה וויאזוי זיך אויפציפרן אלץ בעל תשובה,
אין סאטמאר רב מעג האלטן אנדערש ווי די אין הל' תשובה אין ווי ווייט איך ווייס איז תשובה אין התעוררת לתשובה אין יראת החטא אן אינטגעראלע חלק פין אידישקייט אין אזלכע אידישע חכמים ווי דער רמב''ם רבינו יונה רבינו בחיי הזקן האבן אסאך געשריבן אין רבינו יונה שרייבט דאס אלץ א עיקר פון תשובה מקיים צו זיין וואס דוד האט געזאגט וחטאתי נגדי תמיד,
אין פין פערסענאל עקספיריענס קען איך זאגן אז די צוויי דריי מאל וואס איך האב אויסגעהערט די טעיפס האט עס געלאזט אויף מיר א השפעה מער ווי אלע היינטיגע בעלי דרשנים, די ווערטער פין א הייליגע איד וואס האט אמתדיג געמיינט ידעס ווארט וואס איז ארויס פון זיין מויל, ווען ער רעדט פין השי''ת פילט מען אז ער רעדט פון א אמת'ע מציאות מען פילט ווי ער ציטערט באמת פון א עבירה עס שטערט עהם באמת אז אידן זינדיגן, עס איז באמת דברים היוצאים מן הלב הנכנסים אל הלב,
איך זאג נישט אז מען דארף מאכן א גאנצע רעליגע דערפון אבער עס יש דברים בגו,


די דיסעגריסט נישט מיט יעדע שורה ממש ווייל דאס ערשטע העלפט אז דער סאטמאר רב זי"ע האט דאס געמיינט אמת'דיג גלייך ארויס פון זיין הייליג הארץ וואס דאס איז בערך א האלבע פון מיין תגובה דאס ביסטו אודאי אויך מודה.

