גיט אפ אייער ענדגילטיגע שטימע פאר די 4 "שושנים" געווינערס

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
רעאגיר
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 5213 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7057 מאל

גיט אפ אייער ענדגילטיגע שטימע פאר די 4 "שושנים" געווינערס

שליחה דורך כוכב »

די דריי שטים בודקעס פון דעם שושנים פאעזיע פארמעסט האבן זיך געשלאסן פרייטאג, און ניין גאר געלונגענע און טאלאנטפולע פיינעליסטען זענען אויסגעקליבן געווארן.

די ניין אויסגעקליבענע פיינעליסטען שטעלן פאר די שענסטע און בעסטע, וואס האבן געברענגט די מערסטע הנאה פאר די מערסטע ליינערס.

פון די ניין אויסגעקליבענע פיינעליסטען וועלן נאר פיר קענען געווינען דעם פארמעסט, לויט וועלכע פיינעליסטען וועלן באקומען די מערסטע שטימען. די פיר געווינערס וועלן זוכה זיין אין א שיינעם מתן שכרם בצידם אין אנערקענונג אויף זייער ביישטייערונג צו דעם פארמעסט, און זייערע געבענטשטע טאלאנטען.

בילד

דער וואס וועט באקומען די מערסטע שטימען וועט געקרוינט ווערן אלס דער געווינער פון דעם שושנים פאעזיע פארמעסט, און ער וועט זוכה זיין אין אן עמעזאן גיפט קארד אין ווערט פון $100

דער צווייטער געווינער וועט זוכה זיין אין אן עמעזאן גיפט קארד אין ווערט פון $50

די דריטע און פערטע געווינערס וועלן זוכה זיין אין אן עמעזאן גיפט קארד אין ווערט פון $25.


אין לויף פון די קומענדיגע צוויי טעג וועלן אפגעהאלטן ווערן די וואלן פאר די 4 געווינערס פון דעם שושנים פאעזיע פארמעסט. אלע 9 פיינעליסטען האבן אריינגעלייגט געוואלדיגע כוחות און אלע פון זיי זענען ווערד צו געווינען. אבער מאכט זיכער אז די פיר מחברים וואס איר האט די מערסטע הנאה געהאט פון זייערע ווערק זאלן געווינען! עס איז נישט נאר וואלן אויף כבוד און אנערקענונג, נאר אויך פאר זאכליכע געווינסן פון ווערדפולע פרייזעס. גיט אפ אייער שטימע!

פאלגענד זענען די 9 פיינעליסטען. דרוקט אויף יעדן פיינעליסט אנצוקומען צו דעם אשכול.

3 - א גוט ווארט
4 - א בריוול פון דעם בית הכבוד
11 - טב למיתב ארמלו מלמיתב טן דו
18 - שאון השעון
19 - געזעץ פון שילוש
23 - והמבין יבין
31 - לא נתקבל
26 - שיר החסידים
29 - אלו ואלו נשרפין


גיט אפ אייערע פיר שטימעס. די שטים בודקע פארמאכט זיך אין צוויי טעג – דינסטאג נאכמיטאג 1:40, איסטערן סטענדארט טיים.

[center]<<קומט דא אריין און גיט אפ אייער שטימע אין די פיינעליסטען שטים בודקע!>>[/center]

דער אשכול פארמאגט 43 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר