גיט אפ אייער ענדגילטיגע שטימע פאר די 4 "שושנים" געווינערס

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

געשטימט פאר

שאון השעון

שיר החסידים

געזעץ פון שילוש

גלייבט מיר איך האב געזיכט א פערדע פאעזיע איך האב פשוט נישט געפינען,
( מען האט מיר מעורר געווען אין אישי אז די פאעזיע לא נתקבל קען שוין איינמאל גערעכנט ווערן אלס פאעזיע, יא גערעכט נאר סאם האו רעדט עס נישט צו מיר,)
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
האט שוין געלייקט: 1551 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2012 מאל

שליחה דורך ישמעאל הכהן »

עמעזאן האט געשריבן:גלייבט מיר איך האב געזיכט א פערד

מה ענין פאעזיע אצל פערד?

איך שטים איין מיט דיר גראדע, אבער דאך דארף מען עפעס געבן פאר הומער ווי בית הכבוד איבערהויפט אז ס'איז א לאנגס און א ברייטס סליגט אן ארבעט, אא''ו די אנדערע יעדער מיט זיין שניט, א גוט ווארט איז אקטואל און אימפארטענט.

היום יהיה האות הזה!
ראדיא באריכטער פאר ק''ש
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

דער עולם האט שוין מורא נאכאמאל אויפצירעגן די לייבן
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
האט שוין געלייקט: 3030 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך פישלע העררינג »

ישמעאל, כ'בין זיכער דאס יעדער האט אריינגעלייגט פיהל ארבעט אין זייער שטיקל, נישט בלויז עפעס וואס איז לאנג. צו געוואונען דעם פארמעסט מוז עס האבן שטארקע קונסט. פארוואס זאל מען שטימען פאר עפעס אלץ רחמנות אויפ'ן השקעה ווען ס'דא גענוג אויף וואס צו שטימען פאר זייער קונסט און שיינקייט? ס'איז א "פאעזיא" פארמעסט, נישט א "מאכן א מענטש פילען גוט" פארמעסט. דערפאר טאקע האב איך געוויילט פאר שאון השעון, שיר החסידים, ועוד כמבואר למעלה.
(- - -)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

גראדעמעכעלע האט געשריבן:דער עולם האט שוין מורא נאכאמאל אויפצירעגן די לייבן

למען האמת ביי די פריימעריס האב איך פון די 9 נאר געשטימט פאר שאון השעון, אפי' פאר שיר החסידים האב איך נישט פארגינען מיין שטימע כאטש עס האט מיר פיין געכאפט און אפי' די טאן פון די ניגון האב איך געשפירט ווער עס איז געשטאנען אין מיין ד' אמות יענע טאג האט מיר דאס געהערט אונטער זינגען... אבער אלס זיין משכילישע ליצנות סטייל האב איך נישט געשטימט דערפאר, און אזוי אויך פאר געזעץ פון שילוש וואס האט מיר עפעס נישט געכאפט מיין הארץ סטרונעס,

איך פארשטיי נישט פארוואס די עולם כאפט נישט די געדאנק פון פאעזיע,
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

עמעזאן, אז דו ביסט אזא גרויסער מבין, וואו איז דיין פאעזיע?
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

איך בין שוין קראנק פון די אויבער חכמים וואס זאגן אז דאס איז נישט פאעזיע יענץ איז נישט. קען טאקע זיין, אבער די פארמעסט איז געווען אויף יעדע סארט פאעם בכל צורה שהוא און מ'האט געשטופט יעדעם אפילו די נישט מומחים צו שרייבן. יעצט ווען אסאך האבן זיך אנגעשטרענגט צו שרייבן עפעס פאר די פארמעסט גייט מען און מ'שטימט נישט ווייל מ'איז דער גרויסער חכם. גראו אפ, זיי א מענטש און שטים פאר יענעמס בלוט און שווייס.