דאס וואס די שרייבטסט אז איך בין ארויסגעלאפן בעפאר ער האט געענדיגט איז סתם אזוי געשאסן, די ווייסט נישט ווער איך בין און ווען איך בין ארויסגעלאפן - אויב איך בין בכלל ארויסגעלאפן, אבער לכאורה שרייבסטו אזוי ווייל די פראבירסט אפצולערנען פון מיין תגובה פארוואס איך בין אזוי ברוגז (לויט דיינע ווערטער) אויף זיין סטייל, וויל איך דיר מגלה סוד זיין איך בכלל נישט ברוגז אויף וואס דער הייליגער איד האט ארויסגערעדט מתוך עמקי לבבו הטהור, איך בין ברוגז אויף די טראמא וואס מען לייגט אריין אין אונזערע קינדער זיך צו האלטן אין איין אראפקוקן, און פון די אנדערע זייט געט מען זיי נישט קיין חיזוק און האפענונג אז עס איז נישט עק וועלט און דער אייבישטער האט דיך נאכאלץ ליעב אפילו די האסט געמאכט א טעות ביודעין (ווייל עס איז אים אריינגעגאנגן א רוח שטות) ובלא יודעין ווייל זיין גוף דעוועלפאט זיך און דער גאנצער ענין איז אומפארמיידבאר, מיט וואס פארא טעם קומט אזא בחור ארויס פון די גאנצע שובבי"ם? איך בין א שלעכטער, איך האב שוין פראבירט צו פאסטן און צו לערנען רציפות אבער דער אייבישטער האט מיך נישט ליעב והא ראיה קוק וואס איז געשעהן מיט מיר דעי נאכט.... די היינטיגע בעלי מחנכים זענען נאר ביזי וואס מען טאר נישט טוהן (ווער געדענקט נאך וויאזוי די רבי'ס אין חדר פלעגן רעדן וועגן די מוקצה הלכות וואס איז שייך פאר אינמיטן די וואך...) און ווי מען קומט אן א שאול תחתית וואס צוליב דעם דארף מען זיך פייניגן אין די שובבי"ם טעג מיט כל הנ"ל, אבער זיי זאגן קיין ווארט נישט איבער דעם וואס שטייט אין פסוק כי הדבר הזה לא נפלאת הוא ממך וגו' כי קרוב אליך הדבר מאוד בפיך ובלבבך לעשותו, און דאס וואס שטייט אין רמב"ם (פ"ז מהל' תשובה)
ואל ידמה אדם בעל תשובה שהוא מרוחק ממעלת הצדיקים מפני העונות והחטאות שעשה אין הדבר כן אלא 'אהוב ונחמד הוא לפני הבורא כאילו לא חטא מעולם' ולא עוד אלא ששכרו הרבה וכו' התשובה מקרבת את הרחוקים אמש היה זה שנאוי לפני המקום משוקץ ומרוחק ותועבה והיום הוא אהוב ונחמד קרוב וידיד וכן אתה מוצא שבלשון שהקב"ה מרחיק החוטאים בה מקרב את השבים בין יחיד בין רבים שנאמר והיה במקום אשר יאמר להם לא עמי אתם יאמר להם בני אל חי וכו' כמה מעולה מעלת התשובה אמש היה זה מובדל מה' אלהי ישראל שנאמר עונותיכם היו מבדילים ביניכם לבין אלהיכם צועק ואינו נענה שנאמר כי תרבו תפלה וגו' ועושה מצות וטורפין אותן בפניו שנאמר מי בקש זאת מידכם רמוס חצרי מי גם בכם ויסגר דלתים וגו' והיום הוא מודבק בשכינה שנאמר ואתם הדבקים בה' אלהיכם צועק ונענה מיד שנאמר והיה טרם יקראו ואני אענה ועושה מצות ומקבלין אותן בנחת ושמחה שנאמר כי כבר רצה האלהים את מעשיך ולא עוד אלא שמתאוים להם שנאמר וערבה לה' מנחת יהודה וירושלם כימי עולם וכשנים קדמוניות
ע"כ דברי הרמב"ם החמודות. אין אפילו אויב מען דערמאנט דאס שוין יא איז דאס נאך אזוי די לעצטע פאר ווערטער, אבער דער עיקר איז די שרעק אויף זיי קענען זיך ניטאמאל אן עצה געבן

און אפילו אויב איך בין ארויסגעלאפן בעפארן ענדיגן, וואס לויט מיין מיינונג איז דאס אמת ביי אסאך וואס הערן די טעיפ'ס, זאג נאר די פארשטייטסט דען נישט אז עס זענען דא אסאך בחורים וואס וואלטן אזוי געוואלט זיין ערליך און אפגעהוטן און די סארט שפראך צוברעכט נאר אויף שטיקער, פון איין זייט ווייסט ער אז פון זיין אריינגעבאקענע חינוך - אזוי ווי די זאגסט, אז די עיקר צו דינען אייבישטן איז דורך יראה הקודמות לאהבה, אבער פון די צווייטע זייט צוברעכט אים דאס אויף שטיקער און ווארפט אין אריין א יאוש, און ער האט שוין נישט קיין צווייטע וועג צו זיין א פיינע בחור, אדער בין איך א פיינע בחור און איך לייד מיך צאם ווייל איך קען זיך סייווי נישט קיין עצה געבן און דאס מאכט מיך שלעכט שפירן אדער בעסער געב איך אויף דאס גאנצע פיינע בחור'שאפט און איך לעב א לעבן פון מנוחה...

דאס אז דער סאטמאר רב זי"ע האט צום סוף אויסגעפירט אז סוכ"ס איז דער אייבישטער מחשיב יעדן קלייניגקייט, דאס מאכט נאך נישט אז די פרעסעפציע פון די קינדער זאלן זיין אז ער קען אויך זיין וואויל, ער הערט אויף די טעיפ'ס דאס וואס זיין רבי האט אים ארייגעפרעגלט אין חדר, און אפילו אויב ער האלט שוין אויס ביז צום סוף ביי די דברי חיזוק איז דאס נישט וואס ער טראגט אהיים מיט זיך, נאכדערצו ווען פאר א גאנצע שעה הערט ער ווי גוט אין דער ערד ער איז, און די לעצטע צוואנציג מינוט הערט ער אביסל חיזוק וואס איז אויך אויסגעמושט מיט פול פון די געדאנקן ווי שווער דאס איז און כולי האי ואולי וועט ער נישט נדחה ווערן, און מיין וויקעבילערי ווערט דאס אנגערופן 'פרוץ מרובה על העומד', און די צייט וואס אונזערע קינדער מיט איידעלע הערצער דארפן פאר יעדן לעפעלע מוסר א טאפ פון חיזוק הערט ער נאר דאס פארקערטע. (איך וויל נאכאמאל אויסדרוקן אז דאס הערן די תורה פון סאטמאר רב זי"ע אן דעם וואס קומט אריין דערצו מיט די הקדמות וואס מען האט זיך אנגעהערט פון אונזערע מחנכים און נאכדערצו איינער וואס האט אים געקענט אין געדענקט די אטמאספער פון תשובה וואס האט גערוהט אין ביהמ"ד בשעת די תורה איז גאר א צווייטע זאך)

דאס וואס די שרייבסט בשם די ראשונים אז וחטאתי נגדי תמיד, און יראת חטא איז אן א יסודות'דיגע חלק אין אידישקייט און אין הל' תשובה, קיינער האט זיך נישט אויף דעם געקריגט, די שאלה איז וואס איז דער עיקר און וואס איז דער טפל, די הייליגע תלמידי בעש"ט האבן אויך געוואוסט פון די ראשונים און האבן שוין געשריבן וויאזוי מען זאל זיך באנוצן מיט די יראה צו איינמאל א וואך אזוי עס שטייט אין תניא, אדער איינמאל א טאג בעפאר מען לייענט קר"ש וכו' וכו' איך האב אמאל געזעהן א ווארט איך מיין פון הייליגן רבי'ן רבי' זושא אז די גמרא זאגט בעקבתא דמשיחא יראי חטא ימאסו, זאגט ער אז אין די לעצטע צייטן וועלן די אידן וואס דינען דעם אייבישטן נאר מיט יראה און שרעק, אזא עבודה וועט זיין מאוס ביים אייבישטן ווייל דאס וועט נישט ברענגן קיין גוט סוכ"ס ווער ער נמאס ווערן פון זיין שרעק און די גאנצע יראה וועט בעקפייערן, סאטמאר רב זי"ע האט זיכער אויך געוואוסט פון דעם און איך שטעל זיך פאר אז זיין מהלך איז נישט די זעלבע וואס מען האט איבערגעגעבן פאר די יונגע דור, און אזוי די שרייבטס אליינס וועגן די תשובה אין דברי יואל איבער די אופני התשובה, אבער די תשובה לערנט מען נישט מיט אונזערע קינדער און אוודאי מאכט מען נישט וואס דעם אן עיקר, אז א קינד זאל שפירן ווי ער האט א וועג ארויס.
שמן זית
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 90
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 3:39 pm
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 65 מאל

שליחה דורך שמן זית »

ביינונז אין ישיבה האט מען קיינעם נישט גערוידעפט וועגן שובבי"ם, אוודאי איז געווען א ווינט פון שעות רציפות, שובבי"ם טעיפס, א.א.וו., אבער כ'געדענק נישט מיין מגיד שיעור/מנהל זאל מיר עפעס פרובירן טון/אנשרייען פארן זיך נישט באטייליגן אינם אש קודש.
מוסף
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 2
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 05, 2015 3:20 pm

שליחה דורך מוסף »

"איין רגע פון יאוש איז ערגער פון אלסדינג"
קוואוט כ'מיין פון ויחי תשכ"ה
שמן זית
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 90
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 3:39 pm
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 65 מאל

שליחה דורך שמן זית »

קומט אויס אז ווען איך האב א אויסוואל פון אדער זיך מייאש זיין פאר אפילו ממש א רגע, אדער צו געבן ח"ו אזא זינדיג, המממ....