קוק דא וואס כוכב האט געשריבן ביים דערקלערן די פארמעסט:

כוכב האט געשריבן:א - עס קען געשריבן ווערן פאעזיעס איבער סיי וואס פאר א טעמע אין סיי וועלכער שפראך, און סיי וועלכע פאעזיע פארמאט, מיט גראמען אדער אן וכו'.

ט - מכאן הקריאה יוצאת, יעדער איז געלאדנט אנטיילצונעמען, שאצט נישט אונטער אייער כוחות הנפש, שארצט אייך ארויף די ארבל און מיר קוקן ארויס פאר אלעמענס קאאפעראציע.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אפטעמיסט האט געשריבן:עמעזאן, אז דו ביסט אזא גרויסער מבין, וואו איז דיין פאעזיע?

און אז דו קענסט נישט מאכן גראמען טאר מען שוין נישט זאגן א מיינונג צווישען פינקי און יקיר?
און אז דו קענסט נישט קאמפאזען א ניגון מעגסטו שוין נישט זאגן א מיינונג וועלכע ניגון האט מער טעם?
און אז דו קענסט נישט זינגען מעגסטו שוין נישט זאגן א מיינונג איבער בעלי מנגנים??
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

@רויטע וואנצעס ביזט גערעכט און יעדער עפרישיעט א יעדע פאעזיע, און א וודאי קיינער רעדט זיך נישט אפ אויף די מחברים, נאר וואס דען, ווען דו וועלסט אויס די בעסטע דארף ווען די עולם כאפן די פאעזיע שניט, ווייל סוכ"ס איז עס א פאעזיע פארמעסט
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

לאמיך דיר עפעס מסביר זיין.

איך בין אויך א שטארקע חסיד פון פאעזיע און דאס איז אייגענטליך וואס האט מיך דאס ערשטע מאל בכלל געכאפט פון קאווע שטיבל אויב געדענק איך גוט. איך האב אויך געשטימט פאר די רייכע רמז'דיגע שטיקלעך, און למען האמת, מיין אייגענע פאעמע, נהי בכי תמרורים, איז ניטאמאל געשריבן געווארן פארן פארמעסט, נאר פאר מיר, מיר צו טרייסטן אביסעלע נאך יענע מעשה, און כ'האב עס שוין אריינגעשיקט, ס'זאל זיין.

אבער דער וואס שרייבט אז אידישע גראמען און מער פשוט'ע און פארשטענדליכע פאעזיע איז נישט קיין פאעזיע קען פשוט נישט די כללים און יסודות פון דעם ארט. דער מלך הפאעזיע, רבי משה חיים לוצאטו, איז שיין מבאר אין זיינע ספרים "לשון לימודים" און"ספר המליצה" ועוד, די אלע סארטן פאעזיע וואס זענען פארהאנען, זיי אזוי גוט לערען עס גוט דורך וועסטו זען אז דער רמח"ל אליין דינגט זיך מיט דיר.
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
האט שוין געלייקט: 3030 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך פישלע העררינג »

בכלל נישט קיין שאלה. בית הכבוד איז עמעיזינג טעלענט, לא נתקבל איז א חידוש אין גראם, אלו ואלו איז משוגע עלאקווענט און קלאר.

יעדעס איינער איז ווערד א שטימע.
(- - -)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

א שעה און צוואנציג מינוט געבליבן!!
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

ווען איז די דעדליין?
באניצער אוואטאר
גנדי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1181
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 05, 2013 11:21 pm
האט שוין געלייקט: 2151 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1341 מאל

שליחה דורך גנדי »

אריינגעכאפט צו שטימען!
You must be the change you want to see in the world
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

מיין פרעדיקציע; שאון, לא נתקבל, שיר החסידים. די פערטע לאז איך איבער.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך האב אויך געוואלט אז שעון זאל געווינען אבער דיי וויילער האבן. אנדערש געוואלט,
וואס א שטיקל קוגל קען...
פארשפארט