נישט שלעכט.... גאנץ א גוטע דעסיזשען......
נישט ערנסט...
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל

שליחה דורך יין שרף »

לעומת זה האב איך באקומען היינט אין א אימייל פון עסקנים.ארג אזא כעין חיזוק בריוול
זיך כאפן אפילו אינמיטן דורכפאל

אפילו ווען מיר האלטן שוין אין די ערשטע פאזעס פון א דורכפאל חלילה און מיר שפירן אז מיר הייבן אָן גליטשן, דארפן מיר וויסן אז דעמאלט קען מען נאך אויך דערגרייכן די העכסטע דרגה פון קדושה!
דורכ'ן זיך אפשטעלן שטייף, נישט קיין חילוק וואס מען האט שוין געטאן, דער עיקר איז זיך איינהאלטן פון יעצט און ווייטער, דאס איז דער גרעסטער נסיון און אויב וועלן מיר דאס ביישטיין האבן מיר דערגרייכט גאר אסאך!
די ספה"ק שרייבן אז דער נחת רוח וואס השי"ת האט ווען מיר שטארקן זיך אויף די תאוה, כאטש מיר שפירן אז מיר זענען שוין מיט איין פוס אינעווייניג, איז פיל גרעסער ווי ווען מיר האלטן זיך איין בכלל נישט אריינצוטרעטן דערין. אמת, א מענטש טאר זיך נישט אריינלייגן אין א נסיון, און מיר בעטן יעדן טאג פון השי"ת "ואל תבאינו לידי נסיון", אבער ווען השי"ת באשערט פאר א מענטש א נסיון און ער האט זיך נישט אפגעשטעלט אין די ערשטע מינוט, נאר שוין אנגעהויבן זיך אריינלאזן דערין, און דאךגיבט ער זיך א האסטיגן שטעל אפ, דאס איז דער גרעסטער נחת רוח וואס השי"ת קען האבן פון א מענטש אויף דער וועלט!
יוסף הצדיק איז צוגעקומען צום שפיץ פון זיין קדושה נאר דורך אזא אופן.
די גמרא פארציילט (סוטה דף לו) אז יוסף הצדיק איז געקומען צו פוטיפר'ס הויז כדי צו עובר זיין די שרעקליכע עבירה, און די גמרא זאגט נאך מער, אז ער האט שוין מוז"ל געווען דארט, און דערביי האט ער פארלוירן 10 שבטים וואס האבן געדארפט ארויסקומען פון אים, און מיט דעם אלעם האט זיך יוסף געשטארקט אויפ'ן נסיון און ער איז נישט געגאנגען ווייטער, און אזוי איז געווארן דער גרויסער יוסף הצדיק!
דער הייליגער רבי צדוק הכהן זי"ע איז מסביר אז דער גרויסער נסיון פון יוסף הצדיק איז געווען, אז דער שטן האט אים געזאגט: "דו זעסט נישט אז דו האסט שוין אלעס דערלייגט? דו ביזט שוין דורכגעפאלן, דו ביזט שוין דערנאך! דיינע ברידער האבן דיר פיינט, זיי האבן דיר פארקויפט קיין מצרים, קיינער קימערט זיך נישט מיט דיר אויף דער וועלט, דו ביזט אויסגעשלאסן פון די גאנצע וועלט, און אצינד ביזטו שוין פארלוירן אויך פון יענע וועלט. דו ביזט דורכגעפאלן אזוי ביטערליך, דו ביזט דערנאך, יעצט קענסטו שוין גיין ווייטער עובר זיין."
אבער יוסף הצדיק האט זיך געשטארקט און געזאגט: "ניין! עס גייט מיר גארנישט אָן וואס איז געווען און וואס עס גייט זיין! אפילו איך בין מער נישט קיין צדיק! די איינציגע זאך וואס איך נעם אצינד אין באטראכט איז: וואס דארף איך טון אין דעם יעצטיגן מאמענט? וואס וויל מיין טאטע אין הימל איך זאל יעצט טון?" און אזוי איז ער בייגעשטאנען דעם נסיון, און אין דעם זכות איז ער געשטיגן און געווארן "יוסף הצדיק", אויף וועמען חז"ל זאגן אז אין זיין זכות איז פארגעקומען קריעת ים סוף!
מיר האבן אונזער אייגענער ים סוף און אז מיר ווילן דאס שפאלטן, דארפן מיר האלטן אין קאפ דעם יסוד, אז אפילו ווען מען האלט שוין אינדערמיט. אויב שטעלט מען זיך אפ, קען מען צוקומען צו דעם גרויסן שכר וואס קיין שום מלאך קען נישט דערגרייכן!
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

איך וואלט נישט געזאגט אז מען דארף נישט הערן די תורות אדער אנדערע תורות אויף די גאנג פון צדיקים פון אמאל אדער היינטיגע אבער צוזאמען מיט דעם דארף מען אויך םפארציילן פאר אונזערע קינדער אז השי"ת האט זיי ליב,
איך האב אמאל געהערט פון א משפיע דא אין אמעריקא אז ער האט אמאל געפרעגט א בחור "טראכטס אמאל פונעם אייבערשטן?
חלילה -האט ער גענטפערט- איט'ס סאו סקעירי..... וד"ל
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
גנדי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1181
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 05, 2013 11:21 pm
האט שוין געלייקט: 2151 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1341 מאל

שליחה דורך גנדי »

איך האב זיך יעצט ליל שישי פיר׳ע פארטאגס אויפגעוועקט מיט א טראמא פון א שובבים וועקער זייגער!!!

פון ווי שטאמט די אויפשטיין פארטאגס שובבים?

איך וואלט ענדערש געוואלט וויינען נאכמיטאג מיט א טעיפ נאך א פיינע שלש סעודות/מלוה מלכה ווי איידער דארפן ווערן אויסגעמוטשעט פארטאגס אין די פראסט. און נאכדעם זיין מיד גאנץ פרייטאג און שבת ביינאכט...
You must be the change you want to see in the world
באניצער אוואטאר
shem-tov
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 840
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
האט שוין געלייקט: 379 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 799 מאל

שליחה דורך shem-tov »

עניני שובבי"ם בקיצור מספר דברי יואל. ואלה שמות בני ישראל הבאים מצרימה. דער נביא זאגט (ירמי' ג כב) שובו בנים שובבי"ם. ס'איז מקובל אז די וואכן וואס איז מרומז אין שובבי"ם איז מסוגל פאר תשובה פאר הארבע עבירות. אין זוה"ק שטייט (ויחי דף רי"ט) תנן אמר רבי יהודה לית לך חובא בעלמא דלא אית ליה תשובה בר מהאי. און אויבן אויף קען מען נישט תשובה טאן. שטייט אין דברי חיים (פ' נח) א טעם ווייל דא איז ער נישט פוגם בלויז אין איין צינור נאר אין אלע צינורות און מען ווערט ח"ו פארשניטן פון קדושה. אויך זאגט די גמרא (נדה יג) אמר רבי אמי איינער וואס זינדיגט קען נישט זיין במחיצתו של הקב"ה. אויך שטייט אין פסוק (ישעי' א טו) גם כי תרבו תפלה איננו שומע ידיכם דמים מלאו מיינט מען די המנאפים ביד רח"ל. קומט אויס אז זיי זענען גענצליך פארטריבן פון השי"ת ממילא קענען זיי נישט תשובה טאן. איז דאך שווער ווייל ס'שטייט אין חז"ל (ירושלמי פאה פ"א ה"א) אין לך דבר העומד בפני התשובה. ווערט געברענגט אין ספר הקדוש ראשית חכמה (שער הקדושה פי"ז) אז די זוהר מיינט נישט ממש אז ס'העלפט נישט. ס'מיינט אז ס'איז שווער ווייל תשובה העלפט אלעמאל. ווי די גמרא ברענגט (חגיגה טו.) איבער אלישע ווי סאיז ארויס א בת קול שובו בנים שובבי"ם חוץ מפלוני. עכ"ז האט מען אנגענומען זיין תשובה ווייל רבי מאיר האט מתפלל געווען פאר אים וכ"ש אויב ער וואלט תשובה געטאן. אויך ברענגט דער ר"ח די גמרא (פסחים פו:) כל מה שיאמר לך בעה"ב עשה חוץ מצא. דער בעה"ב איז הקב"ה. עשה איז די מצוות. חוץ מצא מיינט אויב מיין בעה"ב הייסט מיר ארויסגיין מוז איך נישט פאלגן נאר איך גיין יא תשובה טאן. (חוץ מצא... אבער ולא אצא מיר ווילן נישט ארויסגיין... קולות וברקים מיט בכיות נוראות וואס מען קען נישט באשרייבן שרייט דער רבי אויף איין טעיפ. איך באקום די טשילס יעדעס מאל וואס איך הער עס) איין עצה שטייט אין דברי יחזקאל ואלה שמות וגו' ר"ת השבי"ם וסופי תיבות תהלי"ם. אז אין די שובבי"ם טעג איז א סגולה צו זאגן תהלים. אויך שטייט אין חז"ל (יומא יט) ודברת בם ולא בדברים בטלים. ב"ם איז מרומז די מ"ב ימי השובבים אז מען זאל ליגן אין תורה ותפלה און טאן ווי מער מצוות און אוודאי וועט דער אויבערשטער אנעמען אונזער תשובה.
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים
באניצער אוואטאר
א איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1320
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
האט שוין געלייקט: 606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

שליחה דורך א איד »

גראדע האלט איך אז עס איז א גוטע זאך, פשוט ווייל א בחור ווייסט זיער גוט וואס חטא הידוע איז, און ער פילט זייער שלעכט און נידריג אויף דעם, און ווען ער פילט אז ער קען זיך אויסוויינען ביי די טעיפס פון רבין, מאכט עס עם נאכדעם פילן דערהויבן, און אז ער פילט אז ער קען אנהויבן פון פריש, האט זיך עס שוין געלוינט, דאס זענען געווען מיינע געפילן ביים הערן די שובבים טעיפס.
ובזה יצאתי ידי חובתי לשיטתי
הכו״ח א איד
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

אינטערעסאנט, שםטוב. די בחינה פון כל מה שאומר בעה"ב עשה חוץ מצא, גדור בעדי ולא אצא, האב איך געהערט אין זיין הו"ר תש"י דרשה.
באניצער אוואטאר
לא להנאת גופי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 136
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 6:10 pm
געפינט זיך: ווענד זיך ווען
האט שוין געלייקט: 46 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 80 מאל

שליחה דורך לא להנאת גופי »

איין זאך געדענק איך פון יענע יארן, אז אין שובבים האט די עולם געזינדיגט טויזענט מאל מער ווי א גאנץ יאר..
א איד האט מיר אמאל געזאגט אז ער געדענקט נאך ווי ס'פלעגט עם --- בשעת די תורות.. רח''ל. [נישט די איינציגסטע טעות וואס די סאטמארע רבי זי''ע האט געהאט..]
ה' ירחם!
הרינו עושה זאת לא להנאת גופי כלל וכלל!! אין לי שום שמץ של הנאת עצמי כלל!!
כ'ווינדער מיך אלעמאל פארוואס מענטשען גייען אזוי פאר גשמיות. נאכדערצו 'לייקס', כאפ איך בכלל נישט די הנאה דערפון.
די אלע זאכען רעדן עפעס נישט צו מיר.
פארשפארט